זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

זאל איך ווייטער שרייבן ?

יא יעדן טאג איך גיי מיר איינשרייבן און דיין אשכול
20
23%
יא פון מאל צו מאל זאלסטו שרייבן
21
24%
יא שרייב איך גיי זיך אבער נישט איינשרייבן אין דיין אשכול
39
45%
ניין א שאד די צייט די טויגסט בכלל נישט צו שרייבן
7
8%
סך הכל שטימען: 87

ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

חברה איך האב די וואך אנגעהויבן צו שרייבן דא אויפן וועלט
ב"ה איינס פון מיינע ארטיקלען דעי זענען גלייך ארויפגעשטיגן אויבן פונעם לייטער
למעשה עס זעהט נישט אויס אויף מיין היינטיגע ארטיקל דעי זאל גיין אזוי שטארק סאו איך דארף דעסיידען זאל איך שרייבן נאך ? למעשה מיין קאפ ווירבלט מיט געדאנקען
אבער איך וויל נאר ארבעטן אויב דער עולם איז אינטערעסירט סאו וואס איז דיין מיינונג דערויף ?
גיב א ליין דא
און זאג וואס די האלטס צו איך זאל ממשיך זיין
אנטשולדיגס איך בין טאקע זייער טאלאנטפול ב''ה (אזוי מיין איך ) אבער איך האב נאכמער קאמפלעקס (דאס ווייס איך )
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

אוי געוואלד @ווייטאג נישט אזוי!!!

געוואלדיג שב'געוואלדיג!!!

(טאקע נאכנישט געלעזט אלע, אבער די שפייאכטץ איז שוין דא!)
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

שכח מעיד מיי דעי
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

ווייטאג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:11 pm
שכח מעיד מיי דעי
אז דו מאכסט דעיס [תרתי משמע] אידעך הכרת הטוב - א חוב..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

איך האב זייער הנאה געהאט!!

שכויעך, און קיעפ איט אופ!!!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
יוד
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

צ"ק

שרייב לויט וויפיל די צייט ערלויבט דיר, און לויט וויפיל דו שפירסט אז עס איז דיך וויכטיג אויסצוגעבן דיינע טאלאנטען.

אויב וועסטו שרייבן נאר לויט וויפיל דו טראכסט דער עולם וויל, וועסטו נישט זיין זיכער וואס צו טון און דו וועסט בויען ווייטער די קאמפלעקס...

לאז דיר אפ! אז דו שרייבסט גוט האט די עולם הנאה. נישט אלס ווען מ'האט הנאה לייקט מען. נעם נישט אן פאר עפעס ראנג ווען מ'לייקט נישט. לייג נישט דיינע מחשבות אויף דעים. פויקעס מער אויף דיינע טאלאנטען. אסאך הצלחה!
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

יוד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:23 pm
צ"ק

שרייב לויט וויפיל די צייט ערלויבט דיר, און לויט וויפיל דו שפירסט אז עס איז דיך וויכטיג אויסצוגעבן דיינע טאלאנטען.

אויב וועסטו שרייבן נאר לויט וויפיל דו טראכסט דער עולם וויל, וועסטו נישט זיין זיכער וואס צו טון און דו וועסט בויען ווייטער די קאמפלעקס...

לאז דיר אפ! אז דו שרייבסט גוט האט די עולם הנאה. נישט אלס ווען מ'האט הנאה לייקט מען. נעם נישט אן פאר עפעס ראנג ווען מ'לייקט נישט. לייג נישט דיינע מחשבות אויף דעים. פויקעס מער אויף דיינע טאלאנטען. אסאך הצלחה!
ביזט א צדיק אי''ה אויב שרייב איך ווייטער קומט אי''ה א שיינע באשרייבונג אדער עטליכע איבער די מיטמאכענישן פון א קאמפלעקס איד סדא זייער אסאך וואס צו רעדן כש''כ נאכן אנהייבן שרייבן דא
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

אפשר זאלסטו טוישען דיין @ווייטאג ניק צו א מער פאזעטיווע ניק וועסטו דיר אנקוקען מער פאזעטיוו און נישט דארפען צוקומען צו דעת הקהל.
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

Zeltzer האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:26 pm
אפשר זאלסטו טוישען דיין @ווייטאג ניק צו א מער פאזעטיווע ניק וועסטו דיר אנקוקען מער פאזעטיוו און נישט דארפען צוקומען צו דעת הקהל.
קוק איין תגובה ארויף חוץ פון דעם ארבעט איך אויף א הערליכע ארטיקל מיט די הסבר פון מיין ניק
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

יעצט געליינט אן ארטיקל פון דיר. זייער פיין!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

די שרייבסט גאר גאר גאר גוט.

איך וואלט דיר אבער געראטן אביסל מער אויסצושפרייטן פון איין ארטיקל צום אנדערן אזוי וועלן עס מער מענטשן זעהן און ס'וועט אנציען מער
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

טייערע יונגערמאן, אז דו וועסט פיטערן דעם קאמפלעקס וועט עס ערגער ווערן, דעמאלטס וועסטו נישט זיין בארואיגט אונטער 200 לייקס און אזוי ווייטער.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ביסט פון די זעלטענע גוטע שרייבער וואס איך האב נאר באגעגנט.
יעדע ארטיקל איז שפאנענד און דראמאטיש.
יעדע ליין האט פארשלייערטע הומאר.
נישט פלעינע סלענג מיט אויסגעטראפענע אויסדרוקן ארויסצושלעפן אן אויספלאץ...
---
דאכט זיך אז דיינע ערשטע פּאָר ארטיקלען זענען געלאפן אויף אן אנדער שניט אינגאנצן.
יענע טאפיקס זענען מסתמא מער עפרישיעיט ביים עולם
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דו שרייבסטו געוואלדיג א גרויסן שכוח

אויב איך מעג עס זאגן בדרך אפשר אפשר דארפסטו לייגן בעסערע קעפלעך וואס זאל מער ציען די ליינער און אויך זאגן קלאר וואס די ארטיקל פארקויפט נישט עס לאזן בדרך code...
שבת שטוב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:24 am

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת שטוב »

fiena nieas האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:05 pm
דו שרייבסטו געוואלדיג א גרויסן שכוח

אויב איך מעג עס זאגן בדרך אפשר אפשר דארפסטו לייגן בעסערע קעפלעך וואס זאל מער ציען די ליינער און אויך זאגן קלאר וואס די ארטיקל פארקויפט נישט עס לאזן בדרך code...
איך שטום צו דערצו
דיינע ערשטע ארטיקלען האבן געהאט זייער גיטע קעפלעך
משא"כ די לעצטע -וואס איז אויך זייער א גיטע- קוקט אבער אויס פונעם קעפל ווי אביסל א .... נושא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

צ/ק

זיכער יא.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

@ווייטאג זיכער יא
א מענטש וואס האט טאלאנט דארף עס ארויס געבן
און אפילו נישט אייביג באקומסטי אסאך לייקס דארפסטי וויסן אז רוב מענטשן לייקן נישט
און איך האלט זאלסט שרייבן א יעדער פאר טעג
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

קיינער קען דיך נישט צווינגען צו שרייבן,
זאלסט אבער וויסן איין זאך,
מיר קוקן ארויס אויף דיינע זאכן...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

כ'קען שוים קוים ווארטן אויפ'ן ארטיקל וואו דו שילדערסט אלעס ארום דעם אנקעטע.

בפרט ווי אנגע @ווייטאג ט האסט געפילט נאך די 3 הארצלאזע וואוטס אויף די פערטע אפציע...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

געוועלט פון מאל צי מאל, איך האב זייער הנאה צו ליינען אייערע געשרייבאכצער נאר איך בין אינטער אן השראה פון א לטע ארטיקל פון @הלבלר בקולמסו

קעפל: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?
. זעה דעים ספוילער ⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇⬇
◄ ווייז ספוילער
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 11:32 pm
◄ ווייז ספוילער
שלמה'לע מיט דוד יחזקאל זענען צוויי חברים, זיי וואוינען אויף די זעלבע גאס, און זיי גייען אין די זעלבע קלאס, צוזאמען גייען זיי אויפן באס, צוזאמען גייען זיי אין חדר, און צוזאמען זיצן זיי ביי פרישטאג. ביי ריסעס לויפן זיי נישט ארום מיט אלע קינדער, זיי זיצן צוזאמען פארשטעקט אין א ווינקל, און פארברענגען שטילערהייט צוזאמען, זיי טוישן זיך אויף פון די יאזנט, און פארטרויען זיך מיט די געהיימסטע סודות. ביינאכט פארברענגען זיי איינער אינעם צווייטנס הויז, און קענען שוין אלע געשוויסטער ביי די נעמען.
אויך אין קעמפ שלאפן זיי צוזאמען, און נאך נאכטמאל אויב זיי האבן נישט ליעב די עסן, וועלן זיי ביידע צוזאמען זיך אוועקזעצן עסן נאדל-סאופ. כמעט וואס זיי גייען שווימען אדער שפילן מיט אנדערע קינדער, און אמאל אמאל אז יא, וועלן זיי זיך אויך אנכאפן און גיין אינאיינעם.

דאס אלעס ביז יענעם מיטוואך. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס איז געשען, אבער עפעס ווי א שווארצע קאץ איז אדורך געלאפן צווישן זיי. שלמה'לע קומט שוין אליין אין חדר, און ביי פרישטאג זיצן זיי ביי אנדערע עקן טיש. אינאנהייב זענען זיי ביידע געזיצן אויף זייער פלאץ אנגעבלאזן און איינזאם, נישט רעדנדיג צו קיינעם, צוביסלעך האבן ביידע זיך געטראפן אנדערע חברים. היינט קענען זיי זיך שוין אמאל אמאל באגעגענען און רעדן איינער מיטן צווייטן. אבער צוריק ווי אמאל וועט עס שוין קיינמאל נישט ווערן. זיי שפירן אז די אמאליגע פריינשאפט איז געווען איבער די מאס, און היינט וועלן זיי שוין אנטלויפן דערפון, מיט אזא מאס, אז זיי ווייסן שוין נישט די גרעניץ.
***
די בארימטע פירמע עדווענטשור עלעקטעראניקס גרייט זיך אריבערצוציען צו א שפאגל נייער אויסשטאפירטער פערצן שטאקיגער היי-ענד פעסיליטי, אהערצושטעלן מיט די סטעיט אף די ארט טעכנאלאגיע און די פארגעשריטענסטע סופליי, ווי עס פאסט פאר א הויך-קוואליטעט פירמע אין צוואנציג-צוויי-און-צוואנציג.
דער באגאבטער מענדזשער מר. קעיוו קאלניער שטייט אין שפיץ פון די גרויסארטיגע אקציע, די טרעילארס קומען אן איינס נאכן צווייטן, און די מאסן שטאב פאקט ארויס און פירט די לאודס צו איר באשטימטער לאקאציע אינעם גיגאנטישן פעסטונג. די פיר נייע עלעוועיטאס ארבעטן נאן-סטאפ, פירן ארויף איין לאוד נאכן אנדערן איבערגעפילט ביזן שפיץ מיט די שווערסטע מאשינערי, גליטשט זיך די 14 שטאק געשווינד און געשמירט ווי פידל.

נאך דריי וואכן אזוי אנלאדענען די עלעוועיטארס מיט די אווערסייז לאוד העווי-דאטי מאשינען וויפיל ס'גייט נאר אריין, זעט מיסטער קאלניער אז די עלעוועטארס הייבן אן גיין מער פאמעליך, זייי הינקען אביסל אינטער און וואקלען זיך כסדר. נאך עטליכע טעג זעט ער ווי דאס איז געבליבן שטעקן אויפן צוועלעפטן פלאר אנגעלאדנט מיט שווערע געפעק. געשווינד הייבט ער אויף דעם טעלעפאון, און קלינגט אן צו מיסטער סמיט פון היי ספיד עלעוועיטארס, און ער שארפט זיך שוין די ציין אים צו דערלאנגען אזא מין פסוק, אזוי למען ישמעו ויראו...
אבער מר. סמיט פארלירט זיך נישט, "זאגט נאר סיר קעיוו, האט איר געקוקט וואס איז געווען די וואג פון די געפעק וואס איר האט ארויפגעלאדנט אויף דעם מאשין?"
"איר ברויכט פארשטיין אז ווען איר נוצט א מאשין, דארפט איר נאכפאלגן די אנווייזונגען, מיר האבן אייך אינסטאלירט די בעסטע היי-ספיד עלעוועיטארס וואס מיר פארמאגן, און דאס וואלט באדארפט זיך צו האלטן פאר א גוטע פערציג-פופציג יארן, כולן שוין לטובה. אבער דאס איז גוט ווען איר נוצט דאס מיט א מאס, איינמאל איר גייט אריבער דעם לימיט קענען מיר אייך גארנישט גאראנטיען..."
****
די גאלעריען און פארענטשעס זענען פול ביז ארויף, דער גאנצער סטאדיום שטייט געשפאנט, מען גייט אצינד ארויפרופן אויפן פאדיום דעם יונגן שטערן, דער ניי-באקרוינטער חזן, ער זאל ארויפקומען דער סאמע ערשטער מאל פארשטעלן זיינע געבענטשטע כשרונות פאר אזא פילקעפיגער ציבור.
דער פול-הארמאנישער קאפעליע הייבט אן מיט די ברומערייען, און דער יונגער חזן שפינהאלץ שטעלט זיך אוועק מיט א פעסטקייט. מיט זיין שטאלצער גענאק ארויסגעצויגן, און מיטן קאפ און דער הייעך, הייבט אן ציען מיט זיין זיסער שטימע, העכער און העכער, פלינק און געשווינד דרייט מיט שטימע ארויף און אראפ, די פארזאמלטע שטייען מיט די אפענע מיילער, און בייגן זיך מיט מיט זיינע קונצליכע מאנאווערעס. זיין שטימע גיסט נאסטאלגיע, זיין קרעכטס טוט שניידן דאס הארץ און די לוסטיגע אויספיר הייבט דעם עולם אין א טענצל.
און דאן קומט שוין אן דער שפיץ ער שפאנט העכער און העכער און העכער, ער פארט ארויף א נאך טאן און נאך אן אקטאווע, און גייט העכער און העכער ארויף ארויף. – די הארץ צאפלט אים שוין, אפשר איז ער נישט אויפן ריכטיגן טרעק, אולי גייט דאס נישט געלונגען – אבער ער זאמלט קוראזש, און גייט אריבער צום בריקל. ער זאמלט די ענערגיע און רואיגערהייט ציט די שטימע נידריג נידריג מיט א שוואכע שטילע טאן.... אטעמט טיף אריין. און דאן געט א שיס ארויף... מיט אלע כוחות... בונייייייייייייי אייייהה בונייייייי בוניייייי איייא אייי ----- און פון האלז קוויטשעט ארויס א פייף, ווי צו זאגן עד פה תבא...
ער האט אומבאמערקט פארווישט און צוגעענדיגט, צו די הילכיגע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע, וואס האבן זיך נאך געווישט די טרערן, פון געפיל און עקסטאז. אבער זיין שטימע איז מער קיינמאל נישט צורקגעקומען צו וואס עס איז געווען, ער האט עס איבערגעריסן, און דאס איז עס.
****
ווער ווייסט נישט וואס סוחי האט ליעב?? סוחי האט זייער ליב צו עסן פעטע שטיקער סטעיק מיט יאפציק!! און יעדער ווייסט עס, קיינער קען עס נישט מיסטעיקן. יעדער ווייסט שוין אז ווען סוחי קומט דארף מען צושטעלן לויט זיין טעיסט...
זונטאג האט זיין גרופ געמאכט א פארברענגן און ס'איז געווען צו רוקן און צו בריקן, שטייטסעך סוחי פארשטייט צו די אכילה, ער האט זיך אנגעפילט א טעלער אזוי גרויס ווי א דיסק פון א רעקארד פלעיער, און ער האט זיך געזעצט אכל'ען אז ס'איז געגאנגען א רויעך... מאנטאג זענען די חברה אין זשאב געגאנגען טשילן אויף א יאכט שיף, אויך דארט האט סוחי אריינגעריקט אפאר גאנצע בהמות, און צו-דער-זייט אויך זיין באליבטע יאפטשיק. די נעקסטע טאג האט ער געהאט א פשוטע סאפער אינדערהיים, אבער זיין אשת חיל האט שוין געוואוסט וואס ער האט ליב, אז ער פאלט שוין יא אמאל אריין צו א סאפער דארף מען דארך צושטעלן וואס ער ליעב, נא, גרייט מען צו אזא פיינעם געבראטענעם ריפ סטעיק מיט עטליכע סלייסעס יאפטשיק. די ש'כח נאכדעם איז ממש אין לשכוח... מיטוואך איז סוחי נישט מוותר אויפן מנהג צו עסן מילעכיגס כ'מיין? א מנהג איז דאך א מנהג, נישט אזוי?. ליל שישי האט שטולי געמאכט א בת נאכט, יאוי איז דעס געווען נעקסט לעוועל, סוחי איז ארומגעגאנגען דארט מיט די קאפ און הייעך און נישט געסטאפט צו רוקן, זיינע באקן האבן זיך שיר-נישט צוריסן. ווידעראום שבת ביי די סעודה, איז דאך א מצוה פון וקראת לשבת עונג... נו קען מען דאך נישט מוותר זיין, וואס שטעלט מען צו? אוודאי בשר ויאפטשיק וכל מטעמים...

ביז ס'איז געקומען איין גרויען זונטאג ווען חילי האט געמאכט זיין סיום אויף ספר תהילים, סוחי איז דאך הוקט-אפ מיט חיל..., און חילי לויםט צו מיט א גאנצער טעלער מיט יאפטשיק דערלאנגט פאר סוחי, און מיטאמאל באאפס... עס גייט נישט אריין...ער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, ער וויל נישט פארשעמען חילי, אבער עפעס האט ער זיך פארעקלט דערפון און פיניש, ער קען דאס נישט ארייננעמען אין מויל אריין... ער שפירט ווי ער האט שוין געריטשט די מאקסימום יאפטשיק וואס ער קען פארנעמען, און אצינד איז ער פארטיג דערמיט... עס האט נאך געדויערט א שיינע פאר מאנאטן ער זאל ווידעראמאל קענען קוקן דערויף.




***
יעדער דויערהאפטיגער חפץ וועט קומען מיט אינסטרוקציעס ווי דאס צו נוצן. און אויב פאלגט מען דאס נישט, איז דאס אומשטאנד קאליע צו גיין.
א גוטע זאך איז זייער גוט ווען מען ניצט דאס לויט די אנווייזונגען, אבער אויב וועט מען דאס איבערשטרענגען איז מען גאר אומשטאנד דאס צו פארלירן.
מאכט זיך אמאל אז עס קומט אונטער א געלעגנהייט צו טון גוטס, און דער מענטש טרעפט זיך באשעפטיגט מיט וואוילטעטיגע עסקים, אבער איין זאך דארף מען נאר אינאכט נעמען, אויב וועט ער אריבערגיין די מאס איז ער אומשטאנד אין א שיינעם טאג דאס גאנצע ענין איבערצולאזן.
ווייל ער האט נישט אנערקענט, אז מיטן נעמען אויף זיך מער וויפיל ער קען פארנעמען, טוט דער גאנצער מאשין גיין פייפן.
***

עס איז פארהאן אמאל חשובע יונגעלייט וואס באגעגענען זיך צום ערשן מאל אז אויפן טריפה'נעם פארצווייגטן געוועב, געפונט זיך א מקום מקלט, א ריין אפגעזונדערט קרעטשמעלע. מיט גרויס עקסטאז וועט ער דורכנישטערן דעם גאנצן סייט אין איין אטעם, און מיט אומפעט וועט ער ארויפפליען אויפן תגובה לייטער, ער וועט לויפן ברענגען נייעס און קליפטשעלעך צו וואס ער קען נאר, ער וועט האבן א מיינונג אין יעדן נושא און דעבאטירן לאנגע דעבאטעס אן אויפהער. און נאך צוויי וואכן יחון פליטתו...

פון די אנדערע זייט קען זיין לאנגיעריגע אקטיווע ניקס, וואס הייבן אן שפירן א מידעקייט אין די ביינער, ער פארמאגט שוין נישט די יונגע כוחות, און עס נעמט שוין ארויס פון די גלייכגעוויכט אנצוהאלטן מיט די זעלביגע פעסטקייט, און פלוצים אין א גרינעם דינסטאג ווערט ער פארשווענדן פון די ארענע.[/center]


דעריבער וויל איך זיך ווענדן מיט אט די ווערטער.

צו אייך חשובע ניק:
אויב טראכט איר, אז עס וועט גאנץ בקרוב קומען א טאג וואס איר וועט קלערן צו זיך אז: "אפשר טאקע איז שוין געקומען די צייט צו גיין פון דאנעט???"
דאן בעט איך פון אייך א קלייניגקייט. ביטע הערט שוין אויף שרייבן דא!!


איין מינוט... לאז אויסרעדן...
נישט הער אויף אינגאנצן... אבער לאז נאך אביסעלע...
עס וועט גארנישט געשען אז דו וועסט זען די נייעס מיט צוויי שעה שפעטער. אז דו וועסט יענעם לאזן הענגען אפי' ער איז דיר אביסל אריינגעפארן איז אויך גארנישט. אז דו וועסט נישט עספיען אריינצוכאפן די טעגלאשע קאכערייען בעפאר די מנהלים האבן דאס באוויזן צו פארמעקן, וועט נישט די וועלט אונטערגיין...


און איבער אלעם, פאפ דיך נישט, קען דיך אליינס. און נעם אויף דיינע פלייצעס פונקט וויפיל זיי קענען פארנעמען...

טאקע ווייל עס איז מיר זייער אנגענעם צו פארברענגען דא אינאיינעם, און איך בין זיך מחי' מיט דיינע תגובות.
טאקע דערפאר וויל איך נישט אז אין איין שיינעם טאג, זאל דאס פלוצלינג קומען צו א האסטיגער אפשטעל.
זייטיגע נאטיץ
נ.ב. מכאן ראיה א גיטע ארטיקל זיצט און קאפ און בלייבט דארטן אפילו יארן נאכדעם
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

זיכער יא!!

יעדע לייק איז דא נאך צען וואס האבן הנאה געהאט, יעדע תגובה איז דא נאך הונדערט.
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
יעצט די אלס מאן -דהיינו שכל- טראכסט גלייך אוי וויי עפעס באדערט איר לאמיך טרעפן א עצה,

דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זי וויל , פארשטיי מיך זי זוכט נישט קיין עצות,
עצה טובה... גיב א לייק פאר די וואס זענען מגיב אין דיינע אשכולות.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

בלייב מיט אונז, איך בעט דיר.
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

אויב דו שעפסט דיין חיות פון שרייבן דא מיט באקומען אפאר פארשטינקענע לייקס וכו’ דאן גיי צו טעראפי דו ליידסט פון א טיפערע פראבלעם, לערן מוסר ספרים און שעפ דיין חיות פון סתם זיין א איד!

משא”כ אויב ביסטו דא צו מהנה זיין אנדערע און דו האלטסט אז וואס דו שרייבסט קען ברענגן תועלת פאר א צווייטע איד דאן שרייב ווייטער אפי’ אויב ס’נאר איין איד וואס גייט הנאה האבן לוינט זיך עס
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: זאל איך בכלל ווייטער שרייבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 7:08 pm
אויב דו שעפסט דיין חיות פון שרייבן דא מיט באקומען אפאר פארשטינקענע לייקס וכו’ דאן גיי צו טעראפי דו ליידסט פון א טיפערע פראבלעם, לערן מוסר ספרים און שעפ דיין חיות פון סתם זיין א איד!

משא”כ אויב ביסטו דא צו מהנה זיין אנדערע און דו האלטסט אז וואס דו שרייבסט קען ברענגן תועלת פאר א צווייטע איד דאן שרייב ווייטער אפי’ אויב ס’נאר איין איד וואס גייט הנאה האבן לוינט זיך עס
יו אר טאטעלי ראונג!

ס'איז נארמאל אז איינער שרייבט און לייגט אריין כוחות אין אן ארטיקל צו פיהלן אז מענטשען האבען עס געליינט און האבען הנאה געהאט.

דאס מיינט נאך נישט אז פון דא שעפט ער זיין חיות... עס מיינט נאך נישט אז פארדעם איז ער אויפגעשטאנען היינט און געזאגט תחנון מיט והוא רחום....

ס'איז פשוט אנערקענונג אויף זיין ארבעט.

און אינגערמאן, ניין, נישט פאר יעדם לוינט זיך צו ארבעטן אויף אן ארטיקל כדי מהנה צו זיין איין איד...

פארשטייט זיך אז יעדער וויל מהנה זיין, אבער אלעס האט א פרייז, און ס'דארף זיך לוינען... פאר איין איד וואלט איך נישט געזעצן און געשריבן אן ארטיקל פאר א שעה...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”