א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא **חלק ד** א טיול צו ליפתא
חלק ד'
ארט: מי נפתוח-ליפתא. צייט: א זומערדיגן נאכמיטאג כחום היום.
חברה!!! ווער איז אי"ן פאר א טיול?!
דער עולם באפאלט מיר אין אישי, אז פון מיינע ארטיקלען קוקט אויס ווי ירושלים הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט שטיבלאך וזהו זה, מאה שערים מוסאיוף... גראדע האלט איך נאכאלץ אז איינער פון די עיקר פלעצער וואו עס שטארצט ארויס די ט' קבין יופי וחכמה, איז דייקא אין די בתי מדרשים, אבער להוציא מליבן וועלן מיר היינט גיין ערגעץ דיפרענ"ט.
פאקט אייך איין א כובע שמש (קע"פ) און א בריע"ף קעי"ס און אויב שייך אויך נעלי ספורט (סניקער"ס), ווייל אונז גיימיר קריכן און שוויצן... ס'וועט גיין א רויעך....
לאמיר זיך אלע צוזאמטרעפן ביים גשר המיתרים 2 אזייגער פונקליך... און געגאנגען אויף ליפתא... וואס?! ווען?! וואו?!
פאר ווער עס ווייסט נישט, די ארץ ישראל'דיגע מאנטעליטעט גייט משוגע אויף וואסער... די בעסטע טריפ מוז זיך ענדיגן מיט א טונק אין א מעיין\נחל... סופריי"ז!!! אונז האמיר א מעיין דא אין בעקיארד, בגבולות ירושלים...
געגאנגען... סוף רחוב ירמיהו ביי כניסה לעיר, אינבע"ק פון תחנת דלק הלו תימן (סארא מין נאמען דאס... דערמאנט פון דר. פיצה...און ילד סנדוויץ...)איז דא א שביל, מיר קריכן און גליטשן זיך אראפ די שיפע זאמדיגע שביל וואס גייט רונדעס ארום און ארום... און עס אנטפלעקט זיך פאר אונז די חורבות פונעם אלטן פארלאזטן אראבישן דערפל ליפתא... פארצייטישע שטיינערדיגע סטרוקטורן שטארצן ארויס פון די בערג איינס איבערן צווייטן, איינס מער חרוב פונעם צווייטן, און פארציילן שטילערהייט זייער היסטאריע...
קריכ'מער אראפ נאך אביסל און אט אט אנטפלעקט זיך שוין די מעיין בכל הדרו... א שטיינערנעם באסיין (פא"ל) פול מיט גרינע וואסער, ווען פון די בארג איבערדעם רינט א דינטשיקן שטראם פרישע וואסער אריין אין באסיין.
ארום פון אלע זייטן זיצן מענטשן פון אלע סארטן און טשיל"ן יעדער אויף זיין אופן... פון א גרופע אראבישע אינגען (לכאו' פונעם דערנעבנדיגן בית חנינא אדער שועפת...) און שעיר"ן איין נרגילה צוזאם, און ווארפן שפיזיגע בליקן אויף אלע זייטן.... צו א גרופע ליטווישע בחורים וואס האבן זיך ארויסגע'גנב'עט פון ישיבה און בחשאי זיך איינגעקויפט א מנגל חד פעמי אין אושר עד, און זיצן און ווארטן זייער פרענקס זאלן ווערן כאטש האלב רוי זיי צו קענען בן דרוסאי'דיג אראפשלינגען, און זיין צוריק אין ישיבה אויף סדר ב', פאר די משגיח כאפט זיי... אינדערזייט זיצן עטליכע חילוני'שע משטמתים (!!!) רייכערן ווי קוימענס און זינגען און גיטארן אריין... א גרופע ווילד באוואקסענע מתנחלים (קוקט אויס פון חומש אדער מצפה יצהר...) זיצן מיט זייערע אווערסייז"ד כיפות סרוגות, באוואקסענע פיאות וואס האבן קיין שאמפו נישט געזען, ריזיגע בריעפקעיסע"ס און סנדלים, פארשטעקט אין איינע פון די חורבות און קוקן בייז אויף די אראבער וואס האבן די העזה נישט מורא צו האבן פון זיי... און צוויי ברסלב'ע עובדים מאכן ש"י טבילות אין די פריזינג וואסער לעיני כל העדה... ווען זייער נ-נח אנגעפיקעוויטע קליידער ליגן שטאלץ אין א הויפן דערנעבן, איינזאפענדיג יעדע ספלע"ש... אבבבא... אהה... מילתא דשטיתא בתוקפו... בקיצור דער עולם טשילט... יעדער אויף זיין שטייגער...
אריינגיין אין וואסער וויל קיינער נישט, צוליב פארשידענע סארט סיבות...(אויסער די נ-נח'ס...), איז יעדער האט א טשענס צו אויסטון די שוך און זאקן (די וואס טראגן בכלל זאקן...) און פלאטשקען אין וואסער, יוצא צו זיין די חוב קדוש פון זיך טונקען אין א מעיין!!!
אוז זיצמער און אבזערווירען די מצב דא... דאס אליין איז אינטערעסאנטער ווי די גאנצע מעיין....
נאכן אפ'יושב'ן א שטיק צייט און נעמען די העזה כמעט ארייצושפרינגען אין וואסער... איז צייט זיך ארויסצולאזן אויפן שווערן וועג ארויף דעם לאאאנגן בארג, אבער ס'האט'צעך געלוינט... אונז זעמער געווען אין א מעיין!!! גיי פארשטיי די תאוות פון אן איזרעילי...
***
איינמאל אויף ברענעדיגן זומער נאכמיטאג, האב איך מיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אראפ צום מעיין צוזאמען מיט א ידיד מיינער, אנקומענדיג אונטן זע איך צו מיין שאק-והבור ריק... נישט מער נישט ווייניגער די גאנצע בריכה איז ליידיג... קומענדיג נענטער זע איך א פרענק שטייט אין בור אונטער דעם דינעם שטראם וואסער און זינגט זיך אנגענעמעם "אאדדון הססליחות"... ווען צו די זייט ליגט זיין בעג אנגעפולט מיט אלע כלים מכלים שונים שהספרדים נוהגים להביא במקוה (יש גורסין: מגוה...) קראצערס/רייבערס/שטעקענעס
/זייפן/שמיראכצער וכו' וכו' וואס מען זעט געווענטליך אין לונצער'ס מקוה אדער די אונגארישע מקוה... ווען ער באמערקט אונז, שרייט ער "תיכנסו! מקלחת בחינם!" יויש האבן אונז געלאכט.... אפילו ס'איז נישט געווען וואסער האטציך אלץ געלוינט.
צום ווידערזעהן. יחזקאל.

אבדק''ק פראג והגלילות