איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

וואלט שוין געמעגט זיין אזא אשכול געווידמעט פאר נייעס און פאליטיק.
לעצט פארראכטן דורך דזשעק ענד דזשיל אום דינסטאג יוני 18, 2024 7:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך ווונדער זיך ווער עס גייט זיין טראמפס וויצע...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

צ/ק

די טראמפ קאמפיין האט גענומען אן ערנסטע און אנזעהבארע שיפט לעצטנס, סיי מיט די וועג וויאזוי ער אינדורסירט קאנדידאטן, און סיי מיט זיין מהלך פון קאמפיינען, א שטייגער ארומגיין צו קליינע פודקאסטים און רעדן שטותים, און ארויפגיין אויף טיקטאק, וכו'...

איינעמ'ס ארבעט איז עס. בין איך נייגעריג ווער איז דארט אינסטרומענטאל הינטער די קוליסן.

קאנספיראציע: איוואנקע ודזשעראלד.
בן זכריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

אז אויב טראמפ געווינט די 2024 עלעקשען גיין די דעמאקראטן אויף עפעס א וועג שרייען אז ס'איז געווען פראוד. און די רעפאבליקאנער גייען שרייען אז ס'איז נישט געווען פראוד. און ביידע גייען האבן לאנגע הסברים פארוואס דער אנדערער איז א גרעסערע טרעט פאר דעמאקראטיע.

מארק מיי ליפס
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

צ/ק

אין אנפאנג האב איך מיר געערגערט וואס בען שפירא טוט צו קענדעס אוענס. כ'האב געהאלטן אז אויב בען גייט מיט איר אויף א דעבאטע קען בען מיאוס פארלירן בעיני העמים, וויבאלד די עולם איז אויף אנפארטשענעטלי אויף קענדעס'ס זייט, און בען האט נישט גענוג הארטע באווייז אראפצושטעלן אויפן טיש צו איבערוווייזן אז קענדעס איז אן אנטעסעמיט.

שפעטער האב איך מיר געערגערט פארוואס בען קען מיט איר נישט איינשטומען אויף קיין שום דעבאטע פארעם, אפילו ביי א זייער גוטע שאו מיט א מאדערעיטער וואס וואלט לכאורה געווען פעיר, און נישט בייעסד צו איין זייט.

דאס האט געמאכט אויסקוקן בען זייער זייער שוואך. ס'האט אויסגעזען ווי די לעגענדארע מייסטער דעבאטירער בען שפירא ציטערט אין די הויזעלעך צו ארויסקומען מיט זיינע טענות.

אוןן ווער רעדט נאך פון די געג ארדער וואס דעילי ווייער האט אויף איר ארויפגעשטעלט (אין פאל ס'איז אמת...) איי מיען, האסט גאר גוטע טענות, אבער דו ר' בנימין...? די גרויסע "פרי ספיעטש" פרעדיגער....? ביטע... ס'מאכט דיר נישט קיין גוטע אימעדזש.

יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

צ''ק

איך האב א חשש אז ביידען וועט צום סוף נעמען כוסעין אבאמא'ס ווייב פאר וויצע
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
צ/ק

אין אנפאנג האב איך מיר געערגערט וואס בען שפירא טוט צו קענדעס אוענס. כ'האב געהאלטן אז אויב בען גייט מיט איר אויף א דעבאטע קען בען מיאוס פארלירן בעיני העמים, וויבאלד די עולם איז אויף אנפארטשענעטלי אויף קענדעס'ס זייט, און בען האט נישט גענוג הארטע באווייז אראפצושטעלן אויפן טיש צו איבערוווייזן אז קענדעס איז אן אנטעסעמיט.

שפעטער האב איך מיר געערגערט פארוואס בען קען מיט איר נישט איינשטומען אויף קיין שום דעבאטע פארעם, אפילו ביי א זייער גוטע שאו מיט א מאדערעיטער וואס וואלט לכאורה געווען פעיר, און נישט בייעסד צו איין זייט.

דאס האט געמאכט אויסקוקן בען זייער זייער שוואך. ס'האט אויסגעזען ווי די לעגענדארע מייסטער דעבאטירער בען שפירא ציטערט אין די הויזעלעך צו ארויסקומען מיט זיינע טענות.

אוןן ווער רעדט נאך פון די געג ארדער וואס דעילי ווייער האט אויף איר ארויפגעשטעלט (אין פאל ס'איז אמת...) איי מיען, האסט גאר גוטע טענות, אבער דו ר' בנימין...? די גרויסע "פרי ספיעטש" פרעדיגער....? ביטע... ס'מאכט דיר נישט קיין גוטע אימעדזש.

יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
ווער איז דער אוענס?
דער שווארצע רעכטע פרעדיגער?

ווי האט זי זיך פארהאנקערט מיט רבי בנימין'ן?

פארצייל דאס גאנצע מעשה, פאר אונז פשוט'ער אומסוויסענדע.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

תגובה דורך אבנר בן-נר »

@דזשעק ענד דזשיל שכוח פארן עפענען אזא אשכול, שוין לאנג געזוכט וואו צו שרייבן סתם געדאנקן וואס האבן נישט קיין באזונדערע אשכול.
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶנִשְרְפוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

צ/ק
איך ווייס נישט אויב ס'איז א אלטע זאך אדער איך האב עס ערשט יעצט אויפגעפאסט.
די איידיע אז די גאנצע לאנד און אלע אירע פאליסיס דרייטצך אפעציעל ארום די עלעקשאנס, איז דיסקאסטינג!

אוודאי האט יעדע פאליטישען אינזין ביי יעדע טריט זיין ריעלעקשאן און גייט אוודאי נאר טוהן עפעס וואס גייט אים העלפן געוואונען נאכאמאל.
אבער יעצט איז עס געווארן אפיציעל אן קיין שום בושה אז יא איך טוה אלעס אין די וועלט צו געוואונען, אפילו זאכן וואס איך בין דערקעגן און איך האלט נישט עס איז ריכטיג.
און מען פרובירט עס ניטאמאל צו באהאלטן.

עטליכע דוגמאות וואו איך האב עס איינגעזעהן.

לאמיר נעבן טראמפ אויפן צימבל, טראמפ איז געווען דער וואס האט געהאקט אויף טשיינע יומם ולילה בכלל, און אויף טיקטאק בפרט, ער האט נאכאנאנד פארפירט אז מ'דארף פארמאכן אדער אויסקויפן טיקטאק פון טשיינע.
למעשה יעצט אז ער לויפט קעגן ביידען און ער האט געטראפן נאך א זאך וואס קען אים העלפן געוואונען שטיצע, איז ער גרייט אלעס צו לייגן אין די זייט און פארפירן אויף ביידען פארן וועלן צוואונגן טיקטאק זיך צו פארקויפן (ניטאמאל פארמאכן).
דאס מיינט געזאגט פאר יעדעם איך קעיר נישט פאר גארנישט נאר פאר נאוועמבער פינף.

יעצט ביי ביידען.
ער איז שוין פרעזידענט פאר דריי יאר, און פלוצלינג א האלבע יאר פאר די וואלן וועקט ער זיך אויף צו פארדאנען אלע דראגס אנגעקלאגטע.
וואס האט יעצט פאסירט? ווער האט דיר יעצט אנגעווארעמט אויף דעם? נאר היות דאס קען אים ברענגן אסאך וואוטערס נו יאללא.. געגאנגן הו קעירס צו עס איז גערעכט צו נישט?
(אוודאי גייט אויף יעדע זאך זיין טויזנט תירוצים פארוואס עס איז ריכטיג, איך רעד פון דעם אז ס'איז זייער אבוויעס און קלאר וואס ער מיינט מיט דעם.
און איז אגב א ליגנט פון ביידען אויך ווייל דערווייל האט ער נישט געפארדאנט נאר געזאגט אז ער האט.)

מענטל ציגערעטליך איז עפעס וואס די לינקע פרובירן שוין יארן צו סטאפן און עס האט שוין לעצטענס געהאלטן גאנץ ווייט.
קומט פלוצלינג די ביידען אדמיניסטראציע מיט א מודעה אז ס'איז נישט אין פלאן צו סטאפן.
פארוואס? ווייל ס’איז זייער פאפולער ביי די שווארצע וואו ביידען איז לויט די אנקעטעס היפש שוואכער פון וואו ער איז געווען אין 2020.

די מדינת ישראל מלחמה איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז ווען ביידען האלט יעצט ביי זיין צווייטע טערמין וואלט ער געהאנדלט אינגאנצן אנדערש.
אבער וואס קעמען טוהן ס'איז דא א וואלן צו געוואונען..

האוקעל יעצט מיט טאלל אין מענהעטען איז אויך פון איין רגע צום צווייטן געשטעלט געווארן אויף פאזע אויף ביז נאך די וואלן.. און קיינער לייקנט ניטאמאל אז נישט דאס איז די סיבה.
ועוד הרבה.

יעצט איך פארשטיי זייער גוט אז דאס איז טאקע די ציל פון דעמאקראטישע וואלן אז די פאליטישענס זאלן זיך צושטעלן צו די ווילן פונעם פאלק, און איך ווייס אויך אז קיין איין פאליטישען גייט נישט טוהן עפעס וואס איז קלאר אז גייט אים זיין א שטער.
אבער די איידיע איז אז די פאליטישענס זאלן זיך ”באמת” צושטעלן צום פאלק, נישט סתם פרובירן אפצוקויפן דעם עולם מיט פאלשע זאכן כאילו זיי זענען אין שטיצע פון דעם אדער קעגן יענס, און די רגע די געווינסט לאזט יעדעם פייפן.
אז עס זאל זיין אפיציעל אז קיינער קעירט נישט עבאוט זיינע עכטע פאליסיס אדער אידילאגיעס, נאר אלעס דרייטצך נאר ארום די וואלן, און די רגע ער געווינט גייט ער צוריק צום אלטן. איז א בושה וחרפה!

אויב פעלט אויס צו מאכן א פורים שפיל מיט אן עקזעקעטיוו ארדער וועגן די גרעניץ, גייט מען עס טוהן. איי דו האלסטאך נישט פון דעם, והא ראי די לעצטע דריי יאר האסטו געטוהן ממש די פארקערטע? הו קעירס?..

אויב פארשטייסטו אז די ווילן פונעם פאלק איז א פארזיכערטע גרעניץ, והא ראי דו פארשטייסט אז יעצט דארפסטו עפעס טוהן דערפאר כדי צו געוואונען. נו פארוואס זאלסטו עס נישט אפיציעל אדאפטירן פאר דיין פאליסי?
וואס איז פשט פון סתם ארומ'חושן מיטן עולם פאר פינף חדשים און נאכדעם לאזן יעדעם הענגן און טוהן ווייטער וואס דו פלאנסט צו טוהן?

שעם דיך נישט נאר קום ארויס פובליק מיט דיינע פאליסיס וירא הקהל וישפוט..

ס'קען זיין ס'איז אלס אזוי געווען אבער איך האב יעצט באקומען אזא געפיהל מער פון 2020 אדער 2016.
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶנִשְרְפוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
ס'באציעט זיך נישט צו די יודן חלק פון די קריג.
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:09 am

זי זאגט אינמיטן אז מ'פארקויפט אונז אז אמעריקע איז אריין אין די קריג צו ראטעווען די אידן פון די געז קאמערן, אבער דאס האט אנגעברענגט אסאך א גרעסערע חורבן אויף קריסטליכע לעבנס אין די שפעטערע יארן אין רוסלאנד...

אויך איז זי ביזי שרייען אז קיין שום אמעריקאנע בוטס אן דע גראונד זאל ווערן געשיקט קיין ארץ ישראל ווייל דאס וועט פארגיסן קריסטליך בלוט צו ראטעווען אידישע... ווי כאילו איינער פלאנט יעצט צו שיקן אמעריקאנער זעלנער...

סאו...

נ.ב. כ'בין נישט געווען עקסטער עקסייטעד אז בען האט אינטערגענומען דעם קריג מעיקרא, ווייל אויב איז זי נישט געווען קיין אנטעסעמיט האט איר בען געמאכט פאר איינס...
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

די אמת'ע סיבה פון דעי פייט אויב זומט מען אביסל ארויס און מ'קוקט אויך אויף די טאקער/בען פרשה, איז פשוט אז די חברה ובראשם פון קארלסאן ווילן אוועקנעמען פון דעילי ווייער די לעיבל אלץ "די קאנסערוועטיוו מידיע" מיטן ה' הידוע.

ער קען באשטיין אז די טאקער קארלסאן נעטווארק זאל רעפרעזענטירן קאנסערוועטיוו מידיע...

נו, כ'פארשטיי אים...
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:09 am
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
ס'באציעט זיך נישט צו די יודן חלק פון די קריג.
אפשר קענט איהר ענטפערן?
אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:53 am

ווער איז דער אוענס?
דער שווארצע רעכטע פרעדיגער?

ווי האט זי זיך פארהאנקערט מיט רבי בנימין'ן?

פארצייל דאס גאנצע מעשה, פאר אונז פשוט'ער אומסוויסענדע.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:44 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:09 am
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
ס'באציעט זיך נישט צו די יודן חלק פון די קריג.
אפשר קענט איהר ענטפערן?
אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:53 am

ווער איז דער אוענס?
דער שווארצע רעכטע פרעדיגער?

ווי האט זי זיך פארהאנקערט מיט רבי בנימין'ן?

פארצייל דאס גאנצע מעשה, פאר אונז פשוט'ער אומסוויסענדע.
יא, ס'איז זי. די מעשה איז געווען פשוט אז זי פלעגט ארבייטן אין בען שאפירא'ס דעילי ווייער און זיי האבן זיך צעפליקט איבער מדינת ישראל ווי אויך איבער איר אפטע באנוץ מיט די קריסטליכע סלאגאן "יאשקע איז קעניג" (יספד"ש) ווי בען שאפירא ודעימיה האבן איר באשולדיגט מיט אנטיסעמיטיזם, סאו זי איז געפלויגן פון דארטן.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צ/ק

רעפאבליקאנער זענען איינגערעדט אז ביידען איז א פארטיגער
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
American Dream
שר שבעת אלפים
תגובות: 7714
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

בעסער אזוי האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:56 pm
צ/ק

רעפאבליקאנער זענען איינגערעדט אז ביידען איז א פארטיגער
לינק
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

צ/ק

ער איז קלאר אלט, זייער אלט, זייער פארעלטערט.

ניין, ער איז נישט טויט פארקאלעכט, יא מען ברענגט געשטיקלטע קליפס, אבער ער יא זייער זייער אלט, שלאפענדיג, און פירט זיך אויף אסאך עלטער ווי אסאך אין זיין יארגאנג.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שיך און זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 11:00 pm
לאקאציע:למטה מעשרה טפחים

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך און זאקן »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
צ/ק

אין אנפאנג האב איך מיר געערגערט וואס בען שפירא טוט צו קענדעס אוענס. כ'האב געהאלטן אז אויב בען גייט מיט איר אויף א דעבאטע קען בען מיאוס פארלירן בעיני העמים, וויבאלד די עולם איז אויף אנפארטשענעטלי אויף קענדעס'ס זייט, און בען האט נישט גענוג הארטע באווייז אראפצושטעלן אויפן טיש צו איבערוווייזן אז קענדעס איז אן אנטעסעמיט.

שפעטער האב איך מיר געערגערט פארוואס בען קען מיט איר נישט איינשטומען אויף קיין שום דעבאטע פארעם, אפילו ביי א זייער גוטע שאו מיט א מאדערעיטער וואס וואלט לכאורה געווען פעיר, און נישט בייעסד צו איין זייט.

דאס האט געמאכט אויסקוקן בען זייער זייער שוואך. ס'האט אויסגעזען ווי די לעגענדארע מייסטער דעבאטירער בען שפירא ציטערט אין די הויזעלעך צו ארויסקומען מיט זיינע טענות.

אוןן ווער רעדט נאך פון די געג ארדער וואס דעילי ווייער האט אויף איר ארויפגעשטעלט (אין פאל ס'איז אמת...) איי מיען, האסט גאר גוטע טענות, אבער דו ר' בנימין...? די גרויסע "פרי ספיעטש" פרעדיגער....? ביטע... ס'מאכט דיר נישט קיין גוטע אימעדזש.

יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
מיר קוקט עס אויס ווי זי איז אויף די יאגד נאך די מערסטע אבסורד שיטות וואס מקעו נאר פארמאגן אז בען זאל נישט האבן קיין ברירה נאר איר מוזן דעבאטירן.

די מאס פון נאן סענס וואס זי גיסט דארט איבער די וועלט מלחמה איז שרעקעדיג, און די מענטשן האבן עכטע אינפלוענס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עכט היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:59 pm
פירט זיך אויף אסאך עלטער ווי אסאך אין זיין יארגאנג.
קענסט פרישערע 81 יעריגע?
שיך און זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 11:00 pm
לאקאציע:למטה מעשרה טפחים

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך און זאקן »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:09 am
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
ס'באציעט זיך נישט צו די יודן חלק פון די קריג.
נישט דירעקט, אבער יא אסאך אסאך אומדירעקט.
דאס רעדן מיט גרויס רחמנות איבער די אויסהארגענען טויזענטע ׳ציווילע׳ דייטשן וואס האט אויסגעפעלט כדאי צו ענדיגן די וועלט קריג, קומט נישט פון קיין גוטע פלאץ קענסט זיין זיכער...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13108
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 7:51 pm
צ/ק

די טראמפ קאמפיין האט גענומען אן ערנסטע און אנזעהבארע שיפט לעצטנס, סיי מיט די וועג וויאזוי ער אינדורסירט קאנדידאטן, און סיי מיט זיין מהלך פון קאמפיינען, א שטייגער ארומגיין צו קליינע פודקאסטים און רעדן שטותים, און ארויפגיין אויף טיקטאק, וכו'...

איינעמ'ס ארבעט איז עס. בין איך נייגעריג ווער איז דארט אינסטרומענטאל הינטער די קוליסן.

קאנספיראציע: איוואנקע ודזשעראלד.
הונדערט פראצענט.

טראמפ זעהט אויס האט איינגעזעהן אז ער דארף געווינען פשוט פאר זיין לעבן, אויב פארלירט ער די פארמעסט איז ער פארזיכערט אפצוזעצן די רעסט פון זיין לעבן אין אראנדזשע פעדזשאמעס אין חד גדיא.

בעיסיקלי אין איין ווארט, טראמפ לויפט צו געווינען.

סיי ווי דו זאגסט גיין אויף אלע קליינע שאוס און פודקאסטים (קרעדיט דזשעקי) און רעדן שטויות, אבער פון די אנדערע זייט אסאך א שטערקערע שיפט אין רעדן און קאמפיינען אויף עקשעל פאליסי וואס איז פאפולער ביי די וויילער, וואס דאס איז טאטעל דיפרענט פון זיין צוואנציג צוואנציג קאמפיין וואס אונז האבן געוויינט דא אויף אייוועלט דאן אז ער רעדט נישט פון פאליסי גענוג נאר געווען פארנומען זיך פארענטפערן איבער קאוויד און נאך אנדערע שטותים, און ס'איז אסאך נענטער צו זיין צוואנציג זעכצן קאמפיין וואס איז געווען אסאך מער בעיסט אויף פאליסי.

סך הכל טראמפ איז צוריק די 2016 פאפוליסט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13108
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

בעסער אזוי האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:56 pm
צ/ק

רעפאבליקאנער זענען איינגערעדט אז ביידען איז א פארטיגער
און דעמאקראטן (געוויסע) זענען איינגערעדט אז ביידען האט קיינע שאנסן צו פארלירן.

די פארמעסט עז איט איז אן די מינוט איז טראמפ סלייטלי פעיוועריט אבער ביידע קענען געווינען.
אוועטאר
American Dream
שר שבעת אלפים
תגובות: 7714
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

ר' זעקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 5:10 pm
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 7:51 pm
צ/ק

די טראמפ קאמפיין האט גענומען אן ערנסטע און אנזעהבארע שיפט לעצטנס, סיי מיט די וועג וויאזוי ער אינדורסירט קאנדידאטן, און סיי מיט זיין מהלך פון קאמפיינען, א שטייגער ארומגיין צו קליינע פודקאסטים און רעדן שטותים, און ארויפגיין אויף טיקטאק, וכו'...

איינעמ'ס ארבעט איז עס. בין איך נייגעריג ווער איז דארט אינסטרומענטאל הינטער די קוליסן.

קאנספיראציע: איוואנקע ודזשעראלד.
הונדערט פראצענט.

טראמפ זעהט אויס האט איינגעזעהן אז ער דארף געווינען פשוט פאר זיין לעבן, אויב פארלירט ער די פארמעסט איז ער פארזיכערט אפצוזעצן די רעסט פון זיין לעבן אין אראנדזשע פעדזשאמעס אין חד גדיא.

בעיסיקלי אין איין ווארט, טראמפ לויפט צו געווינען.

סיי ווי דו זאגסט גיין אויף אלע קליינע שאוס און פודקאסטים (קרעדיט דזשעקי) און רעדן שטויות, אבער פון די אנדערע זייט אסאך א שטערקערע שיפט אין רעדן און קאמפיינען אויף עקשעל פאליסי וואס איז פאפולער ביי די וויילער, וואס דאס איז טאטעל דיפרענט פון זיין צוואנציג צוואנציג קאמפיין וואס אונז האבן געוויינט דא אויף אייוועלט דאן אז ער רעדט נישט פון פאליסי גענוג נאר געווען פארנומען זיך פארענטפערן איבער קאוויד און נאך אנדערע שטותים, און ס'איז אסאך נענטער צו זיין צוואנציג זעכצן קאמפיין וואס איז געווען אסאך מער בעיסט אויף פאליסי.

סך הכל טראמפ איז צוריק די 2016 פאפוליסט.
די זעלבע פארקערט ווילאנג די ביידען קאמפיין איינציגסטע מיטל איז אראפצורייסן טראמפ איבער דעמאקראסי און קרימענאל קעיסיס וועט עס אויך ניט העלפן פאר אים

די ביידען קאמפיין דארף אנהייבן צו לויפן עדס איבער זיינע עקאמפלעשמענטס איבער די עקאנאמיע און איבער רציחה און מעדיקעד וועלן זיי געווינען

די סיבה פארוואס ביידען פארלירט טראץ וואס טראמפ איז א קרימינאל איז צילוב וואס די פאלק קוקט אן ביידען אלטס א דיזעסטער אין לויפן עדס אז טראמפ'ס איז א קאנוויקטעד קרימענאל וועט זיי הייבן ביידענס אפראוועל
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13108
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 5:10 pm
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 7:51 pm
צ/ק

די טראמפ קאמפיין האט גענומען אן ערנסטע און אנזעהבארע שיפט לעצטנס, סיי מיט די וועג וויאזוי ער אינדורסירט קאנדידאטן, און סיי מיט זיין מהלך פון קאמפיינען, א שטייגער ארומגיין צו קליינע פודקאסטים און רעדן שטותים, און ארויפגיין אויף טיקטאק, וכו'...

איינעמ'ס ארבעט איז עס. בין איך נייגעריג ווער איז דארט אינסטרומענטאל הינטער די קוליסן.

קאנספיראציע: איוואנקע ודזשעראלד.
הונדערט פראצענט.

טראמפ זעהט אויס האט איינגעזעהן אז ער דארף געווינען פשוט פאר זיין לעבן, אויב פארלירט ער די פארמעסט איז ער פארזיכערט אפצוזעצן די רעסט פון זיין לעבן אין אראנדזשע פעדזשאמעס אין חד גדיא.

בעיסיקלי אין איין ווארט, טראמפ לויפט צו געווינען.

סיי ווי דו זאגסט גיין אויף אלע קליינע שאוס און פודקאסטים (קרעדיט דזשעקי) און רעדן שטויות, אבער פון די אנדערע זייט אסאך א שטערקערע שיפט אין רעדן און קאמפיינען אויף עקשעל פאליסי וואס איז פאפולער ביי די וויילער, וואס דאס איז טאטעל דיפרענט פון זיין צוואנציג צוואנציג קאמפיין וואס אונז האבן געוויינט דא אויף אייוועלט דאן אז ער רעדט נישט פון פאליסי גענוג נאר געווען פארנומען זיך פארענטפערן איבער קאוויד און נאך אנדערע שטותים, און ס'איז אסאך נענטער צו זיין צוואנציג זעכצן קאמפיין וואס איז געווען אסאך מער בעיסט אויף פאליסי.

סך הכל טראמפ איז צוריק די 2016 פאפוליסט.
און פון א געוויסע פוינט איז ער נאך אסאך בעסער ווי אין 2016, פארווער ס'געדענקט ביידע פאריגע פארמעסטן איז יעדע שני וחמישי ארויסגעקומען סקאנדאלן אויף סקאנדאלן אויף טראמפ, און שוין אפגערעדט די געבראטענע שטיתום וואס ער האט צוזאמגערעדט.

דאס יאר איז שוין די "מילוואקי שלעכטע סיטי" פון די ערגסטע בשעת די לעצטע צוויי מאל איז דאס געווען פון די גאר קליינע וואס ער האט זיך געלאזט הערן יעדע צווייטע טאג.

ער האלט זיך אסאך בעסער אן מעסעדזש, האקט שטיקער אויף ביידען פאליסיס, זאגט וואס ער גייט טוהן אנדערש, קומט אויף מיט פרישע קריעטיוו איידיעס ווי "נאו טעקס אן טיפס".
אוועטאר
פשט זאנע
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:25 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: *נייעס-פאליטיק*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשט זאנע »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:09 am
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:27 am
יעצט האב איך אבער באשלאסן אז בען איז נישט אזוי משוגע... ער האט געדולדיג אויסגעווארט ביז מרת אונס עפענט איר אייגענע שאו, און אן וועט מען איר לאזן רעדן אביסל....

די קעפל פון איר היינטיגע שיעור ליינט זיך: "אלעס וואס מיר האבן געלערנט וועגן די צווייטע וועלט קריג איז א ליגנט..." כ'בין נאכנישט אקוראט אויסגעקאכט מיט וואס זי זאגט דארט, אבער ס'הערט זיך ווי שטארק גוטע נייעס פאר די מעגליך-צוקונפטיגע דעבאטע צווישן איר מיטן ראש ישיבה...

ונזכה ונראה...
ס'באציעט זיך נישט צו די יודן חלק פון די קריג.
אפשר ברענגסטו בערך וואס זי זאגט
השם יתברך תמיד אוהב אותי!‎
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”