Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???
איך וויל צולייגן אז ווי הרב @יוד האט געשריבן, דארף א מאן צוקומען צו זיין פרוי פאר פשוטע הילף אויך. די תורה זאגט אז זי איז זיין עזר, דאס מיינט אז ער האט נישט נאר פון איר דאס אז ער איז "משפיע" , ער האט פון איר actual הילף!טרעף דיך האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 25, 2024 9:16 pmכ׳האב געמוזט אריינלאַגן צו קענען געבן מיין צוויי צענט דא…
ער האט א געוואלדיגע טענה, אין ס׳איז זייער ריכטיג אז מענער פילן באקוועם נאר צו רעדן פון א האלבע מציאות…
ס׳איז א אריכות אבער אין איין ווארט, אודאי דארף מענער די ווייבער גאר גאר שטארק אפילו נפשיות׳דיג, א מיליאן פראצענט, און נאך ווי! אבער ס׳איז ענדליכער ווי עלטערן ברויכן די קינדער, אודאי דארף א קינד די עלטערן גאר שטארק, אבער דארפן נישט עלטערן די קינדער עני טיים אזוי שטארק?? אודאי! ביידע דארפן ביידע שטארק נפשיות׳דיג, ס׳נאר אנדערע געברויכן, א פרוי דארף די געברויך פון מקבל זיין און די מאן האט די געברויך פון געבן, א בחינה פון יותר ממה שהעגל רוצה לינק הפרה רוצה להניק.
איך מיין אז דער המצאה אז ער דארף איר ווייל ער וויל האבן פאר וועמען צו געבן, קומט פון די מדריכים וואס ווייסן נישט וואס צו זאגן פאר א תלמיד וואס זיין ווייב געבט אים נישט, ער פילט נישט ווי זי איז זיין עזר, און דער מדריך האט נעבעך נישט די כלים וואס צו זאגן פאר זייערע תלמידים,
האבן זיי נישט קיין ברירה נאר זיי איינצורעדן אז "דער עצם זאך אז דו ביסט משפיע, און באקומסט גארנישט צוריק איז מוראדיג געשמאק"
טאקע אזוי????????????????????