די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?
די עיקר טויש גייט זיין אז סעללער’ס וועלן מער נישט דארפן צאלן פאר די בייער’ס אגענט. אין אנדערע ווערטער, אויב א בייער וויל אז אן אגענט זאל אים רעפרעזענטירן וועט ער דארפן צאלן די אגענט פון זיין אייגענע טאש. נישט אזוי ווי ביז יעצט ווען די סעללער האט געגעבן א קאמישאן וואס איז געווארן צוטיילט צווישן די סעללער’ס אגענט אין די בייער’ס אגענט.
דאס מיינט אז אגענטן וואס האבן בעיקר געמאכט געלט פון העלפן בייער’ס גייען זיך יעצט טרעפן אהן ארבעט ווייל די קונה וועט גיין דירעקט צו די סעללער’ס ליסטינג אגענט.
די NAR שאצט אז א ” מיליאן” ריעל עסטעיט אגענטן גייען צוליב דעם אויפגעבן זייער לייסענס. דאס קומט אויס צו ארום 66% פון אלע אגענטן, נאר די גאר גרויסע אוועקגעשטעלטע אגענטן וואס ספעציעלעזירן זיך אין ליסטינג וועלן קענען סורווייווען.
אגב איז דא א רעפארט אז אין 2023 האבן 67% פון ריעל עסטעיט אגענטן אין אמעריקע נישט געמאכט קיין איין סעיל. דאס שטימט מיט די NAR שאצונג אויף וויפיל גייען פארלאזן די פראפעשאן.
וויאזוי גייט עס אפעקטירן אונזער היימישע מארקעט?
וואס קען מען טוהן אז אגענטן זאלן נישט ארויספאלן?
וואס גייט זיין די אפעקט אויף א אינגערמאן וואס וויל קויפן א הויז און ער גייט דארפן צוזאם קראצן נאך א 20 אלפים צו האבן אן אגענט וואס זאל אים רעפרעזענטירן?
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?