פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איך וויל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 11:18 pm

פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל »

די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.
אז מען כאפט א בליק אין די גמרא, זעט מען אז אלע תנאים ואמוראים האבן געטון השתדלות צו ברענגען ברויט אויפן טיש,
כאטשיג מיר האבן נישט דאס מינדעסטע השגה אין א תנא אדער אמורא, דאך קען מען זעהן וואס די סדר איז געווען אפילו ביי זיי. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלערנט פיל מער שעות ווי סיי וואספארא כולל אינגערמאן הײנט צו טאָגס, אבער דאך זענען זיי געווען דער וואס האט געשפייזט דאס געזינדל אונדערהיים,
אז א פרוי זאל ארבייטן, נישט געווען אזא מציאות בכלל.
פאר א סיבה האט דער אייבישטער געגעבן א קללה פאר אדם הראשון בזעת אפיך תאכל לחם און פאר חוה בעצב תלדו בנים, פארוואס האט נישט חוה באקומען די זעלבע קללה ווי אדם'ן? אלא מאי ווייל די וועלט האט א סדר, די מאן ארבעט, און די פרוי ברענגט קינדער אויף די וועלט, און ציעט זיי אויף.
( דרך אגב פרויען זענען בכלל נישט ארויס געגאנגען פון דערהיים און יענע צייטן)
אזוי אויך אין אלע דורות האט מען געוויסט, אז דער מאן איז דער וואס ברענגט פרנסה אינדערהיים, און די בני בית גיבט זיך אפ מיט די קינדערליך.
חוץ א רב וואס האט באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון די קהילה, האט געקענט זיצן און לערנען.

די ערשטע כולל אין די וועלט איז געווען כולל חבת ירושלים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א קבוצה פוילישע אידן בני עליה אין ירושלים, וואס האבן געוואלט מקדיש זיין זייער גאנצע לעבן פאר די תורה,
און זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן דורך די נדבות פון די פוילישע אידן.

א שטיק צייט נאכדעם איז נאכגעקומען די זעלבע זאך פאר די אונגערישע אידן מיט'ן נאמען כולל שומרי החומות.
און ביידע שטייען נאך היינט אויפן זעלבן ארט אין אלט שטאט ירושלים עיר הקודש.
פון דארטן און ווייטער, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די מושג פון א מסגרת פאר אידן בני עליה וואס ווילן זיך מקריב זיין זייער לעבן פאר די תורה. און וואוילע אידן מיט א ברייט הארץ לאזן זיך קאסטן צו ארויסהעלפן די אונגעלייט.

נאך די מלחמה יאהרן, ווען די שארית הפליטה האט געלאנדעט אויף די אמעריקאנע בארטענס,
איז געקומען דער הייליגער סאטמארער רבי ז"ל, און האט מיט מסירות נפש אנגעהויבן אויפשטעלן א פרישע דור פון ערליכע אידן,
ער האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה, און אפילו מחדש געווען די ערשטע היימישע סקול פאר מיידלעך,
אבער א כולל האט ער נישט געוואלט אויפשטעלן, זאגענדיג "איך דארף ערליכע בעלי בתים".
נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן פון אזא מושג פון אינגעלייט וואס זיצן און לערנען,
והא ראי' ווען ער האט אויפגעשטעלט קרית יואל האט ער פארלאנגט איינער פון די ערשטע זאכן, אז ס'זאל זיין א קבוצה פון חשובע אינגעלייט, וואס זאלן זיצן און לערנען, זאגענדיג אז בני תורה זענען מגין אויף א שטאט.
נאר וואזשע דען? ער האט געהאלטן אז עס איז נישט געמאכט פאר די געווענטליכע המון עם, נאר פאר די אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט זיך אוועק צו געבן זייער לעבן פאר די תורה.
למעשה שפעטער הערענדיג אז אינגעלייט גייען אוועק לערנען אין פרעמדע פלעצער, איז ער שוין יא גרייט געווען צו עפענען א כולל, אבער בתנאי אז ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די אינגעלייט וואס קומען דארט, זאלן זיין באמת גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר די תורה,
למשל ער האט געוואלט אז סדר זאל זיך אנהייבן 9 אינדערפרי,
ווייל ער האט געהאלטן אז כולל איז נאר געמאכט פאר די סארט אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט דערפאר.
(טרעף מיר היינט א אינגערמאן וואס איז אין כולל 10)

וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.

ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!

מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. וד"ל.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?

בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.

רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?

ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס, פאר זיך און פאר די קרא.

און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!

ס'איז גארנישט ראנג מיט אים. ער איז פלעין א נארמאלע אינגערמאן וואס איז נישט גרייט באמת צו לעבן א לעבן פון פרישות, זיך צו אויסשטעקן פון די וועלט אינגאנצן, און זיין נאר פארנומען מיט די תורה, פונקט ווי רוב אינגעלייט זענען נאך נישט אויף די דרגה!

סא אלמעכטיגער גאט וואס אין די וועלט איז די משוגעת אז יעדער מיז גיין אין כולל?

און ס'גייט נאך ווייטער פון דעם אזוי ווי ס'איז שוין געווארן די נארמאליטעיט אז יעדער שמאגעגי גייט אין כולל, האט מען אנגעהויבן אריין בראקן אין די תמומותדיגע קעפ פון די מיידלעך אין סקול, אז א נארמאלער אינגערמאן גייט אין כולל,
אויף אזוי ווייט אז מען קען שוין היינט געבן א דרשה אין סקול צו מחזק זיין, די וואס זייער מאן גייט גיין ארבעטן.
שומו שמיא..... ווי לעב מיר אונז אנשטאט מען זאל געבן א דרשה פאר די מיידלעך וואס זייער מאן גייט לערנען, אז זיי זאלן וויסן עס צו מחשיב זיין, גיבט מען דרשות, אז א יעדע פרוי וואס איר מאן גייט ארבעטן זאל זיך פילן אז איר מאן איז נעבעך שוואכלעך.

אמת. ס'איז דא א געוויסע פראצענט אינגעלייט, וואס אויב זיי גייען גלייך גיין ארבעטן, גייען זיי זיך גלייך אויפרייסן. און ס'איז דא א שטיקל טובה אויב זיי זיצן אין כולל אביסל,
אבער איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם, ווען סטאדעס פון הינדערטער אינגעלייט, ווערן פאראורטיילט צו זייער שרעקליכע שיקזאל פון ליידיג גיין פאר איטליכע יאהר, בלויז פאר זייער שווער'ס תאוות,
וואס אויף דעם שטייט דאך שוין בטלה מביאה לידי שעומים,
חז"ל האבן זייער גוט פארשטאנען די חרבן, וואס געשעט פון גיין ליידיג!

טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס ארבעט נישט ל"ג בעומר, כ"א כסליו, אדער אוסרו חג.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס דאווענט שפעטער ווי 9.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס עסט יעדע דינסטאג סעודות הושע בן באירי פאר צוויי שעה.

חוץ פון דעם פארוועם מיינסטו איז דא אזא זאך ווי א קיאסק? אדרבה כאפ נאר א שפאציר צווישן די קיוביקלס, און זאג מיר צו די זעסט נאך מענטשן חוץ כולל אינגעלייט, וועלכע ארבייטער האט דען נישט קיין אייגענע קאמפיוטער?! האפענטליך זיצט ער נאר אויף ארי' סאמעט און מיסטער ביעסט....וד"ל

פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.

פארוועם איז ai טעקסט געמאכט געווארן? קיין איין ארבייטער ווייסט נישט דערפון!

און אפילו די אינגערמאן וואס הייסט שוין יא אז ער ניצט אויס די צייט, אויב זאל ער מאכן אן אויפריכטיגע חשבון, וועט ער זען אז ער לערנט נישט מער ווי 3 שעה א טאג! נו רבש"ע ווער נעמט אחריות אויף די איבעריגע שעות?

וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען דער עוורעדזש אינגערמאן גייט ברענגען פרנסה ווי א נארמאלע מענטש?!
גלייב מיר ער וואלט מיט זיין שיעור צופרי און ביינאכט אסאך מער געלערנט ווי אין כולל!
און ער וואלט געהאט אסאך מער סיפוק פון זיין טאג!
און זיין שלום בית וואלט פיל בעסער געווען, ווען ער קומט אהיים נאך אגאנצן טאג עפעס אויפטון!

איך זאג נישט אז מען זאל פארמאכן די כוללים ח"ו, אוודאי איז דא אסאך אינגעלייט וואס ניצן באמת אויס די צייט.
איך זאג נאר אז מען זאל ארויספירן דריי פערטל אינגעלייט פון דארט,
און מען זאל אויפהערן מיט די אלע סאסייעטי פראבלעמען...........

אוי טאטע זיסער עד מתי,

זאג שוין לכוללנו די,

און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,

פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,

אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........

הצלחה
לעצט פארראכטן דורך איך וויל אום מאנטאג יוני 17, 2024 10:04 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ידעתי
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

אלעס פיין און וואויל, אבער די ישיבות פאר בחורים פארשטייסטו יא?
ווען פונקטליך אין כלל ישראל האט זיך אנגעהויבן דער מושג אז ״יעדער״ מוז גיין אין א ישיבה?
רוב פון דעם ארטיקל איז פונקט אזוי שייך ביי ישיבות , ודו״ק כי קצרתי מעומק צער ויגון ומפחד המחיקה
לעצט פארראכטן דורך ידעתי אום מאנטאג יוני 17, 2024 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהודאלע
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 10:48 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודאלע »

אנו מוחים בכל התוקף קעגן מוציא לעז זיין כלאחר יד אויף די סאמע שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט ואפילו נניח ביסט גערעכט אז די עולם האלט נישט ביים לערנען וואס דאס איז ווידער שקר מוחלט עפ"י רוב עכ"פ איז אבער ידוע דעת כמה גדולי ישראל ובתוכם הרה"ק מוויזניץ מאנסי זצ"ל אז דאס אליין אז מדרייט זיך אין א אויר של תורה איז א קריטיש וויכטיגע זאך בפרט פאר א יונגערמאן תיכף נאך די חתונה ואכמ"ל
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

קודם דיין ערשטע סענטינס ארבעט מאכט פריי קומט פון די גרעסטע רוצחים אין וועלטס היסטוריה.
אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה. סא פאר די פאנגסט אן וואס מיינט פריי וויל איך דיר נאר זאגען וואס פריי מיינט.

איך האב אסאך וואס אייך צו ענפערען, היות איך גלייב נישט אז די אשכול וועט זיך לאנג האלטען גיי איך נישט וועיסטין מיין צייט. אויב די אשכול וועט זיך האלטען אפאר טאג וועל איך בלינ צוריק קומען.

נ.ב. איך בין נישט קיין כולל יונגערמאן
נ.ב. איך האלט שוין לאנג אז אויף יעדע דעת הקהל זאל מען דארפן שרייבען די אייגענע עידזש עס וועט פארענפערען אסאך.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

א שטארקע פוינט, אבער פארוואס אזוי איבערגעטריבן און עקסטרעם געשריבן? עס מאכט אז מענטשן זאלן נישט מקבל זיין.
די ניק איז מער נישט אקטיוו
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4960
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

נאך איין מזל דו האסט נישט געגנבעט דעם ארטיקל פון ח"ח טיש, אזוי איז דיין ניק נאך אפן...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 21110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm


פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.


הצלחה
🫣
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.


טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 7:35 pm
איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm


פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.


הצלחה
🫣

גאנצע אשכול איז קאפיט פון טעלעגרעם
PROJECT 2025
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

צ/ק פאר ווער ס'האט ליב קאווע
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 7:44 pm
צ/ק פאר ווער ס'האט ליב קאווע
אדער קאצקע ציקער
PROJECT 2025
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

די אמת איז אז כולל איז געמאכט פאר גאר אן ענגע צאל אינגעלייט, אפשר 1%.
70% פראצענט אינגעלייט דארפן ווען אפי' נישט אריינגיין
די פראבלעם איז אבער אז עס פון די איבעריגע 30% איז די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב באלאנגן זיי אין כולל איז דורכדעם וואס זיי גייען און צוביסלעך ווערן זיי געוואר אויב איז עס טאקע פאר זיי, 29% פאַלן ארויס אבער די איבעריגע 1% זענען די וואס ארבעטן פאר די לא תשתכח תורה מישראל
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

צו וועם איז די אשכול געשריבן? דאס איז אן ענין וואס מאן און ווייב און שווער זאלן זיך דורכקומען צווישן זיך, וואו קומט דער שרייבער פון דעם אשכול אריין אין בילד?
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ס'איז פשוט ישיבה זייער גדולה.
די ניינצן יעריגע טראטשאק איז אין 2024 נאכנישט רייף פאר די 2024 וועלט. ברענג מיר נישט היסטאריע ווייל די פאקטן האבן זיך געטוישט.
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

בכל אופן, דער אשכול איז זייער פראסט געשריבן. וועך.
1חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2011 11:53 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1חכם »

זייער פיין

איך בין טאקע נישט געגאנגען אין כולל, אבער די לעצטע פאר יאר אין ישיבה איז פאר מיך געווען לבטלה, פשט משוגע געווארן פון צייט "ווייל א חסידישע בחור מיז זיין אין ישיבה"
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 7:51 pm
די אמת איז אז כולל איז געמאכט פאר גאר אן ענגע צאל אינגעלייט, אפשר 1%.
70% פראצענט אינגעלייט דארפן ווען אפי' נישט אריינגיין
די פראבלעם איז אבער אז עס פון די איבעריגע 30% איז די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב באלאנגן זיי אין כולל איז דורכדעם וואס זיי גייען און צוביסלעך ווערן זיי געוואר אויב איז עס טאקע פאר זיי, 29% פאַלן ארויס אבער די איבעריגע 1% זענען די וואס ארבעטן פאר די לא תשתכח תורה מישראל
גוזמא. אויסער דעם, אסאך אינגעלייט וואס זענען נישט געאייגענט צו בלייבן אין כולל לאנג טערם לערנען זיך אויס אין די קורצע צייט אין כולל די בעיסיקס פון הלכות וואס מען לערנט נישט בעפאר די חתונה.
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

דיסלייק👎
די קעפל איז זייער צום זאך, און די נושא מעג/דארף מען אויסשמועסן. אבער די שפראך פון ליצנות פון די איבריגע ארטיקל פאסט זיך פאר די אנדערע וועבסייט הידוע לשמצה. דארט איז עניטינג כולל די בעסטע צילברעט פאר כל מיני ליצנות. (איך ליין נישט דארט חס ושלום, אבער פון צחיט צו צייט פארט ארום אויף אימעיל אזעלכע מיני ארטיקלען און שפעטער ווערט מען געוואויר אז ס'קומט פון דארט)
הלוואי מעקט מען דעם אשכול.
---
פארגעסן צו זאגן, איך בין א ארבעטער, נישט קיין כולל יונגערמאן
לעצט פארראכטן דורך ניקישי אום מאנטאג יוני 17, 2024 8:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

וויפיל מלמדים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל שוחטים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל מגידי שיעור קומען ארויס פון דארט?
וויפיל פרייוועט טוטער'ס קומען ארויס פון דארט?
וויפיל סופרים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל דיינים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בקיאים יעדער אין זיין באזונדערע באקאנטע אדער פארשטופטע מקצוע קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ידענים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ערליכע בעלי בתים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בעלי בתים גייען עווענטועל צוריק אריין דארט?
וויפיל עשירים זעצן זיך צוריק אריין דארט?

וויפיל אידן באקומען א טעם, הבנה, געשמאק אין תורה דייקא דארט?

זייער א וויכטיגע פלאץ, סיי פאר ווי @משהלע שרייבט אז דער פרישער אינגערמאן דארף א מסגרת אלס דורכגאנג ארויס פון בחורישע באקס אריין אין די גרויסע אפענע וועלט.

סיי אלס פלאץ ווי מען זאל קענען באקומען אלעס ווי אויבנדערמאנט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19106
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אזוי סאך הבלים צו שרייבן?!

אינגערמאן דו מיינסט טאקע אז יעדער אין דיין כולל זיצט אין קיאסק? גיי אריין אין היכל הכולל כאפ א בליק אויף די הונדערטער וואס האקן שטיקער, כאפ זיך מיט אפילו נאר אביסל, וועסטו האבן ווייניגער ווייטאג.

א מין אנשיקעניש, יעדער וואס האט עפעס א שוואכקייט אנשטאט צו גיין קעיר נעמען געבט מען א וויש דעם פראבלעם אויף גאנץ כלל ישראל ושלום על ישראל.

א מין שפראך דאס!
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 17, 2024 9:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ווי @איינס האט געשריבן
ווען אמאל א יובל פאל איך אריין ערלעדיגן א קורצע זאך אין כולל, איך שטיי פארבליפט פון די סצענע, הונדערטער אינגעלייט, איידעלע און זיידענע אינגעלייט וואס האבן דאס מינדסטע אנונג וואס טעכנאלאגיע מיינט, דאס יראת שמים שרייט פון די לעכטיגע פנימ'ער זיצן און קנאקן שעות ארוכות יעדער אין זיין מקצוע, איך בין זיי פלעין מקנא! הלואי איך קען מיך צוריקזעצן מיט א רואיגקייט ווי זיי...

די מיעוט פון וואס דו רעדסט דרייען זיך כמעט נישט אין כולל זעלבסט, ווי דו שרייבסט, און זיי געפונען זיך סייווי נישט דאס פלאץ אויף צולאנג און זיי גייען ארבעטן.
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום מאנטאג יוני 17, 2024 8:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

לאגיק האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 7:59 pm
צו וועם איז די אשכול געשריבן? דאס איז אן ענין וואס מאן און ווייב און שווער זאלן זיך דורכקומען צווישן זיך, וואו קומט דער שרייבער פון דעם אשכול אריין אין בילד?
ריעלי? מיט די @לאגיק קאנסטו גיין אויפלעזן אשכול ביי אשכול.
Willy
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

פאר דע אלע וואס האבן טענות, ער האט דעס נישט געשריבן, דעס האט שוין ארומגעפארן נעכטן.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

סאיז נישט אז עס ארבעט פאר 100 פראצענט אבער פאר רוב רובם ארבעט עס ב״ה בס״ד

א אינגערמאן נאכן חתונה אין גייט אריין גלייך אין כולל מיט אן ערענסקייט און איז קונה א חלק און שס אדער הלכה, בויעט א הויז על אדני התורה און האט מער טשאנסען צו פירן א תורה׳דיגע חסידישער שטוב

משא״כ צומאל ווען מען ווערט אריינגעלעפט אינגערהייט באלד צום עולם המסחר ובפרט ווען מען האנדעלט מיט נידרידע גוים קען עס צומאל נישט טויגן

פארשטייט זיך ווען איינער ״דארף״ פרנסה זאל ער רעדן מיט זיין מורה דרך
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Willy האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:32 pm
פאר דע אלע וואס האבן טענות, ער האט דעס נישט געשריבן, דעס האט שוין ארומגעפארן נעכטן.
אייוועלט איז נישט קיין מיסט קאסטען
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

די גאנצע אשכול איז געבויט אויף שקר. ״אלע תנאים ואמוראים האבן געטון פאר פרנסה״ שקר! אפשר קענסטו מיר זאגן פון ווי דו נעמסט עס. לאמיר אנהויבן: התנא האלוקי רשב״י, בנו ר׳ אלעזר, ר׳ עקיבא, ר׳ מאיר, ר׳ יודא בן אילעי, ר׳ יוסי, ר׳ חנינא בן דוסא. אפשר קענסטו מיר ברענגן א מקור. אמת אז מען טרעפט אז זיי האבן געהאט נכסים, ווייל אזוי האט מען אמאל געלעבט. נישט געווען קיין גראסערי ווי צו קויפן. מען האט געגעסן וואס עס איז געוואקסן אין פעלד. אמת עס זענען געווען אזוינע וואס האבן יא געטון, אבער צו זאגן ״אלע״ איז א שקר מוחלט.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”