א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
ווייטאג
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

לכבוד מיין טייערע חברותא ......ני''ו
די פאלגענדע ווערטער וויל איך דיר שוין זאגן גאר א לאנגע צייט אבער היות איך קען דיר עס נישט זאגן פה אל פה וועל איך דיר עס שרייבן דא כאטש וואס איך ווייס אז די וועסט עס קיינמאל נישט ליינען.
ב''ה אונזער חברותא'שאפט גייט שוין אן פאר פינף יאר כולן שוין לטובה שוין געלערענט צוזאמען הונדערטער שעות , כמה מקצועות התורה , אסאך געשטיגן אינאיינעם כ''י ,שוין צען זמנים וואס אונז ביידע קומען אין כולל יעדן איינציגסטן טאג די מיט א שמייכל און איך מיט א שמייכל,
די מיט דיין כאלאט און אין מיט מיינס,
שוין פארברענגט אסאך צייט בין הסדרים צו פארברענגען מיט דיר ,ווייל אונז קומען זיך גאנץ פיין אדורך ,
אבער חברותא טייערע איך ווייס אז די מצב ביי דיר איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס ,
די האסט טאקע א שמייכל אויף דיין פנים אבער אינעווייניג איז נישט אזוי שמייכלדיג ,
אין די צייט וואס איך האב אין די פינף יאר ב''ה געפראוועט צוויי וואכנאט'ס צוויי בריתן' און איין אפשערן קע''ה,
אבער די מיין טייערע חברותא ווארסט נאך אויף דיין ישועה....
אוי....... מיין הארץ וויינט.......
אין די צייט וואס איך פארפאס אמאל כולל צוליב בעיביסיטן, גיין מיט א קינד צום דאקטער, אדער גאר פראווען א שמחה,
קומסטו אבער יעדן איינציגסטן טאג,
אין די צייט וואס איך דארף קאווערן רענט, עסן, פארמילע, קריבס, שמחות, סטרעטשיס, בעיבסיטינג, ועוד ועוד,
האסטו נאר די ערשטע צוויי פון די אויבנדערמאנטע,
אין די צייט וואס מיינע צדיקימלעך וועקן מיר זעקס דרייסיג צופרי,
ווערסטו געוועקט די זעלבע צייט דורך א קאלטע וועקער זייגער,
אין די צייט וואס איך בין אינדערהיים פארנומען צו העלפן באדן, און לייגן שלאפן , ווישן נעזער,
ביזטו אינדערהיים און די עסט נאכטמאל מיט דיין בני בית,
איז וואס וויל איך יעצט פון דיר?
הער מיר אויס צוויי מינוט,
פון ווען איך האב חתונה געהאט ביז מיין ישועה האט אויך גענומען צוויי א האלב יאר ,
די צוויי א האלב יאר האבן מיר געלערנט אז ווארטן צוויי יאר איז ווייט נישט קיין דמיון צו ווארטן צוויי יאר מיט א חודש ,
און צוויי יאר מיט א חודש איז נישט קיין פארגלייך צו צוויי יאר מיט צוויי חדשים,
ממילא אזויפיל ווייס איך אז איך קען דיר אפילו נישט אינגאנצן פארשטיין,
זאלסט אבער וויסן אז מיין הארץ איז מיט דיר,
איך וויין און איך האב דיר אינזין צו יעדע צייט,
איך פיל אז דיין שמייכל איז רוב מאל נאר פון אויבנאויף,
די ביזט בטבע גאנץ פארמאכט ממילא אפיציעל מיין איך אז אלעס איז אקעי ,
איך ערווארט נישט אז די גייסט קומען זיך אויסרעדן צו מיר,
אבער אויב די ווילסט דוקא יא בין איך גרייט דיר צו אויסהערן און מיטוויינען מיט דיר,
איך בין נתפעל ווי שטארק די האלסט דיר ,
איך ווייס נישט צו איך וואלט געווען אזוי שטארק ,
חזק ואמץ מיטן הילף פונעם אייבערשטען וועט דיין ישועה קומען בקרוב ,
ביז דעלמאטס לאמיר מתפלל זיין איך פאר מיר און די פאר דיר , צום זעלבן גרויסן באשעפער,
ווי עס שרייבט מיט טרעטן און געפיל
דיין חברותא
מענדלאוויטש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:12 am

זיייר גוט געשריבן מצוה גדולה לפרסמו שכח
טרא_לא_לא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 12:24 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרא_לא_לא »

😢
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איך וויין מיט מיט דיין חברותא, און נאך מער מיט דיר, ווי די פאלסט אינדערמיט פון יא און נישט זאגן, ס'איז אויך א ריזיגע צער.
@ווייטאג שמך נאה לך ואת נאה לשמך!
לעצט פארראכטן דורך די זוהן פון קהלת אום מיטוואך יוני 19, 2024 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
ווייטאג
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:28 pm
איך וויין מיט מיט דיין חברותא, און נאך מער מיט דיר, ווי די פאלסא אינדערמיט פון יא און נישט זאגן, ס'איז אויך א ריזיגע צער.
@ווייטאג שמך נאה לך ואת נאה לשמך!
צופליג יעצט אמת די דארפסט זעהן מיינע פרייליכע ארטיקלען
איך האב דאס מאל גענוצט דוקא די ניק מאותו טעם הנ"ל
אוועטאר
ווייטאג
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

היות דאס איז מיין ערשטע ארטיקל דא אויפן וועלטל האב איך פארגעסן צו שרייבן ביטע לייקן אויב האט איר הנאה געהאט
אויב האט דער עולם הנאה האב איך נאך אסאך גוטע עזאכן סאו קומטס אריין קלאר שכח
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9572
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:09 pm
היות דאס איז מיין ערשטע ארטיקל דא אויפן וועלטל האב איך פארגעסן צו שרייבן ביטע לייקן אויב האט איר הנאה געהאט
אויב האט דער עולם הנאה האב איך נאך אסאך גוטע עזאכן סאו קומטס אריין קלאר שכח
סגייט זיך גיסן ווייטאג אז סוועט גיין א רויעך...
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:09 pm
היות דאס איז מיין ערשטע ארטיקל דא אויפן וועלטל האב איך פארגעסן צו שרייבן ביטע לייקן אויב האט איר הנאה געהאט
אויב האט דער עולם הנאה האב איך נאך אסאך גוטע עזאכן סאו קומטס אריין קלאר שכח
זייער גוט און געשמאק געשריבן.
איך האב געלייקט אן בעטן און איך מיין אז דער עולם לייקט אנדערש ווען מען בעט נישט.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

איך האב @ווייטאג .
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
ראש המנהלים
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:59 pm
לאקאציע:ציווישן צפון און דרום

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המנהלים »

😢
😜
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

כאב הנאה פון די אפענקייט...
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

יעדער איינער קען אינגערלייט וואס ווארטן אויף א ישועה. עס איז נישט גרינג פאר די חברים צו זען די צער פון דעם אינגערמאן, ספעציעל ווען מ'איז פארמאכט און מ'רעדט נישט דערוועגן און אלעס מוז אויסקוקן "נארמאל".

איך קען מיך נישט אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך, אבער וואלט נישט בעסער געווען ווען מ'איז אביסל מער אפן? ווען מ'קען אויסדרוקן די ווייטאג צו די וואס זארגן זיך פאר דיר?

דו ווייסט נישט וויפיל פון דיינע חברים טראכטן פון דיר און זענען מתפלל יעדען טאג פאר דיין ישועה. זיי וואלטן דיך געוואלט זאגן ווי שטארק זיי פילן מיט דיין צער.
גרינע שיך
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:28 pm
לאקאציע:Home sweet Home

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע שיך »

ערד עפל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:48 pm
יעדער איינער קען אינגערלייט וואס ווארטן אויף א ישועה. עס איז נישט גרינג פאר די חברים צו זען די צער פון דעם אינגערמאן, ספעציעל ווען מ'איז פארמאכט און מ'רעדט נישט דערוועגן און אלעס מוז אויסקוקן "נארמאל".

איך קען מיך נישט אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך, אבער וואלט נישט בעסער געווען ווען מ'איז אביסל מער אפן? ווען מ'קען אויסדרוקן די ווייטאג צו די וואס זארגן זיך פאר דיר?

דו ווייסט נישט וויפיל פון דיינע חברים טראכטן פון דיר און זענען מתפלל יעדען טאג פאר דיין ישועה. זיי וואלטן דיך געוואלט זאגן ווי שטארק זיי פילן מיט דיין צער.
העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין.
ברודערקע געדענקט!
-ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת-
לאוו יאו.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

ערד עפל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:48 pm
זיי וואלטן דיך געוואלט זאגן ווי שטארק זיי פילן מיט דיין צער.
א מאן דארף דאס האבן?! קוק אין ווייטאג'ס אנדערע ארטיקל, בפרט אין @אלטמאדיש 'ס תגובה דא:
viewtopic.php?p=5174291#p5174291
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:38 pm
ערד עפל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:48 pm
זיי וואלטן דיך געוואלט זאגן ווי שטארק זיי פילן מיט דיין צער.
א מאן דארף דאס האבן?! קוק אין ווייטאג'ס אנדערע ארטיקל, בפרט אין @אלטמאדיש'ס תגובה דא:
viewtopic.php?p=5174291#p5174291
א מאן דארף 'אויך' מיטגעפיל, איינער מער ווי א צווייטע. אבער אביסל אויף א קלוגערע פארנעם ווי אין די אויבנדערמאנטע תגובה.
אוועטאר
ווייטאג
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:38 pm
ערד עפל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:48 pm
יעדער איינער קען אינגערלייט וואס ווארטן אויף א ישועה. עס איז נישט גרינג פאר די חברים צו זען די צער פון דעם אינגערמאן, ספעציעל ווען מ'איז פארמאכט און מ'רעדט נישט דערוועגן און אלעס מוז אויסקוקן "נארמאל".

איך קען מיך נישט אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך, אבער וואלט נישט בעסער געווען ווען מ'איז אביסל מער אפן? ווען מ'קען אויסדרוקן די ווייטאג צו די וואס זארגן זיך פאר דיר?

דו ווייסט נישט וויפיל פון דיינע חברים טראכטן פון דיר און זענען מתפלל יעדען טאג פאר דיין ישועה. זיי וואלטן דיך געוואלט זאגן ווי שטארק זיי פילן מיט דיין צער.
א מאן דארף דאס האבן?! קוק אין ווייטאג'ס אנדערע ארטיקל, בפרט אין @אלטמאדיש'ס תגובה דא:
viewtopic.php?p=5174291#p5174291
אוי ווי גערעכט די ביזט ווען איך האב געוויזן די בריוו פאר מיין מאמע האט זי מיר גלייך געפרעגט און וואס האט דיין חברותא געזאגט דערצו ? האב איך געענטפערט וואס ? די מיינסט טאקע אז איך האב אים עס געוויזן ? די נקודה א פרוי פארשטייט אז אזא בריוו דארף די ערשטע געוויזן ווערן פאר די חברותא און א מאן פארשטייט פונקט קאפויער ווי עס שטייט און די אנגעצייכענטע מאמאר מיינע
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו''ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

וואלט גראדע געווען אינטערעסאנט צו מאכן אן אנקעטע צו מ'דארף מיטגעפיל אדער נישט.
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: א בריוו צו דיר מיין טייערע חברותא עמו"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:41 pm
תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:38 pm
ערד עפל האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:48 pm
זיי וואלטן דיך געוואלט זאגן ווי שטארק זיי פילן מיט דיין צער.
א מאן דארף דאס האבן?! קוק אין ווייטאג'ס אנדערע ארטיקל, בפרט אין @אלטמאדיש'ס תגובה דא:
viewtopic.php?p=5174291#p5174291
א מאן דארף 'אויך' מיטגעפיל, איינער מער ווי א צווייטע. אבער אביסל אויף א קלוגערע פארנעם ווי אין די אויבנדערמאנטע תגובה.
מר אמר חדא ומר אמד חדא ולא פליגי.
100% א מאן דארף האבן מיטגעפיל, יעדער באשעפעניש דארף (יא, אפילו א בעל חי) נאר וואס דען, די מיטגעפיל דארף וויסן וואו עס שטייט איין, ודו"ק.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”