פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

עס איז דא א שאלה וואס נאגט מיר שוין אויפן געדאנק א היפשע וויילע ,
ווי באקאנט הויערט ביי אונז אין ניו יארק א גזירת חינוך ה''י,
יעצט וויאזוי די רעגירונג פלאנט זיך ארייצונמישן אין אונזערע מוסדות, ווייס איך נישט פונקטליך,
אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי ס'קען זיין אז זיי זענען נישט אויפגעקומען מיט א פשוט'ע געזעץ,
וואס אויב זאלן זיי דאס טוהן קענען זיי ח''ו אונטערברענגן רוב פון אונזער חינוך סיסטעם,
איבער וואספארא געזעץ רעד איך?
אויב זאל זיין א געזעץ וואס וועט זאגן דאס פאלגענדע:
א יעדע קינד ''מיז'' לערנען אין א מוסד וואס איז נישט ווייטער ווי פינף מינוט צו וואקן פון זיין הויז,
טראכט אריין וואספארא שרעקליכע קאנסעקווענצן אזא געזעץ וועט האבן,
א' פרייטאג וועט אויטאמאטיש מער נישט זיין קיין חדר, פארוואס?
לויט ווי איך פארשטיי פון מיין אינגעלע, באשטייט די פרייטאג'דיגע טאג, פון,
פארן אויפ'ן באס,
נאכדעם גייט מען אין בית הכסא,
און נאכדעם גייט מען צוריק ארויף אויפ'ן באס,
דריי שעה מסודר, אין מ'קומט שוין אהיים,
משא''כ אויב יעדער לערנט נעבן זיין הויז איז נישט דא מער קיין באסעס נו אין בית הכסא קען מען דאך גיין אינדערהיים אויך, שוין פרייטאג וועט מער נישט זיין קיין חדר,

ב' ווי איז מען מחנך אונזערע קינדער צו די ענין פון פסח'דיג מאכן?
נישט אין חדר, די גאנצע בנין הת''ת ווערט פארקויפט אין חמץ,
משא''כ די באסעס האבן שוין פון פאר פורים די באקאנטע ''נישט ארויפברענגן קיין חמץ סיין'' אויס מיט פסחדיג מאכן,

ג' מצוה צעטליך מאן דכר שמי'?
וועלכע אידישע שטוב האט מען דען צייט צו שרייבן מצוה צעטליך ?
נאר וואס דען ? אז מ'ווארט שוין סייווי אויפן באס, קען מען שוין קאטשקענען אויפן פאפיר ווי וואויל יענקי איז געווען (וואס דען ער איז נישט געווען וואויל?),
ד' וכן הדין לגבי זה קלי ואנוהו ווען דען האט מען צייט צו אנשפריצן די דיפעדידא אויף די פאות אויב נישט ווען דאס קינד האלט שוין איין פוס אויפן באס ?
ה' מבינים האלטן אז דאס קען אפי' אונטערברענגן די אידישע עסן מארקעט אויך, ווייל וואס וועט דען דאס אידענע מאכן פאר נאכטמאל אויב מ'טרעפט נישט די שכנטע ביים באס צו קענען בארגן די טאמאטע פאר די סאלאט,
מיט דעם נייעם סיסטעם וועט דער עולם פשוט קויפן אסאך ווייניגער ווייל די שכנים וועלן מער נישט בארגן אזוי סאך
עס איז דא נאך אסאך נושאים וואס דאס קען אפעקטירן ,
ווי לדוגמה, אלע פראטעסטן און מאנהעטן וועט זיך ענדיגן אויב די מוסדות האבן נישט קיין באסעס,
אבער אונז וועלן עס יעצט לאזן ביי דעם ,
נו פארוואס טוען זיי עס טאקע נישט?
האב איך גערעדט מיט די הויכע פענסטער האבן זיי מיר מסביר געווען די פשוטע סיבה דערצו,
די איינציגסטע סעקולארע לימוד וואס מ'לערנט ביי חסידים מיט א ערנסקייט,
איז די לימוד פון קאלירן,
דאס איז דאך יסודות, איך גיי אויף די גרינע באס, אבער ווען איך גיי צו מומע לאה דארף איך גיין אויף די פינקע, און מושי באבי איז אויף די געלע , אונז גייען מופן (ווער געדענקט נאך אזא זאך ?) פון די בלויע צו די בארדאו,
יעצט אויב נעמט מען אוועק די באסעס פאלט אוועק די איינציגסטע סעקולארע לימוד,
דאס איז די סיבה !!!
א לייק ביטע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנגעהויבן טריקי, פיין גע’באס’ט צום שמייכל...
גריק יאגורט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

רעד מיר נישט איין אז שמירת עינים און ברוקלין איז גרינג אבער אפי' סנישט גרינג קען איך נאך אלץ מיטן אייבערשטענס הילף
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »


קוקט אויס ווי די ביסט א באס דרייווער אדער גאר א באס רבי.
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:55 am

קוקט אויס ווי די ביסט א באס דרייווער אדער גאר א באס רבי.
נישט ווי א גוטע שרייבער ?נאר ענדערש ווי א באס רבי ?
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ווייטאג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:10 am
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:55 am

קוקט אויס ווי די ביסט א באס דרייווער אדער גאר א באס רבי.
נישט ווי א גוטע שרייבער ?נאר ענדערש ווי א באס רבי ?
זייער א פיינע שרייבער. וואס געדענקט גוט די קרישקעלעך פון א חדר באס.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

גיייייייייט
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:17 pm
גיייייייייט
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט אויב די קענסט דיר מסביר זיין ?
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

ווייטאג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:24 pm
האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:17 pm
גיייייייייט
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט אויב די קענסט דיר מסביר זיין ?
גיט, כך הוא מנהג המקום כשרוצה לומר שהוא טוב מאוד עיין כאן , אין דאס איז אויכט א קאמפלימענט ועוד ועוד
לעצט פארראכטן דורך טעוועליך אום זונטאג יוני 23, 2024 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ווייטאג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:24 pm
האסטו וועסטו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:17 pm
גיייייייייט
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט אויב די קענסט דיר מסביר זיין ?
אז כ'האב שטארק הנאה געהאט פון איינער ווערק

גיט, אבער כ'האב אריינגעשטיפט אפאר אידן אינדערמיט...
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

🤣🤣🤣


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

ezgif-2-d78aad480b.png
ezgif-2-d78aad480b.png (17.93 KiB) געזען 666 מאל
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

צ.ק. ס'איז א סירוועס פאר האטליין אייגענטומער...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »




וזה שאמרו ז"ל.. בת תחילה.. אז מ'הייבט דעם טאג מיט א נסיעה אויפ'ן באס.. סימן יפה לבנים..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:26 pm



וזה שאמרו ז"ל.. בת תחילה.. אז מ'הייבט דעם טאג מיט א נסיעה אויפ'ן באס.. סימן יפה לבנים..
איר וואוינט אין לאנדאן אז איר זאגט באס מיט א פתח?
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'בין א רוסישע און כ'זאג בת מיט א קמץ..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גוט געשריבן!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: פארוואס דארף די רעגירונג א גזירת חינוך??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”