אינטרעסאנטע אויפדעקונג
נעכטן דאנערשטאג איז אויפגעדעקט געווארן אין די לינקע מידיע א באריכט איבער וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין די שעות ארום די אפמאך וואס האט געזאלט באשטעטיגט ווערן דורך די רעגירונג מיט די חמאס גרופע איבער'ן באפרייען די האסטידזשעס.
די הסכם וואס איז געווארן באריכטעט בעפאר די יעצטיגע, אומגעפער א חודש צוריק, האט באדייט פארשידענע איינצומונגען אין די מלחמה אין אויסטויש פון באפרייען א צאל פארכאפטע אין עזה. אין די לימיטעד מלחמה קאבינעט האט דער פרעמיער מיניסטער נתניהו אויפגעדעקט די פונקטליכע דיטעיל'ס פון די אויפגעקומענע דיעל מיט חמאס, די קאבינעט האט דן געווען אין די נושא, און ס'איז געבליבן אז מ'גייט ווייטער דערמיט.
דער פינאנץ מיניסטער בצלאל סמוטריץ איז בדרך לא דרך געוואר געווארן די דעטאלן איבער די אפמאך, טראץ וואס ער איז נישט פון די געצוימטע מלחמה קאבינעט, און ביי די זיצונג מיט די ברייטע קאבינעט האט ער אויסגעשריגן אז ער שטעלט זיך דערקעגן און איז נישט גרייט צו מיטגיין מיט אזא אפמאך. נתניהו איז ווי פארשטענדליך זייער אנגעצויגן געווארן איבער דעם, און איינס אזייגער אויפדערנאכט האט ער זיך געטראפן מיט סמוטריץ, און סמוטריץ איז געווען זייער שטייף איבער זיין מיינונג, און ס'איז נישט געווען קיין וועג אים צו ברעכן.
קורץ דערנאך האט זיך דער ראש ממשלה פארבינדן אויף זום מיט די הויכראנגיגע פיגורן וואס זענען פארפליכטעט איבער די אפמאך, און זיי געזאגט אז מ'קען נישט ווייטער גיין דערמיט, און ער געבט נישט זיין מאנדאט דערצו, דערביי האט ער געזאגט אז דער וואס האט ארויסגעליקט די אינפארמעישן דערפון פאר די מידיע דארף מען אפירנעמען, און ער איז שולדיג אז ס'איז אפמאך, צוליב וואס דאס מאכט אונז אסאך שאדן אז מ'רעדט אין די מידיע איבער די דעטאלן פון די אפמאך, ווייל דאס וועט אנציען אסאך קעגנער, און דערצו וועט סינוואר האבן צוטריט דערצו און וועט נישט געבן זיין שטימונג דערויף. די פארשידענע העכסטע פיגורן אויפ'ן טעלעפאון האבן געטרייט צו ערקלערן אז בעצם איז ער גערעכט אז ס'מאכט אן גרויסע שאדנ'ס די ליק צו די מידיע, ווארון מ'טאר נישט צוליב דעם אויסלאזן די געלעגנהייט אויסצופירן די אפמאך, און מ'מוז גיין ווייטער דערמיט, ביבי האט אבער קלארגעשטעלט קליפ און קלאר אז ס'איז נישטא פון וואס צו רעדן און ער געבט נישט זיין מאנדאט, און דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
בני גאנץ און גדי איינזקוט זענען געוואר געווארן איבער די גאנצע אויסברויך און האבן אויפ'ן טעלעפאון געזאגט פאר נתניהו אז ס'איז די לעצטע געלעגנהייט פאר אזא אפמאך, און מ'מוז דאס אויספירן, אבער נתניהו האט זיך ווייטער געהאלטן שטארק מיט זיין באשלוס אז ס'איז נישטא פון וואס צו רעדן. און דארט האט זיך געענדיגט די גאנצע נושא ווען די דיעל איז אראפ פון טיש.
די אויפדעקונג ברענגט גרויס אויפברויז ביי יעדן, ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז די סיבה ווא ס אונז שטיי מיר יעצט ביי אזא שוואכע און שרעקליכע אפמאך אינגאנצן נישט לטובת מדינת ישראל, איז נאר צןליב דעם וואס ביבי האט נישט געקענט שטיין קעגן די דריק פון בצלאל סמוטריץ, און דעריבער פארווישט די פאריגע הסכם. פון אפיס פונעם פריים מיניסטער איז נישט געקומען קיין קלארע ענטפער איבער דעם, אבער אויך נישט קיין לייקענונג.
צו ס'איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער אזוי פארקויפן די לינקע רעפארטער'ס...