לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

ווי האבן אונזערע מלמדים געזאגט, און ווי יעדער חדר יונגעל ווייסט, אז ווען מען גייט ארויפקומען אויף יענער וועלט, פון די ערשטע זאכן וואס גייען פאסירן איז, אז 'כביכל' שטעלט מען אויף א גרויסן סקרין, און מען זעצט דיר אוועק אויף א דערנעבנדיגן פאטעל, און מען זאגט דיר שב ואל תעשה, יעצט קענסט מער גארנישט טון, מאך דיך באקוועם ווייל מ'גייט וואטשע"ן א לאנגע 'הערוועדיגע בילד' פון דיין גאנצע לעבנס-געשיכטע און מיטהאלטן אלע דיינע אפפס-און-דאונ"ס...

נשמה'לע טייערער נעמזשע א בענקעלע און מ'גיימער איבער וואטש"ן דיין לעבן...

מען פילט איבער יעדן רגש אנגעהויבן ווען די האסט דיך אויפגעוועקט אינמיטן נאכט וויינענדיגערהייט אלס פיצל, פילענדיג דעמאלס גאר פארלוירן, זיכענדיג דיין מאמעס ווארעם הערצעלע, און עס גייט ווייטער, מען שפירט איבער די האניג טעם וואס כתה א' רבי האט זיך געבעטן זאלסט אפלעקן פונעם א' מ' און ת', נאכפאלגנדיג ווי דיין מאמע שטייט ביי די זייט און ווישט זיך די טרערן פון התרקשות, זיך אויסבעטנדיג אז די זאלסט אויסוואקסן אן ערליכע איד און א ירא שמים...

דאן, האלט מען מיט דעם ערשטן מאל אינעם לעבן וואס מ'גייט לערנען א רש"י, דאס יונג קינד'ס פנים שיינט מיט אזא מין לויטערקייט, אזש א גליסטעניש רינט איבער נאך איינמאל צו זיך צוריקזען אין יענעם תקופה, הלוואי ווען מען קען ווען אריינטאנצן אינעם אינגל און שפירן/זיין אים כאטש פאר נאך איין טאג...

דער הארץ הייבט אן פלאקערן מיט בענק ווען מען באטראכט די אייגענע שיינעדיגע בעקעלעך וואס מען האט געהאט נאכן מסיים זיין דריי גאנצע פרקים אין מסכת ברכות, נאכן דאס דורכ-לערנען אין די פרייע צייט נאך חדר.

דא און דארט פאלן אויך אריין נישט ממש אזאנע זאכן וואס מען וואלט אזוי געוואלט איבערזען און איבערלעבן נאכאמאל...

ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך טשאזן תפילין-באטל, מען באמערקט ווי דער טאטע קווענקלט איבערן פרייז, א פאררויטעלטקייט נעמט איבער דאס געזיכט, איי ווען איך האלט דאס דעמאלס מיט, ווי יעצט, וואלט איך זיכער יא מסכים געווען צו נעמען די ביליגערע, אךך א שאד...

יואוי טאטי, יעצט פארשטיי איך וואס דו האסט גערעדט אויפן טעלעפאון צו מיין משגיח, פארוואס בין איך געווען באבלאזן און געמיינט אז ער איז געקעגן מיין תכלית...

זעט אויס מיין מגי"ש איז יא געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז אויבן אין הימל גייט מען ווייזן א גאר דיקן חגיגה גמרה, און ווען מען וועט אנפרעגן אז מען געדענקט פון 'יענע וועלט' אז א חגיגה גמרה איז דין, ענטפערט מען אז אלעס וואס מען רעדט אויס בשעתן לערנען ווערט אריינגעדריקט אינעם גמרה פון יענע וועלט...

"זאגט די הייליגע גמרה ווייטער... שטותים און רעמסס דער קענדאך בכלל נישט זינגען... איך מוז עס הערן.. געמעכעס אונטערן גמרה.. איין רגע כ'מיין די מגי"ש קוקט...יואוישש כ'האב איבער געלאזט מיין עיר פאדס אינדערהיים.. ששש זאגט די גמרה ווייטער.. כ'מיין רש"י... וואס מגי"ש??? יא זיכער מען האלט שוין ביי עמוד ב'..."

וואס??? ס'קען נישט זיין, ס'שמעקט נישט??? מען קען אפי' נישט כאפן וואס דאס איז... חחח דו ביסט פיין!!! כ'קען טרייען א פאף... אך אך פעךך... ווי אזוי קענען דאס מענטשן בכלל טון??? ווייסטע וואס געמעך נאך איין...

כ'שמעק נאך??? האלטס כ'קען שוין אהיימגיין?

אוי געוואלד כ'פארפאר דא געפערלעך... לאמער זיך האלט צום פוינט...

וואטשן אזא לאנגע זאך קען זיין זייער בארינג!!! סתם זען ווי מען קוואקעט און ראולט?!

איז לאמיר יעצט אריינלייגן גוטע שטיקלעך, אז מ'זאלמער עס כאטש אינדשויען ביים איבערקוקן!!!
לעצט פארראכטן דורך על פי פשטות אום מיטוואך יוני 26, 2024 11:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אוטש...

גיימיר זיך נעמען צו די ארבעט...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

אוי זאגסטו גוט, גיימער עס עדיטען אז עס זאל זיין צום זאך...
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:37 pm
ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך טשאזן תפילין-באטל, מען באמערקט ווי דער טאטע קווענקלט איבערן פרייז, א פאררויטעלטקייט נעמט איבער דאס געזיכט, איי ווען איך האלט דאס דעמאלס מיט, ווי יעצט, וואלט איך זיכער יא מסכים געווען צו נעמען די ביליגערע, אךך א שאד...

יואוי טאטי, יעצט פארשטיי איך וואס דו האסט גערעדט אויפן טעלעפאון צו מיין משגיח, פארוואס בין איך געווען באבלאזן און געמיינט אז ער איז געקעגן מיין תכלית...
עס איז דא איין באשעפער וואס מאכט אלעס, "א שאד" קומט נישט דא אריין.

ער האט געמאכט דיר נעמען א טייערע תפילין בייטל און ער האט געמאכט די משגיח...

אויבן און הימל וועסטו זעהן ווי אלעס איז לטובה געווען.
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 pm

פארוואשע נישט? ס'געווען א 'בחירה' צו נעמען די בליגערע, נאר דאס צוציק וויל דאס נישט דערהערן...

[איך האב גראדע געהאט די ביליגערע..]

און וועגן די משגיח... בעסער אז מען רעדט נישט..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:44 pm
אוי זאגסטו גוט, גיימער עס עדיטעןאז עס זאל זיין צום זאך...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:16 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:37 pm
ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך טשאזן תפילין-באטל, מען באמערקט ווי דער טאטע קווענקלט איבערן פרייז, א פאררויטעלטקייט נעמט איבער דאס געזיכט, איי ווען איך האלט דאס דעמאלס מיט, ווי יעצט, וואלט איך זיכער יא מסכים געווען צו נעמען די ביליגערע, אךך א שאד...

יואוי טאטי, יעצט פארשטיי איך וואס דו האסט גערעדט אויפן טעלעפאון צו מיין משגיח, פארוואס בין איך געווען באבלאזן און געמיינט אז ער איז געקעגן מיין תכלית...
עס איז דא איין באשעפער וואס מאכט אלעס, "א שאד" קומט נישט דא אריין.

ער האט געמאכט דיר נעמען א טייערע תפילין בייטל און ער האט געמאכט די משגיח...

אויבן און הימל וועסטו זעהן ווי אלעס איז לטובה געווען.
פארוואשע נישט?
מען רעדט דאך אז דו קוקסט אראפ פון אויבן דארטן זעהט מען שוין פארוואס אלעס איז געווען לטובה, און איך מיין אז מען זאגט נישט "א שאד" אויף גוטע זאכן...
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

גוטע געדאנק
אזוי גייט אויסקוקן דיין אונטערשריפט נאך יעדע פון דיינע תגובות
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פיין אין ריכטיג
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

דע מה למעלה ממך...
שטארק ארויסגעברענגט דעם נקודה.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

גוטע פוינט!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

זייער פיין....
לאמיר דיר זאגן דעם אמת, מיין מלמד האב איך נישט אויסגעהערט, און ווען די שרייבסט דאס ווען נישט, וואלט איך דאס קיינמאל געטראכט!
שכח!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:19 pm
דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:44 pm
אוי זאגסטו גוט, גיימער עס עדיטעןאז עס זאל זיין צום זאך...
געפעלט מיר אויך דאס איז א גוטע חיזוק, היינט איז די וועלט שוין אויך מודה צו ברסלב אז מען קען 'אלעס' מסדר זיין
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק!

דע מה למעלה ממך.. ווייס וואס דו גייסט דארפן טוהן אויבן.. עין רואה ואוזן שומעת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:52 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:19 pm
דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:44 pm
אוי זאגסטו גוט, גיימער עס עדיטעןאז עס זאל זיין צום זאך...
געפעלט מיר אויך דאס איז א גוטע חיזוק, היינט איז די וועלט שוין אויך מודה צו ברסלב אז מען קען 'אלעס' מסדר זיין
געפעלט מיר... די וועלט פלעגט אמאל האלטן אנדערש???
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:49 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:16 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:37 pm
ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך טשאזן תפילין-באטל, מען באמערקט ווי דער טאטע קווענקלט איבערן פרייז, א פאררויטעלטקייט נעמט איבער דאס געזיכט, איי ווען איך האלט דאס דעמאלס מיט, ווי יעצט, וואלט איך זיכער יא מסכים געווען צו נעמען די ביליגערע, אךך א שאד...

יואוי טאטי, יעצט פארשטיי איך וואס דו האסט גערעדט אויפן טעלעפאון צו מיין משגיח, פארוואס בין איך געווען באבלאזן און געמיינט אז ער איז געקעגן מיין תכלית...
עס איז דא איין באשעפער וואס מאכט אלעס, "א שאד" קומט נישט דא אריין.

ער האט געמאכט דיר נעמען א טייערע תפילין בייטל און ער האט געמאכט די משגיח...

אויבן און הימל וועסטו זעהן ווי אלעס איז לטובה געווען.
פארוואשע נישט?
מען רעדט דאך אז דו קוקסט אראפ פון אויבן דארטן זעהט מען שוין פארוואס אלעס איז געווען לטובה, און איך מיין אז מען זאגט נישט "א שאד" אויף גוטע זאכן...
לטובה וועט מען זען אלעס וואס מען האט געמיינט אז עס איז א צרה אדער א שווערעקייט, נסיונות וואס מען איז אדורך געפאלן אויך?
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער גוט אראפגעלייגט!
שטארקע נקודה!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

why drink and drive when you can smoke and fly
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:10 am
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:49 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:16 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:37 pm
ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך טשאזן תפילין-באטל, מען באמערקט ווי דער טאטע קווענקלט איבערן פרייז, א פאררויטעלטקייט נעמט איבער דאס געזיכט, איי ווען איך האלט דאס דעמאלס מיט, ווי יעצט, וואלט איך זיכער יא מסכים געווען צו נעמען די ביליגערע, אךך א שאד...

יואוי טאטי, יעצט פארשטיי איך וואס דו האסט גערעדט אויפן טעלעפאון צו מיין משגיח, פארוואס בין איך געווען באבלאזן און געמיינט אז ער איז געקעגן מיין תכלית...
עס איז דא איין באשעפער וואס מאכט אלעס, "א שאד" קומט נישט דא אריין.

ער האט געמאכט דיר נעמען א טייערע תפילין בייטל און ער האט געמאכט די משגיח...

אויבן און הימל וועסטו זעהן ווי אלעס איז לטובה געווען.
פארוואשע נישט?
מען רעדט דאך אז דו קוקסט אראפ פון אויבן דארטן זעהט מען שוין פארוואס אלעס איז געווען לטובה, און איך מיין אז מען זאגט נישט "א שאד" אויף גוטע זאכן...
לטובה וועט מען זען אלעס וואס מען האט געמיינט אז עס איז א צרה אדער א שווערעקייט, נסיונות וואס מען איז אדורך געפאלן אויך?
אוודאי
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:44 am
על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:10 am
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:49 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:16 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 pm

עס איז דא איין באשעפער וואס מאכט אלעס, "א שאד" קומט נישט דא אריין.

ער האט געמאכט דיר נעמען א טייערע תפילין בייטל און ער האט געמאכט די משגיח...

אויבן און הימל וועסטו זעהן ווי אלעס איז לטובה געווען.
פארוואשע נישט?
מען רעדט דאך אז דו קוקסט אראפ פון אויבן דארטן זעהט מען שוין פארוואס אלעס איז געווען לטובה, און איך מיין אז מען זאגט נישט "א שאד" אויף גוטע זאכן...
לטובה וועט מען זען אלעס וואס מען האט געמיינט אז עס איז א צרה אדער א שווערעקייט, נסיונות וואס מען איז אדורך געפאלן אויך?
אוודאי
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... הייסט אין אנדערע ווערטער אז ס'נישט דא מער קיין נסיונות, קיין יצר הרע וואס הייסט טון שלעכטס,ס'אידאך לטובה!!!

וואף... וואסענייעס... קום אריין מיט נאך אזאלכע פרישע סטאף...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:48 am
באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:44 am
על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:10 am
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:49 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:16 pm

פארוואשע נישט?
מען רעדט דאך אז דו קוקסט אראפ פון אויבן דארטן זעהט מען שוין פארוואס אלעס איז געווען לטובה, און איך מיין אז מען זאגט נישט "א שאד" אויף גוטע זאכן...
לטובה וועט מען זען אלעס וואס מען האט געמיינט אז עס איז א צרה אדער א שווערעקייט, נסיונות וואס מען איז אדורך געפאלן אויך?
אוודאי
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... הייסט אין אנדערע ווערטער אז ס'נישט דא מער קיין נסיונות, קיין יצר הרע וואס הייסט טון שלעכטס,ס'אידאך לטובה!!!

וואף... וואסענייעס... קום אריין מיט נאך אזאלכע פרישע סטאף...
כ'האב זיך פארגעשטעלט אז איר וועט ווילן א ביאור.

ווען איינער האלט פאר א החלטה רעדט מען נישט דא דעמאלט האט ער די בחירה, אבער איר רעדט דאך לאחר המעשה דעמאלט ברויך מען גלייבן אז אלעס איז באשערט..

זעה די צוגעלייגטע בשם דער בעש"ט.
קען זיין אז דערפאר איז דא געוויסע וואס לערנען נישט קיין חסידות
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-06-26 115639.png
Screenshot 2024-06-26 115639.png (93.5 KiB) געזען 612 מאל
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

דו זאגסט דאך אליין אז ווען מען קומט ארויף אויבן זעהט מען אז דאס וואס די משגיח האט גערעדט מיטן טאטן איז געווען לטובה, וואס וואלסטו געזאגט אויב זעהט מען אויבן אז די משגיח האט נישט ממש געהאט אזוינע ריינע כוונות נאר עס איז געווען אריין געמישט אביסעלע פערזענטליכע נגיעות [נאר א משל פארשטייט זיך] וויאזוי איז דאס לטובה? אלא מאי מוז מען ציקומען אז אויבן אין הימל זעהט מען אז אלעס איז לטובה אפילו עבירות וואס א מענטש האט געטוהן, און דאס איז נישט קיין סתירה מיט זיך צירוק האלטן פון טוהן עבירות.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15964
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זיסער פערספעקטיוו וואס מאנט און פאדערט, געשמאק דעליווערט מיט א ים פון כח און מחשבה.

פיהל דאנקן!
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:04 pm
על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:48 am
באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:44 am
על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:10 am
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:49 pm

מען רעדט דאך אז דו קוקסט אראפ פון אויבן דארטן זעהט מען שוין פארוואס אלעס איז געווען לטובה, און איך מיין אז מען זאגט נישט "א שאד" אויף גוטע זאכן...
לטובה וועט מען זען אלעס וואס מען האט געמיינט אז עס איז א צרה אדער א שווערעקייט, נסיונות וואס מען איז אדורך געפאלן אויך?
אוודאי
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... הייסט אין אנדערע ווערטער אז ס'נישט דא מער קיין נסיונות, קיין יצר הרע וואס הייסט טון שלעכטס,ס'אידאך לטובה!!!

וואף... וואסענייעס... קום אריין מיט נאך אזאלכע פרישע סטאף...
כ'האב זיך פארגעשטעלט אז איר וועט ווילן א ביאור.

ווען איינער האלט פאר א החלטה רעדט מען נישט דא דעמאלט האט ער די בחירה, אבער איר רעדט דאך לאחר המעשה דעמאלט ברויך מען גלייבן אז אלעס איז באשערט..

זעה די צוגעלייגטע בשם דער בעש"ט.
קען זיין אז דערפאר איז דא געוויסע וואס לערנען נישט קיין חסידות

שכ"ח פארן אזוי שיין אויסקלארן
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: לאמיר זיך אינדשויען בשעתן וואטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

בן דרוסאי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:49 am
מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:52 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:19 pm
דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:44 pm
אוי זאגסטו גוט, גיימער עס עדיטעןאז עס זאל זיין צום זאך...
געפעלט מיר אויך דאס איז א גוטע חיזוק, היינט איז די וועלט שוין אויך מודה צו ברסלב אז מען קען 'אלעס' מסדר זיין
געפעלט מיר... די וועלט פלעגט אמאל האלטן אנדערש???
געמיינט צו זאגן: ווען עס איז ארויסגעקומען רעקארדינג צו טעלעגראף האט די חפץ חיים געזאגט אז היינט פארשטייט מען שוין בחוש די ענין רואה ואוזן שמעת עפעס אזוי...
איז היינט מיטן עדיטן ווידאויס אז מען נעמט ארויס די שלעכטע חלקים און מען פיקסט צו די שוואכע וכו' פארשטייט מען בחוש ווי תשובה מעקט אפ אז כאילו לא היה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”