תמיה ופליאה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

תג1234
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:24 pm

תמיה ופליאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג1234 »

א וואונדער וואס טוט מיך שטארק וואונדערן שוין א שטאק מיט יארן, פארוואס מען בויט נישט קיין הייזער און נייטרא, קאשוי, פאפא, וואס האבן הונדערטער עיקער ווערט פון ביליאנען, וואס מען האט עס געקויפט פון צדקה און נכסי ציבור, פארוואס בויט מען נישט דארט לטובת דעם ציבור, פאר ביליג, אדער עכ"פ זאל זיין ווי צו וואוינען.
לעצט פארראכטן דורך תג1234 אום זונטאג יוני 23, 2024 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2837
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: תמיה ופליאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אפשר לייגסטו זיך טאקע אריין אין דעם?

רוף די ראשי קהילה, לאז אונז וויסן וואס זיי זאגן צום געדאנק.

וועגן די הלכה פראבלעם וואס דו ווילסט מאכן דערפון, איך מיין אז ווען מ'האט עס געקויפט האבן זיי נישט געזאגט אז זיי וועלן עס באזעצט.

פאררעכט מיך אויב איך האב א טעות.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
איבערגאנג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

Re: תמיה ופליאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגאנג »

נייטרא דאכט זיך האט געבויט עפעס נייע דירות א צייט צוריק און ס׳האט זיך שווער אנגעפילט
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: תמיה ופליאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

תג1234 האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:37 pm
א וואונדער וואס טוט מיך שטארק וואונדערן שוין א שטאק מיט יארן, פארוואס מען בויט נישט קיין הייזער און נייטרא, קאשוי, פאפא, וואס האבן הונדערטער עיקער ווערט פון ביליאנען, וואס מען האט עס געקויפט פון צדקה און נכסי ציבור, פארוואס בויט מען נישט דארט לטובת דעם ציבור, פאר ביליג, אדער עכ"פ זאל זיין ווי צו וואוינען.
איר זעט אויס א נייער דא (נייע ניק זיכער) איר לייגט עס אינעם דעת הקהל אשכול, האבעך געמיינט איר האט עפעס אן אינטערעסאנטע רש"י וכדו' און איר ווילט וויסן וויאזוי דער עולם לערנט פשט.
עניוועי איך בין אנגעקומען דא זע איך איר רעדט פון דירות. אני קטן האב דן געווען בנושא זה נאך פאר כמה שנים שעברו עלינו לטובה, און לכאורה איז עס נישט קיין כדי שיעשו.
פשוט ווייל מ'דארף דורכגיין זיבן מדורי גיהונים דמים תרתי משמע צו קענען באקומען עפעס זאכליכע פערמיטן אין די דאזיגע ווילידזשעס טאונס - און נאכדעם וועט מען דאך מוזן עפעס טשארדזשן אפצוצאלן די ממון ודמים וואס מ'האט אריינגעלייגט, און פארן ענד יוזער אינאיינעם מיט די טעקס וועט נישט לוינען פאר קיינעם צו וואוינען דארט ענדערש וואו אין עני אנדערע ישוב, א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: תמיה ופליאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

קאשוי וויל דירעקט נישט פארברייטערן זייער שטעטעלע און מאכן אפילו פראבלעמען פאר אזעלכע וואס ווילן אהינקומען פאר איין יאר וועגן סעקשאן 8


מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”