איך דארף קינדער!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

ס'איז א דינסטאג נאכמיטאג ווען אשת ר' חיים שטייט מיטן אפווישטעך אינעם רעכטן האנט און מישט דאס קליין טאפ מיטן לינקן האנט בשעת וואס פון אירע אויגן רינען אראפ איין טרער נאכן אנדערען. פון מאל צומאל קען זי נישט נאכלויפן די געיעג און די טרערל גליטשט זיך אראפ אירע באקן און ווערט אויסגעמישט מיט די היינטיגע נאכטמאל וואס זי קאכט פאר איר מאן..
נישט קענענדיג אזוי ווייטער קאכן, לייגט זי אראפ די אפווישטעך, זעצט זיך צוריק אראפ ביים שוואך ביילאכטענעם טיש און הייבט אן ווייטער צו זאגן שטייט מיט תמימות איין פסוק נאכן אנדערען תהילים.

זי האט שוין סייווי אויפגעגעבן אויף די טרערן. זי לאזט אירע טרערן גליטשן אויף אירע נאסע באקענעס, איר האנט טוט איר שוין סייווי וויי פון ווישן, און אירע אויגן זענען שוין צוריבן פון אזויפיל מאל ווישן די אויגן.. יעדע פאר מינוט לייגט זי אריין א האלב נאסע טישא צווישן די פעידזשעס און גייט צוריק צו איר טייערע נאכטמאל וואס זי קאכט פאר איר מאן.

פון די אנדערע זייט שטייט ר' חיים אין ביהמ''ד מיט א געלע נאסע תהילים און שעפשעט איין קאפיטל נאכן צווייטן. פון צייט צו צייט כליפערט ער הויעך אויפן קול, נישט קענענדיג איינהאלטן זיין צער און פיין. ביז א האלבע שעה דארף ער שוין אהיימגיין צו זיין שיין אויפגערוימטע ציכטיגע הייזקע, ליידער איז נאך נישט דא ווער ס'זאל מאכן שמיץ און אויסגיסן שפילצייג אויף די ערד... ר' חיים זאגט יעדען טאג פאר זיין ווייב אז פון זעקס אזייגער נאכן ארבעט ביז נאכטמאל גייט ער לערנען זיין טעגליכע שיעור אין חסידישע ספרים. אבער אנשטאטס א חסידיש ספר מאכט ער אויף א ספר תהילים.

ר' חיים האט זיך אויפגעוועקט פון זיין שטילע געוויין ווען זיין טעלעפאון האט זיך צוגלינגען, אויף די אנדערע זייט הערט ער זיין ברודערס פרייליכע שטימע. זיין יונגערע ברודער האט נארוואס געבוירן זיין דריטע קינד און לאדנט אים איין צו די וואכנאכט היינט נאכט און צום ברית מארגן. ר' חיים גיסט ארויף אויף זיין שטימע א פרייליכע געמיט. אבער א ציפ געבט ער אים עס אין הארצן. מארגן האב איך א וויכטיגע אפאונטמענט ביי א טייערער דאקטער און ער קען עס נישט פארפאסן. עסקנים האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו שאפן די נויטיגע געלטער אז דעי אפאונטמענט זאל צושטאנד קומען און ער קען דאס נישט פארפאסן.

ר' חיים האט אנגעוויטשן זיין ברודער אז זיין ברודער זאל מיינען אז ער גייט קומען צום ברית. ער האט נאר געהאפט אז זיין ברודער האט שכל ווי אים צו מכבד זיין ביים ברית. זיין ברודער האט אבער געוויסט ווי שטארק ס'טוט וויי פאר ר' חיים און ער האט שנעל אפגעענדיגט די שמועס.

ר' חיים איז אנגעקומען אהיים צו זיין שטילע שטוב. ר' חיים האט געגעבן צוויי איידעלע קלאפעס אויפן טיר אז זיין ווייב זאל וויסן אז ער קומט אריין. מער ווי איין מאל האט ער שוין געהאט די פלאפ און אריינגעוואקט אינדערהיים אן קלאפן, און ער האט געטראפן זיין ווייב זיצן אין וויינען ביי די תהילים.

זיין ווייב האט אים געגעבן די פארציע נאכטמאל, פארשטייט זיך ר' חיים האט גלייך באמערקט די רויטע נאסע אויסגעוויינטע אויגן. ס'איז שווער געווען צו באהאלטן. פונקט אזוי האט ר' חיים'ס ווייב באמערקט ר' חיים'ס אויגן וואס איז נישט געווען ווייניגער רויט ווי איר'ס.

ר' חיים איז איבערגעגאנגען נאכאמאל די פלענער פאר מארגן, ווען מ'פארט ארויס און וואס פארא זאכן מ'דארף מיטנעמען, ווען א קלאפ אין די טיר האט איבערגעהאקט זייער וויכטיגע שמועס. ביים טיר איז געטאנען זייער שכן מיט א קערידזש. ר' חיים'ס ווייב האט גלייך געוויסט וואס זי גייט בעטן. און אזוי ווי זי האט זיך פארגעשטעלט האט זי זיך גענומען מסביר זיין אז זי דארף אמערדזשענסי לויפן צו א חבר'טעס חתונה, און זי קען בעביסיטן איר קינד.

וויפיל צער און פיין ווואס זי האט געהאט אנגעזאמלט אין איר האט ארויסגעשאסן אויף איין מאל. זי האט זיך גענומען ביטערלעך וויינען. פארוואס דארף איך אייביג נעמען יע עמס קינד? פארוואס קען איך נאכנישט האבן דעי פראבלעם פון זוכן א בעביסיטער? ווען וועל איך שוין קענען האלזן מיין אייגן קינד?..

*****
ב''ה די אפאונטמענט איז אריבער, און זיי האבן באקומען גאר גוטע נייעס אז ס'איז דא א וועג וויאזוי זיי צו העלפן אבער... דא קומט אריין די אבער וואס באגלייט א יעדע צווייטע פארפאלק מצפים לישועה הערט.. ס'גייט אפקאסטן שווערע געלטער!.

אבער.. יעצט איז א אבער פאר אייך ליינער. אבער ב''ה היינט איז דא ארגאניזאציעס וואס קענען ארויסהעלפן מיט דעי שווערע חלקים. מ'דארף אבער נאר צוקומען צו אייער הילף. דא אויפן וועלטל איז דא א ניק @אזוי גאר! וואס האט מקדיש געווען זיין זיבן טויזענטע תגובה צו ארויסהעלפן די הייליגע ארגיניזאציע בוני עולם. אבער ער קען נאר ארויסהעלפן מיט וויפיל ער האט. ער דארף צוקומען צו אונז אז אונז זאלן אויכט צולייגן א פינגער און געבן געלט פאר דעי קאמפיין.

אלנפאלס, דריקט דעם לינק דא צו די דעזעגנירטע אשכול און געבט אפ אייער ברייטע נדבה. קינדער? נעקסטע יאר!!

אין די זכות פון צדקה זאל פון ענק קיינער נישט וויסן וואס ס'מיינט. און אלע פארפעלעקער וואס ווארטן אויף א ישועה זאלן געהאלפן ווערן בקרוב מיט זרע של קיימא.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

שיין געשריבען. בארירענד.
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

זייער שיין געשריבן!!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

די טוסט א שטארקע השתדלות המצוה!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

@חיריק געוויסט די קענסט מאכן לאכן.
אבער מאכן וויינען ?! דאס האב איך נישט געוויסט.
זייער שטארק געשריבן.
ס'זכות זאל דיר ביישטיין. און עמער פראבירן זיך משטתף זיין כפי היכולות.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:21 pm
@חיריק געוויסט די קענסט מאכן לאכן.
אבער מאכן וויינען ?! דאס האב איך נישט געוויסט.
זייער שטארק געשריבן.
ס'זכות זאל דיר ביישטיין. און עמער פראבירן זיך משטתף זיין כפי היכולות.
אינעמתן אריין שטייט דאך מצוה גדולה להיות בשמחה.. האבעך דא געגעבן ביידע. וועסט מאכן איינעם בשמחה מיטן געבן געלט..
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הערליך.👌


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

הייליג גערעכט!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

מייין הארץ אין טאש וויינען מיט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

חיריק שטארק ארויסגעברענגט
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

יוי נעבעך...

"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8924
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייער שיין געשריבן

היבש מוגזם...
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: איך דארף קינדער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOW
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”