איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (אלע 11 קאפיטלעך ארויפגעשטעלט)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:59 pm
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:12 pm
קעפל אלערט

אגב, פיין.
וואס הייסט קעפל אלערט?

(יישר כח)
אז ס'קומט נאך ארויף יעצט קאפיטל א'
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12162
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

שכח!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

שכח! סאבסקרייבט
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5227
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אלס אנטווערפענער געבוירענער
עפרישיעיט איך עס זייער
יישר כח
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:36 pm

נאך שמונה עשרה האט דער בעל תפילה געלאזט דעם עולם זאגן תחנון, און איינער פון די מנין האט אנגעהויבן פארפירן היתכן מען זאגט תחנון אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה (מסתמא האט יענער אויך געהאלטן פאר'ן שלאפן). ווען א צווייטער האט אים געענטפערט אז דער רבי אליין האט אויך געזאגט תחנון אין זיין מנין, האט זיך א פשעווארסקער תושב צעלאכט אויפ'ן קול, זאגנדיג: "מען קען ציילן אויף די פינגער די טעג וואס דער רבי זאגט תחנון איבער'ן יאר, ווילסטו מיר זאגן אז אין די טאג וואס ער מאכט חתונה האט ער געזאגט תחנון?" (אנדערע האבן פארטיידיגט, אז דוקא אין אזא טאג זאגט ער תחנון, צו ווייזן אז די וועלט שטעלט זיך נישט אפ ווען ער מאכט חתונה).

זיסע זכרונות פשערוואסק בתפארתו א פלאץ וואס מ'קען רוהיג אנרופן ראדני דאייראפע (אדער גאר פארקערט ראדני-פשערוורסק דאמעריקא)

קעמיר קוים ווארטן אויף חלק ג'
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:23 pm

ס'האט זיך געלוינט צו ליינען די גאנצע ארטיקל פאר די תחנון מעשה...
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:36 pm
פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:23 pm
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:36 pm

נאך שמונה עשרה האט דער בעל תפילה געלאזט דעם עולם זאגן תחנון, און איינער פון די מנין האט אנגעהויבן פארפירן היתכן מען זאגט תחנון אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה (מסתמא האט יענער אויך געהאלטן פאר'ן שלאפן). ווען א צווייטער האט אים געענטפערט אז דער רבי אליין האט אויך געזאגט תחנון אין זיין מנין, האט זיך א פשעווארסקער תושב צעלאכט אויפ'ן קול, זאגנדיג: "מען קען ציילן אויף די פינגער די טעג וואס דער רבי זאגט תחנון איבער'ן יאר, ווילסטו מיר זאגן אז אין די טאג וואס ער מאכט חתונה האט ער געזאגט תחנון?" (אנדערע האבן פארטיידיגט, אז דוקא אין אזא טאג זאגט ער תחנון, צו ווייזן אז די וועלט שטעלט זיך נישט אפ ווען ער מאכט חתונה).

זיסע זכרונות פשערוואסק בתפארתו א פלאץ וואס מ'קען רוהיג אנרופן ראדני דאייראפע (אדער גאר פארקערט ראדני-פשערוורסק דאמעריקא)

קעמיר קוים ווארטן אויף חלק ג'
ס'האט זיך געלוינט צו ליינען די גאנצע ארטיקל פאר די תחנון מעשה...
געלוינט האט זיך עס פאר יעדע ווארט
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

גרעיט עיגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:39 pm
געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:36 pm
פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:23 pm
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:36 pm

נאך שמונה עשרה האט דער בעל תפילה געלאזט דעם עולם זאגן תחנון, און איינער פון די מנין האט אנגעהויבן פארפירן היתכן מען זאגט תחנון אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה (מסתמא האט יענער אויך געהאלטן פאר'ן שלאפן). ווען א צווייטער האט אים געענטפערט אז דער רבי אליין האט אויך געזאגט תחנון אין זיין מנין, האט זיך א פשעווארסקער תושב צעלאכט אויפ'ן קול, זאגנדיג: "מען קען ציילן אויף די פינגער די טעג וואס דער רבי זאגט תחנון איבער'ן יאר, ווילסטו מיר זאגן אז אין די טאג וואס ער מאכט חתונה האט ער געזאגט תחנון?" (אנדערע האבן פארטיידיגט, אז דוקא אין אזא טאג זאגט ער תחנון, צו ווייזן אז די וועלט שטעלט זיך נישט אפ ווען ער מאכט חתונה).

זיסע זכרונות פשערוואסק בתפארתו א פלאץ וואס מ'קען רוהיג אנרופן ראדני דאייראפע (אדער גאר פארקערט ראדני-פשערוורסק דאמעריקא)

קעמיר קוים ווארטן אויף חלק ג'
ס'האט זיך געלוינט צו ליינען די גאנצע ארטיקל פאר די תחנון מעשה...
געלוינט האט זיך עס פאר יעדע ווארט
100%

איך האב געמיינט צו זאגן אזוי...

אפי' נאר פאר דעם, דיינו.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יישר כח פאר אונז נישט אנטוישן טראץ די נישט וואלידע דאקומענטן.
ווי דערמאנט דורך אנדערע זעהט מען עטוואס די פונאדערשייד פון די יארן צו אייערע לעצטיגער טאג-ביכער.
יישר כח נאכאמאל, מיר זענען איינגעשפאנט!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:23 pm
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:36 pm

נאך שמונה עשרה האט דער בעל תפילה געלאזט דעם עולם זאגן תחנון, און איינער פון די מנין האט אנגעהויבן פארפירן היתכן מען זאגט תחנון אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה (מסתמא האט יענער אויך געהאלטן פאר'ן שלאפן). ווען א צווייטער האט אים געענטפערט אז דער רבי אליין האט אויך געזאגט תחנון אין זיין מנין, האט זיך א פשעווארסקער תושב צעלאכט אויפ'ן קול, זאגנדיג: "מען קען ציילן אויף די פינגער די טעג וואס דער רבי זאגט תחנון איבער'ן יאר, ווילסטו מיר זאגן אז אין די טאג וואס ער מאכט חתונה האט ער געזאגט תחנון?" (אנדערע האבן פארטיידיגט, אז דוקא אין אזא טאג זאגט ער תחנון, צו ווייזן אז די וועלט שטעלט זיך נישט אפ ווען ער מאכט חתונה).

זיסע זכרונות פשערוואסק בתפארתו א פלאץ וואס מ'קען רוהיג אנרופן ראדני דאייראפע (אדער גאר פארקערט ראדני-פשערוורסק דאמעריקא)
דיסעגרי
כ'בין ביזי
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:39 pm
פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:23 pm
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:36 pm

נאך שמונה עשרה האט דער בעל תפילה געלאזט דעם עולם זאגן תחנון, און איינער פון די מנין האט אנגעהויבן פארפירן היתכן מען זאגט תחנון אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה (מסתמא האט יענער אויך געהאלטן פאר'ן שלאפן). ווען א צווייטער האט אים געענטפערט אז דער רבי אליין האט אויך געזאגט תחנון אין זיין מנין, האט זיך א פשעווארסקער תושב צעלאכט אויפ'ן קול, זאגנדיג: "מען קען ציילן אויף די פינגער די טעג וואס דער רבי זאגט תחנון איבער'ן יאר, ווילסטו מיר זאגן אז אין די טאג וואס ער מאכט חתונה האט ער געזאגט תחנון?" (אנדערע האבן פארטיידיגט, אז דוקא אין אזא טאג זאגט ער תחנון, צו ווייזן אז די וועלט שטעלט זיך נישט אפ ווען ער מאכט חתונה).

זיסע זכרונות פשערוואסק בתפארתו א פלאץ וואס מ'קען רוהיג אנרופן ראדני דאייראפע (אדער גאר פארקערט ראדני-פשערוורסק דאמעריקא)
דיסעגרי
אויף וואס? אויף ווען?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געשמאק, תודה!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:36 pm

דער בדחן ר' מענדל יאקאב האט זיך אויפגעשטעלט גראמען, אינמיטן איז דער סאטמארער דיין (זיידע פון חתן) אנגעקומען, און א ברוכים הבאים איז אריינגעפלאכטן געווארן אויפ'ן פלאץ (דאן האב איך געכאפט אז דאס איז נישט א בדחן וואס ליינט פונעם צעטל, נאר איינער וואס קען פאקטיש צושטעלן דעם גראם צום מצב). אינמיטן די גראמען שושקעט מיר אריין איינער פון הינטן איך זאל איבערגעבן 2 שטיקלעך קעיק פאר א איד וואס האט שוין נישט געגעסן פון אנהייב טאג. איך דריי זיך ארום און דערקען א קרוב משפחה וואס איז געקומען פון ניו יארק צו די חתונה, ער האט אבער געוויילט אין לאנדאן ביז היינט, און זיך ארויסגעלאזט מיט א ספעציעלן באס תיכף נאך שחרית. אבער אנשטאט דער וועג זאל דויערן 5 שעה פון ענגלאנד קיין בעלגיע, האט עס דאסמאל געדויערט 10 שעה! מיר האבן אים געמאכט א ווארע, און ער האט זיך דערכאפט דאס הארץ מיט די געבעקסן, בשעת ער דערציילט די שווערע טראפיק וואס האט זיי אויפגעהאלטן ביים אריבערקומען דעם טשאנעל קיין אייראפע.

המשך יבא אי"ה.
הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, זייער אינטערסאנט, ציענד, און דיטעיל ביי דיטעיל.

איין זאך נאר, וויאזוי מאכט מען א ווארע?
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

שטארק!! קום אריין מיט נאך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ג' - חופה, נטילת ידים און אנהייב סעודה - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ג' – חופה, נטילת ידים און אנהייב סעודה

מען גייט ארויס צו די חופה בשעה טובה ומוצלחת. איך האב זיך נישט אויסגעטאן דעם רעזשוואולקע ביים אנקומען צוליב עטליכע סיבות: 1. נישט געזען אויפ'ן מאמענט וואו מען הענגט דאס אויף אין זאל. 2. נישט געוואלט עס זאל פארלוירן גיין צווישן די מאסן הענגערס. 3. ביי די חופה וועט מען דאס דאך סייווי דארפן אנטאן. על כן האב איך זיך גלייך גענומען שפאנען אויף ארויס, וואו דער קאלטער ווינט איז מיר אקעגנגעקומען און אדורכגענומען די ביינער.

די חופה איז געווען אויף א הויכע פלאץ, אבער נישט קיין בימה. עס איז באשטאנען פון אייזערנע שטיגן ארויף צו א ברייטע טרעפ וואס האט געדינט אלס חופה, די טרעפ האבן געפירט צו די דאך פון די געביידע, וואס האט יעצט געדינט פאר אלע רבנים און מחותנים וואס האבן געוואלט שטיין סמוך ונראה צו די חופה שטאנגען, ווי אויך אלע נשים וואס זענען ארויסגעקומען פון די פרויען זאל וואס איז געווען אויפ'ן צווייטן שטאק פון די געביידע. (איך האב זיך נישט גענוג ערקלערט, לאמיר דאס פרובירן שילדערן מיט אנדערע ווערטער: די חתונה איז פארגעקומען אין א זאל וואס איז נישט אפיציעל פאר שמחות, עס איז זאגאר א גוי'אישע פלאץ און געפינט זיך הארט נעבן א פוסבאל שפיל פלאץ, מען זאגט אז די זאל איז א פארזאמלונג פלאץ פאר די שפילער פאר און נאך די שפיל, עס איז א צוויי שטאקיגע געביידע, וואס די אונטערשטע שטאק איז פיל לענגער און גרעסער ווי די אויבערשטע, און די פרויען מיט מחותנים זענען געשטאנען אויף די דאך פון די אונטערשטע שטאק וואס איז אויסגעקומען אויפ'ן זעלבן שטאק ווי די פרויען זאל).

מען האט אנגעזאגט דעם עולם זיך צו דערווייטערן פון די אייזערנע שטיגן, כדי אז מער און מער מענטשן זאלן קענען זען; הגם די שטיגן זענען געווען עטליכע שטאק הויך און מען האט סייווי געדארפט האבן שפאקטיוון צו קענען דערקענען מענטשן אויפ'ן אויבערשטן שטאק. טראצדעם וואס איך בין געווען א שטיקל מחותן, האב איך נישט געזוכט קיין כבוד, און זיך אויסגעמישט מיט'ן געזעמל אונטן אויף די ברייטע שטח וואס איז געווען שטויביג און מאראסטיג פון די רעגנס וואס פארלאזן נישט אנטווערפען והגלילות.

די אינגלעך האבן געמאכט א לעבן דורכאויס די גאנצע צייט וואס מען האט געווארט אז חתן-כלה זאלן ערשיינען. הארט נעבן דעם חופה איז געווען דער סטאדיום, דער סטאדיום גופא איז געווען פארמאכט, אבער מען האט געקענט ארויפקריכן אויף א שפיציג בערגל נעבן די בליטשערס (בענק) פונעם שפיל-פלאץ. אלע קינדער האבן געוויזן קונצן, ארויפקריכנדיג אויף דעם כמעט-גראדן בארג וואס איז געווען באוואקסן מיט גראז, טייל האבן זיך געקענט האלטן און אנדערע האבן זיך אראפגעקוילערט, הכלל קיינער איז נישט געווען לאנגווייליג. (קולות האבן זיי אבער געמאכט ווי דער שטייגער פון קינדער וואס האקן א טאג, און מען האט זיי עטליכע מאל געדארפט פארשטילן צו קענען הערן די ברכות אדער ניגונים ביים חופה).

עס האט געדויערט א וויילע ביז דער חתן און מחותנים זענען ערשינען, און דערווייל האב איך זיך ארומגעדרייט און באטראכט די פרעמדע פנימ'ער, וואס רוב זענען געווען געסט פון לאנדאן און לאקאלע איינוואוינער פון אלע שיכטן און קרייזן. מען האט געקענט דערקענען אויף די אינגלעך אז זיי לערנען אפילו נישט אין די היימישע תלמוד תורה'ס, אבער אז עס איז דא א שמחה אין שטאט איז יעדער א מחותן. (טייל קינדער האבן אפילו גערעדט מיט די עלטערן אויף פלעמיש! דאס איז פילייכט גאר א מאדערנע קרייז, א שטייגער ווי ביי אונז די פלעטבושער אידן).

דערווייל איז שטיל געווארן און דער חזן האט אנגעהויבן פארזינגען די חופה ניגונים. דער וועטער איז געווען שטארק קאלט, אפאר גראד אונטער נול (צעלסיוס...), און מיין שכן האט זיך געווערטלט מיט מיר אז איך וואלט אים געמעגט אנטאן מיין ווייסע שאל (ער איז געשטאנען דארט אן קיין מאנטל). איך האב אין אנהייב נישט געוואוסט אז ער מיינט עס ערנסט און איך האב איינגעהאלטן דעם מאמר 'חייך קודמין', שפעטער האב איך אבער געהערט ווי ער חזר'ט דאס איבער פאר א צווייטן, האב איך זיך געכאפט אז עס וואלט גלייך געווען אים צו באדעקן אביסל מיט'ן שאל, דאן איז שוין אבער געווען כמעט נאך די גאנצע חופה און עס איז נישט צושטאנד געקומען למעשה.

מען האט פארגעזינגען אפאר ווארעמע ניגונים, און מיין מיטשמועסער האט זיך געגעבן א רוף אן אז עס איז נישט קיין קליינע מאמענט, דען דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע איז דאך דא! (איך האב זיך דערמאנט אז דער קבלת-פנים בדחן האט עפעס ערווענט, אז חתן-כלה זענען נאך פילייכט אין די צען דורות פון רר"א זי"ע, מען קען דאס אויסרעכענען אין על הצדיקים פארום...) איך האב געכאפט א קיצל דערפון, זיך אויסגעדרייט צום חופה און מיטגעזינגען מיט התעוררות.

דער מיטשמועסער איז נישט געווען קיין צווייטער ווי מיין ידיד ר' ... וועלכער איז מיט א 2 יאר עלטער פון מיר, און דינט אלס ראש הכולל ביי די ... נאכט כולל. ער איז א מתמיד עצום און תורה שרייבער, און איך האב שוין אפגעקלאפט פאר אים הונדערטער בלעטער אויף פארשידענע סימנים אין שולחן ערוך, אריינגערעכנט רוב הלכות נדה. דער סיבה פארוואס ער האט זיך געפינען ביי די חתונה, איז צוויי-פאכיג: 1. ער איז א תלמיד חביב און נאנטער ידיד מיט'ן מחותן ר' ירמי' פרידמאן שליט"א. 2. ער איז אן איידעם ביי ר' ... נ"י, פון די נאנטסטע מענטשן ביי האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

א דריטער מיטשמועסער איז געווען ר' ... נ"י פון מאנטשעסטער, וועלכער איז אלע יארן געווען א שאפראנער תלמיד, און פירט היינט אן א ניסל פאבריק אין ענגלאנד. מיר האבן ארומגעשמועסט וועגן זיין פרנסה, זיין לאנגע נסיעה צו די יעצטיגע חתונה (ווי ערווענט פריער). ער האט מיר איבערגעגעבן א גרוס פון מיין חבר ר' ... פון מאנטשעסטער, און איך האב מיט אים צוריקגעשיקט א גרוס צום זעלביגן.

סידור קידושין איז געווען דער סאטמארער דיין (אדער ראב"ד - ווי אנדערע רופן אים), דער זיידע פון חתן. מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן (דאכט זיך) ר' יעקב יוסף הלברשטאם שליט"א - רב דקהל בית חיים יושע, דער שוואגער פונעם ראב"ד וואס איז געקומען צו פארן צו די חתונה האלטנדיג אינמיטן א נסיעה אויף מקומות הקדושים. אלס עדי כתובה און עדי קידושין זענען מכובד געווארן פארשידענע נגידים פון איבער די וועלט, אריינגערעכנט ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן און אנדערע. די ברכות געדענק איך נישט ווער עס האט פארגעזאגט, ברכה אחריתא האט געזאגט דער זיידע פון חתן, הרב משאפראן שליט"א (זצ"ל). (דער פשעווארסקער רבי האט גארנישט גענומען פאר זיך).

נאך די חופה האט דער רבי אנגעווינטשן פאר אלע פארזאמלטע און מען האט זיך גענומען אריינגיין אין זאל, צו כאפן א פלאץ אויף די סעודה.

ווי נאר דער רבי האט אנגעווינטשן די פארזאמלטע האב איך זיך צוגעשארט צום נאנטסטן טיר, ווייל איך האב בשעת די חופה געהאט א געלעגנהייט צו באטראכטן דעם עולם, און איך האב אנגעהויבן דאגה'ן 'אנה יכנס כל הפשתן הזה' אין דעם קליינעם זאל. נישט אז איך בין געווען הונגעריג, ווי ערווענט האב איך געהאלטן נאך א טעימה קלה מיט קאווע אין שול ארום 6 אזייגער, און א שיינע איבערבייס ביים קבלת פנים אנדערטהאלבן-צוויי שעה דערויף, אבער דער סדר איז - ביי מיר זיכער - אז ווען איך געפין זיך נישט נאנט צו מיין פריוואטע פרידזשידער אדער גראסעריי, וועל איך זיכער מאכן טועם צו זיין יעדע וויילע, ווייל מען קען דאך נישט וויסן ווען די קומענדיגע סעודה וועט אויסגעפאלן.

געפין איך זיך אלזא צווישן די מענגע מענטשן וואס שטראמען/שטורעמען אריין אין זאל צו כאפן א זיץ בעפאר עס ווערט איבערגעפילט. נישט ווייט פון מיר האט זיך טאקע אפגעפינען א טיר און מיט ווינציג ארבעט בין איך אריינגעשטופט געווארן מיט די מאסן צום חתונה זאל, וואס איז אינדערצווישן שיין איבערגעדעקט געווארן מיט לענגליכע טישן לענגאויס דעם גאנצן זאל, אויך דער חלק וואס האט פריער געדינט אלס קבלת פנים אויפנאמע זאל.

די מאסן האבן זיך געשטופט צו די וואסער לייטונגען זיך אפצואוואשן די הענט בעפאר די סעודה, אבער דאס גוי'אישע זאל האט נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע סינקס, און עס האט זיך אנגעהויבן טאן א געשטופעכץ און געלויפעכץ אהער און אהין. איך האב זיך געפינען אין א רייע מענטשן וואס זענען געשטאנען און געווארט זייער רייע זאל אנקומען זיך אפצואוואשן אין א וואסער אפלויף וואס ווערט געווענליך באנוצט פאר געשיר, די גאנצע סינק איז געווען אנגעלייגט מיט שמוציגע געשיר און קיין רעכט טעפל האט זיך נישט אפגעפינען אין די געגנט ארום, אבער מען דארף דאך נישט מער ווי א כלי קיבול, האט מען געכאפט וואס ס'איז אונטערגעקומען און זיך געוואשן דערמיט. די עסקנים האבן טאקע צוגעשטעלט שאכטלעך מצות מיט טעלערלעך זאלץ ביי אלע סינקס אינעם זאל (שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז מנהג אייראפע, און אפילו ביי די שבע ברכות וואס איז יא פארגעקומען אין א אידישע זאל וואו מען האט נישט געדארפט שפאצירן צופיל פונעם סינק ביז'ן בענקל, איז אויך געווען צוגעשטעלט המוציא מיט מלח).

ענדליך קומט אן מיין רייע און מיט די רעזשוואולקע אנגעטאן האב איך זיך געגעבן א גיס אפ די הענט, איך וויל אנהייבן מאכן די ברכה און... מיין ברודער געבט מיר בטעות א ריר אן די נאסע הענט. עס איז נישט געווען קיין רעדע צוריקצוגיין צום זעלבן סינק, וואס איז שוין געווען אקופירט פון אנדערע שטופערס, האב איך זיך א לאז געטאן זוכן א צווייטע סינק ביים אנדערן עק זאל, וואוהין די מאסן זענען נאכנישט אנגעקומען אינדערצווישנצייט.

די אנדערע סינקס זענען געווען פלאצירט אינעם בית-הכסא שטוב, די פרומערע האבן אויסגעוועלט צו גיין ביי די נשים בתי כסאות, ווייל יענע האבן כאטש פארמאכטע טירן און מען וואשט זיך נישט ממש אין די בית הכסא שטוב, אבער צוליב מאנגל אין פלאץ האבן זיך א גרויסע צאל מענטשן געוואשן אין די מענערישע בתי כסאות שטוב. אויך דארט איז געווען צוגעשטעלט מצה מיט זאלץ, אבער איך האב אויסגעקליבן נישט צו מאכן קיין ברכה אויף יענע מצות וואס זענען געלעגן נעבן די סינקס און דאדורך געווען אנגעווייקט מיט טמא'נע וואסער פון יעדנ'ס האנט.

נאכ'ן אפטרוקענען די הענט האב איך זיך צוגעשארט צו איינע פון די פינף לאנגע טישן וואס האבן זיך געשלענגעלט איבער'ן זאל אנגעגרייט מכל טוב וטוב. אסאך טישן זענען שוין געווען באזעצט דורך די חשוב'ע געסט און תושבי העיר, האב איך אויסגעזוכט א טיש וואו עס איז געשטאנען "משפחה". נישט אז די "משפחה" טישן זענען נאכנישט געווען באזעצט דורך חסידים ואנשי מעשה וואס זענען פלוצלינג פארוואנדלט געווארן אין פאמיליע-לייט מיט'ן חתן און די מחותנים, אבער דארט האב איך כאטש א טענה מען זאל מיך נישט קענען אויפהייבן פון ארט צוליב חזקה פלעצער אדער פריוויליגיעס, ווייל משפחה איז משפחה איז משפחה.

עס זענען געווען אנגעגרייט לענגליכע חלות מיט פארשידענע סארטן טונקעכצער, אנגעהויבן פון מאיאנעיז (וואס איז טאקע געווען צוגערישט ביי יעדע סעודה; מסתמא איז דאס שטארק מצוי אין יענע געגנטער און קומט אויס ביליגער ווי אנדערע טונקערייען) און געענדיגט ביי זויערע פיקל, קאול-סלאו און פיקל סאלאט.

צוביסלעך האבן זיך די בענקלעך אנגעהויבן אנפילן מיט אזוי-גערופענע משפחה, הגם קיינער פון די זיצער האט זיך נישט אנגעקערט מיט חתן-כלה אדער די מחותנים, אפילו אלס שלישי בשלישי. אקעגן מיר האט קונה שביתה געווען א טייערער איד פון לאנדאן מיט'ן נאמען ר' אברהם ברוין נ"י, וועלכער האט מיך אונטערגעהאלטן די גאנצע צייט מיט הערליכע סיפורי צדיקים און שיינע ענינים, בעיקר פון בית פשעווארסק וואו ער איז קענטיג שטארק מקושר. בתוך הדברים האט ער מיר גע'רודפ'ט פארוואס איך זיץ מיט'ן רעזשוואולקע אנגעטאן, און איך האב אים געזאגט אז איך האב עטליכע טעמים דערפאר, ווען דער אמת'ער טעם איז געווען אז איך וואלט גאנץ זיכער פארלוירן מיין פלאץ ביי די חתונה סעודה ביים ארויסגיין דאס אויפהענגען.

נעבן מיר איז געווען א ליידיגע בענקל, און א שאפראנער איד מיט'ן נאמען שישא איז צוגעקומען בעטן איך זאל אים האלטן דעם זיץ. זייענדיג א קארעקטער יעקער פון אויבערלאנד, האט ער זיך פארענטפערט אז ער איז א קרוב משפחה מיט'ן שאפראנער רב, און דערפאר וואגט ער זיך צו זעצן ביי די טישן וואס זענען רעזערווירט פאר משפחה (דאס תמימות און ערליכקייט פון די אריגינעלע שאפראנער אידן, וואו נעמט מען דאס).

מען האט אריינגעברענגט די פיש, אבער נישט א באזונדערע טעלער פאר איטליכן, נאר די סארווירער זענען ארומגעגאנגען מיט א טאץ פיש און אויסגעטיילט פארציעס אין די אנגעגרייטע טעלערלעך. צו מיין חלק איז אויסגעקומען א צעבראכן שטיקל וויידל מיט א רעפטל געפילטע פיש, וואס איך האב אנגענומען בתשואת חן, און זיך פרובירט באדאנקן דעם ערל אויף זיין שפראך "דאנק יו".

די סארווירער האבן אריינגעברענגט און פארטיילט די זופ, זיי האבן שווער געארבעט זיך דורכצושטופן צווישן די לאנגע שורות בענקלעך וואס זענען געווען ממש צוגעדרוקט איינס צום צווייטן פון אלע זייטן. די מוזיק האט געשפילט שיינע ניגונים, און פארשידענע זינגער האבן אונטערגעברימט. ר' אברהם ברוין האט מיר צוגעוויזן אויף מיינע שכנים ווער זיי זענען און וואס זייערע באשעפטיגונגען זענען; איינער איז געווען אן עלטערער איד מיט'ן משפחה נאמען אלעך, וואס ער איז ממש דער מושל בכיפה אין פשעווארסקער בית המדרש, אנפירנדיג מיט דעם מעכטיגן גמ"ח על שם ר' איציקל זי"ע. שפעטער האב איך געזען אז אלע עסקנים און קנאקערס אין בית המדרש דרייען זיך מיט טלית בייטלעך וואס ענדיגן זיך מיט "אלעך".
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5216
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ג' - חופה, נטילת ידים און אנהייב סעודה - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

שכח @לכאורה הערליך!

מאכסט מיר טראכטען אז איך זאל אראפשרייבען, אפילו פאר מיר אליינס, מיין נסיעה צו פשעווארסק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ג' - חופה, נטילת ידים און אנהייב סעודה - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פאלעסיידס האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:10 am
שכח @לכאורה הערליך!

מאכסט מיר טראכטען אז איך זאל אראפשרייבען, אפילו פאר מיר אליינס, מיין נסיעה צו פשעווארסק
(פרובירט צו לייקן, עפעס א שטרויכלונג אונטערגעקומען)

נו, אדרבה! גלייב מיר, דער עולם וועט זיך באלעקן - אויב איז עס נאר אפילו האלב אזוי אינטערעסאנט ווי די אנדערע תגובות דיינע
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ג' - חופה, נטילת ידים און אנהייב סעודה - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

פ''פ אלע דריי קאפיטלעך, ייש''כ
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ

ר' אברהם ברוין האט מיר דערציילט עטליכע אינטערעסאנטע פאסירונגען וואס ער האט געהערט אדער אליינס בייגעוואוינט ביי די אדמורי"ם לבית פשעווארסק: עס איז געווען אמאל חול המועד סוכות, און ר' יאנקעלע זי"ע איז ארויפגעגאנגען באזוכן אן אדמו"ר ישיש וואס האט געוואוינט אין אנטווערפען (נאכדעם וואס ר' משה אהרן רייך לרפו"ש האט זיך משדך געווען מיט יענעם רבי'נס א פלומעניצע). יענער רבי האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער, און איז אויך געווען א לאמער ל"ע, שפאצירנדיג אויף איין האלצערנע פוס. ביים ארויסגיין צום באזוך האט ר' יאנקעלע אנגעזאגט אז קיינער זאל נישט מיטקומען מיט אים אויסער די גאר נאנטע משפחה, ווייל ער וויל נישט אז יענער רבי וואס האט שוין געפירט אן עדה פאר'ן קריג אבער האט אלעס אנגעוואוירן זאל מקנא זיין דעם פשעווארסקער רבי'ן וואס שטאמט פון פשוט'ע אידן, אז ער דרייט זיך מיט מער חסידים ווי אים.

אנקומענדיג צו יענעם רבי'ן אין שטוב, האט זיך יענער פארענטפערט אז עס איז אים שווער ארויסצוגיין אין סוכה, ווייל מען דארף אדורכגיין א פענסטער און דאס איז א שווערע געשעפט פאר זיין האלצערנע פוס, אויף וואס ר' יאנקעלע האט אים בארואיגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו זיצן אין שטוב בשעת'ן באזוך. שפעטער האט מען אריינגעברענגט כיבוד, און ר' יאנקעלע האט געמאכט א ברכה און געטרונקן (אדער געגעסן א פרוכט) חוץ לסוכה!

ביים ארויסגיין האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אין סיביר האב איך נישט קיין לעק וואסער געגעבן חוץ לסוכה, אבער איך האב געהאלטן אז ער וועט האבן חלישות הדעת אויב איך וועל נישט עסן ביי אים האב איך געגעסן אן עראי חוץ לסוכה". (ר' אברהם ענדיגט צו: ווען איך האב איבערדערציילט דעם עפיזאד צו הרב אליעזר דוד פרידמאן (שליט"א)[זצ"ל] פון בעלזא-מאכניווקא אין לאנדאן, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז א שענערע מעשה ווי צען מופתים).

אויך האט ער דערציילט, אז ער איז אמאל געקומען צופארן קיין אנטווערפען אלס בחור און האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ווען ר' יאנקעלע האט אים געפרעגט וואו ער וועט שלאפן האט ער געענטפערט "דא", מיט די האפענונג אז ר' יאנקעלע וועט אים שוין פארשאפן עפעס א בעט וואו צו שלאפן כדרכו בקודש. כן הוה, ר' יאנקעלע האט אים צוגעוויזן א פלאץ אויף דער ערד אין זיין ספרים שטוב וואו ער וועט זיך קענען אויסרוען, ער האט זיך אבער אויסגענומען מיט אים א תנאי, אז האלב פינף פארטאגס מוז ער גיין אויפשפארן דעם דרויסנדיגן טויער ווייל מענטשן ווילן שוין קומען אין מקוה אריין. ר' אברהם זאגט אז ער האט נישט געקענט צומאכן קיין אויג א גאנצע נאכט צוליב דעם תנאי, ממש יעדע האלבע שעה האט ער געקוקט אויפ'ן זייגער אויב עס איז שוין געקומען די צייט אויפצושפארן דעם טויער, און בין גברא לגברא האט ער זיך געדארפט מאכן שלאפנדיג ווייל ר' יאנקעלע האט געווארפן בליקן צו זיין זייט יעדע פאר מינוט זיכער צו מאכן אז ער באטראכט נישט זיין לערנען אדער עבודת הקודש. ווען עס איז שוין ענדליך געווארן פיר אזייגער האט זיך ר' אברהם געגעבן א שטעל אויף פון דער ערד מיט'ן פלאן צו גיין עפענען דעם טויער, אבער ר' יאנקעלע האט אים אויסגעלאכט: עס איז שוין לאנג אפן...

אזוי זענען די מינוטן פון די סעודת החתונה דורכגעלאפן ווען איך שעפ מיך אן מיט אוצרות פון אינטערעסאנטע מעשה'לעך און אנעקדאטן, זכרונות און עובדא'לעך פון א מקור וואס שיינט צו זיין גאנץ קראנט. (ער האט עטליכע מאל באטאנט אז ער גלייבט נאר מעשיות וואס ער האט געהערט פונעם בעל העובדא זעלבסט אדער איינער וואס איז אנוועזנד געווען ביי די געשיכטע, און אלע מעשה'לעך זענען געקומען מיט נעמען איש מפי איש פון וועמען ער האט עס געהערט). ביז די גבאים האבן אנגעהויבן אויסרופן אז דער רבי דער מחותן שליט"א קומט אט אט אריין צו די סעודה, און יעדער זאל בלייבן אויפ'ן פלאץ.

דער מוזיק האט אנגעהויבן שפילן דעם וועלטס ניגון "קול רנה וישועה באהלי צדיקים", און אויפ'ן פלאץ האבן זיך אלע אויפגעהויבן און פארגאנגען אין א ריקוד, כאיש אחד בלב אחד מיט פרייליכע געמיטער. דער פשעווארסקער רבי איז אריינגעקומען און זיך געוואשן צו א גרויסע חלה, וואס ער האט אנגעזאגט מען זאל נישט צעשניידן אויף שיריים פאר'ן עולם, ווייל ער האט נישט געוואלט פראווען רבי'סטעווע פארנט פון זיינע מחותנים. (טראצדעם איז צו אונזער טיש אנגעקומען א שטיקל שיריים-חלה, וואס א צווייטער האט שפעטער געזאגט אז דאס איז מעגליך געווען דעם חתן'ס שיריים און נישט דעם רבי'נס).

בשעת דער רבי האט געגעסן די פיש האבן די סארווירער געטיילט פאר'ן עולם די פלייש, און אזוי ווי ביי די פיש זענען זיי אריינגעקומען מיט גרויסע טעצער און אריינגעשטעלט אביסל פלייש און די אנדערע געריכטן אין יעדעמ'ס טעלער (דאס איז שוין גראדע איינגעפירט אויך ביי פארשידענע אמעריקאנער זאלן). די גבאים האבן אויפגערופן ר' אביש בראדט נ"י פארצוזינגען א ניגון לכבוד די שמחה, און ער האט שטארק מהנה געווען דעם עולם מיט עטליכע ניגונים. (ער איז געקומען צופארן אלס גבאי ומנהל פון כולל חבת ירושלים וואס פירט זיך בנשיאות האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א). ווען ער האט אנגעהויבן דעם ניגון "אדרבה תן בלבינו" האט זיך איינער אפגערעדט אז דאס איז צו אן אלטע ניגון, אבער איך האב ערקלערט אז פילייכט וויל ער מעורר זיין דער זכות פון רבי ר' אלימלך - דער פארפאסער פון די ווערטער וועלכער איז גראדע א מחותן ביי די שמחה.

דערנאך איז געקומען די צייט זיך אויפצוהייבן און פארגיין אין א טאנץ ביים אנדערן עק זאל לכבוד החתן. די עסקנים האבן אויסגערופן אז יעדער זאל זיך אויס'שורה'ן אין א רייע אדורכצוגיין געבן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א, און האבן פארשפראכן אז יעדער איינער וועט האבן א געלעגנהייט אנצואווינטשן דעם רבי'ן בלי שום יוצא מן הכלל, באטאנענדיג אז עס איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי א פשעווארסקער חתונה אז מען זאל אפשטעלן די שורות בעפאר יעדער האט געהאט א שאנס צו זאגען לחיים (אויב מיינט איר אז איך חזר דאס צופיל מאל איבער, איז א סימן אז איר זענט נישט דארטן געווען...)

איך האב געמאכט דעם חשבון, אז אויב אזוי לוינט זיך מיר צו כאפן א רקידה מיט'ן חתן און די שושבינין, און שפעטער ווען די רייע וועט שוין זיין אביסל שיטערער וועל איך זיך געבן א שטעל צו דערצו און אדורכגיין. מיין חשבון איז טאקע געווען אן אמת'ער, ווייל די רייע האט זיך געשלענגעלט נאנט צו אנדערטהאלבן שטונדע אויפ'ן זייגער אן אויפהער, און אנשטאט טאנצן מיט לעבעדיגקייט ביים צווייטן האלב זאל, וואלט איך געשטאנען און זיך געשטופט און צום סוף אנגעוואוירן די גאנצע טענץ און שמחת חתן.

אינמיטן טאנצן האב איך געפינען צייט און געדולד אויסצוטון דעם רעזשוואולקע און דאס ארויסטראגן אינדרויסן פון זאל, וואו איך האב נאך געפינען א ליידיגע הענגער און דאס פלאצירט ביי א נומער וואס איך האב מיר פארצייכנט אין מח צו קענען טרעפן ביים אהיימגיין. אבער נישט איידער א פאטאגראפירער האט געכאפט א בילד פון מיין רוקן און זייט פונעם פנים בשעת די ריקודין מיט א רעזשוואולקע אנגעטון...

**

וואס א ניגון קען אלץ דערמאנען...

שוין ארום 15 יאר וואס איך באטייליג זיך נישט אין די סעודת הודאה-דינער כ"א כסלו פון די סאטמארער מוסדות, הגם איך באצאל ערליך מיין דינער-געלט במשך דעם יאר. היי יאר האבן זיי מיר ארויסגעצווינגען פון שטוב דורך קליינע קארטלעך וואס זיי האבן איבערגעגעבן פאר די מיידלעך צו געבן פאר די טאטעס, און 'וואס טוט מען נישט פאר די קינדער'... בין איך געגאנגען און געגעבן א שיינע נתינה ביים דינער.

אריינקומענדיג רופט מען אויף החזן יעקב יוסף שטארק נ"י צו זינגען חזנות, און דער ניגון וואס ער האט אראפגעלייגט איז געווען "טיהר רבי ישמעאל עצמו", וואס האט מיר דערמאנט אז אט דעם זעלבן ניגון האב איך לעצטנס געהערט, טאקע ביי א שבע ברכות אין אנטווערפען, דורך א איד וואס האט זיך איינגערעדט אז ער קען חזנות. אגב די מחשבה, האב איך מיך דערמאנט א הערליכע מעשה וואס איך האב געהערט ביי די סעודת החתונה, און עס איז מיר ארויס פון קאפ ביז יעצט.

ביי די סעודת החתונה האט מען מכבד געווען - אדער האט זיך אליין מכבד געווען - א איד וואס דרייט זיך אין פשעווארסקער בית המדרש, א פרייליך אידל וואס גלייכט צו זינגען און צו זאגן, זיין פאמיליע נאמען הייבט זיך אן מיט א ק. (ער האט א ברודער אין וויליאמסבורג וואס פירט א שיינע שטוב, אבער דער אנטווערפענער תושב איז א פאר'צרה'טער איד ליידער). האט מען געשמועסט דארט אין מיין שכינות, אז בשנים קדמוניות איידער ער האט געכאפט זיין בראך ל"ע, איז ער גראדע געווען אן איש מוצלח, און געהאנדלט אין די דיאמאנטן בערזע דארט אין שטאט. אויף דעם ארויף האט זיך אן עלטערער איד ביים טיש אנגערופן, אז ער האט א מעשה'לע צו דערציילן דערוועגן. (יענער איד - זאגט מיר ר' אברהם ברוין - איז שוין אמאל געווען מיט א פוס און א האלב אויף יענעם עולם, און בנסי נסים איז ער צוריקגעקומען).

ווי באקאנט איז אין פשעווארסק גאר א גרויסער ענין דער קנאבל געטיילעכץ אום מוצאי שבת, ווען מען שטופט זיך צו באקומען א שטיקל קנאבל אדער עכ"פ אנרייבן דעם רינדל פון די חלה דורך א קנאבעלע וואס איז פארטיילט געווארן דורכ'ן רבי'ן. אמאל אין א זונטאג צופרי שפאצירט דער אלטער איד אויפ'ן גאס, און דער חזן ק. שטעלט אים אפ און פרעגט אים אויב ער האט נישט פערצופאל ביי זיך א קנאבל פון מלוה מלכה. ער האט אים פרובירט מדחה זיין, אבער יענער האט זיך שטארק איינגעבעטן ביי אים, האט ער דורכגענישטערט זיינע טאשן און געפינען איין ציינדל וואס ער האט זיך אוועקגעלייגט אויף שמירה און הצלחה, און נאך פילע הפצרות האט ער דאס אהינגעגעבן פאר ר' ק.

יענע וואך - זאגט דער אלטיטשקער מיט א שמייכל - האב איך גארנישט געלייזט! און דער יעניגער ק. האט געמאכט א גוטן געשעפט פונקט יענע וואך...

איז ער דאך א פשעווארסקער חסיד מיט אלע מפרשים, איז ער אריין צום רבי'ן ר' יאנקעלע און אים דערציילט די גאנצע געשיכטע. ר' יאנקעלע האט אים אויסגעהערט און זיך אנגערופן: "עס איז געווען דיין קנאבל און דו וואלסט עס אים נישט געדארפט געבן!" -- עד כאן המעשה.

צוריק צום טאנצן. דער שפילער הייסט ר' יעקב יוסף בראנדסדארפער, א באבובער חסיד, און די זינגער הייסן דאכט זיך 'אלעך'. איך קען אייך גארנישט זאגן וויפיל ניגונים מען האט דארט אויסגעטאנצט במשך די אנדערטהאלבן-צוויי שעה פון טענץ. און דער חידוש איז געווען אז יעדע ניגון פאר זיך איז געווען אן אלטע חסיד'ישע לעבעדיגע טאנץ ניגון מיט'ן אמאליגן חן, א שטייגער ווי די חב"ד'סקער ניגונים, וויזניצער און בעלזער ניגונים, און פארשידענע אנדערע וועלטס ניגונים וואס אידן האבן געטאנצט דערויף מדורי דורות. איך האב אזוי שטארק הנאה געהאט, אז איך האב געלייגט די בושה אין א זייט און צוגעגאנגען צום שפילער נאכ'ן טאנצן און אים געזאגט, אז אין אמעריקע זינגט מען נישט אויף א חתונה אזויפיל שיינע חסיד'ישע ניגונים.

אויסער דער פיאניסט, איז אויך דארט געשטאנען אין די זייט א פידל שפילער וואס האט במשך די גאנצע צייט נישט אויפגעהערט שפילן מיט זיין פידעלע; און נישט סתם שפילן, נאר לעבעדיג און שנעל, און ועל כולם 'גוט'. ער האט געהאט א קליינע מייק צוגעטשעפעט צו זיין כלי שיר, און מען האט זיך געדארפט גוט איינהערן צו די ספיקערס אויפצוכאפן וועלכע קולות קומען פון אים און וועלכע פון די איין-מאן-באנד וואס שטעלט אהער אלע סארט טענער, אבער אלס פידל-שפילער האב איך גאנץ גוט אויפגעכאפט וועלכע תנועות קומען פון דעם קליינטשיגן ליובאוויטשער אידל וועלכער איז געשטאנען במשך די גאנצע צייט מיט א שטארקע ערנסטקייט זייענדיג אנגעטון מיט'ן ליובאוויטשער רעקל און קנייטש היטל, און איך האב באוואונדערט זיינע פלינקע באוועגונגען וואס האבן ארויסגעגעבן הערליכע תנועות. (מיין ידיד הרב ד. האט מיר דערציילט, אז מען זעט דעם איד כמעט ביי יעדע שמחה אין שטאט, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז ער טוט דאס לשם מצות שמחת חתן וכלה. אויך האט ער מיר דערציילט, אז עס דאכט זיך אים אז דער איד איז א מסירת נפש איד וואס האט געהיטן תורה ומצוות אונטער קאמוניזם אין רוסלאנד - הגם זיין עלטער האט נישט אויסגעזען פון יענע תקופה).

דער ליניע צו לחיים-געבן איז שיטער געווארן, און איך האב זיך געגעבן א שטעל צו דערצו און זיך געשלענגעלט די לאנגע מהלך ביז'ן אויבנאן, געגעבן די הענט פאר די מחותנים ובראשם דער אבי הכלה האדמו"ר שליט"א, און תיכף צוריקגעגאנגען טאנצן צווישן עולם. דאס איז געווען די צווייטע מאל איך האב געגעבן דעם האנט פאר'ן רבי'ן בעת דער נסיעה. (עס האט א חשבון, זע שפעטער).
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

גאר גישמאק, ברענגט ארויף הייליגע זיכרונות,
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בהמשך צו די מעשה פון ר' יאנקעלע'ס באזוך ביי אן אדמו"ר און געגעסן/געטרינקן חוץ לסוכה, צייכנט מיר איינער צו ווער דאס איז געווען: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 2#p3956452
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

זייער ציענד און באלערנט!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

ייש"כ, האמיר גאר שטארק הנאה,
אגב די חתונה איז נישט געווען ס"ט, סאיז געווען 2-3 יאר פריער.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אב לאנדאן האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:40 am
ייש"כ, האמיר גאר שטארק הנאה,
אגב די חתונה איז נישט געווען ס"ט, סאיז געווען 2-3 יאר פריער.
גא"מ
כ'בין ביזי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ד' – המשך סעודת החתונה, פשעווארסקער מעשיות און טענץ ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אב לאנדאן האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 5:40 am
ייש"כ, האמיר גאר שטארק הנאה,
אגב די חתונה איז נישט געווען ס"ט, סאיז געווען 2-3 יאר פריער.
קוק איבער דיין לוח. איך רעד פון די חתונה פון ר' משה יעקב פר"מ, נישט ר' אלעזר.

עס איז קלאר געווען תשס"ט, איך האב סימנים מובהקים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”