קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

yoel2124441100 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:39 pm
בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 pm
די עולם רעדט דא ארום איבער מאסן אינווידירער וועלכע פארפלייצן די קליינטשיגע מקוואות און זיי האבן נעבך נישט קיין געלט צון אינסטולירן א גרויסע דרייע'דיגע טיר.

איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון קליינע איינצעלע מעשיות וועלכע פארבן אפ די קאנטרי אידן אלס שלעכטע בעלי גאווה. איך האב מיטגעהאלטן ווי איינער האט זיך געקויפט א הייזקע סמוך ונראה צו א באנגעלאו קאלאני מיט חשבון אז ער וועט קענען דאווענען דארט. די מאס 'עטיטוד' וואס ער האט באקומען איז באלד ערגער ווי סדום. ח''ו ער זאל ניטאמאל טראכטן פון קענען ניצן די פול, אפי' פאר געלט. נישט דא וואס צו רעדן. ס'איז כמעט א שאלה אויב ער קען זיך בכלל מצרף זיין למנין. דאס איז ריינע 'סעלפישנעסס' זהו.

דאס איז נישט וויבאלד די אידן האבן מורא פון טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן. ווייל ס'דאך נישט דא קיינער אנדערש. וואס יא???

די מעשה פאסירט יאר יערליך ביי פולע פון די קאנטרי'ס. און נעם אין אכט, געווענדליך זענען די אידן שיינע פארדינער, טא וואס איז די ענגשאפט?
אױב די פארשטײסט נישט אלײן װעט נישט העלפן קײן הסבר
ס׳איז א פריװאטע שטח,אזױװי אײנער קומט ארײן צו דײן הױז
ניין, עס איז נישט ווי א פריוואטע הויז. ס'איז א קאמיונעטי. און די לעבנס מהלך דארט איז פונקט ווי די גוים. טאקע ע''פ דין האט די אייגנטימער רעכט. דאס מיננט אבער נישט אז מעט טאר נישט טון חסד.
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:10 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:16 pm
סא לאמיר ריפרעיזן די שאלה, א איד אהבת-קדומים עידש, צוגאסט ערגעץ אין די אומגעגנט אויף דעם שבת, שלעפט זיך שבת צופרי 20 מינוט וועג מיט האנטוך אויף די פלייצע נישט צו פארפאסן א מקוה, איז נארמאל אז א אינגערמאן זאל אים זאגן ער האט נישט קיין רעכט צו טובל'ן אין די מקוה ווייל ער גייט נישט אין די קאנטרי?
דאס איז נישט ריפרעיזד, ס'איז אינגאנצן א צווייטע שאלה.

ווען איינער נעמט ארויס א צוואנציגער פון דיין בערזל דארפסטי דיך לאזן?

יעצט לאמיך ריפרעיזן, ווען איינער גייט אויס פאר דורשט, איז נארמאל אים צו זאגן איך וויל דיך נישט גיבן געלט פאר א באטעל וואסער?
אבער מיט די אנדערע שאלה וואס דו לייגסט אזוי גיט אראפ האלט נאך אלץ @yoelmevaser אז נישט...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין שלעכטע עקספיריענס אין די שול אדער מקוה פון א פריוואטע קאלאני

ווייל ס'איז מיר בכלל נישט איינגעפאלען אז ס'איז אן אפציע צו אריין וואנדערען אין יענעמ'ס פריוואטע אייגנטום.
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:20 pm
איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין שלעכטע עקספיריענס אין די שול אדער מקוה פון א פריוואטע קאלאני

ווייל ס'איז מיר בכלל נישט איינגעפאלען אז ס'איז אן אפציע צו אריין וואנדערען אין יענעמ'ס פריוואטע אייגנטום.
מיר איז אויך נישט. ווייל מ'האט מיר געווארענט אז געסט זענען נישט וועלקאם
ביידען בימי זקנתו
|
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:21 pm

מיר איז אויך נישט. ווייל מ'האט מיר געווארענט אז געסט זענען נישט וועלקאם
דאס זאג איך, מיר האט מען נישט געדארפט ווארענען, כ'האב עס אליין פארשטאנען

ווילסט זאגן אז געוויסע זענען שלעכטע, קאן זיין, אבער אויב די עטידוד איז אז "דו מוזט מיר לאזען ווייל דו ביזט מחיוב צו טוען חסד" פארשטיי איך זיי זייער גוט.
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

דער מענטש וואס שרייט "האלאו! האסט א יאניט דא?" איז דער זעלבער מענטש וואס..

פייפט פאר די קאר און פראנט פון אים אפילו ס'איז רויט.

שרייט דיר אן ווען די בלאקס זיין דרייוועי אפילו מיט אן אינטש.

געבט א קוואדער פאר משולחים אין בית מדרש.

ווען ער דאבל פארקט נעבן דיר, און די ווילסט ארויספארן ווייזט ער מיט די הענט ווי כאילו "נא.. ווארט א מינוט לאמיר ענדיגן מיין פאונקא"ל.

און איין ווארט, איך פארשטיי ס'באדערט דיר אז ער איז אריינגעקומען אין דיין קאלאני, אבער זיי נייס! ער איז נישט קיין בלעק"י, ער איז אן אידיש קינד!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:30 pm

דער מענטש וועלכע גייט ניצן די מקוה ווען ס'שטייט קלאר אז ס'איז נאר פאר תושבים, איז די זעלבער וואס...

דאבל פארקט אן לאזן א נאמבער טאמער דער ערשט-געפאקטער וויל ארויספארן

לאזט איבער זיין קאווע גלעזל און טישוס אויפן טיש

גייט אין שאוער נאר נאכן מקוה

שטיפט זיך אריין אין ליין ווי אימער ער קען

איז שולדיג טויזענטערס אין גראסערי און ווען מ'ריפט זאגט ער "וואס ווילסטי, כ'האב דיר דאך לעצטע וואך שוין געגעבן א הינדרעטער?"

אין איין ווארט: קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, און רעכן דיך מיט יענעמס געפילן ווייל די ביסט גארנישט וויכטיגער ווי א צווייטן.
לעצט פארראכטן דורך דריידל אום דינסטאג יוני 25, 2024 2:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

איך מיין אז ס''ה וואס קומט ארויס פון דא איז אזוי, די וואס פארמאגן נישט קיין אייגן באנגלאו שרייען איבער די אנטיזעמיטיזם. די וואס הבאבן יא זענען מודה אז זיי 'סנאב'ן', זיי טענה'ן נאר אז דאס קומט צוליב וואס זיי זענען געווארן 'עביוזט'.

כ'הער
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:40 pm
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:30 pm
דער מענטש וואס שרייט "האלאו! האסט א יאניט דא?" איז דער זעלבער מענטש וואס..

פייפט פאר די קאר און פראנט פון אים אפילו ס'איז רויט.

שרייט דיר אן ווען די בלאקס זיין דרייוועי אפילו מיט אן אינטש.

געבט א קוואדער פאר משולחים אין בית מדרש.

ווען ער דאבל פארקט נעבן דיר, און די ווילסט ארויספארן ווייזט ער מיט די הענט ווי כאילו "נא.. ווארט א מינוט לאמיר ענדיגן מיין פאונקא"ל.

און איין ווארט, איך פארשטיי ס'באדערט דיר אז ער איז אריינגעקומען אין דיין קאלאני, אבער זיי נייס! ער איז נישט קיין בלעק"י, ער איז אן אידיש קינד!
דער מענטש וועלכע גייט ניצן די מקוה ווען ס'שטייט קלאר אז ס'איז נאר פאר תושבים, איז די זעלבער וואס...

דאבל פארקט אן לאזן א נאמבער טאמער דער ערשט-געפאקטער וויל ארויספארן

לאזט איבער סיין קאווע גלעזל און טישוס אויפן טיש

גייט אין שאוער נאר נאכן מקוה

שטיפט זיך אריין אין ליין ווי אימער ער קען

איז שולדיג טויזענטערס אין גראסערי און ווען מ'ריפט זאגט ער "וואס ווילסטי, כ'האב דיר דאך לעצטע וואך שוין געגעבן א הינדרעטער?"
אוי ביסטו פיין!!!

אבער, איך וויל נאך אלס זיין ענדערש נעבן אים ווי נעבן דעם אנדערן!

ווייל א בעל גאוה סראכעט!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:40 pm
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:30 pm
דער מענטש וואס שרייט "האלאו! האסט א יאניט דא?" איז דער זעלבער מענטש וואס..

פייפט פאר די קאר און פראנט פון אים אפילו ס'איז רויט.

שרייט דיר אן ווען די בלאקס זיין דרייוועי אפילו מיט אן אינטש.

געבט א קוואדער פאר משולחים אין בית מדרש.

ווען ער דאבל פארקט נעבן דיר, און די ווילסט ארויספארן ווייזט ער מיט די הענט ווי כאילו "נא.. ווארט א מינוט לאמיר ענדיגן מיין פאונקא"ל.

און איין ווארט, איך פארשטיי ס'באדערט דיר אז ער איז אריינגעקומען אין דיין קאלאני, אבער זיי נייס! ער איז נישט קיין בלעק"י, ער איז אן אידיש קינד!
דער מענטש וועלכע גייט ניצן די מקוה ווען ס'שטייט קלאר אז ס'איז נאר פאר תושבים, איז די זעלבער וואס...

דאבל פארקט אן לאזן א נאמבער טאמער דער ערשט-געפאקטער וויל ארויספארן

לאזט איבער זיין קאווע גלעזל און טישוס אויפן טיש

גייט אין שאוער נאר נאכן מקוה

שטיפט זיך אריין אין ליין ווי אימער ער קען

איז שולדיג טויזענטערס אין גראסערי און ווען מ'ריפט זאגט ער "וואס ווילסטי, כ'האב דיר דאך לעצטע וואך שוין געגעבן א הינדרעטער?"

אין איין ווארט: קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, און רעכן דיך מיט יענעמס געפילן ווייל די ביסט גארנישט וויכטיגער ווי א צווייטן.
גוט גוט...

דער צווייטער וועט

נישט פארפאסן קיין דאווענען במנין

נישט קוקן קיין ווידיאו וואס האט אויך פרויען

נישט אויסרעדן פון אנהייב דאווענען ביזן סוף

קיינמאל נישט טשעפענען קיין פליג (נאר מענטשן)

זיך וואשן אויף מזונות ראללס

נעמען יעדן איד פאר א היטש...
ביידען בימי זקנתו
|
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

נאכ'ן ליינען וואס געוויסע דא שרייבן, פארשטיי איך בכלל נישט על מה יצא הקצף אין סדום ועמורה?

עס איז דאך זייער'ס א פלאץ, וואס האסטו דא דורכגייער צו זיכען?
דו שנארער!

איי, אז עס איז געווען אן הערליכע פלאץ, באוואקסען, און באקוועם? איז ווי דערוואגט זיך א גאסט, איינער נישט פון אונז, דא אריין צו וואנדערן?

ווער ביסטו בכלל?

נאר אונז סדומיים, מעגן דא זיין, ווייל אין דיין הויז עממ, מעג איך איבערדרייען? אוודאי נישט, זאלסטו אויך פארשטיין אז דו מעגסט נישט קומען נאנט צו מיין פאבליק פרייוועט שוהל.

אבער דער תורה פיהרט אויס.... רעים וחטאים!
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:40 pm
איך מיין אז ס''ה וואס קומט ארויס פון דא איז אזוי, די וואס פארמאגן נישט קיין אייגן באנגלאו שרייען איבער די אנטיזעמיטיזם. די וואס הבאבן יא זענען מודה אז זיי 'סנאב'ן', זיי טענה'ן נאר אז דאס קומט צוליב וואס זיי זענען געווארן 'עביוזט'.

כ'הער
ניין, איך פארמאג נישט און דינג אויך נישט ואעפי"כ פארשטיי איך זיי, עס דארף טאקע נישט זיין אויף א סנאבי אופן, און אויב ביי איינעם איז אזוי געווען מיינט עס נישט אז דאס איז די כלל.
וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז די גאסט דארף וויסען זיין פלאץ - ער איז א גאסט, יעצט צו די בעה"ב דארף איהם דערמאנען? דאס איז שוין א צווייטע שמועס.
רחמים שאלי! איך ברעך אינטער, וואס טוט מען?
סקווירא חסיד
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:20 am

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקווירא חסיד »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:16 pm
סא לאמיר ריפרעיזן די שאלה, א איד אהבת-קדומים עידש, צוגאסט ערגעץ אין די אומגעגנט אויף דעם שבת, שלעפט זיך שבת צופרי 20 מינוט וועג מיט האנטוך אויף די פלייצע נישט צו פארפאסן א מקוה, איז נארמאל אז א אינגערמאן זאל אים זאגן ער האט נישט קיין רעכט צו טובל'ן אין די מקוה ווייל ער גייט נישט אין די קאנטרי?
נישט נארמאל צי זאגען, אין אויך נישט נארמאל פין זיין זייט צי קומען אין מיין פריוואטע פראפערטי.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

בוטשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 pm
די עולם רעדט דא ארום איבער מאסן אינווידירער וועלכע פארפלייצן די קליינטשיגע מקוואות און זיי האבן נעבך נישט קיין געלט צון אינסטולירן א גרויסע דרייע'דיגע טיר.

איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון קליינע איינצעלע מעשיות וועלכע פארבן אפ די קאנטרי אידן אלס שלעכטע בעלי גאווה. איך האב מיטגעהאלטן ווי איינער האט זיך געקויפט א הייזקע סמוך ונראה צו א באנגעלאו קאלאני מיט חשבון אז ער וועט קענען דאווענען דארט. די מאס 'עטיטוד' וואס ער האט באקומען איז באלד ערגער ווי סדום. ח''ו ער זאל ניטאמאל טראכטן פון קענען ניצן די פול, אפי' פאר געלט. נישט דא וואס צו רעדן. ס'איז כמעט א שאלה אויב ער קען זיך בכלל מצרף זיין למנין. דאס איז ריינע 'סעלפישנעסס' זהו.

דאס איז נישט וויבאלד די אידן האבן מורא פון טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן. ווייל ס'דאך נישט דא קיינער אנדערש. וואס יא???

די מעשה פאסירט יאר יערליך ביי פולע פון די קאנטרי'ס. און נעם אין אכט, געווענדליך זענען די אידן שיינע פארדינער, טא וואס איז די ענגשאפט?
זארג נישט,ווען מען דארף מנין אין די קאנטרי א וואך נאך פסח אדער צוויי וואכן נאך סוכות ווען מען פרובירט צוזאמצושטעלן אפשר וועט זיין מנין די וואך, דאן דערמאנט מען זיך די פאון נומבער פון יענעם קרעציגען שכן (אימיגראנט/אינוואדירער)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיין קאנטרי? ווען איינער האט א "פריוואטע" מנין ביי זיך אינדערהיים, פאר די שכנים אין זיין בילדינג מיט א קידוש נאכדעם... און איינער קומט דארט קידוש מאכען, ווייל ער וואוינט די נעקסטע גאס

דער מענטש האט געקויפט צו זיין פריוואט, און דער אריינדרינגער האט געקויפט אינדערויסען "פאר אסאך ביליגער ווי די בהמות וואס קויפן אין א קאנטרי" ווייל "ער וויל נישט צאלען די קאנטרי מעעיטענענס", אבער דאך האבען אלע סערוויסעס פון די וואס צאלען תבין ותקילין.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
טאמעוואטע
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:09 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאמעוואטע »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 7:21 pm
יעדער איז אין די קאר? מ'קען שוין פארן? היידא! אין קאנטרי אריין.

ס'איז דא א נושא וואס ברענגט ארויף ווייטאג און בייז בלוט ביי ביידע צדדים פון די מטבע.

דאס איז די ענין ,אז קאנטרי'ס פארמאכן זייערע טויערן פאר פרעמדע אז זיי זאלן נישט קענען ניצן די פאסיליטיס וואס די קאנטרי שטעלט צו.
דאס נעמט אריין רוחניות'דיגע איינריכטונגען א שטייגער ווי בהמ''ד, מקוה, חדר, אדער גשמיות'דיגע ווי , פארקינג, פארקס, פלעי גראנד, שווים באסיין (פאול) און נאך.

ואס זאגט דער עולם דערצו , איז עס ריכטיג און אויסגעהאלטן צו טוען אדער נישט? מצד הלכה, השקפה, חסידות, מענטשליך, אידישליך.
שוין האסט זיך אויפגעוועקט,
דאס איז דאך די גאנצע פראבלעם פון קאנטרי, דעי חברה ווארטן שוין א גאנצע יאר צו קענען פרעגן....אהממ...די וואוינסט אין די קאנטרי?
איי (דער) וועלט איז א שטילער ניק , און דער עיקר נישט דערקענען זיך... https://drive.google.com/file/d/14NxYOv ... ?usp=gmail
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:39 am
שאינו יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:32 am
אזוי זאג איך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:18 am
צ/ק
100%. א קאנטרי איז ווי א קליינע קאמיאנעטי, די מניט וואס 1000 מענטש דרייען זיך דארט פארלירט עס די היימישקייט .
עס איז פינקט ווי א קליינע שול ווי יעדער קען זיך, אויב קימט צי נאך איינער איז אקעי אבער אויב ווערט עס פיל מיט מענטשן פארלירט עס די געשמאק, די קרעמל סטייל שול, אין דעס איז נאר עפעס וואס קען ווערן אנגעהאלטן מיטן אינפארסירן די ״נא געסט״ פאלעסי (אמת די ביסט נאר איינער אבער נאר איינער ברענגט נאך איינער אזוי ארבעט עס, עס בלייבט יאזעלי נישט ביי איינער)
ביוטיפול. פראבירט נישט צו זאגן געלט אדער לשם שמים, פלעין ווייל ביים דאווענען מוז דאך זיין א געשמאקע קראוד און אז יענער נעמט אוועק מיין געשמאקייט אינמיטן דאווענען זאל ער גיין נאך א האצבע שעה אדער דאווענען ביחידות, דעטס איט
איר האט שוין אמאל געהאט א קליינע שול ווי יעדער קען זיך? ווי יעדער איז א פאַרט פין די זאך? זעט נישט אויס אזוי, איך האב שוין יא געהאט אזאנץ ביז עס איז געווארן אויס טאקע וועגן דער נאר איינער אין נאך א נאר איינער
און מיט דעם אלעם, צו ווייסט איר פון א שול נישט אין קאנטרי ווי פרעמדע זענען נישט ערלויבט?
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:39 pm
מיין קאנטרי? ווען איינער האט א "פריוואטע" מנין ביי זיך אינדערהיים, פאר די שכנים אין זיין בילדינג מיט א קידוש נאכדעם... און איינער קומט דארט קידוש מאכען, ווייל ער וואוינט די נעקסטע גאס

דער מענטש האט געקויפט צו זיין פריוואט, און דער אריינדרינגער האט געקויפט אינדערויסען "פאר אסאך ביליגער ווי די בהמות וואס קויפן אין א קאנטרי" ווייל "ער וויל נישט צאלען די קאנטרי מעעיטענענס", אבער דאך האבען אלע סערוויסעס פון די וואס צאלען תבין ותקילין.
גערעכט, טאקע פון אזא מענטש רעדט מען,

און? טאר ער שוין נישט גיין אין מקוה דארט?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:56 pm
צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:39 pm
מיין קאנטרי? ווען איינער האט א "פריוואטע" מנין ביי זיך אינדערהיים, פאר די שכנים אין זיין בילדינג מיט א קידוש נאכדעם... און איינער קומט דארט קידוש מאכען, ווייל ער וואוינט די נעקסטע גאס

דער מענטש האט געקויפט צו זיין פריוואט, און דער אריינדרינגער האט געקויפט אינדערויסען "פאר אסאך ביליגער ווי די בהמות וואס קויפן אין א קאנטרי" ווייל "ער וויל נישט צאלען די קאנטרי מעעיטענענס", אבער דאך האבען אלע סערוויסעס פון די וואס צאלען תבין ותקילין.
גערעכט, טאקע פון אזא מענטש רעדט מען,

און? טאר ער שוין נישט גיין אין מקוה דארט?
זיכער מעג ער! זאל ער צאלען מעינטענענס אוואו יעדער דארט און נישט זאגען אז נאר פארוואס ער נוצט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:48 pm
קהילת יקנה''ז האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:56 pm
צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:39 pm
מיין קאנטרי? ווען איינער האט א "פריוואטע" מנין ביי זיך אינדערהיים, פאר די שכנים אין זיין בילדינג מיט א קידוש נאכדעם... און איינער קומט דארט קידוש מאכען, ווייל ער וואוינט די נעקסטע גאס

דער מענטש האט געקויפט צו זיין פריוואט, און דער אריינדרינגער האט געקויפט אינדערויסען "פאר אסאך ביליגער ווי די בהמות וואס קויפן אין א קאנטרי" ווייל "ער וויל נישט צאלען די קאנטרי מעעיטענענס", אבער דאך האבען אלע סערוויסעס פון די וואס צאלען תבין ותקילין.
גערעכט, טאקע פון אזא מענטש רעדט מען,

און? טאר ער שוין נישט גיין אין מקוה דארט?
זיכער מעג ער! זאל ער צאלען מעינטענענס אוואו יעדער דארט און נישט זאגען אז נאר פארוואס ער נוצט
פארוואס? ער איז דאך נישט אין יענע קאנטרי..

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פאר די אלע וועלכע ברענגן די נער'ישע צושטעל צו סדום (ס'איז נער'יש ווייל יעדער האט דאך א גדר וויפול ער איז גרייט צו שעירן מיט א צווייטן), אבער לאמיר שוין זאגן אז די וועלכע ווילן נישט קיין פרעמדע, גיבן טאקע גארנישט פאר א צווייטן - שלי שלי ושלך שלך איז דאך מדה בינונית ויש אומרים מדת סדום, נאר א יש אומרים.

משא"כ דער אומגעריפענער גאסט וואס קומט על אף ער ווייסט אז ער איז נישט וועלקאם, ער האלט דאך אז שלי שלי ושלך שלי, וואס דאס איז א רשע לכולי עלמא.

ווען די וועסט מיר מודה זיין אז דער קומער איז א רשע, וועט מען קענען דן זיין טאמער דער וואס שיקט אוועק איז מדת סדום.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:56 pm
צו געזונט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:39 pm
מיין קאנטרי? ווען איינער האט א "פריוואטע" מנין ביי זיך אינדערהיים, פאר די שכנים אין זיין בילדינג מיט א קידוש נאכדעם... און איינער קומט דארט קידוש מאכען, ווייל ער וואוינט די נעקסטע גאס

דער מענטש האט געקויפט צו זיין פריוואט, און דער אריינדרינגער האט געקויפט אינדערויסען "פאר אסאך ביליגער ווי די בהמות וואס קויפן אין א קאנטרי" ווייל "ער וויל נישט צאלען די קאנטרי מעעיטענענס", אבער דאך האבען אלע סערוויסעס פון די וואס צאלען תבין ותקילין.
גערעכט, טאקע פון אזא מענטש רעדט מען,

און? טאר ער שוין נישט גיין אין מקוה דארט?
קוקט אויס די ווייסט נישט די מציאות אין אסאך קאנטריס, בפרט קליינע, איז לאמיר גיין שטייטליך.

די פארשוייסט אז ס'איז דא געוויסע עלימענטן וואס מ'וויל נישט זיי זאלן זיך דרייען אליינס מיט קינדער אדער בחורים, בפרט אין פול אדער מקוה?

נאכדעם איז דא קאנטריס וואס ס'נישטא קיין מענער אגאנצע וואך, פארשטייסטי אז מ'וויל נישט פרעמדע מענער זאלן זיך ארומדרייען דארט?

יעצט וואס האלטסטי מ'זאל טון? דארף מען יעצט אויפנעמען א שומר זאל נאכגיין יעדע פרעמדע מאן און האלטן אן אויג אויף אים?
דטרף מען יעצט אנפאנגן מאכן א חילוק דו יא און יענער נישט? לאזט מעו קיינעם נישט אריין אין פארטיג
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

סקווירא חסיד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:26 am
גאר קאנסערוואטיוו האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:02 am
סקווירא חסיד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:53 am
אברך משי האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:30 am
בקע לגלגולת האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:58 pm
סארי באט איך פארשטיי עס.
עס קאסט פאר יעדעם אין די קאנטרי צו אויפהאלטן די בית המדרש, און ווען עס קומען נאך מענטשן קאסט עס מער.
יא, אבער די זעלביגע וועלן גערן ספאנסארען כל מיני צדקות, אבער אריינלאזן א היימישן איד דאווענען אין זיין בית המדרש ווי ער צאלט מעינטענענטס, דאס האט דאך נישט מיט כבוד-שמים צו טאן!
יא, פינקט ווי די פארשטייסט אז די גייסט נישט ארייננעמען א משפחה מיט קינדער אין דיין קליינע דירה׳לע אבער זיי יא ארויסהעלפן מיט רענט, כן הדבר הזה, יעדע מקום האט א capacity וויפיל ס׳קען דערהייבן
די משל איז נישט דומה צו די נמשל ודי.
וד״ל ווייס איך נישט וואס עס מיינט, איך האף אז די יא
סא אן דעם וד"ל זענען מיר אויף איין פעידש...
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

חיים יצחק האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:56 am
מיטגעהאלטן א מעשה אמאל ווי א 9 יעריג אינגל שרייט פאר איד עלטערע איד און מקוה . ״האסט א הויז דא???״
די חוצפה ביי קינדער האט די השומרים קארטלעך אנגעברענגט..

מסתם האט די יונגעל השומרים קארטלעך אין טאש וואס דרייווט זיין חוצפה אזוי הויעך.
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: קום נישט אריין אין מיין קאנטרי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:30 pm
פאר די אלע וועלכע ברענגן די נער'ישע צושטעל צו סדום (ס'איז נער'יש ווייל יעדער האט דאך א גדר וויפול ער איז גרייט צו שעירן מיט א צווייטן), אבער לאמיר שוין זאגן אז די וועלכע ווילן נישט קיין פרעמדע, גיבן טאקע גארנישט פאר א צווייטן - שלי שלי ושלך שלך איז דאך מדה בינונית ויש אומרים מדת סדום, נאר א יש אומרים.

משא"כ דער אומגעריפענער גאסט וואס קומט על אף ער ווייסט אז ער איז נישט וועלקאם, ער האלט דאך אז שלי שלי ושלך שלי, וואס דאס איז א רשע לכולי עלמא.

ווען די וועסט מיר מודה זיין אז דער קומער איז א רשע, וועט מען קענען דן זיין טאמער דער וואס שיקט אוועק איז מדת סדום.
איך בין מודה אז סיי די קימער קען זיך אויפפירן שלעכט אין אביוזען ... אין סיי די מכנס אורח קען זיין שלעכט..

איך רעדט פין א אנדערע מעשה.. איך בין דיין שכן פין די רעכטע זייט, איך דארף נישט דיין פול, אין נישט דיין מקווה, איך דארף אפילו נישט דיין glenfiddich פין נאכן דאווענען,

אלעס וואס איך וויל איז א מינין שחרית אן קיין בליקן פין קיינעם אז איך נעם אוועק פין די היימישקייט פין די פלאץ..

אין אגב איך בין גרייט צו באצאלן, אבער עס קוקט נישט אויס ווי געלט איז די פראבלעם דא...
איך האף עס איז פיין געווען, אין אויב נישט זאל מען בעטן צו זען די גיטס, ווייל פין אויבן קימט נישט ארויס קיין שלעכטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”