די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8431
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ווארין גאמאליעל הארדינג.png
ווארין גאמאליעל הארדינג.png (283.76 KiB) געזען 2648 מאל
די ניין און צוואנציגסטע אמעריקאנע פרעזידענט - א מאן ביים נאמען ווארין גאמאליעל הארדינג - איז זייער אומבאקאנט און אומפאפולער צווישן אמעריקאנע בירגער היינט צוטאג, און דאס איז צוליב עטליכע סיבות. איינס, ער האט געדינט אין אפיס אונטער צוויי אהאלב יאר - ניטאמאל איין גאנצע טערמין. צוויי, אין די צייט ווען ער האט געדינט אלס פרעזידענט האט ער כמעט נישט דורכגעפירט קיין געזעצן וועלכע האבן געבראכן היסטאריע, נאר פארקערט, די וואס קענען יא די היסטאריע ווייסן נאר צו זאגן איבער די קארופציע וואס עס איז פארגעגאנגען אין זיין אדמיניסטראציע. אין יעדע ליסטע וועלכע רעכנט אויס די אמעריקאנע פרעזידענטן פון בעסטע צו ערגסטע, פיגורירט הארדינג צווישן די צען ערגסטע, און נישט אומזיסט.

אט איז מיין באשרייבונג איבער די היסטאריע פון דעם מאדנעם דורכגעפאלנעם פרעזידענט, וועמענס נאמען ווערט נישט געהערט ווי גרויס דאס יאר איז.

קינדער יארן - ביז פאליטיק

ווארין גאמאליעל הארדינג איז געבוירן געווארן אלס פיצל קינד צו זיינע הארדינג עלטערן, אין א פארם וועלכע האט זיך געפינען אין א שטעטל אין אוהייאו, גערופן קארסיקע - היינט (נישט) באקאנט אלץ בלומינג גראוו [נישט אויסמישן מיט די היינטיגע שכונות זרע קודש, דברי חיים און שאגת ארי']. ווארין איז דאן געווארן די עלטסטע אין זיין פאמיליע, עלטער ווי די זיבן קינדער וואס זיינע עלטערן האבן געהאט אין די שפעטערע יארן. עווענטועל, עטליכע יאר שפעטער, האט זיין פאטער זיך אפגעלאזט פון די גאנצע פארמעראציע, און ער איז געווארן א דאקטער אויף די עלטער.

הארדינג האט שטודירט אין פשוט'ע לאקאלע שולעס אין אוהייאו, און דערנאך האט ער ווידער שטודירט פאר דריי יאר אין א צענטראלע הויעך-שולע אין זיין היימשטאט אוהייאו. הארדינג האט דאן פראבירט אריינצושטעקן זיין האנט אין עטליכע ביזנעסער, אין א דרינגענדע פרואוו צו לייזן אפאר גרייצער, ביז אין יאר 1884, ווען ער האט אפגעקויפט די בעלות פון א וועכנטליכע צייטונג וועלכע האט געהאלטן ביים אונטערגיין. הארדינג האט מיט א פעסטקייט באשלאסן אריינצולייגן זיין לייב און לעבן אין דעם צייטונג, און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט טון וואס אימער ער קען צו זען דעם צייטונג סוקסירן.

זיבן לאנגע יארן האט ער זיך אליינס געמוטשעט מיט זיין פארוואגלטע צייטונג, ביז אין יאר 1891, ווען ער האט אנגעטראפן זיין פּאָר. אום יולי 8, 1891, איז בתופים ובמחולות אפגעראכטן געווארן די ריזיגארטיגע הייראט-צערעמאניע. הארדינג'ס ווייב - וועלכע האט זינט די חתונה אויך געהייסן הארדינג - איז שטארק צונוץ געקומען אינעם - ביז דאן פארשטרויכלטן - צייטונגעריי, און נישט לאנג שפעטער האבן די הארדינגס זיך געטראפן שטיין אין שפיץ פון א סוקסעספולן טעגליכן צייטונג, גערופן 'די מעריאן סטאַר'.

דאן, עטליכע יאר שפעטער, האט פאסירט עפעס אויף וואס קיינער - ניטאמאל די הארדינגס זעלבסט - האבן זיך געראכטן. ווארין הארדינג האט אנגעהויבן געניסן פון פאפולערקייט צווישן ביזנעסלייט אין זיין געגנט, און ער האט אנגעהויבן באקומען איינלאדענונגען צו זיצונגען פון ביזנעסלייט און ארגענעזאציעס. נישט לאנג האט געדויערט ביז הארדינג איז געווארן גוט מיט די גוטע… ער האט אנגעהויבן אנקניפן באציאונגען מיט מאכער'ס און שושקע'ס דארט אין שטאט, און פון דארט ביז פאליטיק איז דאך נישט מער ווי א קאצן-שפרינג. זעט אויס אז דער קאץ האט טאקע געשפרינגען, ווייל נישט לאנג שפעטער איז הארדינג געווארן געהעריג אקטיוו אין די דעמאלטדיגע רעפובליקאנע פאליטיק.

הארדינג איז געווען א מענטש מיט א שיינע פולע געשטעל, און איבער דעם איז ער אלץ געווען שיין און עלעגאנט אנגעטון, די צוויי פאקטארן האבן אפגעסטעמלט הארדינג אלץ א פירער - אפילו ער האט חוץ זיין צייטונג דערווייל גארנישט געפירט. הארדינג'ס שפעטערדיגע סוקסעס אין פאליטיק ווערט טאקע אין א גרויס טייל צוגעשריבן צו זיין אויסערליכע איינדרוק וואס ער האט איבעראל איבערגעלאזט, ווי איידער סיי וועלכע אינערליכע קוואליטעט וואס ער האט (נישט) פארמאגט.

פאליטישע קאריערע

נאכן זיך געהעריג אריינזען אין פאליטיק, איז הארדינג ערוועלט געווארן אין יאר 1899 צו דינען אלס אוהייאו סטעיט סענעטאר, וואו ער האט געדינט עטליכע יאר, און שפעטער האט ער געדינט פאר צוויי יאר אלס לוטענענט גאווערנאר. אין יאר 1910 האט ער געמאסטן די וואסערן ביים פראבירן צו לויפן פארן געווארנאר זיץ, אבער זיין געלויף איז געקרוינט געווארן אומסוקסעספול. כאטש זיין דורכפאל איז ער געבליבן שטארק אקטיוו אין די רעפובליקאנע פאליטיק, און אין יאר 1915 איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אינעם אמעריקאנעם סענאט, וואו ער האט אנגעהאלטן זיין פאזיציע פאר זעקס יאר.

הארדינג'ס פאליסיס זענען געווען מערסטנס געבויט אויף די קאנסערוואטיווע טייל פון די רעפובליקאנע פארטיי, און לויט די קאנסערוואטיווע פאליסיס האט ער אדרעסירט אלע פראבלעמען. הארדינג איז אויך געזען געווארן אלס פאליטיקאנט וועמענס שיטות לויפן גאר שטארק לטובת ארבעטער און ביזנעסלייט.

פרעזידענטליכע געלויף

ווי נענטער די 1920 פרעזידענטליכע וואלן זענען געקומען, אלס מער און מער אנגעצויגן זענען די רעפובליקאנע פארטיי פירער געווארן. נעמליך, זיי האבן זיך געטראפן אן קיין געלונגענע קאנדידאט וואס זאל לויפן מיט א שטארקקייט אויף די רעפובליקאנע טיקעט. אן קיין אנדערע ברירה האבן זיי זיך געוואנדן צו זייער לעצטע אפציע; ווארין הארדינג. הארדינג האט מיט א שמייכל אויף זיין געזיכט אנגענומען דעם פארשלאג, און אויסגעקליבן קעלווין קולידש (וועלכע האט שפעטער געדינט אלס פרעזידענט), אז ער זאל מיטלויפן מיט אים אלס וויצע.

הארדינג האט געוואוסט וואס ער דארף טון צו באקומען די שטיצע פונעם פאלק, און ס'איז נישט געווען שווער, וויבאלד די אמעריקאנע באפעלקערונג האט דאן געהאלטן נאך יארן פון אויפגעבן אויף זייער באקוועמליכקייטן צו קענען ארויסהעלפן די אליאירטע לענדער ביים ערשטן וועלטס קריג. הארדינג האט בסך הכל געדארפט אפעלירן צום פאלק אז ער לויפט צוריקצושטעלן אמעריקע אויף נארמאלע רעלסן. דערפאר טאקע האט זיין קאמפיין אויסגעקליבן "צוריקקער צו נארמאלקייט" פאר זייער סלאגאן.

אט דאס איז וואס אמעריקאנער האבן דאן געוואלט הערן, און באלד ווען זיי האבן דאס געהערט זענען זיי תיכף געווארן הייסע שטיצער און אנהענגער פון הארדינג. די וואל טאג איז אנגעקומען, און הארדינג איז געווען גענצליך רואיג, וואוסנדיג אז ער איז דער ווארשיינליכער געווינער פונעם פארמעסט. די פאקטן האבן נישט אנטוישט הארדינג מיט זיין קאמפיין שטאב, ווען א לענדסלייד זיג איז געקומען זיין וועג, געווינענדיג איבער זעכציג פראצענט פון די אלגעמיינע שטימען. אום מערץ 4, 1921, איז ווארין גאמאליעל הארדינג איינגעשוואוירן געווארן אלס אמעריקע'ס ניין און צוואנציגסטער פרעזידענט.

קורצע פרעזידענטשאפט

די ערשטע זאך וואס הארדינג האט געטון אלס פרעזידענט, איז געווען אז ער האט אויפגענומען די נישט ריכטיגע מענטשן צו דינען אין זיין קאבינעט. ער האט אויפגענומען עקספיריענסלאזע מענטשן וועלכע זענען נאר אויפגענומען געווארן ווייל זיי זענען געווען נאנט מיט הארדינג. כאטש הארדינג האט ערווארטעט אז זיי זאלן זיך צושטעלן און טון גוט זייער ארבעט, האט ער שפעטער איינגעזען אז ער האט געמאכט א געפערליכע טעות.

כאטש די טעות וואס ער איז באגאנגען, האט זיך זיין פרעזידענטשאפט גאנץ גוט אנגעהויבן, ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט א נייע בודשעט סיסטעם פאר די פעדעראלע רעגירונג. דאס איז געווען א שטארקע זאך מיט וואס אנצופאנגען א פרעזידענטשאפט. אזוי אויך איז אונטער זיין זייגער פארגעקומען א זיצונג אין אמעריקע צווישן פראנקרייך, ענגלאנד, אמעריקע און יאפאן, וואו די לענדער זענען זיך צוזאמען אדורכגעקומען אויף עטליכע אלוועלטליכע מיינונגס-פארשידנהייטן. די אפמאך איז פאררעכנט געווארן אלס די גרעסטע דערגרייכונג פון די הארדינג אדמיניסטראציע.

אבער חוץ פון דעם האט ער נאר דורגעפירט געזעצן אין איינקלאנג מיט די קאנסערוואטיווע רעפובליקאנע פארטיי, א שטייגער ווי שניידן שטייערן אויף ביזנעסער, דראסטיש שניידן די צאל אייראפעאישע אימיגראנטן ערלויבט אריינצוקומען אין אמעריקע (הלוואי היינט אויף מעקסיקא), און נאך אזעלכע סארט געזעצן.

אנהייב פון יאר 1923, איז הארדינג אריבער א שווערע שטיק צייט אין זיין אדמיניסטראציע. עס האט זיך אנגעהויבן ווען זיין אטוירני דשענערעל האט אים מודיע געווען, אז טשארלס פארבס - די דירעקטאר פון די וועטעראנען ביורא - האט אומלעגאל פארקויפט פאר פריוואטע מענטשן מעדיצינישע באשטאנדטיילן וועלכע האבן באלאנגט פאר די רעגירונג. נאכן באזידלען פארבס ברבים, האט אים הארדינג ערלויבט אפצוטראגן פון אמעריקע כדי אויסצומיידן א געריכטליכע פראצעס. א קורצע צייט שפעטער, האט טשארלס קרענמער - אויך אן איינגעשטעלטער אין די וועטעראנען ביורא - זיך גענומען דאס לעבן. צוויי חדשים שפעטער, איז דשעסי סמיט - די פריוואטע סעקרעטאר פונעם אטוירני דשענערעל - אויך באגאנגען זעלבסטמארד, בלויז איין טאג נאכן האבן א לאנגע שמועס מיט הארדינג אינעם ווייסן הויז. דאן איז געווען די ערשטע מאל וואס שמועות האבן אנגעהויבן צירקולירן אז סמיט, מיט א גרופע גערופן 'די אוהייאו גענג', האבן ביז דאן געניסט פון קארופטירטע אקטיוויטעטן אינערהאלב די הארדינג אדמיניסטראציע.

אין פרילינג פון יאר 1923 ווען די פרשה האט זיך אביסל בארואיגט, האט הארדינג נאכאלץ נישט געקענט קומען צו זיך פון דעם אז זיינע נאנטע האבן אויסגענוצט זיין רואיגע פריינטליכע צוגאנג צו באגיין קארופציע, און ער האט זיך דעריבער ארויסגעכאפט פון וואשינגטאן אינמיטן מאנאט יוני, און ער איז געפארן קיין אלאסקע אויף וואקאציע. אויפן וועג אהיים פון דארט, סוף מאנאט יולי, האט זיך הארדינג אנגעהויבן אפרעדן צו זיינע נאנטע איבער געוויסע ווייטאגן וואס האבן אים אנגעהויבן נאכיאגן. אום אוגוסט 2, אין די פארנאכטס שטונדן, איז הארדינג געזעצן רואיג אין א האטעל אין סאן פראנסיסקא בשעת זיין ווייב האט אים פארגעליינט א צייטונג, און פון איין מינוט אויפן צווייטן האט ער זיך אויסגעצויגן א טויטער. ביז היינט איז נישט קלאר צי זיין טויט איז געווען אין רעזולטאט פון א הארץ אטאקע, אדער א סטראוק.

דאס פאלק וויינט - ביז זיי ווערן גאוואויר…

גאנץ אמעריקע איז איינגעהילט געווארן אין א וויינענדע שטימונג, באוויינענדיג זייער באליבטע פרעזידענט. אבער ווייניג האבן זיי דאן געוואוסט אז די אדמיניסטראציע פון זייער באליבטע פרעזידענט - הארדינג - וועט נאך איין טאג געזען ווערן אויף די ליסטע פון ערגסטע פרעזידענט אדמיניסטראציעס.

באלד נאך הארדינג'ס טויט האבן אויספארשונגען און סקאנדאלן אנגעהויבן באבלען אין לאנד אויף א מאסיווע פארנעם, צילנדיג גאר אסאך פון הארדינג'ס נאנטע מענטשן און אדמיניסטראציע באאמטע. כאטש הארדינג'ס נאמען זעלבסט איז נישט געווען פארמישט אין די אויספארשונגען, איז ער שפעטער באטראכט געווארן אלץ שוואכלינג, צוליב דעם וואס ער האט אגאנצן צייט געוואוסט פון די שרעכליכע פארברעכנס, אומרעכטן און קארופציע וואס קומט פאר אונטער זיין רוקן, און פארט האט ער גארנישט געטון דאס אפצושטעלן. עטליכע האבן דאן גע'טענה'ט אז הארדינג זעלבסט איז אויך געווען פארמישט אין די קרימינאליטעטן, אבער פראסעקיוטער האבן פארקוקט אויף דעם, וואוסנדיג אז באשטראפן הארדינג וועלן זיי שוין סיי ווי נישט קענען…

עטליכע אויספארשונגען האבן זיך געענדיגט מיט שארפע טורמע טערמינען, בשעת אנדערע האבן זיך ארויסגעדרייט פון יוסטיץ. אונטערשטע שורה איז, אז די באשלוס אויסצואוועלן הארדינג פאר פרעזידענט ווערט היינט באטראכט אלס א שרעקליכע גרייז, צוליב אלע דורכפעלער וואס ער האט באוויזן דורכצופירן אין זיין קורצן טערמין אלס פרעזידענט.
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

וואף!!

א הערליכע ארטיקל מלא תוכן!

דער איז, ווי עס זעט אויס געגאנגען שטארק פאר @נארמאליזעם ...
Screenshot 2024-06-24 225754.png
Screenshot 2024-06-24 225754.png (3.25 KiB) געזען 2529 מאל
לעצט פארראכטן דורך שדכן גדול אום מאנטאג יוני 24, 2024 10:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שקר נוטל כסף דובר
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

WOW!

דאס איז געשריבן אייזן! מען הייבט אן ליינען און מען קען נישט ענדיגן, סאליד סאליד שפראך, א אינטערעסאנטע טעמע, און אזוי גוט געשריבן. אין מילים.

דאס איז א נעקסט לעוול ארטיקל, עכט! זייער גוט געשריבן, א פיינע שריפט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אימעיזינג פעדער!
הערליך שיין, פיין געשריבן, זיס אראפגעלייגט!
אונז ווילן נאך אזעלכע סחורה!
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

I am truly impressed by your exceptional writing and profound understanding of history! The way you have portrayed the life of Warren Harding is not only informative but also so engaging and dramatic. You have a real talent for storytelling! The details and clarity make it a joy to read, bringing history to life in a vivid manner. A huge thank you for the effort and skill you put into your work! Keep inspiring us with your amazing writing!
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

זעהט אויס זייער אינטערסאנט!
גיימיר עס ליינען
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

חברונער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:08 pm
זעהט אויס זייער אינטערסאנט!
גיימיר עס ליינען
יאפ !
געליינט אין איין אטעם

סיי די טאפיק האב איך זייער ליב,
און די שרייבער איז דאך אויסטערליך

שוין לאנג נישט הנאה געהאט פון א ארטיקל ווי דעס

לוינט זיך צו ליינען

און ש'כח @שוואכער !!
(שוין גארנישט אזוי שוואך)
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א הערליכע שטיק היסטאריע וואס איך האב נאך נישט געהערט פון און הערליך אראפגעלייגט...👍👍👍👍
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

לפידות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:07 pm
I am truly impressed by your exceptional writing and profound understanding of history! The way you have portrayed the life of Warren Harding is not only informative but also so engaging and dramatic. You have a real talent for storytelling! The details and clarity make it a joy to read, bringing history to life in a vivid manner. A huge thank you for the effort and skill you put into your work! Keep inspiring us with your amazing writing!
Ai?!?
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 10:51 pm
PDF
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

מה נשמע האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:13 pm
לפידות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:07 pm
I am truly impressed by your exceptional writing and profound understanding of history! The way you have portrayed the life of Warren Harding is not only informative but also so engaging and dramatic. You have a real talent for storytelling! The details and clarity make it a joy to read, bringing history to life in a vivid manner. A huge thank you for the effort and skill you put into your work! Keep inspiring us with your amazing writing!
Ai?!?
יא!

איך אים געפרעגט וואס ער זאגט צום ארטיקל, ער טענה'ט אז ער וואלט נישט געקענט דעליווערן אזאנס.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13801
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער שיין!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זייער שיין, און אינטערעסאנט.

שכח
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8431
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מה נשמע האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:15 pm
שוואכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 10:51 pm
PDF
בעז"ה. מ'ארבעט דערויף. כ'האב נישט געוואלט אפהאלטן די ארויסלייגעניש צוליב דעם.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

זייער זייער זייער אינטערעסאנט.

מודה. כאב קיינמאל נישט געהערט פון דעם פרעזידענט...
גיט געשריבן און שיין צולייגט.
Break
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

זייער אינטערסאנט!

על הכלל כולו יצא, אז זיין אין פאליטיק, אדער ווערן ערוויילט אויף א פאליטישן פאסטן, מיינט בכלל נישט אז מ’האט סיי וועלכע קוואליפיקאציעס פאר דעם דזשאב.

איין הערה, פארוואס שרייבסטו קארופטירטן פרעזידענט ווען דו זאגסט דאך אז ער אליין איז נישט געווען קאריפטירט, נאר די מענטשן ארום?
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8431
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:37 pm
זייער אינטערסאנט!

על הכלל כולו יצא, אז זיין אין פאליטיק, אדער ווערן ערוויילט אויף א פאליטישן פאסטן, מיינט בכלל נישט אז מ’האט סיי וועלכע קוואליפיקאציעס פאר דעם דזשאב.

איין הערה, פארוואס שרייבסטו קארופטירטן פרעזידענט ווען דו זאגסט דאך אז ער אליין איז נישט געווען קאריפטירט, נאר די מענטשן ארום?
דאס אז ער האט צוגעלאזט אזעלכע קארופציע, מאכט אים שוין קארופטירט. והשנית, געוויסע זאכן ווערן למעשה יא קלאר צוגעשריבן צו זיין נאמען, אבער היות א חלק דערפון איז אומעטיש, און מ'האט אים סיי ווי נישט אנגעקלאגט, האב איך עס אויסגעלאזט.
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8431
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שכח @לפידות פארן צושטעלן דעם הערליכן
פי-די-עף
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

סתם אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי ער האט געוואונען די וואויטס.
וויאזוי די לאנד איז דעמאלטס געווען פאליטיש אויסגעשטעלט..
440px-ElectoralCollege1920.svg.png
440px-ElectoralCollege1920.svg.png (39.42 KiB) געזען 2096 מאל
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6390
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פשיהא! פאעזיע, הארץ שפראך, הומער, און יעצט היסטאריע.

@שוואכער אין שמך נאה לך! ביסט שטארקער ווי שטארק.

———
ווארין גאמאליעל הארדינג
דער חאלאמאק וואס האט געמאכט די ענגלישע שפראך, נישט נאר וואס ער קען נישט ספעלן ענגליש, נאר אפילו לשה״ק קען ער נישט… ערעב איד ס׳ספעלט זיך ׳גמליאל׳…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:48 pm
סתם אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי ער האט געוואונען די וואויטס.
וויאזוי די לאנד איז דעמאלטס געווען פאליטיש אויסגעשטעלט..

440px-ElectoralCollege1920.svg.png
טעקסעס, פלארידע, מיסיסיפי, אלאבאמע, זענען דעמאלטס געווען דעמאקראטיש...
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

הערליך געשריבן!

איך בין אזוי אימבאהאוונט מיט די היסטאריע, אז איך האב א גאנצן צייט געווארט פארן נמשל אדער מוסר השכל...

שכח
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
רקידה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 10:10 pm
לאקאציע:חתונה

Re: די היסטאריע פונעם אומגעלונגענעם אמעריקאנעם פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רקידה »

נייס נייס נייס מאך פליז אויך נאך פרעזדענטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”