וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

אנטיסעמיטיזם.jpg
אנטיסעמיטיזם.jpg (221.75 KiB) געזען 734 מאל

שנאת ישראל איז שטענדיג געווען אלוועלטליך פארשפרייט. ”טויט צו די אידן” האבן זיך געוואונטשן די טיראנען פון יעדע צייט. פרעה, סנחריב, נבוכדנצר, אנטיכוס, די רוימישער קיסרים, די טערקן, די קריסטן, די מוסלמענער, סטאלין, היטלער, און כמעט יעדע איינציגסטע גרויסמאכט וואס האט געשפראצט און באאיינפלוסט, האט באשטימט דעם איד אלס ציל וועמען צו טשעפען אדער גאר פולשטענדיג פארניכטן. אידן זענען ארויסגעטריבן געווארן פון כמעט יעדן לאנד וואו זיי האבן געוואוינט - ענגלאנד, פראנקרייך, אונגארן, עסטרייך, דייטשלאנד, איטאליע, גריכנלאנד, ליטע, שפאניע, פארטוגאל, באהעמיע, רוסלאנד, פוילן, די לענדער פון מיטל מזרח און צפון אפריקע, און - פארשטייט זיך - פון זייער אלטע היימלאנד, ארץ ישראל. עס ווערט געשאצט אז בערך יעדע 22 יאר זענען אידן פארטריבן געווארן פון אן אנדערן לאנד.

דורכאויס די דורות זענען אומצאליגע אידן דערמארדעט געווארן, אריינגערעכנט מיליאנען פיצלעך קינדער. די בבלים און רוימער האבן אומגעבראכט ארום דריי מיליאן אידן, די קריסטן און מוסלומענער האבן אפגעווישט גאנצע קהילות אין לויף פון פופצן דורות פון קרייצצוגן, אינקוויזיציע, בלוט בלבולים און סתם גזירות, כמעלניצקי מיט זיינע באנדיטן האבן פארניכטעט דריי הונדערט טויזנט פוילישע אידן, בשעת היטלער ימ”ש האט אויסגעראטן א דריטל פון אונזער פאלק, דערונטער אנדערטהאלב מיליאן קינדער.

און כאטש וואס אסאך פון אונז האבן געמיינט אז דער בייזער ערשיינונג פון אנטיסעמיטיזם איז שוין עלימינירט געווארן אינעם פרייען וועלט פון נאכ'ן קריג, האט מען אונז ווילדערהייט דערוועקט פונעם זיסן חלום אין די לעצטערע יארן ווען דאס אנטיסעמיטיזם האט ווידער דערהויבן זיין מיאוס'ן פנים.

דערנאך איז געקומען אקטאבער 7 ווען צוועלף הונדערט אידן זענען ברוטאל דערמארדעט געווארן, אידישע קינדער זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט, פרויען און קינדער זענען בארבאריש פארפייניגט געווארן צום טויט, און אזויפיל מענטשן ארום דער וועלט טוען זיך אננעמען פאר די מערדער, אנשטאטס צו פארדאמען אזעלכע אומדערהערטע מעשים. (נישט אז די ציונים ימ”ש זענען אזעלכע אומשולדיגע לעמעלעך, אבער דאס פארענטפערט נישט פארוואס ציוויליזירטע מענטשן אין אמעריקע, ענגלאנד, דייטשלאנד און וואו נישט, שעמען זיך נישט זיך צו אידענטיפיצירן מיט אזעלכע פארברעכער.)

און די קשיא איז גאר גרויס: פארוואס האבן די אלע אויבנדערמאנטע געהאט אזא פחד און שנאה צו א פאלק וואס האט זיך קיינמאל נישט געציילט מער ווי א קליין מינאריטעט? פארוואס האט כמעט יעדע גרויסע קולטור און ציוויליזאציע געזען אין אונז זייער גרעסטע שונא? זענען מיר טאקע געווען אזא שעדליכע פאלק וואס האט באדראעט דעם וואוילזיין פון כמעט יעדע ציוויליזאציע אין די פארגאנגענע פיר טויזנט יאר? פארוואס זענען געבילדעטע סטודענטן אין פרעסטיזשפולע אקאדעמיעס לענגאויס דעם פרייען אמעריקע, אנגעפילט מיט אזא אומפארשטענדליכע האס צו א לאנד וועלכע פראקלאמירט א אקציע צו שיצן אירע בירגער פון מארד, בשעת'ן איגנארירן די גרויליגע פראוואקאציעס דורך אירע אראבישע שכנים?

דאס מערהייט פון געלערנטע און היסטאריקער, אריינגערעכנט אסאך אידן, קלויבן ענדערש אויס אנצוקוקן דעם אנגייענדן אבסעסיע, נישט ווי עפעס וואס איז נאנט פארבינדן מיט אידן און אידישקייט, נאר איינפאך א צאל באזונדערע געשעענישן וואס האבן פאסירט אין רעזולטאט פון באזונדערע אומשטענדן.

די דייטשן, זאגט מען, האבן פיינט געהאט אידן ווייל די אידן זענען געווען דער שעיר לעזעזאל וועמען זיי האבן באשולדיגט אין זייער שענדליכע דערנידערונג ביים ערשטן וועלט קריג, און אין זייער דערשלאגענע עקאנאמיע. פיל קריסטן האבן פיינט געהאט די אידן ווייל זיי האבן גע'טענה'ט אז די אידן האבן אומגעברענגט זייער גאט. סטאלין האט געמארדעט אידן ווייל ער האט געגלייבט אז אידן זענען קאפיטאליסטן, בשעת די אייראפעער פונעם מיטל אלטער האבן מקנא געווען דעם מיטל קלאס אידל צוליב זיין עקאנאמישע ערפאלג, און אזוי ווייטער און ווייטער.

אבער צו זאגן אזוי, און דערביי לייקענען אז עס איז פארהאן עפעס אן אונטערליגנדן סיבה וואס האט געברענגט די שנאת ישראל פון ביליאנען גוים במשך פיר טויזנט יאר, איז אפגעפרעגט סיי שכל'דיג און סיי מצד היסטאריע. אנטיסעמיטזם עקזיסטירט שוין צו לאנג, און אין צופיל פארשידנארטיגע קולטורן, אז מען זאל קענען אננעמען דעם אויבנדערמאנטן הסבר אז יעדע קולטור האט פיינט געהאט די אידן צוליב זייער באזונדערע סיבה, און נישט מחמת א געמיינזאמע שנאה פונעם גוי צום איד.

כאטש עס קען אפשר זיין אז געוויסע פאקטארן זענען אומשטאנד צו פארערגערן און אויפוואכן דאס שנאה, טוט דאס אבער זיכער נישט ערקלערן דעם יסוד דערפון, פון וואו דער שנאה שטאמט, און בעיקר, פארוואס? און ווי דעניס פראגער און זשאסעף טעלושקין האבן עס גוט ארויסגעברענגט: ”עקאנאמישע דעפרעסיע איז נישט קיין גענוגנדער תירוץ פאר גאז קאמערן...”

***

מיר אלע ווייסן אז ווען המן האט פארגעשלאגן פאר אחשורוש זיין ענדגילטיגע לעזונג צום אידן פראגע אין אויסטויש פאר צען טויזנט שטיקער זילבער, האט אחשורוש צוריקגעוויזן דאס געלט, און מסכים געווען צום שחיטה פאר אומזיסט, זייענדיג הפנים נישט קיין קלענערע אידן פיינט ווי המן זעלבסט. אבער כאטש דער דאזיגער אפמאך איז לכאורה גאר גרינג צו פארשטיין, געפינט די גמרא אין מגילה פאר וויכטיג דאס צו ערקלערן מיט דעם פאלגנדן משל:

עס זענען געווען צוויי מענטשן וואס האבן פארמאגט פעלדער איינס נעבן דעם צווייטן. ביי איינעם אין פעלד האט ארויסגעשטארצט א בערגל, וואס האט אים זייער געשטערט און ער האט געזוכט וויאזוי פטור צו ווערן דערפון, בעת ביים צווייטן האט זיך געפינען א גרוב וואס איז אים געשטאנען אין וועג, און ער האט געזוכט מיט וואס דאס אנצופולן. איין טאג האט זיך דער בעל ה'גרוב אנגערופן צום בעל ה'בערגל: ”פארקויף מיר ביטע דיין בערגל אז איך זאל קענען אנפולן מיין גרוב.” אויף וואס זיין שכן האט אים געענטפערט: ”אדרבא, נעם דעם בערגל אומזיסט!”

דער אילוסטראציע איז גאנץ קלאר: אחשורוש ווערט צוגעגליכן צום בעל הבית פונעם בערגל, וואס איז פארשטייט זיך א משל צום אידישן פאלק אונטער זיין הערשאפט פון וועמען ער זוכט אומבאדינגט פטור צו ווערן, בעת המן איז דער בעל הבית פונעם גרוב וואס זוכט אפצוקויפן דאס בערגל - די אידן - פון אחשורוש, און דער לעצטער טראגט זיך פרייוויליג אן זיי אוועקצוגעבן בחינם.

עס זענען אבער פארהאן צוויי פראבלעמען דא:

ערשטנס, די משלים וועלכע ווערן געברענגט אין ש”ס זענען נישט פאבריצירט געווארן בלויז פאר פאן, נאר ליבערשט אלס געצייג אויסצוקלארן אן אבסטראקטן אדער קאמפליצירטן באגריף. אלזא, וואס איז דען אזוי שווער צו פארשטיין וואס דא האט זיך אפגעשפילט צווישן אחשורוש און המן? סך הכל צוויי מענטשן מיט אן ענליכן אגענדע, צו פארניכטן די אידן?! איז דאס דען געווען אזא פרעצעדענטלאזע פאל? צום באדויערן איז דאס בכלל נישט געווען אזא זעלטענע ערשיינונג אין די אידישע היסטאריע פון בעפאר'ן נס פורים. וואס פעלט זיך אויס א משל דאס צו פארשטיין געבן?

און צווייטנס, איז דער משל פון די צוויי פעלד אייגנטומער לכאורה נישט אזוי אקוראט צו וואס עס האט פאסירט צווישן אחשורוש און המן! אינעם משל האט איינער געזוכט צו קויפן עפעס פון וואס א צווייטער האט געזוכט פטור צו ווערן, אבער אינעם נמשל האבן ביידע, סיי אחשורוש און סיי המן, געזוכט פטור צו ווערן פונעם בערגל!

נאר וואס דען?

וואס די גמרא פראבירט דא צו אויסקלארן איז,דער תירוץ צו אונזער אויבנדערמאנטע פראגע, פארוואס טאקע זענען אידן אלעמאל געווען פארפיינטעט? פארוואס האט המן אזוי שטארק געוואלט אומברענגען יעדן איד, מנער ועד זקן? פארוואס האט אחשורוש געזוכט צו מאכן זיין גאנצע מלוכה אידן ריין? וואס האבן זיך די אידן פארזינדיגט אז אלע גרויסמאכטן, פון די רוסישע צארן ביז די קריסטליכע פויפסטן, פון די מוסלומענישע הערשער ביז'ן דריטן רייך, זענען אלע געווען אבסעסירט מיט'ן אידישן פאלק אז זיי ברויך מען פארניכטן?

אט די קשיא, ווארשיינליך איינס פון די גרעסטע אין אונזער היסטאריע, פארענטפערט די גמרא מיט דעם משל!

אנטיסעמיטיזם, זאגט אונז די גמרא, זעט דעם איד ווי א בערגל אין וועג, א פרעמדער אין דער וועלטס געשיכטע, וואס שטערט דעם פרייען באוועגונג אויף די וועלט, און דער גוי ווייסט אליינס נישט פונקטליך פארוואס. דער דאזיגער אנטיסעמיט שפירט זיך אומבאקוועם אינעם אנוועזנהייט פונעם איד. דער איד געהערט נישט דא. מיר קענען פראבירן צו טוהן וואס נאר מעגליך צו עלימינירן דאס ווידערווילן וואס דער גוי שפירט צו אונז, אבער עס וועט אונז נישט קיין סך העלפן.

נו, פארוואס טאקע? וואס רעגט זיי אזוי אויף? פארוואס קען דער גוי נישט אנקוקן דעם איד ווי סתם נאך אן עטנישע גרופע וואס איז עוסק אין זיינע אייגענע עסקים? דער דאזיגער שנאה, זאגט אונז די גמרא, איז געבוירן געווארן פון א טיפערע און באדייטפולע ארט אינעם באוואוסטזיין פונעם אנטיסעמיט. דער אידישער עקזיסטענץ האט געעפנט א לאך, א חלל, אין הארץ פונעם נישט-איד, און אלע פון זיי זענען וואכזאם צו דעם דאזיגן חלל, און דאס מאכט אז זיי זאלן קוקן אויף דעם איד אויף איינס פון צוויי וועגן: אדער מיט רעספעקט און אנערקענונג, אדער מיט האס און אפשיי, צי גאר מיט א געמיש פון ביידע צוזאמען.

”למה נקרא שמה סיני?” פרעגט די גמרא אין מסכת שבת, ”שירדה שנאה לאומות העולם עליו!”

מיט בערך דריי אהאלב טויזנט יאר צוריק, צופוסנס פון א נידריגן בארג, האט דאס אידישע פאלק באקומען אן אומשאצבארן מתנה וואס האט געטוישט זייער לעבן אויף אייביג. יענער מאמענט האט אדורכגעדרינגען דאס אידישן לעבן מיט העכערקייט און אייביגקייט. די מתנה פון תורה האט אריינגעקריצט אינעם אידישן לעבן א ריזיגע מאראלישע און גייסטיגע פאראנטווארטליכקייט, און גלייכצייטיג מיט א אומשאצבארע מעין עולם הבא'דיגע פארגעניגן.

ווען דער גוי קומט אין בארירונג מיט א איד, ווערט ער - באוואוסטזיניג צי נישט - באפאלן מיט א בליץ פון גייסטיגקייט, א טיפקייט אין לעבן, אן אפקלאנג פונעם אויבערשטן אליינס, וואס איז אים נישט גרינג צו דערהייבן. ער שפירט ווי עס ליגט דארט עפעס א ממשות'דיגע באדייט בנוגע דעם איד און אידישקייט וואס איז גרעסער ווי זיין פארשטאנד פונעם לעבן, און דער גוי שפירט דאס אפטמאל נאך בעסער ווי דער איד אליין.

דאס אידישער אנוועזנהייט האט געעפנט אן אומגעהויערן גייסטיגן און עמאציאנאלן חלל אין הארץ פון דער מענטשהייט, ערלויבנדיג זיי צו שפירן זייער אייגענעם באדייטלאזיגקייט. ביים בארג סיני האט דער רבונו של עולם זיך אנטפלעקט דורך די אידן און געגעבן דעם וועלט צו פארשטיין אז עס איז פארהאן איין גאט וואס שטעלט מאראלישע פאדערונגען אויף דעם גאנצן מענטשהייט. און אזוי ארום איז דער איד פארוואנדלט געווארן אלס דער ציל פון שנאה פאר די אלע וועלכע וועלן קיינמאל נישט מוחל זיין דעם איד פאר'ן שאפן דעם דאזיגן חלל וואס שטאמט הויפטזעכליך פון א אינערליכן געוויסן ביסן פון לעבן אן אוממאראלישן און עגאאיסטישן לעבן.

באגריפן ווי מענטשן רעכט, דער געדאנק אז מען איז מחוייב זיך צו זארגן פאר די ארעמע, שוואכע און קראנקע, אז עס איז פארהאן מותר און אסור, אז מאכט האט אויך א גרעניץ, און אלע פון אונז זענען פארפליכטעט צו ישרות, דאס זענען באגריפן וואס זענען סם המוות פאר'ן מענטש וואס וויל זיך בלויז פירן לויט די געזעצן פונעם זשאנגל, דהיינו, איך טוה עס ווייל איך קען. די דאזיגע ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטוהן ווען עס וועקט זיך אויף א מאראלישע ווינט ארום זיי.

עס איז צום באמערקן אז פיל גוים פון פארשידענע רעליגיעס האבן גאר גענוצט די אידישע באגריפן זיך אליינס צו דערהייבן צו א העכערן לעבנס סטאנדארט, נוצנדיג אידן און אידישקייט אלס מוסטער וועמען נאכצומאכן אויף זייער אייגענעם שטייגער. א ביישפיל דערפון זענען די גרינדער פונעם אמעריקאנעם פאלק, וועלכע האבן רעספעקטירט די פרייהייט און אייגנארטיגקייט פון יעדן סארט מענטש וועלכע איז באשאפן געווארן מיט א צלם אלוקים.

היבש מערקווירדיג זענען די ווערטער פון זשאן עדעמס וועלכע האט געשריבן: ”איך וועל מודה זיין אז די אידן האבן געטוהן פאר די ציוויליזאציע ווי קיין שום אנדערע פאלק האט געטוהן!” ער האט דאס געשריבן אלס קריסט, אבער צוגעגעבן אז אפילו ווען ער וואלט געווען אן אטעאיסט וואס גלויבט בלויז אין ”טשענס”, דאן וואלט ער בלי ספק געהאלטן אז ”טשענס” האט פאראורזאכט אז די אידן זאלן פארשפרייטן איבער די וועלט די לערע'ס פון א העכסט אינטעליגענטן, קלוגן, אלמעכטיגן דאמינירער!

לעא טאלסוי האט געשריבן: ”דער איד איז דער וואס האט אראפגעברענגט פון הימל דאס אייביגע פייער, און האט מיט איר באלאכטן די גאנצע וועלט. דער איד איז דער מקור פון רעליגיע פון וועלכע אלע איבריגע פעלקער האבן געצויגן זייערע גלויבן'ס און רעליגיעס!”

איצט וועט איר פרעגן, דארפן מיר דען דעם גוי'ס הסכמה אז מיר זענען דעם עם הנבחר? חלילה, פונקט פארקערט, דאס ברענגט ארויס אז אפילו דער גוי, ווען ער איז אויפריכטיג מיט זיך, ווייסט זייער גוט פון אינעווייניג אז מיר זענען די וועלכע האבן פארשפרייט געטליכקייט איבער די וועלט.

אט דער מהלך פאדערט אבער אן אויסערגעווענליכן דיסציפלין און מקריב זיין פון זיך. עס פארלאנגט אז מען זאל טאג טעגליך רייסן שטיקער פונעם עגא און פוילקייט, און אויפגעבן אסאך אינסטינקטן און תאוות. עס איז טאקע פול מיט סיפוק אבער פארט נישט גרינג. צום באדויערן האבן די מערהייט פון די קולטורן אין די פארגאנגענהייט אויסגעקליבן א גרינגערן מיטל אנצופולן זייער גייסטישע און פסיכאלאגישע חלל: ”פארטיליג דעם איד”, זאגן זיי, ”און דער לאך וועט פארשוואונדן ווערן.” פיל מענטשן קענען פשוט נישט פארדייען דעם גייסט פון זיך פירן לויט'ן געוויסן, הגם ווען זיי פירן זיך פארקערט פון זייער געוויסן ווערן זיי פול מיט שולד געפילן, און דאן דרייען זיי אויס זייער פרוסטאציע אין ריכטונג פון די וועלכע האבן אנטפלעקט דאס מאראל, די אידן. טיף אין הארצן ווייסן זיי אז אידישקייט פארמאגט דעם אמת, אבער עס איז זיי צו שווער דאס צו באלעבן און זיין באוואוסטזיניג דערצו.

אט דאס איז די נשמה הינטער אנטיסעמיטיזם. עס איז א פארעם פון פארדרוס און שנאה געטריבן פון אן אייגענעם ליידיגקייט אין לעבן. אדאלף היטלער ימ”ש האט אמאל באמערקט אז זיין שליחות אין לעבן איז געווען ”אויסצוראטן (עפ”ל) דעם טיראנישן גאט פון די אידן”, צוזאמען מיט זיינע ”לעבנס פארלייקענדע צען געבאט.”

דאס איז טייטש, אז אנטיסעמיטיזם איז נישט בלויז א אידישער פראבלעם. עס איז בעצם א חורבן פאר יעדן מאראלישן און רעכט דענקענדן מענטש. די אנטיסעמיטן האבן נישט בלויז פיינט די אידן אליין, נאר סיי ווער עס רעפרעזענטירט א העכערע, אמת'ע מאראלישע וועזן. זיי הייבן אפשר אן בלויז מיט די אידן, אבער שטעלן זיך קיינמאל נישט אפ בלויז מיט זיי.

עס איז אבער קלאר אז נישט אלע שונאי ישראל זענען געווען באוואוסטזיניג צו דער נשמה פונעם האס. פיל פון זיי, ווי אחשורוש, האבן פשוט געזען דעם איד ווי א בערגל וואס שטערט דעם פלוס פון לעבן. זיי האבן נישט געוואוסט פון דעם אונטערליגנדן שורש דערצו.

אנדערע אנטיסעמיטן, ווי המן הרשע, זענען יא געווען וואך צום חלל וואס די אידן האבן אים געשאנקען. המן. צום ביישפיל, האט זייער גוט פארשטאנען אז די סיבה צוליב וואס ער האט פיינט די אידן איז צוליב דעם אמת מיט וואס זיי טראגן זיך ארום. און טאקע דערפאר האט אים אזוי געקרענקט ווען איין אלטער אידעלע האט זיך נישט געבויגן פאר אים. זיין פאלשע זעלבסט בילד פון א כמו גאט האט געכאפט אזא געזונטער זעץ, אזש המן האט עס פשוט נישט דורכגעטראגן. דער אמת האט אים צו שטארק געשטאכן!

דעריבער איז המן געגאנגען צו אחשורוש און געזאגט, ”איך פארמאג א גרוב אין הארצן וואס איך קען נישט פארטראגן. מען מוז באפרייען די וועלט פון איר אידישן אנוועזנהייט!” אחשורוש, וועלכער איז געווען ווייניגער אינטעליגענט און מער קאמפליצירט ווי המן, האט געענפערט, ”געוואלדיג! די אידן זענען מיר עפעס שטענדיג געשטאנען אין וועג, איך ווייס אליין נישט פארוואס. איך וואלט געווען ממש צופרידן ווען דו קענסט זיי ערלעדיגן פאר מיר!”

איצט פארשטייען מיר שוין די סיבה צוליב וואס אנטיסעמיטיזם האט אלעמאל, און וועט אלעמאל, עקזיסטירן. עס שטאמט פון צו א טיפע פלאץ אינעם גוי'ס וועזן אז דער איד זאל קענען טוהן עפעס דאס צו עלימינירן. מיר קענען פראבירן צו מאכן אונזערע נעזער קורצער, זיך צופאסן צום גוי, זיך אסימילירן, אדער סיי וואס, דער פיינטשאפט וועט פארבלייבן! (אפילו ווען מיר פראבירן צו מאכן דאס וואס מען רופט היינט ”א קידוש השם”, וואס האט אגב קיין שייכות מיט קידוש השם, זענען מיר אויך גאנץ ווייניג פארזיכערט אז דער שנאה וועט עלימינירט ווערן.)

דער איינציגסטער זאך וואס מיר קענען און דארפן טוהן צו פארמיידן אנטיסעמיטיזם ווי ווייט מעגליך, איז דאס וואס מרדכי און אסתר האבן געטוהן: גערופן די אידן צו תשובה און תפילה, געפאסט דריי טעג, און ערשט דאן געגאנגען זיך בעטן און פארהאנדלען מיט אחשורוש!

בלויז ווען מיר ווענדן זיך צום איין איינציגן באשעפער ער זאל אונז אויסהיטן פון די זיבעציג וועלף מיט וואס מיר זענען ארומגענומען, בלויז ווען מיר פארשטערקערן ווי ווייט מעגליך אונזער קשר מיט'ן לעבעדיגן באשעפער, בלויז דאן קענען מיר גלייבן און האפן אז ער וועט איבערדרייען דאס הארץ פונעם אנטיסעמיט אונז צו שעצן אנשטאטס פיינט האבן!
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

קלאר
הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
קוק ארויף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:38 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק ארויף »

זייער שיין ש'כוח!
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

שרייבסט זייער פיין!
ס'איז א קונץ צו מאכן ציענד א לענגערע ארטיקל נאר מיט תוכן, אן קיין זייטיגע משלים, וויצן אד"ג.
שכח!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6600
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גאר שטארק!
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זייער שיין און גוט געשריבן

למעשה איז דא א שטיקל קשיא אויף דעם ערקלערונג, ווייל מען זעהט דאך פון די תורה זעלבסט אז שוין אין מצרים איז אנגעגאנגען דער אנטיסעמיטיזם אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, דאס איז דאך נאך געווען בעפאר סיני.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

pdf?
why drink and drive when you can smoke and fly

ניקישי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:44 am
שרייבסט זייער פיין!
ס'איז א קונץ צו מאכן ציענד א לענגערע ארטיקל נאר מיט תוכן, אן קיין זייטיגע משלים, וויצן אד"ג.
שכח!

גא"מ
why drink and drive when you can smoke and fly
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:16 pm
זייער שיין און גוט געשריבן

למעשה איז דא א שטיקל קשיא אויף דעם ערקלערונג, ווייל מען זעהט דאך פון די תורה זעלבסט אז שוין אין מצרים איז אנגעגאנגען דער אנטיסעמיטיזם אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, דאס איז דאך נאך געווען בעפאר סיני.
דאס אז מתן תורה האט געברענגט די פלייץ פון שנאה זאגן שוין חז״ל.

איך טראכט אז ס׳קען זיין אין מצרים האבן די מצריים שוין טועם געווען דאס העכערקייט פון די עם הנבחר, ווי מען זעהט קלאר אין פסוק, נאר ביי מתן תורה וואס דעמאלטס האט די גאנצע וועלט דאס מיטגעהאלטן אויף אזא געטליכן פארנעם איז די שנאה געווארן אויסגעשפרייט איבער די גאנצע וועלט ממש.

@בן דרוסאי אויסטערלייש רייך און קלאר געשריבן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

נאכנישט געליינט אבער קודם געלייקט, ווי מיין שטייגער ביי א @בן דרוסאי ארטיקל.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין @בן דרוסאי די שאלה איז נאר פארוואס טאקע אסימילירטע און געמישטע אידן האט מען אויך פיינט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

באקומען אין אישי פון א קלוגער איד:

למעשה, סתם אנצומערקן, היטלער שרייבט אין 'מיין קאמפף' א לאנגס און א ברייטס איבער דעם מאראלישן איד, ער זאגט בתוך הדברים 'אז עס וועט זיך געפונען אויפן וועלט בלויז איין מענטש, וועלכער שטאמט פון אידן, אפילו ער האט שוין לאנג פארגעסן זיין גלויבן, וועט זיין גאנצע געגנט שפירן שולדיג ביים באגיין אן אוממאראלישע אקט.

@שלמה מולכו , דא ליגט לכאורה דער ענטפער צו דיין פראגע.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

באקומען א פראגע אין אישי:

האסט געשריבן אן הערליכע שיינע אינהאלטסרייכע ארטיקל. גוט צולייגט, קלאר צאמגענומען, הערליך מסביר געווען, ממש א פראכט און א שלימות פון אן ארטיקל.

איך האב נאר איין הערה וואס כוואלט געוואלט פארשטיין. לויט דיין עקלערונג קומט אויס אז די סיבה פארוואס די גוי האסט דעם יוד איז וויבאלד ער וויל טון וואס אימער ער גלייכט, און ווען דער יוד קומט אין זיין בארירונג שפירט ער זיך שלעכט און גילטי צו טון וואס ער וויל, און ער פילט א פליכט און א פאדערונג זיך אויפצופיהרן מער מאראליש.

אין אנדערע ווערטער דער יוד ווייזט אים ווי נידעריג דער גוי איז.
איך האף אז כהאב עס גוט פארשטאנען.

איז לויט דעם קומט אויס אז די היינטיגע לינקע באוועגונג וואלט געדארפט זיין די שטערקסטע אנטיסעמיטן, זייענדיג באזירט אויף קענען טון וואס אימער סלאזט זיך, און די מער רעכטע מעסיגע וואס זענען דא פאר מאראלישע יומעניטי, און שטיפט אן עטישע מאראלישע לעבן וואס איז פיל מיט ריכטיגע ווירדן און נישט קיין לייכזיניגע לעבנס-אויפפירונג ווי יעדער טוט וואס ער וויל, זיי וואלטן געדארפט מער ליבן די יודן, זייענדיגע די וואס זוכן מער מאראליטעט.

די מציאות איז אבער פארקערט, אז בשעת ווען די לינקע זענען טאקע מער אנטי רעליגיע, און יעצט ביים מלחמה זענען זיי אנטי הארגענען אומשילדיגע מענטשן, (אן אריין גיין צו די עזה איינוואוינער זענען טאקע אומשילדיג. רוב וואס שרייען די ארגומענט האלטן טאקע אז זיי זענען אומשילדיג) און זיי זענען קעגן ארויף צווינגען רעליגיעזע ווירדן אויף אנדערע, אבער די עצם יוד האבן זיי נישט פיינט, און וועגן דעם טאקע וועט מען זעהן אז רובא דרובא פונעם יודישן פאלק וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות אידענטיפיצירן זיך מיט די לינק געמיינדע, וויבאלד דארט ליבט מען יעדע מענטש אפגעזעהן זיין רעליגיע און זיין בעקגראונד. מה שאין כן אין די רעכטע לאגע וועט מען סאך מער טרעפן די ווייסע סעפרעטיסן און נאצי סימפאטיקע וואס האסן די יוד נישט ווייל ער איז רעליגיעז, נאר וויבאלד ער איז א יוד. פשוט וויבאלד ער האט א יודישע אפשטאם.

און איך מיין אז לויט דיין עקלערונג איבער די מאטיוון וואס ברענגען פיינט צו האבן דעם יוד, וואלטן די פאקטן געדארפט זיין אויסגעדרייט. פארשטייסט מיין פוינט?

היות איך בין נישט באקאנט מיט לינק און רעכט, בין איך מכבד א צווייטן צו ענטפערן.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
רעכט
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעכט »

ריכטיגע דברים של אמת.
הערליכע פשט און שיין אראפגעשריבן.

נעמענדיג און באטראכט די פאקטארן ארום דעים ארטיקעל וואלט איך עס גערעיטיד #1 ארטיקל וואס כ'האב נאר אמאל געזעהן אויף אייוועלט!
נוגע בחיי יום יום, דרוש נאה בתורה, דבר בעתו, טיפע פסיכלאגיע, אינטעליגענטע ווערטער, ועוד ועוד
רעכט
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעכט »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:02 pm
זייער שיין @בן דרוסאי די שאלה איז נאר פארוואס טאקע אסימילירטע און געמישטע אידן האט מען אויך פיינט.
פשוט.
די טיפע אמת'ע געטליכקייט פון א איד קומט פון מעמד הר סיני. נישט דווקא ווייל אר היט די תורה. במילא נישט קיין חילוק וויפיל עבירות א איד טוט פארמאגט ער א סארט געטליקייט (פינטעלע איד? נשמה? חלק אלוקי ממעל?) וואס וועט אלץ טריגערען די טיפע סובקאנטשעס פונעם מענטש וואס האט עס נישט
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

דשעק דארסי

די ביסט פיינע פריקן נייעס
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

רעכט האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:25 pm
שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:02 pm
זייער שיין @בן דרוסאי די שאלה איז נאר פארוואס טאקע אסימילירטע און געמישטע אידן האט מען אויך פיינט.
פשוט.
די טיפע אמת'ע געטליכקייט פון א איד קומט פון מעמד הר סיני. נישט דווקא ווייל אר היט די תורה. במילא נישט קיין חילוק וויפיל עבירות א איד טוט פארמאגט ער א סארט געטליקייט (פינטעלע איד? נשמה? חלק אלוקי ממעל?) וואס וועט אלץ טריגערען די טיפע סובקאנטשעס פונעם מענטש וואס האט עס נישט
א נייער דערהער אין אלו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

רעכט האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:25 pm
שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 7:02 pm
זייער שיין @בן דרוסאי די שאלה איז נאר פארוואס טאקע אסימילירטע און געמישטע אידן האט מען אויך פיינט.
פשוט.
די טיפע אמת'ע געטליכקייט פון א איד קומט פון מעמד הר סיני. נישט דווקא ווייל אר היט די תורה. במילא נישט קיין חילוק וויפיל עבירות א איד טוט פארמאגט ער א סארט געטליקייט (פינטעלע איד? נשמה? חלק אלוקי ממעל?) וואס וועט אלץ טריגערען די טיפע סובקאנטשעס פונעם מענטש וואס האט עס נישט
סוי איז עס מער א רוחניותדיגע מהלך, איך האב פארשטאנען אז מרעדט דא פון א שכלדיגע מהלך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3078
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:42 pm
באקומען א פראגע אין אישי:

האסט געשריבן אן הערליכע שיינע אינהאלטסרייכע ארטיקל. גוט צולייגט, קלאר צאמגענומען, הערליך מסביר געווען, ממש א פראכט און א שלימות פון אן ארטיקל.

איך האב נאר איין הערה וואס כוואלט געוואלט פארשטיין. לויט דיין עקלערונג קומט אויס אז די סיבה פארוואס די גוי האסט דעם יוד איז וויבאלד ער וויל טון וואס אימער ער גלייכט, און ווען דער יוד קומט אין זיין בארירונג שפירט ער זיך שלעכט און גילטי צו טון וואס ער וויל, און ער פילט א פליכט און א פאדערונג זיך אויפצופיהרן מער מאראליש.

אין אנדערע ווערטער דער יוד ווייזט אים ווי נידעריג דער גוי איז.
איך האף אז כהאב עס גוט פארשטאנען.

איז לויט דעם קומט אויס אז די היינטיגע לינקע באוועגונג וואלט געדארפט זיין די שטערקסטע אנטיסעמיטן, זייענדיג באזירט אויף קענען טון וואס אימער סלאזט זיך, און די מער רעכטע מעסיגע וואס זענען דא פאר מאראלישע יומעניטי, און שטיפט אן עטישע מאראלישע לעבן וואס איז פיל מיט ריכטיגע ווירדן און נישט קיין לייכזיניגע לעבנס-אויפפירונג ווי יעדער טוט וואס ער וויל, זיי וואלטן געדארפט מער ליבן די יודן, זייענדיגע די וואס זוכן מער מאראליטעט.

די מציאות איז אבער פארקערט, אז בשעת ווען די לינקע זענען טאקע מער אנטי רעליגיע, און יעצט ביים מלחמה זענען זיי אנטי הארגענען אומשילדיגע מענטשן, (אן אריין גיין צו די עזה איינוואוינער זענען טאקע אומשילדיג. רוב וואס שרייען די ארגומענט האלטן טאקע אז זיי זענען אומשילדיג) און זיי זענען קעגן ארויף צווינגען רעליגיעזע ווירדן אויף אנדערע, אבער די עצם יוד האבן זיי נישט פיינט, און וועגן דעם טאקע וועט מען זעהן אז רובא דרובא פונעם יודישן פאלק וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות אידענטיפיצירן זיך מיט די לינק געמיינדע, וויבאלד דארט ליבט מען יעדע מענטש אפגעזעהן זיין רעליגיע און זיין בעקגראונד. מה שאין כן אין די רעכטע לאגע וועט מען סאך מער טרעפן די ווייסע סעפרעטיסן און נאצי סימפאטיקע וואס האסן די יוד נישט ווייל ער איז רעליגיעז, נאר וויבאלד ער איז א יוד. פשוט וויבאלד ער האט א יודישע אפשטאם.

און איך מיין אז לויט דיין עקלערונג איבער די מאטיוון וואס ברענגען פיינט צו האבן דעם יוד, וואלטן די פאקטן געדארפט זיין אויסגעדרייט. פארשטייסט מיין פוינט?

היות איך בין נישט באקאנט מיט לינק און רעכט, בין איך מכבד א צווייטן צו ענטפערן.
די היינטיגע לינקע זענען פשוט נישט בגדר אנוש, ממילא פאלט זײ נישט ביי צו פיינט האבן די אידן

משא"כ די רעכטע זענען טאקע די מער ערליכע, קלענערע אנטיסעמיטן
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:50 pm
pdf?
בן דרוסאי - וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם.pdf
(218.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 6 מאל
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
שמות
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות »

פאר אינטערעסאנטקייט וועל איך דא נאך ברענגן פון הגאון ר' אביגדור מילער זצ"ל
פון דאס ביכל
"The truth of the Torah" page 133
At the giving of the Torah a hatred came down on the world
Some Torah Scholars misinterpret this, saying when the Torah was given, a dislike against Jews developed in the world. However, that isn't what the Gemara is saying. Rashi explains that when the Torah was given, Hashem became angry at the nations of the world: Why didn't you come and try to be included in the opportunity of accepting the Torah? עיי"ש.
וכן כתוב רש"י שבת פט. שירדה שנאה לעכו"ם. שלא קבלו בו תורה:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין און קלאר באשריבן. ארויס געברענגט א שטארקע נקודה מיט א געלונגענעם שפראך!

היטלער ימ״ש האט דאס אפן געזאגט
אני משחרר את האנשים מכבלי הרוח … מן העינויים הנאלחים והמשפילים של חִיזיון שווא הנקרא מצפון ומוסר, ומן התביעות לחירות ולעצמאות אישית.
ער האט געוואלט אויסרייסן דעם איד וואס האט אריינגעברענגט ״מאראל״ און ״געוויסן״ אין די מענטשהייט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
חברונער
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

זייער שטארק

וויכטיג פאר אסאך אידן און נישט אידן צו ליינען
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:42 pm
באקומען א פראגע אין אישי:

האסט געשריבן אן הערליכע שיינע אינהאלטסרייכע ארטיקל. גוט צולייגט, קלאר צאמגענומען, הערליך מסביר געווען, ממש א פראכט און א שלימות פון אן ארטיקל.

איך האב נאר איין הערה וואס כוואלט געוואלט פארשטיין. לויט דיין עקלערונג קומט אויס אז די סיבה פארוואס די גוי האסט דעם יוד איז וויבאלד ער וויל טון וואס אימער ער גלייכט, און ווען דער יוד קומט אין זיין בארירונג שפירט ער זיך שלעכט און גילטי צו טון וואס ער וויל, און ער פילט א פליכט און א פאדערונג זיך אויפצופיהרן מער מאראליש.

אין אנדערע ווערטער דער יוד ווייזט אים ווי נידעריג דער גוי איז.
איך האף אז כהאב עס גוט פארשטאנען.

איז לויט דעם קומט אויס אז די היינטיגע לינקע באוועגונג וואלט געדארפט זיין די שטערקסטע אנטיסעמיטן, זייענדיג באזירט אויף קענען טון וואס אימער סלאזט זיך, און די מער רעכטע מעסיגע וואס זענען דא פאר מאראלישע יומעניטי, און שטיפט אן עטישע מאראלישע לעבן וואס איז פיל מיט ריכטיגע ווירדן און נישט קיין לייכזיניגע לעבנס-אויפפירונג ווי יעדער טוט וואס ער וויל, זיי וואלטן געדארפט מער ליבן די יודן, זייענדיגע די וואס זוכן מער מאראליטעט.

די מציאות איז אבער פארקערט, אז בשעת ווען די לינקע זענען טאקע מער אנטי רעליגיע, און יעצט ביים מלחמה זענען זיי אנטי הארגענען אומשילדיגע מענטשן, (אן אריין גיין צו די עזה איינוואוינער זענען טאקע אומשילדיג. רוב וואס שרייען די ארגומענט האלטן טאקע אז זיי זענען אומשילדיג) און זיי זענען קעגן ארויף צווינגען רעליגיעזע ווירדן אויף אנדערע, אבער די עצם יוד האבן זיי נישט פיינט, און וועגן דעם טאקע וועט מען זעהן אז רובא דרובא פונעם יודישן פאלק וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות אידענטיפיצירן זיך מיט די לינק געמיינדע, וויבאלד דארט ליבט מען יעדע מענטש אפגעזעהן זיין רעליגיע און זיין בעקגראונד. מה שאין כן אין די רעכטע לאגע וועט מען סאך מער טרעפן די ווייסע סעפרעטיסן און נאצי סימפאטיקע וואס האסן די יוד נישט ווייל ער איז רעליגיעז, נאר וויבאלד ער איז א יוד. פשוט וויבאלד ער האט א יודישע אפשטאם.

און איך מיין אז לויט דיין עקלערונג איבער די מאטיוון וואס ברענגען פיינט צו האבן דעם יוד, וואלטן די פאקטן געדארפט זיין אויסגעדרייט. פארשטייסט מיין פוינט?

היות איך בין נישט באקאנט מיט לינק און רעכט, בין איך מכבד א צווייטן צו ענטפערן.
די ליבעראלע אגענדע איז טאקע צו אויסראטן ״מאראל״ פון די מענטשהייט. וואס סשמעקט נאר א משהו פון ווירדן און מאראלישקייט ווערט דארט פארשוועכט. אין א געוויסן זין האבן זיי מצליח געווען צו דאס אפהרגענען. ותוצאות הליבארלישע וועלט יוכיח.
סאו יתכן אז איינער וואס האט נישט קיין מאראל קען דאס נישט פיינט האבן.

ועוד והוא העיקר, די לינקע האבן נישט פיינט דעם איד וואס האט נישט קיין מאראל און גלייבט נישט אין דעם. דעם איד וואס לעבט מאראליש האבן זיי נישט פיינט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”