קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:11 am
דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:48 am
קויפט זיך איינער א הייזקע אין מידל אוו נאוועיר, נישטא קיין שול דערנעבן, נישטא קיין מקוה. אויף וועמענס חשבון? ווער איז דיר עפעס שולדיג? די ערשטע סטך וואס מ'דארף טון, נאך פאר'ן קויפן, איז מאכן זיכער אז די רוחניות'דיגע הצטרכות'ער זענען מסודר.

א צווייטער איז נאך א גרעסערע חכם. ער קויפט א הייזקע און אדווערטייזט אז ס'איז אוועילעבל צו פארדינגן פאר טאפ דאללער, וואקינג דיסטענס צו א שול מיט א מקוה. ס'ארא חוצפה! וועמענס שול, וועמענס מקוה? ביסט א גוטער אויף יענעמס חשבון?

איך רעדט שוין נישט פון דעים אז די אומגעריפענע געסט זעצן זיך אריין אין מקוה, א גאנצע משפחה, ערב שבת די פיק טיים ווען ס'נישטא קיין פלאץ פאר די וואס האלטן אויף דאס פלאץ.

נאך א ווייטאגליכע מציאות איז אז ליידער קען מען נישט לאזן פרעמדע מענטשן זיך דרייען אין קאנטרי פריי צווישן קינדער. מענטשן צאלן שווערע געלטער צו זיין אויף אן אפגעהיטענע פלאץ, ווי מ'זאל קענען זיין רואיג לאזענדיג די קינדער ארומרוימען פראנק און פריי. ווען ס'דרייען זיך פרעמדע מענטשן איז עס א סכנה און מ'האט נישט קיין ברירה נאר זיי צו מאכן שפירן אומבאקוועם אז זיי זאלן גיין ערגעץ אנדערש.
עס שטימט זייער גיט וואס דו זאגסט, אבער הערט זיך נישט אידיש..
ווען א איד קויפט א הויז זיכט ער די נאנסטע שול צו זיך, אן אריין נעמען אין חשבון אז זיי לאזן נישט אריין... אזוי גייט עס אין אלע אנדערע פלעצער א חוץ אין די "קאנטרי"
ס'הערט זיך נישט אידיש ווייל די ביסט נאכנישט אפגעבריט געווארן. אנדערע זענען ליידער יא.
די זעלבער וואס נעמט נישט אין חשבון אז מ'לאזט אפשר נישט אריין נעמט אויך נישט אין חשבון אז א שול קאסט געלט צו בויען און אויפהאלטן. טאמער וויל ער ווערן א פולער שותף זאל ער מודיע זיין.

און וואס זאגסטי צו דער וועלכע פארדינגט די הויז און זאגט פאר די געסט אז מ'קען גיין אין שכינות'דיגע קאנטרי?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:59 am
לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:55 am
כשרן פסח האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:57 am
די גוטע פעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:05 am
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די קאסט אויפצוהאלטן די מקוה איז ארויף צו דאפאלט זייט מען לאזט אריין פרעמעדע מענטשן
סתם פאר אינטערסאנטקייט וויאזוי איז דאס מעגליך?
די מקוה שטעלט צו האנטוכער? אויב יא , זאלן זיי אויפהערן צושטעלן האנטוכער, איך זע נישט וואס נאך קען קאסטן מער, קןואל וואסער?
אינגערמאן, א מקוה אויפצוהאלטן קאסט אביסל מער ווי בלויז האנטוכער.
פארוואס אין שטאט מאכסטו נישט צו די מקווה פאר מענטשן וואס זענען נישט דיינע מעמבערס? ווייל עס קאסט געלט.
אין שטאט איז דא א געיט און מ'קען נישט אריינגיין אומבאצאלט. אסאך קאנטריס האלטן נישט ביים ספענדן די טויזענטערס וואס קאסט צו אינסטאלירן און סערוויסען א געיט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

איך הער די טענה פון די מעמבער׳ס פונעם קאנטרי.

אבער די וועג וויאזוי אסאך באהאנדלן דאס איז גרויליג!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:39 am
שאינו יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:32 am
אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:18 am
צ/ק
100%. א קאנטרי איז ווי א קליינע קאמיאנעטי, די מניט וואס 1000 מענטש דרייען זיך דארט פארלירט עס די היימישקייט .
עס איז פינקט ווי א קליינע שול ווי יעדער קען זיך, אויב קימט צי נאך איינער איז אקעי אבער אויב ווערט עס פיל מיט מענטשן פארלירט עס די געשמאק, די קרעמל סטייל שול, אין דעס איז נאר עפעס וואס קען ווערן אנגעהאלטן מיטן אינפארסירן די ״נא געסט״ פאלעסי (אמת די ביסט נאר איינער אבער נאר איינער ברענגט נאך איינער אזוי ארבעט עס, עס בלייבט יאזעלי נישט ביי איינער)
ביוטיפול. פראבירט נישט צו זאגן געלט אדער לשם שמים, פלעין ווייל ביים דאווענען מוז דאך זיין א געשמאקע קראוד און אז יענער נעמט אוועק מיין געשמאקייט אינמיטן דאווענען זאל ער גיין נאך א האצבע שעה אדער דאווענען ביחידות, דעטס איט
איר האט שוין אמאל געהאט א קליינע שול ווי יעדער קען זיך? ווי יעדער איז א פאַרט פין די זאך? זעט נישט אויס אזוי, איך האב שוין יא געהאט אזאנץ ביז עס איז געווארן אויס טאקע וועגן דער נאר איינער אין נאך א נאר איינער
ממילא? ס'איז נישט קיין תירוץ נישט אריינצולאזן קיין מענטשן, א בית מדרש איז א בית ה' ס'באלאנגט פארן אייבערשטען, די אייבערשטער וויל אז מ'זאל יעדעם אריינלאזן, אז ס'איז א געשמאקע קרעמל מהיכי תיתי, ס'קען אבער נישט גיין אויפן חשבון פון די אמת'ע ציל פון א בית המדרש.

אז דו ווילסט קענסטו ארויסדינגען א פלאץ און זיך צוזאמנעמען יעדען טאג פארברענגען מיט דייין געשמאקע קרעמל, דארטן האסטו אלע רעכטן וועם אריינצולאזן.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

אין דעם פלאץ ווי איך האלט זיך אויף אין די זומער, א שיינע סאממער האום קאמיוניטי, נעמט מען זייער גערן און שיין אויף אנדערע אידן וואס וואנדערן אריין פון דרויסן, אריינגערעכנט די וואס האבן א פיינע עיר קאנדישאנד ביהמ"ד אין זייער קאלאני, אבער "ס'איז יאנטשטי", און אויך איז דארט נישט דא קיין דרייי סעטס ארטקרול גמרות, נאר איינס, און איין ביהכ"ס דארטן שמעקט אביסל פון שימל, ע"כ איז אים אסאך באקוועמער צו קומען אהער, מ'האט אפילו צוגעקויפט טישן אן בענק / בענקלעך, סידורים און חומשים אז עס זאל זיין גענוג פאר דרויסנדיגע אידן, מיר פילן עס פאר א זכי' צו זיין מכניס אורחים אויף אונזער קאסט, איך גיי גראדע אין מקוה פריער, כדי נישט צו דארפן ווארטן אויפ'ן שויער 10 מינוט ווייל א פרעמדער אקופירט דעם שויער שוין 15 מינוט, און ווען איך גיי יא שפעט, און איך ווער אויפגעהאלטן צוליב א דרויסנדיגער, שפיר איך אהבת ישראל און א גוטע געפיל פון חסד אז איך קען מארח זין אן אנדערע איד וואס איז נישט אזוי לאקי צו האבן א סאממער האום..

די סווימינג פול איז שוין עפעס אנדערש, אויף דעם האבן זיך אפגערעדט די בעלי בתים פון די סווימינג פולס, נעמליך די בעלי בתים פון די הייזער, וואס האלטן אויף די סווימינג פולס פאר טייער געלט, און קיינער האט גארנישט געזאגט, ביז עס איז געווארן א מאסן איינוואנדערונג סיי ביי די מענער פול און סיי הביי די עזרת נשים פול, און די בעלי בתים ומשפחותיהם האבן נישט געהאט קיין פלאץ אויף זיך אנטון, און קוים א לעכל אויף צו כאפן א טבילה אין פול,דאס איז שוין נישט געווען אקצעפטירבאר, האט מען איינגעפירט א סיסטעם אז אין די סווימינג פולס זענען נאר ערלויבט פאר אייגנטומער ומשפחותיהם, און מ'דארף א ספעציעלן קארטל צו האבן רשות כניסה..

אבער דער ביהמ"ד און מקוה איז ווייטער אפן פאר כל הקהל הקודש באתרא הדין און די פון בכל אתר ואתר..
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

אבער דאך, זייט נישט ברוגז טייערע ברידער, פארשטייט זייער גוט די וואס מאכן אומבאקוועם פאר געוויסע מענטשן וואס ווערן בעל הבית אין די סווימינג פול, ביהמ"ד מקוה "וואס באלאנגט פאר יחידים און ווערט אויסגעהאלטן און געראנט ביי יחידים", און קאסט אוצרות מיט געלט פון זייערע קעשענעס עס צו אויפהאלטן..

ווען איך האב געפרעגט א ידיד פון א דערנעבנדיגער דעוועלאפמענט, וואס האט איין טאג אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר די מאסן אורחים פון שכינות'דיגע גלילות, וואס איז פשט דערפון, אז זיי האבן אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר געסט, האב ער געזאגט אז זיי פלעגן הארצן גערן אריינלאזן יעדער איד וואס האט געוואלט, טראץ וואס דער ביהמ"ד איז נישט אזוי גרויס, און איז געווען צר מהכיל, ביז עס האט זיך אנגעהויבן א מצב אז די געסט האבן זיך אזוי קובע געווען און באקוועם געמאכט, און אנגעהויבן אויפשטעלן בעלי בתים פון זייערע זיצן, ווייל עס איז זייער מקום קבוע..
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

קעדילעק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:57 am
אין דעם פלאץ ווי איך האלט זיך אויף אין די זומער, א שיינע סאממער האום קאמיוניטי, נעמט מען זייער גערן..
דיין הקדמה איז דער ענטפער אויף די גאנצע מעשה.

אין א גרעסערע קאמיוניטי פון אפאר הונדערט מענטשן, פילט מען נישט די פאר עטליכע מענטשן וואס פאלן אריין און די פעסיליטיס ווערן נאך נישט איבערגעשטרענגט דערפון.

אבער א קליינע קאנטרי פון 30 מענטשן מאכט יעדע גאסט אסאך אויס
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:28 am
איך הער די טענה פון די מעמבער׳ס פונעם קאנטרי.

אבער די וועג וויאזוי אסאך באהאנדלן דאס איז גרויליג!
נישט קיין שאלה אז ס'זענען דא שלעכטע סאממער האום אייגענטומער, אבער אויך נישט קיין שאלה אז ס'זענען דא גוטע.
אזוי אויך זעמען דא שלעכטע אורחים, אויסניצער און זיך נישט רעכענענדיג מיט די בעלי בתים, און ס'זענען דא גוטע.

אפשר דארף מען אראפרייסן גאנץ כלל ישראל ווייל ס'זענען פארהאן פארדארבענע צווישן זיי?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

איך וויל צולייגן, אז ס'איז דא א גרויסע באקאנטע סאמער האום דעוועלאפמענט, און עס וואוינען דארט אויך עשירים און באקוועמע מענטשן, צוגלייך מיט געווענליכע אידן, און נישט נאר וואס פרעמדע קומען דארט דאווענען און לערנען כסדר בסבר פנים יפות, צאלן זיי נאך געלט פון טאש און האלטן אויס דארט א כולל א גאנצן טאג..
לעצט פארראכטן דורך קעדילעק אום דינסטאג יוני 25, 2024 11:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6956
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:39 am
שאינו יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:32 am
אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:18 am
צ/ק
100%. א קאנטרי איז ווי א קליינע קאמיאנעטי, די מניט וואס 1000 מענטש דרייען זיך דארט פארלירט עס די היימישקייט .
עס איז פינקט ווי א קליינע שול ווי יעדער קען זיך, אויב קימט צי נאך איינער איז אקעי אבער אויב ווערט עס פיל מיט מענטשן פארלירט עס די געשמאק, די קרעמל סטייל שול, אין דעס איז נאר עפעס וואס קען ווערן אנגעהאלטן מיטן אינפארסירן די ״נא געסט״ פאלעסי (אמת די ביסט נאר איינער אבער נאר איינער ברענגט נאך איינער אזוי ארבעט עס, עס בלייבט יאזעלי נישט ביי איינער)
ביוטיפול. פראבירט נישט צו זאגן געלט אדער לשם שמים, פלעין ווייל ביים דאווענען מוז דאך זיין א געשמאקע קראוד און אז יענער נעמט אוועק מיין געשמאקייט אינמיטן דאווענען זאל ער גיין נאך א האצבע שעה אדער דאווענען ביחידות, דעטס איט
איר האט שוין אמאל געהאט א קליינע שול ווי יעדער קען זיך? ווי יעדער איז א פאַרט פין די זאך? זעט נישט אויס אזוי, איך האב שוין יא געהאט אזאנץ ביז עס איז געווארן אויס טאקע וועגן דער נאר איינער אין נאך א נאר איינער
עס איז בכלל נישט קיין נפ״מ. זאגן אז א איד זאל נישט קומען אין בית מדרש ווייל עס שטערט זיין קאמפאני איז רח״ל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

קעדילעק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:04 am
אבער דאך, זייט נישט ברוגז טייערע ברידער, פארשטייט זייער גוט די וואס מאכן אומבאקוועם פאר געוויסע מענטשן וואס ווערן בעל הבית אין די סווימינג פול, ביהמ"ד מקוה "וואס באלאנגט פאר יחידים און ווערט אויסגעהאלטן און געראנט ביי יחידים", און קאסט אוצרות מיט געלט פון זייערע קעשענעס עס צו אויפהאלטן..

ווען איך האב געפרעגט א ידיד פון א דערנעבנדיגער דעוועלאפמענט, וואס האט איין טאג אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר די מאסן אורחים פון שכינות'דיגע גלילות, וואס איז פשט דערפון, אז זיי האבן אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר געסט, האב ער געזאגט אז זיי פלעגן הארצן גערן אריינלאזן יעדער איד וואס האט געוואלט, טראץ וואס דער ביהמ"ד איז נישט אזוי גרויס, און איז געווען צר מהכיל, ביז עס האט זיך אנגעהויבן א מצב אז די געסט האבן זיך אזוי קובע געווען און באקוועם געמאכט, און אנגעהויבן אויפשטעלן בעלי בתים פון זייערע זיצן, ווייל עס איז זייער מקום קבוע..
איך וואלט אפגעטיילט ציווישן א ביהמ"ד / מקוה און א סווימינג פול.

א סווימינג פול איז א פריוואטע פלאץ בלויז פאר מענטשן וואס צאלן דערפאר, פונק ווי א שוויץ / עקסערסייז פלאץ וואו די גייסט נישט אריין אן זיין א מעמבער.
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע:בתוך כללות עם ישראל

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

מיינע צווי סענס
כלל ישראל איז צוגעוואוינט אז א שול איז א ציבור'שער זאך, און מ'קען קומען צו א יעדע שול און מקוה וואס איז אפן פארן ציבור. אבער עס איז דא א גרויסע חילוק דא, און אז מ'וועט דאס פארשטיין וועט מען פארשטיין פארוואס מאנכע האבן נישט ליב ווען מ'קומט צו זיי, (הגם וואס ס'נישט שיין צו דאס ארויסווייזן). אין שטאט זענען רוב שולן און מקואות אויסגעהאלן אדער דורך א יחיד (רב), וואס וויל אז דער עולם זאל קומען צום אים, אדער דורך א קהלה וואס האט דאס דירעקט צוגעשטעלט פארן ציבור מ'זאל קומען. דער עולם צאלט נדרים ונדבות און מקוה געלט, און אויב ס'בלייבט א דעפעציט, איז מתחילה אזוי אז דער רב אדער קהלה ווייסט אז דאס איז דער פרייז פון האבן א שול און א מקוה אז ער דארף דעקן דעם דעפעציט, ווייל ער וויל האבן א שול. און אזוי אויך די קאנטרי שולן פון באנגעלוי קאלאניס, דאס פלאץ באלאנגט פאר א יחיד אדער קהלה, אלע איינוואוינערס צאלן נאר זייער רענט, און די דעפעציט (אויס ס'איז דא) ווערט געדעקט דורך די בעל הבית
משא"כ די זומער הייזער פלעצער, יעדער איז א גלייכער שותף, אלע הוצאות פונעם פלאץ (חוץ די אייגענע הויז) ווערט אייניג צוטיילט צווישן יעדן. דאס הייסט וואסער פאר די מקוה ביהמ"ד און פול, עלעקטריק און געז פאר די שול מקוה פול, לייטס אויפן ראוד, קעיר טעיקערס הויז וכד', קלינען די גאסן די ביהמ"ד מקוה, גוים צאמנעמען די גארבידזש, א קאמפאני אוועקצוטראגן די גארבידזש וכד', און די ליסט גאוס אן ענד אן. יעדע הוצאה דארף ווערן געדעקט ביי יעדן איינעם. ווי מער הוצאות אלס מער וועט קאסן די מעינטענענס דעם יאר.
מ'קען פארשטיין אז ס'דא מענטשן וואס עס קאסט זיי זייער אסאך, בדרך כלל איז עס די מענטשן וואס קענען עס שווער עפארדען, און זיי פילן ווי איך\אונז באצאלן פאר די שול, און עטס קומטס און זענען עס אפילו נישט מחשיב, מ'מיינט אז ס'איז אזוי ווי אלע שטאטישע שולן וואס יעדער איז וועלקאם, ווייל דאס איז די תכלית פון די שול. רוב מענטשן באדערט עס נישט, אבער אויב ס'איז דא וואס באדערט זיי, קען מען עס פארשטיין. נישט אז זיי מעגן נישט ארבעטן אויף זייער מדות און נישט ארויסווייזן עדיטוטד, אבער דאס איז עס, יעדער האט שווערע נטיות. די עיקר איז מ'זאל פארשטיין די חילוק.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בענאק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:09 am
קעדילעק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:57 am
אין דעם פלאץ ווי איך האלט זיך אויף אין די זומער, א שיינע סאממער האום קאמיוניטי, נעמט מען זייער גערן..
דיין הקדמה איז דער ענטפער אויף די גאנצע מעשה.

אין א גרעסערע קאמיוניטי פון אפאר הונדערט מענטשן, פילט מען נישט די פאר עטליכע מענטשן וואס פאלן אריין און די פעסיליטיס ווערן נאך נישט איבערגעשטרענגט דערפון.

אבער א קליינע קאנטרי פון 30 מענטשן מאכט יעדע גאסט אסאך אויס
ביי א קאנטרי אין מיין שכינות איז דא א מקוה ווי פרעמדע זענען בפירוש נישט וועלקאם, ס'הענגט א גרויסע סיין אז די פלאץ איז אויסדריקלעך נאר פאר די תושבים. (איך האב גראדע פראטעקציע ווייל איך בין עפעס אינוואלווד דארט). די פלאץ איז קליין און קוים גענוג פאר די איינוואינער מיט זייערע משפחות. זעה איך אמאל ערב שבת א פרעמדער האט זיך אריינגעזעצט, געגאנגן אין מקוה, און אינמיטן מאכן די באורד באקומט ער א פאון קאול פון זיין זון וועלכע רופט זאגן גוט שבת. די שמועס האט גענומען אזא 10-15 מינוט בעת אנדערע תושבים שטייען און ווארטן פאר א פלאץ.

טאמער האט איינער טענות, זאל מען דאס אויסגיבן אויף די אוממענטשן, נישט אויף די בעלי בתים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חבר האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:25 am
קעדילעק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:04 am
אבער דאך, זייט נישט ברוגז טייערע ברידער, פארשטייט זייער גוט די וואס מאכן אומבאקוועם פאר געוויסע מענטשן וואס ווערן בעל הבית אין די סווימינג פול, ביהמ"ד מקוה "וואס באלאנגט פאר יחידים און ווערט אויסגעהאלטן און געראנט ביי יחידים", און קאסט אוצרות מיט געלט פון זייערע קעשענעס עס צו אויפהאלטן..

ווען איך האב געפרעגט א ידיד פון א דערנעבנדיגער דעוועלאפמענט, וואס האט איין טאג אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר די מאסן אורחים פון שכינות'דיגע גלילות, וואס איז פשט דערפון, אז זיי האבן אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר געסט, האב ער געזאגט אז זיי פלעגן הארצן גערן אריינלאזן יעדער איד וואס האט געוואלט, טראץ וואס דער ביהמ"ד איז נישט אזוי גרויס, און איז געווען צר מהכיל, ביז עס האט זיך אנגעהויבן א מצב אז די געסט האבן זיך אזוי קובע געווען און באקוועם געמאכט, און אנגעהויבן אויפשטעלן בעלי בתים פון זייערע זיצן, ווייל עס איז זייער מקום קבוע..
איך וואלט אפגעטיילט ציווישן א ביהמ"ד / מקוה און א סווימינג פול.

א סווימינג פול איז א פריוואטע פלאץ בלויז פאר מענטשן וואס צאלן דערפאר, פונק ווי א שוויץ / עקסערסייז פלאץ וואו די גייסט נישט אריין אן זיין א מעמבער.
אזוי?
וועלכע מקוה דארף מען נישט צאלן?

און וואס דארף מען טון טאמער איז נישטא גענוג פלאץ אין שול? איז די קאנטרי מחיוב צו פארגרעסערן פאר די געסט?
רוב קאנטרי שול זענען פול זומער

אותי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 17, 2024 12:39 pm

תגובה דורך אותי »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:31 pm

רוב קלענערע קאנטרי'ס האבן נישט קיין געיט
(עס קאסט דאך געלט א געיט)
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

תגובה דורך כפרה »

סא לאמיר ריפרעיזן די שאלה, א איד אהבת-קדומים עידש, צוגאסט ערגעץ אין די אומגעגנט אויף דעם שבת, שלעפט זיך שבת צופרי 20 מינוט וועג מיט האנטוך אויף די פלייצע נישט צו פארפאסן א מקוה, איז נארמאל אז א אינגערמאן זאל אים זאגן ער האט נישט קיין רעכט צו טובל'ן אין די מקוה ווייל ער גייט נישט אין די קאנטרי?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובה דורך yoel2124441100 »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:16 pm

װען די האסט א מקוה בײ דיר אינדערהײם ער קלאפט אױף די טיר דארפסטו עם ארײנלאזן?

yoel2124441100 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:26 pm

איך וואלט אים אריינגעלאזט ביי מיר אינדערהיים, דו נישט?

אין עני קעיס, די שאלה איז געווען אנדערש.

בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

די עולם רעדט דא ארום איבער מאסן אינווידירער וועלכע פארפלייצן די קליינטשיגע מקוואות און זיי האבן נעבך נישט קיין געלט צון אינסטולירן א גרויסע דרייע'דיגע טיר.

איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון קליינע איינצעלע מעשיות וועלכע פארבן אפ די קאנטרי אידן אלס שלעכטע בעלי גאווה. איך האב מיטגעהאלטן ווי איינער האט זיך געקויפט א הייזקע סמוך ונראה צו א באנגעלאו קאלאני מיט חשבון אז ער וועט קענען דאווענען דארט. די מאס 'עטיטוד' וואס ער האט באקומען איז באלד ערגער ווי סדום. ח''ו ער זאל ניטאמאל טראכטן פון קענען ניצן די פול, אפי' פאר געלט. נישט דא וואס צו רעדן. ס'איז כמעט א שאלה אויב ער קען זיך בכלל מצרף זיין למנין. דאס איז ריינע 'סעלפישנעסס' זהו.

דאס איז נישט וויבאלד די אידן האבן מורא פון טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן. ווייל ס'דאך נישט דא קיינער אנדערש. וואס יא???

די מעשה פאסירט יאר יערליך ביי פולע פון די קאנטרי'ס. און נעם אין אכט, געווענדליך זענען די אידן שיינע פארדינער, טא וואס איז די ענגשאפט?
ביידען בימי זקנתו
|
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 pm
yoel2124441100 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:26 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:16 pm
סא לאמיר ריפרעיזן די שאלה, א איד אהבת-קדומים עידש, צוגאסט ערגעץ אין די אומגעגנט אויף דעם שבת, שלעפט זיך שבת צופרי 20 מינוט וועג מיט האנטוך אויף די פלייצע נישט צו פארפאסן א מקוה, איז נארמאל אז א אינגערמאן זאל אים זאגן ער האט נישט קיין רעכט צו טובל'ן אין די מקוה ווייל ער גייט נישט אין די קאנטרי?
װען די האסט א מקוה בײ דיר אינדערהײם ער קלאפט אױף די טיר דארפסטו עם ארײנלאזן?
איך וואלט אים אריינגעלאזט ביי מיר אינדערהיים, דו נישט?

אין עני קעיס, די שאלה איז געווען אנדערש.
דײן שאלה איז געװען אױב ס׳איז נארמאל עם נישט ארײנלאזן די תירוץ איז יא
ס׳איז בײ מיר אינדערהײם מיט נאך אפאר שותפים

א געליטענער
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 pm
די עולם רעדט דא ארום איבער מאסן אינווידירער וועלכע פארפלייצן די קליינטשיגע מקוואות און זיי האבן נעבך נישט קיין געלט צון אינסטולירן א גרויסע דרייע'דיגע טיר.

איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון קליינע איינצעלע מעשיות וועלכע פארבן אפ די קאנטרי אידן אלס שלעכטע בעלי גאווה. איך האב מיטגעהאלטן ווי איינער האט זיך געקויפט א הייזקע סמוך ונראה צו א באנגעלאו קאלאני מיט חשבון אז ער וועט קענען דאווענען דארט. די מאס 'עטיטוד' וואס ער האט באקומען איז באלד ערגער ווי סדום. ח''ו ער זאל ניטאמאל טראכטן פון קענען ניצן די פול, אפי' פאר געלט. נישט דא וואס צו רעדן. ס'איז כמעט א שאלה אויב ער קען זיך בכלל מצרף זיין למנין. דאס איז ריינע 'סעלפישנעסס' זהו.

דאס איז נישט וויבאלד די אידן האבן מורא פון טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן. ווייל ס'דאך נישט דא קיינער אנדערש. וואס יא???

די מעשה פאסירט יאר יערליך ביי פולע פון די קאנטרי'ס. און נעם אין אכט, געווענדליך זענען די אידן שיינע פארדינער, טא וואס איז די ענגשאפט?
אױב די פארשטײסט נישט אלײן װעט נישט העלפן קײן הסבר
ס׳איז א פריװאטע שטח,אזױװי אײנער קומט ארײן צו דײן הױז
אותי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 17, 2024 12:39 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותי »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 pm
די עולם רעדט דא ארום איבער מאסן אינווידירער וועלכע פארפלייצן די קליינטשיגע מקוואות און זיי האבן נעבך נישט קיין געלט צון אינסטולירן א גרויסע דרייע'דיגע טיר.

איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון קליינע איינצעלע מעשיות וועלכע פארבן אפ די קאנטרי אידן אלס שלעכטע בעלי גאווה. איך האב מיטגעהאלטן ווי איינער האט זיך געקויפט א הייזקע סמוך ונראה צו א באנגעלאו קאלאני מיט חשבון אז ער וועט קענען דאווענען דארט. די מאס 'עטיטוד' וואס ער האט באקומען איז באלד ערגער ווי סדום. ח''ו ער זאל ניטאמאל טראכטן פון קענען ניצן די פול, אפי' פאר געלט. נישט דא וואס צו רעדן. ס'איז כמעט א שאלה אויב ער קען זיך בכלל מצרף זיין למנין. דאס איז ריינע 'סעלפישנעסס' זהו.

דאס איז נישט וויבאלד די אידן האבן מורא פון טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן. ווייל ס'דאך נישט דא קיינער אנדערש. וואס יא???

די מעשה פאסירט יאר יערליך ביי פולע פון די קאנטרי'ס. און נעם אין אכט, געווענדליך זענען די אידן שיינע פארדינער, טא וואס איז די ענגשאפט?
פאר געלט אויך נישט ??
דעיס איז שוין א חידוש
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אותי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:39 pm

איינער האט שוין געשריבן אז פרעמדע מענטשן נעמט אוועק פון די היימישקייט. אזויווי די פארשטייסט אז ווען א פרעמדער עסט ביי דיר א שבת סעודה, וועט מען זיך בע"כ אויפירן אנדערש, איינער מער און איינער ווייניגער, די זעלבע אין קאנטרי איז מען אין א געוויסע זין ווי א גרויסע משפחה, און מ'ערלויבט זיך צו טון זאכן וואס מ'וואלט נישט געטון פאר אנדערע מענטשן. איך רעדט נישט פון שלעכטע זאכן, בכלל נישט. למשל, ס'דא מענטשן וואס ברבים וואלטן זיי קיינמאל נישט געהאלטן קיין דרשה, אבער אין קאנטרי איז אנדערש.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אותי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:51 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:31 pm
חבר האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:25 am
קעדילעק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:04 am
אבער דאך, זייט נישט ברוגז טייערע ברידער, פארשטייט זייער גוט די וואס מאכן אומבאקוועם פאר געוויסע מענטשן וואס ווערן בעל הבית אין די סווימינג פול, ביהמ"ד מקוה "וואס באלאנגט פאר יחידים און ווערט אויסגעהאלטן און געראנט ביי יחידים", און קאסט אוצרות מיט געלט פון זייערע קעשענעס עס צו אויפהאלטן..

ווען איך האב געפרעגט א ידיד פון א דערנעבנדיגער דעוועלאפמענט, וואס האט איין טאג אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר די מאסן אורחים פון שכינות'דיגע גלילות, וואס איז פשט דערפון, אז זיי האבן אנגעהויבן מאכן אומבאקוועם פאר געסט, האב ער געזאגט אז זיי פלעגן הארצן גערן אריינלאזן יעדער איד וואס האט געוואלט, טראץ וואס דער ביהמ"ד איז נישט אזוי גרויס, און איז געווען צר מהכיל, ביז עס האט זיך אנגעהויבן א מצב אז די געסט האבן זיך אזוי קובע געווען און באקוועם געמאכט, און אנגעהויבן אויפשטעלן בעלי בתים פון זייערע זיצן, ווייל עס איז זייער מקום קבוע..
איך וואלט אפגעטיילט ציווישן א ביהמ"ד / מקוה און א סווימינג פול.

א סווימינג פול איז א פריוואטע פלאץ בלויז פאר מענטשן וואס צאלן דערפאר, פונק ווי א שוויץ / עקסערסייז פלאץ וואו די גייסט נישט אריין אן זיין א מעמבער.
אזוי?
וועלכע מקוה דארף מען נישט צאלן?

און וואס דארף מען טון טאמער איז נישטא גענוג פלאץ אין שול? איז די קאנטרי מחיוב צו פארגרעסערן פאר די געסט?
רוב קאנטרי שול זענען פול זומער
רוב קלענערע קאנטרי'ס האבן נישט קיין געיט
(עס קאסט דאך געלט א געיט)
און פארדעם מוז מען לאזן פרעמדע ניצן דאס פלאץ?

וואס ווילסטי זאגן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9461
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:16 pm
סא לאמיר ריפרעיזן די שאלה, א איד אהבת-קדומים עידש, צוגאסט ערגעץ אין די אומגעגנט אויף דעם שבת, שלעפט זיך שבת צופרי 20 מינוט וועג מיט האנטוך אויף די פלייצע נישט צו פארפאסן א מקוה, איז נארמאל אז א אינגערמאן זאל אים זאגן ער האט נישט קיין רעכט צו טובל'ן אין די מקוה ווייל ער גייט נישט אין די קאנטרי?
דאס איז נישט ריפרעיזד, ס'איז אינגאנצן א צווייטע שאלה.

ווען איינער נעמט ארויס א צוואנציגער פון דיין בערזל דארפסטי דיך לאזן?

יעצט לאמיך ריפרעיזן, ווען איינער גייט אויס פאר דורשט, איז נארמאל אים צו זאגן איך וויל דיך נישט גיבן געלט פאר א באטעל וואסער?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”