ערשטנס איז גוט צו וויסן אז א י' שרייבט מען פאר א חיריק און א צירי, אן א' שרייבט מען פאר א קמץ און א פתח, א ו' שרייבט מען א מלאפום און א חולם, און אן ע' שרייבט מען פאר סגול.
ווען ס'זענען דא צוויי יוד'ן , זאגט מען די אות פאר דעם וואקאל מיט א פתח, און דעם י' מיט א שווא, און דאס אנדערער י' איז בלויז צו מאכן א צייכן אז עס איז נישט קיין חיריק; צ"ב: "איין", "צוויי", "דריי". און דאס מאכט זיך גאר זעלטן.
ווען עס שטייט אן א' נאך א וואקאל, טוט עס נישט גארנישט, עס דינט בלויז ווי א צירונג, צ"ב: "דיא".
והנה און נון, דער ו' און דער י' צוזאמען זענען די עיקר פינטל וואס קיינער קען זיך נישט אויסקומען, ווייל זיי ווערן געשריבן אנשטאט פילע נקודות, וועל איך מיט דער הילף פון גאט ית' אנצייגן דאס אלעס.
והנה, ווען ס'מען זאגט עטליכע נקודות איין ווארט, וועט מען עס נישט קענען גוט שרייבן, וויבאלד אליין א צירי, אדער א שורק, וכדו' איין פינטל, איז מען וואויל באקאנט [מיט זייער וואקאל], די קען מען גוט פינטלען, יעדער פארשטייט גלייך וויאזוי מ'דארף א שורק פינטלען, און דאס זעלבע א צירי.
אבער אנדערש איז דאס ויו און דאס יוד.
עס ווערט געשריבן סיי פאר פתח-מלאפום, און סיי פאר קמץ-צירי. וואס די נקודות ווערן אפט פארבינדן, און עס איז שווער צו פינטלען, דעמאלטס שרייבט מען א פתח דאס מיינט א אלף, און א מלאפום דאס מיינט א ויו, און אזוי וועסטו וויסן, אז ווי עס ווערט געבראכט א "-ויא" איז עס א פתח-מלאפום. נעמליך ווען דו שרייבסט "פרויא" אדער "גענויא" אדער "בויא", איז דאס האלב א פתח-מלאפום. וואס די גוים שרייבן מיט א "a" און א "u", צ"ב: "frau" "gnau" "bau".
און אויך פאר א קמץ-צירי, שרייבט מען "וי", צ"ב: "מויגן" אדער "בויזן" [-בייזן], שרייבן די גוים א "ö" מיט א "אומלאוט" דערויף, דאס באצייכנט א קמץ-צירי, צ"ב: "mögen", "bösen", און דאס גלייכן.
והנה, זענען אבער דא שרייבער וואס שרייבן פאר די נקודות וואס מ'זאגט מיט אזא האלבע קמץ, שרייבן זיי א חטף קמץ גלייך, צ"ב זיי שרייבן "הויר", לייגן זיי א חטף קמץ אונטער דאס הא.
און דאס איז נישט צום זאך, דען מען זעט דאך אז צווישן הונדערט מענטשן טרעפט מען נישט איינעם וואס ליינט דאס חטף קמץ ווי דער אנדערער, אויך זעט מען אז די נקודות אין לשון הקודש איז נישט אזוי גוט ווי אין די טייטש. מען ליינט דאס חטף קמץ נישט ווי דאס געהעריגע קמץ, דאס איז איז דאך צו שפאט ביי די וועלכע זענען ערפארן אין דקדוק, און זאגן דאס חטף קמץ און דאס געהעריגע קמץ, איינס אנדערש ווי דער צווייטער. ועוד, דאס חטף קמץ הייסט א נקודה קטנה, און דאס געהעריגע קמץ איז א נקודה גדולה.
דעאפאר, ווען איינער זעט א "וי", מוז ער נוצן דעם שכל ווי אזוי עס צו ליינען.
דער אלמעכטיגער דערבארעמדיגער גאט יתברך וואס דערלייכט אונז מיט זיין גענאדע צום ריכטיגן פארשטאנד, אמן".