דער א' יא? אפשר אריגינעליזם? כ'האב פאבריצירט צוערשט "אריגינאלאגיע", און דאן עס פארוואנדלט אין "אריגינאלאגיזם". (לכבודכם האב איך געטוישט דעם ע' צו אן א' - אריגינעלאגיזם - אפילו אמאל פלעגט מען שרייבן "אריגינאל", ווייל כ'בין נישט זיכער צו דער אויסלייג איז טאקע 'אריגינאל' און נישט פון די משכילים וואס האבן "פארדייטשט" דעם אויסלייג.)
דער אריגינאלאג
פיין, איז לאמיר אנהייבן אריגינאלאגירן…
(האסט געטוישט דעם עין צו אן אלף אדער פארקערט?)
אין אלטע מקורות האב איך געטראפן "אריגינאל", אזוי איז עס אויך אין ענגליש. אבער היינט שרייבט מען "אריגינעל". כ'ווייס נישט וועלכע איז ריכטיגער, טא שרייב איך מיט אן ע'. אבער פארט קלינגט "אריגינאלאג" בעסער ווי "אריגינעלאג".
אין די מאדערנע ווערטערביכער (א פרישער צום לעבן געקומענער אויסדרוק…) איז 'אריגינאל' דאס זאכווארט, און 'אריגינעל' דער אדיעקטיוו.
יודישאויסלייג איז גענצליך זעלבסטשטענדיג, אומאפהענגיג פון דייטש. "טראנסליטערירן אלעס פון דייטש" קומט פון די דייטשע משכילים. די יידישיסטן האבן געהאסט אט דעם דייטשמערישן אויסלייג, אבער אנשטאט צוריקצוברענגען דעם אריגינעלן אויסלייג האבן זיי פאבריצירט א נייער. אונזער היינטיגער אויסלייג איז אין אלגעמיין ווי דער יידישיסטישער, מיט געוויסע אפנויגונגען. פארגעס נישט אז עס זענען דא עטליכע ווערסיעס פונעם יידישיסטישן אויסלייג, דער היינטיגער איז גאנץ אנדערש ווי די ערשטע.
למעשה וואס זאגסטו אנדערש ווי איך? איך זאג אז אונזער אידיש איז מער דייטשמעריש ווי די יידישיסטן, אבער פונדעסטוועגן נישט סתם טראנסליטעראציע. און דאס זאגסט אז?
טראנסליטעראציע (א שטייגער ווי די ווערטער אין דער קאפיע פון ראזען וואס שווערמער האט געברענגט) איז מצוי אין אלטע אלטע טייטש ספרים. די דייטשע משכילים האבן געשריבן אין דייטש. אפשר האבן זיי אויך עפעס געשריבן מיט אידישע אותיות, אבער אונזער עולם וועט געווענליך טרעפן דעם אויסלייג אין צאינה וראינה אדער ע"ט מוסר ספרים.

כ'קען נישט יעצט מאריך זיין, אבער כאטש עפעס: אין אלט-יודיש איז אלעס אויסגעלייגט כמעט-פאנעטיש, אין זעלטענע פעלער איז עס לויטן דייטשן אויסלייג (ויש לדון צי יענע זענען טאקע לויט דייטש אדער צוליב א סיבה). די דייטשע משכילים וואס האבן פיינט געהאט דעם מאמע-לשון האבן אנגעהויבן שרייבן דייטש מיט אידישע אותיות, מיטן ציל צו טוישן דעם "זשארגאן" אויף דייטש. פון דארט קומען אלע איבריגע נערווירנדע הא'ס און עינ'ס אין אידיש. די "אלטע אלטע טייטש ספרים" וואס שרייבן טראסליטערירט זענען אלע פון נאך די תקופה (בערך תק"נ). יעצט ליין איבער וואס כ'האב פריער געשריבן ודו"ק.
אחיריק י'שרייבט מען אין אידיש מיט אן 'אי' (אינגל, געליינט יִינגל). פונקט ווי מ'שרייבט נישט דריי 'ווו' אין א רייע, נאר מען לייגט אן א' אינצווישן (א זאך וואס יידישיסטן האבן מאיזה סיבה נישט געגליכן).
איך קריג זיך כמעט אויף יעדן ווארט. אבער דערווייל לאז איך דיר בלייבן גערעכט. איין שלאכט אויפאמאל...
איר מאכט מיר זייער זייער זייער נייגעריג, יונגערמאן. ווי איז שייך זיך צו דינגען אויף איינפאכע פשוט'ע פאקטן?
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
איך האב אביסל נאכגעקוקט די היסטאריע פון דער ווארט, די מעשה איז אזוי: אריגינעל איז דער ווארט אלעמאל געווען "יוד" וכדומה, דאס טרעף איך אין ספרים פון הונדערטער יארן צוריק. די פריסטע איך האב געטראפן איז אין אליה בחור'ס בבא בוך, וואו עס ווערט דערמאנט "יודין" = אידענע אין בית 387. דער בבא בוך איז געשריבן געווארן אין רס"ז. איך טרעף עס ווידער אין ספר המידות (אורחות צדיקים) שנת ש"א. און "איין שיין וואונדרליך מעשה" איבער אקדמות שנת תנ"ד, וכן הלאה ביז די שפעטע ת"ר יארן.
די "איד" אויסלייג זאגסטו קומט פון ווילנע, וואונדער איך מיר צו דו האסט מער מקורות דערצו, ווען און וואו
די "ייד" אויסלייג, אויב פארשטיי איך גוט, איז א חידוש פון זלמן רייזען הנ"ל.
איין אויסנאם, אין מרכבת המשנה פון אשר אנשיל שנת רע"ז יהודים = יוידן, יהודית = יוידישע אלפ-בית. (ער שרייבט אויך: נהג = בֿוירט (פירט), פסח = אויברהיפט. ער האט מסתמא מחליט געווען צו שרייבן דעם ü אלס וי)