בלאט 1פון 2

ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:56 pm
דורך ווייטאג
לאמיר זיך אביסל אדורך שמועסן אחי ורעי,
טראכט אריין צו די ביזט שוין אמאל געווען אין איינע פון די פאלגענדע סיטואציעס, (אדער עכ''פ עפעס ענליך),
די האסט אראנדזשירט א גרויסע משפחה טריפ, פאר דיר און דיין משפחה און אלע דיינע געשוויסטער מיט זייערע משפחות,
אדער די האסט מסביר געווען עפעס פאר דיין חברותא בטוב טעם ודעת אזש ער האט ארויס א גאר שווערע סוגיא מיט א געוואלדיגע קלארקייט,
אדער די האסט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט א דרשה אזאנס און אזעלכעס, אז די זאל איז געווען געשפאנט, טויט שטיל, און געשלינגען יעדעס ווארט מיט דארשט,
הצד השוה שבהן, האסט סיי וואספארא זאך געטון פאר א יחידת אדער א רבים תאון ס'געווען א סוקסעס בעזרת השם,
יעצט די טבע איז אז די האסט הנאה צו מיטהאלטן וויאזוי מען האט הנאה פון דיינע טאלאנטען און/אדער אויפטוהנגען נישט אזוי?
די ווארטסט אויף די אנערקענונג אז מ'זאל איינזעהן ווי געלונגען/געטריי די ביזט,
גערעכט?
פיין דאס איז אלעס זייער נארמאל אזוי איז א מענטש, דאס גיבט אים די כח למפרע, צו האבן געטון די פעולה וואס די האסט געטון,
אלעס פיין און וואויל,
איין קשיא האב איך נאר אויב די ווארטסט אזוי שטארק אויף די אנערקענונג? דעלמאטס פארוואס ווען דיין שוואגער/חברותא/שווער/דרשה הערער וכו',קומט אריבער צו דיר און זאגט דיר בערך דאס פאלגענדע: וואוו איך האב זייער הנאה געהאט, די האסט אסאך טאלאנטען ,די ביזט א געלונגענע אינגערמאן ,אדער בערך עפעס אזא לשון,
וועט דיין רעאקציע זיין בערך אזוי ,
אראפקוקן אויף די ערד ,
א קליינע רוק מיט איינס פון דיין פיס,
און זאגן א שטילע עה... קלייניגקייטן, וואס האב איך שוין געטון?
אדער וועסטו גאר אינגאנצן פארדרייען די שמועס צי א צווייטע נושא,
אדער גאר ווערן ברוגז, לאמיר אפ לאמיר לעבן ,
אדער ענטפערן ציניש איך בין געלונגען ?אין וואס וועט זיין מיט דיר?
(רוב מענטשן טוען די ערשטע אבער ווענדט זיך אין וועלכע סיטואציע),
איז רבש''ע איך פארשטיי נישט, וואס דא גייט פאר,
די ווארטסט דאך און די גייסט אויס פאר אביסל אנערקענונג, פארוואס קענסטו נישט נעמען דעם קאמפלימענט ווי א מענטש?
וועל איך דיר זאגן.......
ליידער זייער אסאך פון אונז האבן אין זיך אביסעלע פון דעם שמינית שבשמינית (אכט מאל אכט ניין?),
און סלאזט זיך גרינג זאגן אז נאך א סיי וואספארא סוקסעס די האסט געהאט איז עס אפשר אביסעלע מער צושפילט יא ?
פיין ווען די איד קומט דיר געבן א קאמפלימענטת דיין שמינית שבשמינית נאגט דיר דארט פון אינעווייניג,
און זאגט דיר דאס פאלגענדע:איך גיי מיך אראפלאזן אזוי טיף? און ארויסווייזן קלאר פאר דעם חברהמאן אז איך דארף דעם מענטשליכע אנערקענונג?
ס'פאסט נישט פאר דיר זיך אזוי אראפצולאזן פארשטאנען מענטשעלע מיינס ?
דאס איז די פשוטע תי' אויף אונזער קושיא,
נעמען א קאמפלימענט ווי א נארמאלע מענטש, איז כאילו ארויסווייזן שוואכקייט פאר יענעם,
און דיין הויעך געשעצטער מענטשעלע דארטן אינעווייניג, ערלויבט דאס נישט .פינטל.
והא לך לראי' אז איך בין גערעכט,
ווען די הערסט זיך אונטער בשתיקה וויאזוי צוויי מענטשן רעדן צווישן זיך איבער דיין סוקסעס ביסטו זאט און צופרידן, אז די קענסט אהיים רופן קענסלן דיין סאפיר פאר היינט,
דו''ק וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט,
נו איך מיין ס'איז גאנץ א פיינע ארטיקל,
איך זעה נישט בשעת די לייקסט, ממילא מיין מענטשעלע לאזט עס צו, נו גיב א לייק איך דארף אנערקענונג אויף מיין ארבעט הצלחה,

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:14 pm
דורך טעוועליך
ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:56 pm
נאדיר א לייק

צום ענין שוין לאנג וואס איך האב מיר אויסגעלערנט אז ווען יענער ענטפערט מיר אפ נעם איך עס אן בערך אזוי:

איך האב שטארק הנאה אז די האסט מיר געזאגט מיין מעלה,
נאר ווי די ווייסט איז מיר אום מעגליך צי ווייזן אז איך האב עס אנגענומען,
בעט איך דיר נעם עס אן כאילו איך האב עס עקסעפטעט,
אין פארגעס נישט מארגן זאג עס מיר נאכאמאל,

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:01 pm
דורך קנאפער ידען
יא יא, עקסעפטן קאמפלימענטן איז א סקיל.

גראדע יא דא א שיינע פאר וואס ענטפערן (טאקע חצי סארקארסטיש... אבער...) "ס'איז דא פארוואס!"

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:06 pm
דורך דער מענעדזשער
ווען עס איז באמת סוקסעס איז עס ווי דו זאגסט

צומאל איז דא דער געפיל, איך ווייס יא וואסערע פלאפס עס איז געווען... און די קאמפלימענט איז זייער אומבא'טעמ'ט אנצונעמען אין אזא פאל.

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:28 pm
דורך גראבע ליגנער
ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:56 pm
לאמיר זיך אביסל אדורך שמועסן אחי ורעי,
טראכט אריין צו די ביזט שוין אמאל געווען אין איינע פון די פאלגענדע סיטואציעס, (אדער עכ''פ עפעס ענליך),
די האסט אראנדזשירט א גרויסע משפחה טריפ, פאר דיר און דיין משפחה און אלע דיינע געשוויסטער מיט זייערע משפחות,
אדער די האסט מסביר געווען עפעס פאר דיין חברותא בטוב טעם ודעת אזש ער האט ארויס א גאר שווערע סוגיא מיט א געוואלדיגע קלארקייט,
אדער די האסט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט א דרשה אזאנס און אזעלכעס, אז די זאל איז געווען געשפאנט, טויט שטיל, און געשלינגען יעדעס ווארט מיט דארשט,
הצד השוה שבהן, האסט סיי וואספארא זאך געטון פאר א יחידת אדער א רבים תאון ס'געווען א סוקסעס בעזרת השם,
יעצט די טבע איז אז די האסט הנאה צו מיטהאלטן וויאזוי מען האט הנאה פון דיינע טאלאנטען און/אדער אויפטוהנגען נישט אזוי?
די ווארטסט אויף די אנערקענונג אז מ'זאל איינזעהן ווי געלונגען/געטריי די ביזט,
גערעכט?
פיין דאס איז אלעס זייער נארמאל אזוי איז א מענטש, דאס גיבט אים די כח למפרע, צו האבן געטון די פעולה וואס די האסט געטון,
אלעס פיין און וואויל,
איין קשיא האב איך נאר אויב די ווארטסט אזוי שטארק אויף די אנערקענונג? דעלמאטס פארוואס ווען דיין שוואגער/חברותא/שווער/דרשה הערער וכו',קומט אריבער צו דיר און זאגט דיר בערך דאס פאלגענדע: וואוו איך האב זייער הנאה געהאט, די האסט אסאך טאלאנטען ,די ביזט א געלונגענע אינגערמאן ,אדער בערך עפעס אזא לשון,
וועט דיין רעאקציע זיין בערך אזוי ,
אראפקוקן אויף די ערד ,
א קליינע רוק מיט איינס פון דיין פיס,
און זאגן א שטילע עה... קלייניגקייטן, וואס האב איך שוין געטון?
אדער וועסטו גאר אינגאנצן פארדרייען די שמועס צי א צווייטע נושא,
אדער גאר ווערן ברוגז, לאמיר אפ לאמיר לעבן ,
אדער ענטפערן ציניש איך בין געלונגען ?אין וואס וועט זיין מיט דיר?
(רוב מענטשן טוען די ערשטע אבער ווענדט זיך אין וועלכע סיטואציע),
איז רבש''ע איך פארשטיי נישט, וואס דא גייט פאר,
די ווארטסט דאך און די גייסט אויס פאר אביסל אנערקענונג, פארוואס קענסטו נישט נעמען דעם קאמפלימענט ווי א מענטש?
וועל איך דיר זאגן.......
ליידער זייער אסאך פון אונז האבן אין זיך אביסעלע פון דעם שמינית שבשמינית (אכט מאל אכט ניין?),
און סלאזט זיך גרינג זאגן אז נאך א סיי וואספארא סוקסעס די האסט געהאט איז עס אפשר אביסעלע מער צושפילט יא ?
פיין ווען די איד קומט דיר געבן א קאמפלימענטת דיין שמינית שבשמינית נאגט דיר דארט פון אינעווייניג,
און זאגט דיר דאס פאלגענדע:איך גיי מיך אראפלאזן אזוי טיף? און ארויסווייזן קלאר פאר דעם חברהמאן אז איך דארף דעם מענטשליכע אנערקענונג?
ס'פאסט נישט פאר דיר זיך אזוי אראפצולאזן פארשטאנען מענטשעלע מיינס ?
דאס איז די פשוטע תי' אויף אונזער קושיא,
נעמען א קאמפלימענט ווי א נארמאלע מענטש, איז כאילו ארויסווייזן שוואכקייט פאר יענעם,
און דיין הויעך געשעצטער מענטשעלע דארטן אינעווייניג, ערלויבט דאס נישט .פינטל.
והא לך לראי' אז איך בין גערעכט,
ווען די הערסט זיך אונטער בשתיקה וויאזוי צוויי מענטשן רעדן צווישן זיך איבער דיין סוקסעס ביסטו זאט און צופרידן, אז די קענסט אהיים רופן קענסלן דיין סאפיר פאר היינט,
דו''ק וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט,
נו איך מיין ס'איז גאנץ א פיינע ארטיקל,
איך זעה נישט בשעת די לייקסט, ממילא מיין מענטשעלע לאזט עס צו, נו גיב א לייק איך דארף אנערקענונג אויף מיין ארבעט הצלחה,
האסט א שטארקע פוינט! ס'איז רוב מאל אמת! מ'דארף טאקע אויסלערנען וויאזוי מ'עסט עס...

אבער, ס'דא מענטשן וואס האבן עפעס א געוויסע מין נאטור דיר צו מאכן פילן מורא'דיג ביליג ווען זיי געבן דיך א קאמפלימענט...

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:54 pm
דורך ערד_עפל
אמת'ע נקודה.

מענטשן מיינען אז ער פראוועט עניוות ווען ער ווארפט אפ א קאמפלימענט. אבער די אמת איז זיין גאוה ביזן דאך.

אבער וואס פשט אין אזא נאמען? אזויפיל @ווייטאג האסטו?

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:10 pm
דורך טעוועליך
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:54 pm
אבער וואס פשט אין אזא נאמען? אזויפיל @ווייטאג האסטו?
וואס איז פשט אין אזא קבלת פנים? אזא @פאטעטא קאפ האסטו?
@ווייטאג לאז דיר נישט פון די חברה
@פאווייטאג האט בשעתו אויך באקומען קאלטס און ווארעמס אבער האט למעשה ציגעגעבן א ים !!!
◄ ווייז ספוילער
קעפל: שלום עליכם - עליכם שלום
פארווייטאגט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:10 pm
בערל קראקאווער האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
איך דארף דא אריינקומען און פאדערן א ברייטען אויפנאמע, אדער איך קען מיר שפירן כחלק מהחבורא אהן מודיע זיין אז איך בין דא?
מאך דיך נישט נעריש, הער אויף זיין פארווייטאגט, ס׳העלפט נישט גארנישט, קום אריין פאזעטיוו, וועט אלעס ארום זיין פאזעטיוו בעזרת השם יתברך.

א פרייליכער און לעכטיגער תמיד!
האסט אמאל פראבירט?
אוי ווי עס ארבייט.

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:36 pm
דורך פארווייטאגט
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:10 pm

ווער האט צוגעגעבן א ים?

נעה, איך דארף דען דאס קאמפלימענט? מיינסט כ'בין א קליין קינד?

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:47 pm
דורך טעוועליך
פארווייטאגט האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:36 pm
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:10 pm
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:54 pm
אבער וואס פשט אין אזא נאמען? אזויפיל @ווייטאג האסטו?
וואס איז פשט אין אזא קבלת פנים? אזא @פאטעטא קאפ האסטו?
@ווייטאג לאז דיר נישט פון די חברה
@פאווייטאג האט בשעתו אויך באקומען קאלטס און ווארעמס אבער האט למעשה ציגעגעבן א ים !!!
◄ ווייז ספוילער
קעפל: שלום עליכם - עליכם שלום
פארווייטאגט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:10 pm
בערל קראקאווער האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
איך דארף דא אריינקומען און פאדערן א ברייטען אויפנאמע, אדער איך קען מיר שפירן כחלק מהחבורא אהן מודיע זיין אז איך בין דא?
מאך דיך נישט נעריש, הער אויף זיין פארווייטאגט, ס׳העלפט נישט גארנישט, קום אריין פאזעטיוו, וועט אלעס ארום זיין פאזעטיוו בעזרת השם יתברך.

א פרייליכער און לעכטיגער תמיד!
האסט אמאל פראבירט?
אוי ווי עס ארבייט.
ווער האט צוגעגעבן א ים?

נעה, איך דארף דען דאס קאמפלימענט? מיינסט כ'בין א קליין קינד?
פאר איין מינוט שטיי איך געפלעפט וואס קומט זיך מיר דעם ריספאנס
אבער נאכדעם פלוץ פלצתי

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:17 pm
דורך מיטלייד
דאס אפווארפן א קאמפלימענט קומט לאו דוקא פון גאוה, עס איז נאר זייער קאמפליקעיטעיט וויאזוי צו ריעקטן און וואס צו זאגן, @טעוועליך האט שוין געברענגט דא א מהלך וויאזוי עס אנצונעמען,
אבער וואס וואלט טאקע געווען די ריכטיגסטע וועג צו ענטפערן און צו עקטן נאך א קאמפלימענט?

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:30 pm
דורך מאיר מאניש
זייער שיין און קלאר!!
אבער איך מיין אז עס קען אויך אמאל קומען פון קאמפלעקס אז מען טראכט צי יענער מיינט עס אמתדיג צי נישט מילא מען ווייסט נישט וויאזוי צי רעאגירן.

Re:

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:32 pm
דורך ווייטאג
מאיר מאניש האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:30 pm
זייער שיין און קלאר!!
אבער איך מיין אז עס קען אויך אמאל קומען פון קאמפלעקס אז מען טראכט צי יענער מיינט עס אמתדיג צי נישט מילא מען ווייסט נישט וויאזוי צי רעאגירן.
אמת אמת סקומט אי''ה א הערליך שיינע ארטיקל אויף די סוגיא פון קאמפלעקס איך האף נעקסטע וואך

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:48 pm
דורך בן כלבא שבוע
זייער גוט געשריבן

די תירוץ איז אז קאמפלימענטן און אנערקענונג זענען צוויי באזונדערע זאכן לגמרי. איך האב עס נישט קיין כח מסביר צו זיין יעצט, אבער די צוויי איז לא קרב ולא פגע.

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 8:55 pm
דורך שעטנז
ווי ענטפער איך אין אזא צייט.... יישר כח פאר די קאמפלימענט!

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:38 pm
דורך ארטיסטיש
זייער גוט...
מיר דארפן נאך אזעלכע ווייטאג געשרייבעכצער...

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:58 pm
דורך אפגעגאלט
@ווייטאג

איך וויל זיכער

viewtopic.php?p=5183600#p5183600

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:27 pm
דורך איינס
זייער גוט געזאגט.

איך האב געהערט אמאל א שמועס פון ר׳ פנחס ברויער (איינע פון די קרבתנו שיעורים) צולייגט ער די פראבלעם, בתוך הדברים האט ארויס געברענגט ווי ווייט עס גייט. א מענטש גליטש זיך אויס קומען אנדערע פארבייגייער און ווילן אים העלפן זיך אויפשטעלן. זייער אסאך מאל וועט דער געפאלענער זיך אנרופן ״נע, ס׳גוט, איך בין אקעי, ס׳גארנישט געשען״. ווייל א מענטש קען זיך נישט זען אלץ דער שוואכער, ״איך בין אראפ געפאלן און איך דארף הילף?! ניין נישט איך!״

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:30 pm
דורך עפעס אזוי
דער ווייטאג קאנק שטיקער

קיפ אן

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:10 am
דורך אפגעגאלט
איינס האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:27 pm
זייער גוט געזאגט.

איך האב געהערט אמאל א שמועס פון ר׳ פנחס ברויער (איינע פון די קרבתנו שיעורים) צולייגט ער די פראבלעם, בתוך הדברים האט ארויס געברענגט ווי ווייט עס גייט. א מענטש גליטש זיך אויס קומען אנדערע פארבייגייער און ווילן אים העלפן זיך אויפשטעלן. זייער אסאך מאל וועט דער געפאלענער זיך אנרופן ״נע, ס׳גוט, איך בין אקעי, ס׳גארנישט געשען״. ווייל א מענטש קען זיך נישט זען אלץ דער שוואכער, ״איך בין אראפ געפאלן און איך דארף הילף?! ניין נישט איך!״

Re: Re:

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:10 am
דורך אפגעגאלט
ווייטאג האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:32 pm

אמת אמת סקומט אי''ה א הערליך שיינע ארטיקל אויף די סוגיא פון קאמפלעקס איך האף נעקסטע וואך
שפאן מיר מיט ווארטונג...

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:11 am
דורך אפגעגאלט
בן כלבא שבוע האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:48 pm
זייער גוט געשריבן

די תירוץ איז אז קאמפלימענטן און אנערקענונג זענען צוויי באזונדערע זאכן לגמרי. איך האב עס נישט קיין כח מסביר צו זיין יעצט, אבער די צוויי איז לא קרב ולא פגע.
אפשר שאפסטע כח?

כ'וויל הערן

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:41 pm
דורך פשוט און גראד
צ/ק @ווייטאג יישר כח!!! כ’גלייך זייער די טאפיקס, מהלך, שפראך, לייק!!

נאר צוצוגעבען..
פון א אנדערע קוק ווינקעל, האפענטליך, אפשר קען עס ברענגען אביסעלע קלארקייט.. שרייבען איז ביי פאר נישט מיין סטראנג פוינט, כהעל טרייען דאס בעסטע אי"ה

ווי יעדע זאך, איז דא א נותן און א מקבל (ס’נישט קאמפליצירט)

בנידון דידן;
די אינגערמאן וואס סערווירט עפעס/איינעם וואלט זיך געדארפט פרעגען, וואס זיין דריוו איז, ביהיינד.
די קאמפלימענט אישו איז א אינדיקעיטער אויף עפעס א צומישקייט פארדרייט טיף אין די מחשבה, געפיל.

למשל; צוגיין צום עמוד, לאמיר נעמען צוויי ביישפילען.

1. חלישט צוצוגיין פאר אנערקענונג וכד’
2. דזוסט וועגען מ’האט איהם געבעטען נאטורליכערהייט

די נומער איין מהלך;
אזוי ווי טיף אין זיין הארץ ווייסט ער וואס די טריגער פון זיין ניד, אבער ער איז נישט ארענטליך מיט זיך אליינס, און ער וועט עס פארענטפערען מיט אנדערע תירוצים, וועט עס זיין אין די ענד זיין א אפגעפרעגט, א קאמפלימענט דערנאך וועט נישט קענען אוועקנעמען די ווייטאג (וואס די צומישקייט ברענגט) אויף זיך אליינס, (למחצה לשליש ולרביעה).

נומער צוויי מהלך,
איז א סימפעל טרענזעקשען. ער וועט אפשר הנאה האבען (למחצה לשליש ולרביעה) פון די קאמפלימענט, אבער ס’וועט איהם נישט זיין לעבענסוויכטיג.

אין שארט ווארדס, ס’דא א משכחת אז דער נותן איז עכט דער מקבל, אין ס’איז נאר בדרך כבוד פון טרעפען א וועג צו זיין א מקבל. דוק ותשכח

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:48 pm
דורך ווייטאג
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:41 pm
צ/ק @ווייטאג יישר כח!!! כ’גלייך זייער די טאפיקס, מהלך, שפראך, לייק!!

נאר צוצוגעבען..
פון א אנדערע קוק ווינקעל, האפענטליך, אפשר קען עס ברענגען אביסעלע קלארקייט.. שרייבען איז ביי פאר נישט מיין סטראנג פוינט, כהעל טרייען דאס בעסטע אי"ה

ווי יעדע זאך, איז דא א נותן און א מקבל (ס’נישט קאמפליצירט)

בנידון דידן;
די אינגערמאן וואס סערווירט עפעס/איינעם וואלט זיך געדארפט פרעגען, וואס זיין דריוו איז, ביהיינד.
די קאמפלעקס אישו איז א אינדיקעיטער אויף עפעס א צומישקייט פארדרייט טיף אין די מחשבה, געפיל.

למשל; צוגיין צום עמוד, לאמיר נעמען צוויי ביישפילען.

1. חלישט צוצוגיין פאר אנערקענונג וכד’
2. דזוסט וועגען מ’האט איהם געבעטען נאטורליכערהייט

די נומער איין מהלך;
אזוי ווי טיף אין זיין הארץ ווייסט ער וואס די טריגער פון זיין ניד, אבער ער איז נישט ארענטליך מיט זיך אליינס, און ער וועט עס פארענטפערען מיט אנדערע תירוצים, וועט עס זיין אין די ענד זיין א אפגעפרעגט, א קאמפלימענט דערנאך וועט נישט קענען אוועקנעמען די ווייטאג (וואס די צומישקייט ברענגט) אויף זיך אליינס, (למחצה לשליש ולרביעה).

נומער צוויי מהלך,
איז א סימפעל טרענזעקשען. ער וועט אפשר הנאה האבען (למחצה לשליש ולרביעה) פון די קאמפלימענט, אבער ס’וועט איהם נישט זיין לעבענסוויכטיג.

אין שארט ווארדס, ס’דא א משכחת אז דער נותן איז עכט דער מקבל, אין ס’איז נאר בדרך כבוד פון טרעפען א וועג צו זיין א מקבל. דוק ותשכח
גראדע די ארטיקל דא האב איך געשריבן פאר סתם המון עם אידן וואס האבן גארנישט קיין קאמפלעקס אישו קוק מיין קאמפלעקס ארטיקל און די נאכפאלגענדע תגובות וואס איך שרייב פאר דעי אידןhttps:// www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5208912#p5208912

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:52 pm
דורך פשוט און גראד
בל"נ מגיימיר עס ליינען. כ’האב דיין מפתח אויף בוקמארקד. הערליכע שיינע סחורה.

ס’געווען א טעות די ווארט קאמפלעקס, געמיינט צו שרייבען קאמפלימענטס. שוין געטוישט

Re: ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:54 pm
דורך ווייטאג
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:52 pm
בל"נ מגיימיר עס ליינען. כ’האב דיין מפתח אויף בוקמארקד. הערליכע שיינע סחורה.

ס’געווען א טעות די ווארט קאמפלעקס, געמיינט צו שרייבען קאמפלימענטס. שוין געטוישט
שטערקסטע קאמפלימענט עווער אז דו אדער עני באדי שרייבט זיך איין אין מיין מפתח שכח סגעט מיר חיזוק

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: