די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אין ווייניגער ווי 2 חדשים גייט אריין אין אפעקט נייע גיידליינס בנוגע ריעל עסטעיט אגענטן. דאס קומט אין רעזולטאט פון א סעטטלמענט פון א לאוסוט אנטקעגן די National Association of Realtors (NAR). (די אריכות הדברים אונטער די סעטטלמענט איז נישט נוגע, ווער עס וויל קען אליינס אויפקוקן).

די עיקר טויש גייט זיין אז סעללער’ס וועלן מער נישט דארפן צאלן פאר די בייער’ס אגענט. אין אנדערע ווערטער, אויב א בייער וויל אז אן אגענט זאל אים רעפרעזענטירן וועט ער דארפן צאלן די אגענט פון זיין אייגענע טאש. נישט אזוי ווי ביז יעצט ווען די סעללער האט געגעבן א קאמישאן וואס איז געווארן צוטיילט צווישן די סעללער’ס אגענט אין די בייער’ס אגענט.

דאס מיינט אז אגענטן וואס האבן בעיקר געמאכט געלט פון העלפן בייער’ס גייען זיך יעצט טרעפן אהן ארבעט ווייל די קונה וועט גיין דירעקט צו די סעללער’ס ליסטינג אגענט.

די NAR שאצט אז א ” מיליאן” ריעל עסטעיט אגענטן גייען צוליב דעם אויפגעבן זייער לייסענס. דאס קומט אויס צו ארום 66% פון אלע אגענטן, נאר די גאר גרויסע אוועקגעשטעלטע אגענטן וואס ספעציעלעזירן זיך אין ליסטינג וועלן קענען סורווייווען.
אגב איז דא א רעפארט אז אין 2023 האבן 67% פון ריעל עסטעיט אגענטן אין אמעריקע נישט געמאכט קיין איין סעיל. דאס שטימט מיט די NAR שאצונג אויף וויפיל גייען פארלאזן די פראפעשאן.

וויאזוי גייט עס אפעקטירן אונזער היימישע מארקעט?
וואס קען מען טוהן אז אגענטן זאלן נישט ארויספאלן?
וואס גייט זיין די אפעקט אויף א אינגערמאן וואס וויל קויפן א הויז און ער גייט דארפן צוזאם קראצן נאך א 20 אלפים צו האבן אן אגענט וואס זאל אים רעפרעזענטירן?
לעצט פארראכטן דורך פעטער שמואל אום זונטאג יוני 23, 2024 12:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

וואס איז די מעלה פון האבן אן עקסטערע עידשענט? דאס אז ער ריפערזענט דיר מיין איך איז נאר אזא געשמאקע פילינג כאילו דו האסט איינעם פאר דיין טובה... יעדע בראוקער וויל אז די דיעל זאל געשעהן און ער זעהט ווי ער קען קוועטשען צו די סעללער אדער בייער
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

מנחם נחום האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:51 am

איינער וואס האנדלט מיט ריעל עסטעיט און איז באקאנט מיט די פראסעס, קען טאקע גיין צו די ליסטינג אגענט און ארבעטן מיט אים דירעקטלי.

אבער פוירסט טיים האום בייערס ווייסן נישט בחייכון וביומייכון וואס מ’דארף טוהן. זיי מוזן האבן א אגענט וואס זאל זיי גיידן. די ליסטינג אגענט מיינט נישט די בייער’ס טובה, ער איז אין א קאנטרעקט מיטן סעללער.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

און אנדערע ווערטער מיינט עס אז די פרייז גייט אויפהערן אזוי שטארק ארויפצוגיין בעיקר אין היימישע געגענטער ב'ה
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

ביז היינט איז געווען א יד אחת צווישן די בייער'ס און סעלער'ס עידזשענטס און די אינסענטיוו איז געווען ארויף צו טרייבן די פרייזן ווייל די צוויי האבן זיך צוטיילט מיטן ריווח. די בייער'ס עידזשענט האט געהאט אן אינסענטיוו צו זאגן פארן בייער צו נעמען די דיעל און נישט ארפקוועטשן ווייל יעדן דאלאר ווייניגער וואלט געמיינט אז ער דערלייגט געלט. מיט די אפטיילן פון די צוויי עידזשענטס באצאלונג גייען זיך אסאך זאכן טוישן בעיקר עס וועט זיין מער יושרדיג. למשל א בייער קען זאגן פאר זיין עידזשענט אז אויב דו ברענגסט מיר א גוטן דיעל אונטער 500k געב איך דיר 3% העכער דעם 1.5%. דער עידזשענט וועט האבן אן אינסענטיוו צו אראפ ברענגען די פרייז. פון די אנדערע זייט וועט די סעלער זאגן פאר זיין עידזשענט די פארקערטע און זיין עידזשענט וועט ארבייטן שווער ארויף צו ברענגען די פרייז. די סך הכל וועט זיין אז עס וועט זיין א מער אמתע מארקעט. אויב וועט עס זיין א סעלער'ס מארקעט וועט ער מאכן מער אן אראפ געבן אזוי פיל געלט פארן בראקער און אויב עס וועט זיין א בייער'ס מארקעט וועט זיין פארקערט. אבער עס וועט זיכער זיין בעסער ווי די היינטיגע מצב ווי ביידע עידזשענטס האבן נאר א אינסענטיוו ארויף צו ברענגען די פרייז.
אוועטאר
בשעה טובה
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה טובה »

איז עס אין גאנץ אמעריקע אדער נאר אין נ"י?

אויכעט וויל איך פארשטיין ווי אזוי אזא זאך ארבעט מיט Funding פון די באנק, די fee וועט זיין א חלק פון די Purchase price און מען וועט באקומען א mordgege אויף דעם אדער מען וועט דארפן ברענגען נאך געלט צו Closing?
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7498
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

בשעה טובה האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 8:50 am
איז עס אין גאנץ אמעריקע אדער נאר אין נ"י?

אויכעט וויל איך פארשטיין ווי אזוי אזא זאך ארבעט מיט Funding פון די באנק, די fee וועט זיין א חלק פון די Purchase price און מען וועט באקומען א mordgege אויף דעם אדער מען וועט דארפן ברענגען נאך געלט צו Closing?
עפ״ר איז עס א חלק פון וואס מ׳דארף ברענגען אליינס צום קלאוזינג
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

מנחם נחום האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:51 am
וואס איז די מעלה פון האבן אן עקסטערע עידשענט? דאס אז ער ריפערזענט דיר מיין איך איז נאר אזא געשמאקע פילינג כאילו דו האסט איינעם פאר דיין טובה... יעדע בראוקער וויל אז די דיעל זאל געשעהן און ער זעהט ווי ער קען קוועטשען צו די סעללער אדער בייער
זייער פשוט, ווען די סעללערס עידזשענט האנדעלט מיט אלע בייערס דירעקט וועט ער שנעל אויסשמעקן ווער עס איז די בעסטע קונה מיט די בעסטע טשענסעס צו קלאוזן שנעל און ער וועט יענעם פאראויסשטופן, זייער אפט איז עס נישט די אידעלע וואס קויפט יעצט די ערשטע מאל א הויז. א בייערס עידזשענט קען היפש ארויסהעלפן מיטן אהערשטעלן זיין קלייענט ווי א גוטע קאנדידאט וואס קען קלאוזן אין צען טעג, וכו
יעקב אבינו
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 23, 2022 2:44 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אבינו »

אינטערעסאנט אז אין quebec איז לעצטענס ארויסגעקומען א געזעץ אז ממוז האבן א byurs broker מקען נישט גיין צו די sellers
לעצט פארראכטן דורך יעקב אבינו אום זונטאג יוני 23, 2024 1:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

איך כאפ נישט געהעריג די גאנצע מצב.

ווי ווייט איך ווייס, סעללערס פלעגן געבן בערך צווישן 2-6 פערצענט קאמישען פאר זייער ליסטינג עידזשענט, מינינג כבין נישט זיכער אז סאיז געווען א געוויסע נומער וואס ער מוז געבן פאר די ליסטינג עידזשענט, ס"ה האט די ליסטינג עידזשענט נישט געמוזט נעמען די ליסטינג אויב איז ער נישט געווען צופרידן.

ווי קומט דא אריין די בייערס עידזשענט? ער האט זיך אלעמאל געקענט צוטיילן מיט די סעללער עידזשענט פון וויפיל ער באקומט, צו דאס איז %1.5 each אדער 3% each.

וואט עם איי מיססינג?

איז די נייע געזעץ אויפן ליסטינג עידזשענט, אז ער מוז זיך נישט צוטיילן?
לעצט פארראכטן דורך intellectual אום זונטאג יוני 23, 2024 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

איך פארשטיי נישט ווי דעיס וועט אויסמאכן.

אויב קומט א בייערס עידשענט צי א בראקער און זאגט אים איך האב דיר א קונה אבער נאר בתנאי די גיבסט מיר האלב בראקערעדש. וועט ער אים עס נישט געבן?
אויב די סעללער בראקער טרעפט א קונה האט ער שוין ביז יעצט אויך געקענט אליינס פארקויפן. ער האט זיך פשוט צוטיילט ווען ער האט נישט געקענט אליינס.
איז ווי מאכט עס אויס?
Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

ס׳איז אייביג בעסער צ׳י האבען איינעם אויך דיין זייט
די סעללער ברויקער זארגט זיך מער פאר די סעללער ווי די בייער
סקען זיך אייביג מאכען פראבלעמען אין די ווילסט איינער וואס איז דא פאר דיך
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

Greeneryid האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 4:01 am
ביז היינט איז געווען א יד אחת צווישן די בייער'ס און סעלער'ס עידזשענטס און די אינסענטיוו איז געווען ארויף צו טרייבן די פרייזן ווייל די צוויי האבן זיך צוטיילט מיטן ריווח. די בייער'ס עידזשענט האט געהאט אן אינסענטיוו צו זאגן פארן בייער צו נעמען די דיעל און נישט ארפקוועטשן ווייל יעדן דאלאר ווייניגער וואלט געמיינט אז ער דערלייגט געלט. מיט די אפטיילן פון די צוויי עידזשענטס באצאלונג גייען זיך אסאך זאכן טוישן בעיקר עס וועט זיין מער יושרדיג. למשל א בייער קען זאגן פאר זיין עידזשענט אז אויב דו ברענגסט מיר א גוטן דיעל אונטער 500k געב איך דיר 3% העכער דעם 1.5%. דער עידזשענט וועט האבן אן אינסענטיוו צו אראפ ברענגען די פרייז. פון די אנדערע זייט וועט די סעלער זאגן פאר זיין עידזשענט די פארקערטע און זיין עידזשענט וועט ארבייטן שווער ארויף צו ברענגען די פרייז. די סך הכל וועט זיין אז עס וועט זיין א מער אמתע מארקעט. אויב וועט עס זיין א סעלער'ס מארקעט וועט ער מאכן מער אן אראפ געבן אזוי פיל געלט פארן בראקער און אויב עס וועט זיין א בייער'ס מארקעט וועט זיין פארקערט. אבער עס וועט זיכער זיין בעסער ווי די היינטיגע מצב ווי ביידע עידזשענטס האבן נאר א אינסענטיוו ארויף צו ברענגען די פרייז.

לאמיר עס צולייגן א מינוט:
לדוגמא; די בייער׳ס עידזשענט האט לאמיר זאגן אפגעשמועסט מיטן סעלערס בראוקער ארויפצוריקן די פרייז מיט 20,000 טויזנט דאלער ווייל זיי גייען האבן א גרעסערע קאמישאן.

די בייער׳ס עידזשנט 2% אויף די עקסטערע צוואנציג אלפים קומט אויס?
גאנצע 400 דאלער.

טייטש, חוץ די פופצן אלפים וואס ער מאכט שוין אויפן גאנצן דיעל- פייגערט ער ממש פאר נאך 400 דאלער און פארדעם גייט ער מאכן די בייער צאלן גאנצע צוואנציג אלפים מער.

האלסט באמת אז פאר די נישטיגע פיר מאות מאכט ער די בייער צאלן צוואנציג אלפים מער? און לאמיר זאגן ער איז נניח יא שטארק פאר די 400 מאות האט ער ביז היינט נישט געקענט זאגן פארן בייער איך שפאר דיר דא צוואנציג אלפים גיב מיר א טיפ נאך 500 און די דיעל איז געשלאסן?

איך פארשטיי בכלל נאכנישט וואס גייט יעצט זיין דער עולם התיקון?

אויב עפעס איז דער בייער׳ס עידזשענט בכלל נישט געווען אויף א ספעציפישע דיעל אז דער בייער זאל דעיס דייקא קויפן - מצדו קען דער בייער קויפן וואס און ווי אימער אים שמעקט - ס״ה העלפט ער אים אין זיין דיעל צו זיין גוט רעפרעזענטעט. און וואס אימער דער בייער האט געקויפט האט ער ממילא געמאכט זיין קאמישאן.

דער בייער איז געווען באקוועם אז זיין עידזשענט ווייסט שוין גוט וואס ער זוכט, ער קען זיינע דיטעילס, זיין פינאנצן, זיין מארטגעדזש בראוקער, וכולהו, און ער האט אים געטראפן זיין הויז וואס ער זוכט - און זייענדיג צופרידן האט ער אים שפעטער רעקאמענדירט צו נוצן נאכאמאל פאר זיינע גוטע פריינד וויסנדיג אז ער האט אים דערליווערט א גוטע דיעל.

משא״כ יעצט ווען מ׳צווינגט אים צו דיעלן דירעקט מיטן סעלער עידזשענט ארבייט ער דאך אינגאנצן נישט פאר אים, ס״ה דארף ער ארויסרוקן די הויז און וויזן פארן סעלער אז ער קען אים פארקויפן, גייט ער אים ערשט פרובירן איינרעדן און מאניפולירן צו קויפן דייקא ״זיין ליסטינג״ ווייל נאר אזוי גייט ער מאכן געלט אויף אים, אויב קויפט ער עפעס אנדערש מאכט ער דאך גארנישט און גייט ארויס נקי מכל.

אויב אזוי, מה הועילו חכמים בתקנתן?
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

יעקב אבינו האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:30 am
אינטערעסאנט אז אין quebec איז חעצטענס ארויסגעקומען א געזעץ אזממוז האבן א byurs broker מקען נישט גיין צו די sellers
אויב עפעס וואלט דעיס געמאכט די מערסטע סענס אז מ׳קען נישט קויפן פון א סעלערס עידזשענט ״נאר דורך א בייערס עידזשענט״ אזוי וועט דער סעלער׳ס עידזשענט ארבייטן ״נאר״ פארן סעלער און דער בייער׳ס עידזשנט ״נאר״ פארן בייער - אזוי ווי יעדער האט א אייגענע אטוירני דארף יעדער האבן א אייגענע בראוקער וואס ארבעט נאר לטובתו.

עולם הפוך ראיתי - איך זעה בכלל נישט דעיס זאל אראפברענגען די פרייזן - אויב עפעס פארקערט.

אדרבה אויב איינער קען דעיס געהעריג מסביר זיין וואס זיי ווילן - וואס שטעקט דא דערונטער לשיטתם - און וועמענס טובה גייט דעיס זיין - וואלט איך אפרישיעטעט.

דערווייל פארשטיי איך אז די NAR האט געמאכט די נייע גיידליינס בלויז פאר ״זייער טובה״ זיך ארויסצוזעהן פון א שווערן לאויסוט. גארנישט פאר די טובה פונעם ענד יוזער/בייער.

מכלומר׳שט גייט די סעלער אוועקגיין פונעם קאלוזינג טעיבל מיט מער געלט אין טאש? א בעלאויני! ממה נפשך, אין א הייסע דיעל באקומט ער ממילא זיין מאקסימום, און ווען עס איז נישט אזוי הייס דארף ער ממילא נאכלאזן פונעם פרייז כדי צו האבן א סעיל.

איין רגע, גייען נישט די בייער׳ס אצינדער מעיקרא אנהייבן בעטן א צענער אדער 2% אראפ פון די ליסטינג פרייז פשוט צו קאווערן זייער ״בייער׳ס עידזשענט פי״ איז דאך עס ווייטער די זעלבע געלט וואס א חילוק אז מ׳דרייט עס פון דא אדער פון דא?

וועמען וויל מען איינרעדן אז דעיס גייט הייסן אראפּ געברענגט די סעיל פרייזן?
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום זונטאג יוני 23, 2024 1:27 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

בשעה טובה האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 8:50 am
איז עס אין גאנץ אמעריקע אדער נאר אין נ"י?

אויכעט וויל איך פארשטיין ווי אזוי אזא זאך ארבעט מיט Funding פון די באנק, די fee וועט זיין א חלק פון די Purchase price און מען וועט באקומען א mordgege אויף דעם אדער מען וועט דארפן ברענגען נאך געלט צו Closing?
גאנץ אמעריקע.

אין געוויסע סטעיטס קען די בייער אריינלייגן די פי אין די מארטגעדזש.
האפענטליך וועט ניו יארק אויך אזוי איינפירן. דאס וועט סאלוון א גרויסע חלק פון די פראבלעם.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

עם הארץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:32 am
אויב קומט א בייערס עידשענט צי א בראקער און זאגט אים איך האב דיר א קונה אבער נאר בתנאי די גיבסט מיר האלב בראקערעדש. וועט ער אים עס נישט געבן?
לכוארה די געזעץ זאגט אז אזא פארשלאג איז אומלעגאל.
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

בטלן האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:54 pm
עם הארץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:32 am
אויב קומט א בייערס עידשענט צי א בראקער און זאגט אים איך האב דיר א קונה אבער נאר בתנאי די גיבסט מיר האלב בראקערעדש. וועט ער אים עס נישט געבן?
לכוארה די געזעץ זאגט אז אזא פארשלאג איז אומלעגאל.
איר זענט נישט ״לכאורה״ נישט גערעכט מיט די תגובה.

א קורצע גוגל אנפראגע לויט די נייע רעגולאציעס גיט ארויס די פאלגענדע תשובה:
The settlement made by the Ner for the buyer's agent does not determine whether the buyer can ask the seller's agent to get a 2% commission from the seller. The payment arrangement between the buyer's agent and the seller's agent is typically negotiated separately and is not directly related to the settlement made by the Ner. The buyer's agent may negotiate their commission with the buyer or request a portion of the commission from the seller's agent. However, the specific payment arrangement may vary depending on the agreement between the parties involved.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

לאמיר עס מאכן בקיצור.

קודם כל רעדט מען נישט פון קיין געזעץ נאר פון אייגן געמאכטע רולס אזוי ווי איך וועל מסביר זיין.

אין יעדע סיסטעם פון רולס און געזעצן וועט איינער טרעפן א מעלה און איינער א חסרון ממילא מאכט נישט אייביג סענס צו רעדן פון ספעקיולעישנס ווער עס גייט האבן ריווח אדער פארקערט. אין קאמוניזם זענען אויך דא מענטשן וואס טרעפן מעלות און די זעלבע מיט חסרונות אין קאפיטאליזם.

דא רעדט מען פון א סיסטעם וואס די national association of realtors האט געמאכט און נאך א פאר אנדערע ליסטינג קאמפאניעס האבן נאכגעמאכט. לאמיר געדענקען אז פאר די NAR די ערשטע אויף די ליסטע צו האבן ריווח פון זייער קאמפאני איז די NAR. די צווייטע אויף די ליסטע זענען זייערע מעמבערס די ריעל עסטעיט אגענטן. די לעצטע, אויב בכלל, זענען די המון עם, קויפערס און פארקויפערס. ממילא ווען זיי מאכן רולס איז עס געמאכט מיט די זעלבע פרייאריטיס ווי די ליסטע. ביז דא איז אלעס פיין, קאפיטאליסטיש. אבער עס האבן זיך צאמגענומען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן געזעצלעך און האבן געמאכט א לאוסוט אקעגן די אלע ליסטינג קאמפאניעס און די מענטשן האבן געווינען. לכבוד דעם האבן זיי געטוישט די רולס אז עס זאל זיין מער פריי. דאס מיינט אז עס גייט זיין א פרייערע מארקעט.

קיינער זאגט נישט אז אין א פרייע מארקעט געווינט יעדער אייביג, אדער צו עס גייט בכלל ארויס קומען א טובה פאר איינעם. א פרייע מארקעט מיינט פשוט א מער יושרדיגע סיסטעם מיט די פארדינערס און דערלייגערס צוזאמען. יעצט ווער עס האלט אז פרייע מארקעטס זענען בכלליות א גוטע זאך און א טובה פאר יעדעם אפילו פארן דערלייגער אויפן מאמענט, וועט זיך פרייען מיטן טויש. ווער עס האלט אז פרייע מארקעט איז גוט נאר ווען "איך" פארדין דערפון וועט טאקע מוזן מאכן זיינע חשבונות צו ער פארדינט אדער דערלייגט פון די נייע רולס און אזוי מאכן א דעסיזשן אויב עס איז גוט אדער נישט.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

בטלן האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:54 pm
עם הארץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:32 am
אויב קומט א בייערס עידשענט צי א בראקער און זאגט אים איך האב דיר א קונה אבער נאר בתנאי די גיבסט מיר האלב בראקערעדש. וועט ער אים עס נישט געבן?
לכוארה די געזעץ זאגט אז אזא פארשלאג איז אומלעגאל.
דא רעדט מען נישט פון קיין געזעץ. ביז היינט ווען עס איז געווען disclosed by default די ארעינדזשמענט פון די קאמישאנס איז נישט געווען קיין פראבלעם. היינט צוטאגס אויב א בייער'ס אגענט גייט צום סעלער' ס אגענט און בעיט אים האלב קאמישאן אן דעם וואס יעדער פון די צוויי זאגט נישט קלאר געשריבן פאר זייערע קליענטן ווי אזוי די קאמישאן ארבעט זענען זיי אויסגעשטעלט צו לאוסוט פארן ווייאולעיטן זייער fiduciary duty צו זייער קליענט.
כשרן פסח
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

עם הארץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:32 am
איך פארשטיי נישט ווי דעיס וועט אויסמאכן.

אויב קומט א בייערס עידשענט צי א בראקער און זאגט אים איך האב דיר א קונה אבער נאר בתנאי די גיבסט מיר האלב בראקערעדש. וועט ער אים עס נישט געבן?
אויב די סעללער בראקער טרעפט א קונה האט ער שוין ביז יעצט אויך געקענט אליינס פארקויפן. ער האט זיך פשוט צוטיילט ווען ער האט נישט געקענט אליינס.
איז ווי מאכט עס אויס?
הונדערט פראצענט, די חילוק אפשר איז געווען אביסעל אז ליסטינג עיזשענטס האבן ווייניגער געארבעט/געשוויצט מיטן ביער חלק, זיי האבן טאקע געמאכט העלפט געלט אבער געזיצן מיט די פיס ארויף, אין אנדערע ווערטער אין די היימישע מארקעט די ליסטינג עיזשענטס וואס האבן קנאקט שטיקער מיט ליסטינגס, זענען געגאנגען וואקאציע און די בייערס עיזשענט האט געטין די שווערע ארבעט, און די ליסטינג עיזשענט האט געשארט גאלד מיטן זיצן מיט די פיס ארויף, וועגן ער מאכט עניוועי זיין געלט, וואס יעצט וועלן זיי דארפן מער שוויצן אדער טאקע וועלן זיי ווייטער אפערן זיך צוטיילן מיטן בייערס בראוקער,

בקיצור קומט נישט קיין גרויסע טויש, נאר די בייערס עיזשענט וועלן דארפן מער שוויצן צו זיין פארזיכערט מיט זייער געלט,
איך וועל נישט זיין שאקט אז בייערס עיזשענטס אין די היימישע מארקעט וועלן אנפאנגען בעטן דעפאזיטס פאר זייער ארבעט
כשרן פסח
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

עם הארץ האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:32 am
איך פארשטיי נישט ווי דעיס וועט אויסמאכן.

אויב קומט א בייערס עידשענט צי א בראקער און זאגט אים איך האב דיר א קונה אבער נאר בתנאי די גיבסט מיר האלב בראקערעדש. וועט ער אים עס נישט געבן?
אויב די סעללער בראקער טרעפט א קונה האט ער שוין ביז יעצט אויך געקענט אליינס פארקויפן. ער האט זיך פשוט צוטיילט ווען ער האט נישט געקענט אליינס.
איז ווי מאכט עס אויס?
הונדערט פראצענט,

די חילוק אפשר איז געווען אביסעל אז ליסטינג עיזשענטס האבן ווייניגער געארבעט/געשוויצט מיטן בייער חלק, זיי האבן טאקע געמאכט העלפט געלט ,אבער געזיצן מיט די פיס ארויף, אין אנדערע ווערטער אין די היימישע מארקעט די ליסטינג עיזשענטס וואס האבן קנאקט שטיקער מיט ליסטינגס, זענען געגאנגען וואקאציע ,און די בייערס עיזשענט האט געטין די שווערע ארבעט, און די ליסטינג עיזשענט האט געשארט גאלד מיטן זיצן מיט די פיס ארויף, וועגן ער מאכט עניוועי זיין געלט, וואס יעצט וועלן זיי דארפן מער שוויצן, אדער טאקע וועלן זיי ווייטער אפערן זיך צוטיילן מיטן בייערס בראוקער, און מפטירין כדאתמול, די חילוק וועט זיין מיט ליסטינגס פון גראדע גוי'ישע בראוקערס אז זיי וועלן ווילן כאפן די גאנצע בראוקער געלט און נישט ווילן דיעלן מיט אידישע בראוקערס.

בקיצור קומט נישט קיין גרויסע טויש, נאר די בייערס עיזשענט וועלן דארפן מער שוויצן צו זיין פארזיכערט מיט זייער געלט,
איך וועל נישט זיין שאקט אז בייערס עיזשענטס אין די היימישע מארקעט וועלן אנפאנגען בעטן דעפאזיטס פאר זייער ארבעט
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

Greeneryid האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 2:43 pm
לאמיר עס מאכן בקיצור.

קודם כל רעדט מען נישט פון קיין געזעץ נאר פון אייגן געמאכטע רולס אזוי ווי איך וועל מסביר זיין.

אין יעדע סיסטעם פון רולס און געזעצן וועט איינער טרעפן א מעלה און איינער א חסרון ממילא מאכט נישט אייביג סענס צו רעדן פון ספעקיולעישנס ווער עס גייט האבן ריווח אדער פארקערט. אין קאמוניזם זענען אויך דא מענטשן וואס טרעפן מעלות און די זעלבע מיט חסרונות אין קאפיטאליזם.

דא רעדט מען פון א סיסטעם וואס די national association of realtors האט געמאכט און נאך א פאר אנדערע ליסטינג קאמפאניעס האבן נאכגעמאכט. לאמיר געדענקען אז פאר די NAR די ערשטע אויף די ליסטע צו האבן ריווח פון זייער קאמפאני איז די NAR. די צווייטע אויף די ליסטע זענען זייערע מעמבערס די ריעל עסטעיט אגענטן. די לעצטע, אויב בכלל, זענען די המון עם, קויפערס און פארקויפערס. ממילא ווען זיי מאכן רולס איז עס געמאכט מיט די זעלבע פרייאריטיס ווי די ליסטע. ביז דא איז אלעס פיין, קאפיטאליסטיש. אבער עס האבן זיך צאמגענומען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן געזעצלעך און האבן געמאכט א לאוסוט אקעגן די אלע ליסטינג קאמפאניעס און די מענטשן האבן געווינען. לכבוד דעם האבן זיי געטוישט די רולס אז עס זאל זיין מער פריי. דאס מיינט אז עס גייט זיין א פרייערע מארקעט.

קיינער זאגט נישט אז אין א פרייע מארקעט געווינט יעדער אייביג, אדער צו עס גייט בכלל ארויס קומען א טובה פאר איינעם. א פרייע מארקעט מיינט פשוט א מער יושרדיגע סיסטעם מיט די פארדינערס און דערלייגערס צוזאמען. יעצט ווער עס האלט אז פרייע מארקעטס זענען בכלליות א גוטע זאך און א טובה פאר יעדעם אפילו פארן דערלייגער אויפן מאמענט, וועט זיך פרייען מיטן טויש. ווער עס האלט אז פרייע מארקעט איז גוט נאר ווען "איך" פארדין דערפון וועט טאקע מוזן מאכן זיינע חשבונות צו ער פארדינט אדער דערלייגט פון די נייע רולס און אזוי מאכן א דעסיזשן אויב עס איז גוט אדער נישט.
איך פרוביר צו פארשטיין מיט וואס איז די נייע סעטלמענט מער א פרייערע מארקעט, די סעלערס עידזשענטס האבן ביז יעצט אויך געקענט אפמאכן וויפיל צו געבן פארן בייערס עידשענט, די סטענדערט איז טאקע געווען 2% אבער פילמאל האבן זיי נאר געגעבן 1.5% בעיקר ווען זיי האבן געהאלטן אז זיי גייען עס ממילא פארקויפן און זענען נישט אנגעוויזן אויפן בייערס עידזשענטס צו ברענגען א דיעל און לאידך גיסא ווען זיי זענען געווען מער דעספערט פאר א דיעל האבן זיי געגעבן אפילו 3% די ״פרייע מארקעט״ איז ביז היינט אויך געווען.

ס״ה האט די NAR געהאט רעקאמענדעישאנאס וויפיל צו בעטן ביי א דיעל און זיי האבן רעקאמענדירט 6% אבער ביי וויפיל דיעלס האבן די סעלערס עידזשענטס נאר געהאט 3% אדער 4% צו 5% גענוג און נאך, אלזא ס׳איז אלעמאל געווען א ״פרייע מארקעט״.

מ׳האט זיי געקלאגט פאר זייער רעקאמענדעישנס כאילו זיי מאכן די סעלערס באצאלן פארן בייערס עידזשענט דהיינו דער סעלער באצאלט גאר פאר א פיפיגן בייערס עידזשענט אראפצוריקן די פרייז פון זיין הויז וואס ער פארקויפט ווייל ער ארבייט דאך נאר פארן בייער. דער סעלער מיטן עידזשענט האבן זיך נישט געדאפט לאזן און האבן אייביג געקענט באקומען זייער פרייז, פארשטייט זיך אייב ס׳איז ווערט געווען און ס׳איז געווען בייערס פאר די פרייז, אז נישט מוזן זיי מילא אראפלאזן.

יעצט נאכן סעטלמענט טארן זיי מער נישט רעקאמענדעט קיין 6% וואס זאל אינקלאדן די בייערס עידזשענט פי. מ׳קען נאך אלץ פארהאנדלן ביי יעדן פאל עקסטער און דעסיידן עס יא צו געבן. ווען נישט וועט א בייערס עידזשענט זיך נישט יאוון צו העלפן זיין בייער קויפן די ספעציפישע הויז, נאר ענדערש אפירזוכן א הויז ווי ער קען יא באקומען באצאלט פארן סעיל, וואס וועט זיכער זיין ווייטער אויך.

וועט יעצט יעדער בייער לויפן גראד צום סעלערס עידשענט לכבוד דעם? אויב וועלן זיי זיין באקוועם זיך צו רעפרעזענטן? אודאי יא, צו דאס מיינט ער וועט ארויפצאלן מער אויפן סעיל ווייל דער סעלערס עידשענט ארבייט דאך פארן סעלער? אודאי יא. וועט דער סעלערס עידשענט העלפן דעם בייער קוואליפייען אויב איז ער נישט פולקאם רעדי פארן סעיל? זיכער אז נישט, ער וועט ענדערש נעמען די בייערס וואס קענען שוין די מלאכה און ווייסן וויאזוי זיך צו רעפרעזענטן אז דער סעלער עידשענט זאל אים אקצעפטירן. דאס מיינט א פוירסט טיים האוים בייער וועט אצינד פיל מער שוויצן צו עררייכן זיין ערשטן הויז, ווידעראום דער אינוועסטאר וועט זיגן, דער ריעל עסטעיט פליפער וועט האקן דיעלס.

דעיס הייבט די מענטשן האבן געווינען?

דעיס דארף העלפן אראפברענגען פרייזן?
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

די גאנצע געדאנק אז אויב גיט מער נאר 4% פארן עידזשענט אנשטאט 6% פארן סעיל איז געמאכט אז דער סעלער זאל קענען אוועקגיין פונעם סעיל מיט מער געלט אין טאש, ווייל בעטן וועט ער ממילא ״די מערסטע״ וואס ער וועט קענען. און ס׳זאל נישט זיין קיין בייערס עידשענט וואס ״ער באצאלט״ און ער זאל אים גאר מאכן פארקויפן זיין הויז פאר ביליגער.

עס גיט נאך טיפער, מענטשן פיקן זייער עידזשענט צו פארקויפן זייער הויז, און זיי ווילן וויסן ווער עס גייט קויפן זייער הויז, ווער שטייט אונטער דעם LLC וכדומה, און מאנוווערן פאר ווען יא אדער נישט צו פארקויפן. מיט א בייערס עידשענט פארלירט ער דעם אויבערהאנט, ס׳זעט אין אויס א גוטע דיעל אויף פאפיר, אבער ער קען נישט דעם בייער בכלל, זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט אים, זיין עידזשענט אויך נישט, ס״ה דארף ער טראסטן דעם בייערס עידזשענט אז ער פארקויפט אים נישט קיין לאקשאן. אלזא אצינדער וועלן די סעלערס זיין מער ידם על העליונה, מבואו ועד צאתו, און שווערער מאכן פאר א בייער אנצוקומען צו א גוטע הויז אויב איז ער נישט באהאוונט אין די מלאכה.

ווער האט געווינען?
די מענטשן וואס דארפן א הויז? אדער די סעלערס מיט די געלט?

גייט דאס העלפן אראפברענגען די פרייזן? אדער גאר פארקערט?
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אין די היימישע מארקעט זענען די בייערס עידשענט היפש אומווירקזאם, די סעלערס עידשענט טוט סייווי וואס ער וויל, און ווען ער האט אליינס א קאסטומער מענאווירט ער די זאך אז ער זאל האבן ביידע די סעלער מיטן בייער און זיך נישט דארפן טיילן מיט קיינעם, אפילו ווען מיין אפפער איז געווען העכער פון זיין קליענטס אפפער, סאמהאו האט עס זיין אייגענע קליענט באקומען, סא עס איז נאך א יוסלעסס מענטש אינדערמיט וואס מאכט נאר קאליע.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: די נייע ריעל עסטעיט בראקער גיידליינס, ווי אזוי גייט עס אפעקטירן די היימישע מארקעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

מארגן אויגוסט 17 גייען די נייע רעגולאציעס אריין אין אפעקט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”