טייערע ליינער, ווייסט ווי איר שטייט אויף די וועלט.
טייערע חברים איך בין ממש ניי דא אויף אייוועלט,
איך האב שוין געהערט דערפון א לאנגע צייט צוריק פון א שיינע פאר משפחה מיטגלידער וואס זענען דא אויף די וועלטעל.
און שוין אפאר מאל מיך ארויף געכאפט אין זען וואס די זייטל האט צי פארקויפן,
און פארשטייט זיך אז ווי לאנג מען איז נישט אויף די זייטל מיט א ניק איז זייער שווער צי פארשטיין פון וואס מען רעדט.
ב"ה איך האב געהאט די זכיה צי קענען אוועקגעבן א ניר פאר א צווייטן אין ראטעווען א איד, האב איך געוואלט ארויף קומען דא אין אויפקלערן אביסל די עולם פון וואס מען רעדט, אין אביסל אנווארעמען די עולם, אז דער וואס קען זאל זען פון וואס מען רעדט.
איך האב אנגערופן א חבר פון מאנסי וואס איז שוין א שיינע שטיק צייט אויף אייוועלט, און אים אויסגעפרעגט וויאזוי אייועלט ארבעט און וויאזוי מען סיינט זיך אויף,
און איך האב מיך ארויפגעסיינט און געשריבן פון צייט צי צייט אויף מיין טאג ביך
און אויך דא דארט ארים געקוקט. איך בין ממש ארויס פון התפעלות. וואס טוט זיך דא אויף אייוועלט.
פון וואס די קענסט נאר נישט טראכטן.
נייעספון אלע נייעס פון וואס די קענסט נאר טראכטן פון היימישע לאקאלע אין ארום די גאנצע וועלט איך מיין אז דאס האט פון די ערשטע נייעס ווייל עס איז דא מענטשן פון איבעראל קומט אויס אז ווי נאר עפעס געשענט לייגט מען עס גלייך ארויף.
קרעטשמעא געשמאקע פלאץ ווי די קענסט זיך אויסלופטערן מיט וואס די קענסט נאר טראכטן, פון שיינע ארטיקלען/אינטערעסאנטע כשרע אינטערטעמינט/נגינה און וואס נישט.
תורהקענסט דא טרעפן שיינע דברי תורה/סוגויס הש"ס און הלכה.
הילףפון וואס די ווילסט קענסטו דא טרעפן, אויב נישט עפען א נייע אשכול און מען וועט דיך העלפן מיט וואס נאר מעגלעך.
און אסאך אסאך מער.
איך זע באמת וויאזוי מען האט געשמאקע שמועסן, און עולם האט אנדערע שיטות, עס איז ממש ווי עכטע חברים נאר איין חילוק איז אז די ווייסט נישט ווער ער איז.
אפילו איך וואס איך בין ממש ניי דא, האט זיך די עולם זייער ווארעם אנגעריפן פאר מיין לינק פון רינואל, (א שינע פאר הונדערט דאלער)
פון מענטשן וואס איך קען נישט און איך ווייס נישט ווער זיי זענעןת אבער האבן באמת הנאה געהאט פון מיין ארטיקלעןץ און פארשטנען אז עס געבט א מורידגע חיזוק.
און דאס אלעס איז אויף די מערסטע כשרע מהלך, און א יעדער אשכול באקומט גלייך אחראים וואס מען דארף זיך עקסטער בדאנקען פאר די מנהלים און אחראים,
memberlist.php?mode=team
וואס זענען געשטעלט צי מאכן זיכער אז אלעס איז אויסגעהאלטן אויף א כשרע פארנעם,
און די חברה האבן א זייער א שווערע ארבעט נאך וואס יעדער קען שרייבן, ווען ער וויל, אין ווי ער וויל, אין וואס ער וויל.
(פארשטייט זיך אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן מעקט מען עס גלייך אויס)
וואס עס איז נישט מעגלעך צי באשרייבן און דאס אלעס באקומט מען בחינם וואס קאסט דיר גארנישט.( נאר צייט )
יעצט וויל איך צוקומען פארוואס איך שרייב דאס אלעס.
איז ווייל מיט דעם אלעם וואס איך האב פריער געשריבן דא, דארף א יעדער מענטש וויסן אויב עס איז געמאכט פאר אים, אדער נישט.
איך בין א חסידישער אינגערמאן דא און בארא פארק וואס פרובירט צי דינען דעם אייבערשטן אויף ווי ווייט איך קען מיט מיינע יכולת,
דא איז מיר אונטערגעקומען אייוועלט, און מיר געטוישט מיין גאנצע גאנג אויף וואס איך פראביר צי ארבעטן אויף מיר,
איך האב אנגעהויבן שפירן באקוועם מיט מיט האלטן זאכן, און ליגן אסאך מער און די נייעס אין קוקן ווידיוס וואס איך פלעג נישט אזוי סאך קוקן (אדער שוין בכלל נישט)
אין איך פיל מוראדיג אריינגעשלעפט און דעם,בין איך מיך געגאנגען דורך רעדן מיט מיין רב, און ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט געמאכט פאר מיר,
און אויב איך פיל אמאל אז איך דארף יא אביסל זיך אויסגעבן, זאל עס נאר זיין אויף זייער א קורצע צייט און זיך נישט לאזן פארקריכן פון נארישקייטן.
אבער פון די אנדערע זייט קען איך עדות זאגן אז דאס איז פון די מערסטע כשרע וועבזייטל וואס איך האב געזען וואס דעקט אלעס,
און איך קען זאגן פאר א מציאות, אז הונדערטער אידן האלטן זיך אפ פון גיין צי ערגער אדער זען ערגעס ווייל ער האט דא גענוג און נאך סחורה.
וואס עס נישט מעגלעך צי דעקן אלעס, און עס איז דא גענוג סחורה פאר יעדעם, פאר וואס ער האט הנאה.
וויל איך דא זאגן אז א מענטש דארף זיך קענען, און וויסן אויב עס איז פאר אים א גוטע זאך אדער עס ברענגט אים אונטער,
אויב די ביזט א מענטש וואס קען זיך שטארקן און אז די ווייסט אז עס ברענגט דיר נישט אראפ,
איז דעמאלטס בלייב דא און פארברענג ציזאמען מיט נאך חברה אויף א כשרה פארנעם.
אבער אויב ברענגט עס דיך אונטער, אדער אז די קוקסט זאכן וואס די וואלסט נישט געוואלט, נאר עס איז דא,
שטארק דיך יעצט און גיי אראפ פון דא, עס לוינט זיך נישט.
איך רייס קיינעם נישט אראפ, פארקערט איך האלט אז פאר ווער עס דארף עס איז עס די בעסטע זאך.
אבער עס איז דא מענטשן פאר וועם נישט.