גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

ב''ה די לעצטע 80 יאר האבן אידן גענאסן פון א זייער געשמאקע ערי מקלט, אמעריקא. די פרנסה, און געזעלשאפטליכע געלעגענהייטן איז נישט צום פארגלייכן צו אנדערע פלעצער אויפן וועלט. אפילו דייטשלאנד 50 יאר פארן קריג וואס אידן האבן מורא'דיג מצליח געווען דארטן, זעט נישט אויס אז ס'איז געווען וואס ס'איז געווען ביז נישט לעצטנס אין אמעריקא.


היינטיגע טעג זינט די ליביראלע חברה האבן זיך געהויבן די קעפ, אנגעהויבן בעיקר פון 2020 ביי קאוויד, זעט אויס אז מ'לעבט אין א צווייטע אמעריקא. אמעריקא'ס מאכטפולקייט, פרייקייט, רייכקייט, זעט אויס ווי ס'גייט נאר בארג אראפ.


מ'דארף נישט מער ווי קוקן די פאר לעצטע געהשענישן די לעצטע וואכן צו פארשטיין ווי טיף אין דער ערד אונז זעמיר. די אנטיסעמעטיזם אין די קאלעזש קעמפוסעס, די ריאטען אין לאס אנזשעלעס, בנוסף צו אסאך אנדערע אפציעלע גזירות און שגיונות, מאכט טראכטן אז ס'גייט קומען א טאג וואס אידן גייען דארפן פאקען פעק און זיך זוכן א צווייטע ערי מקלט.


ווי אהין? איין באשעפער ווייסט.


לענ''ד גייט עס נישט נעמען מער פון דרייסיג ביז פופציג יאר.


דער עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט זייער מיינונגען.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איך קען עס נישט זעהן ממשיך זיין נאך פאר צו לאנג, עס איז שוין נישט דא מער ווי צו גיין. נאר די גאולה דארפן מיר האבן.

ווען אידן וועלן איין זעהן אז אין לנו על מי להשען אלא אבינו שבשמים, דעמאלט וועט קומען דער גאולה.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
mt646
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2016 6:45 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mt646 »

כתר מלוכה
קיק נאך אין ספר משך חכמה פרשת בחוקתי
יעדע 70 80 יאר ווען מעפילטזעך באקוועם קימט ל"ע
טעראבעל .עיין שם
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

נו גיימער צוריק קיין פוילן און אונגארן? 2 עקסטרעם רעכטע קאנטריס
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:01 pm
נו גיימער צוריק קיין פוילן און אונגארן? 2 עקסטרעם רעכטע קאנטריס
לעצטענס גייט מען צוריק קיין בראנזוויל הער איך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

זארג נישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:06 am
ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:01 pm
נו גיימער צוריק קיין פוילן און אונגארן? 2 עקסטרעם רעכטע קאנטריס
לעצטענס גייט מען צוריק קיין בראנזוויל הער איך.
נאך אביסל קען מען אויך גיין קיין על-סאלוואדאר ארגענטינע און האלאנד...
לעצט פארראכטן דורך גראז אום מיטוואך יוני 26, 2024 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:01 pm
נו גיימער צוריק קיין פוילן און אונגארן? 2 עקסטרעם רעכטע קאנטריס
היות זיי זענען רעכט, נעמען זיי דאך נישט אריין...
אויסגעלאשענע פען
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

כתר מלוכה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:20 pm
ב''ה די לעצטע 80 יאר האבן אידן גענאסן פון א זייער געשמאקע ערי מקלט, אמעריקא. די פרנסה, און געזעלשאפטליכע געלעגענהייטן איז נישט צום פארגלייכן צו אנדערע פלעצער אויפן וועלט. אפילו דייטשלאנד 50 יאר פארן קריג וואס אידן האבן מורא'דיג מצליח געווען דארטן, זעט נישט אויס אז ס'איז געווען וואס ס'איז געווען ביז נישט לעצטנס אין אמעריקא.


היינטיגע טעג זינט די ליביראלע חברה האבן זיך געהויבן די קעפ, אנגעהויבן בעיקר פון 2020 ביי קאוויד, זעט אויס אז מ'לעבט אין א צווייטע אמעריקא. אמעריקא'ס מאכטפולקייט, פרייקייט, רייכקייט, זעט אויס ווי ס'גייט נאר בארג אראפ.


מ'דארף נישט מער ווי קוקן די פאר לעצטע געהשענישן די לעצטע וואכן צו פארשטיין ווי טיף אין דער ערד אונז זעמיר. די אנטיסעמעטיזם אין די קאלעזש קעמפוסעס, די ריאטען אין לאס אנזשעלעס, בנוסף צו אסאך אנדערע אפציעלע גזירות און שגיונות, מאכט טראכטן אז ס'גייט קומען א טאג וואס אידן גייען דארפן פאקען פעק און זיך זוכן א צווייטע ערי מקלט.


ווי אהין? איין באשעפער ווייסט.


לענ''ד גייט עס נישט נעמען מער פון דרייסיג ביז פופציג יאר.


דער עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט זייער מיינונגען.
איך טענה שוין לאנג אז מדארף מופן קיין מאנסי
חברונער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

ביז 60 יאר איז די פאראייניגטע שטאטן אווער. ווי אזוי ? העט מען זעהן, קען זיין א ברודער קריג קען זיין געוויסע סטעיטס וועלן זיך אפהאקן פון די פאראייניגונג אא''וו

היסטאריע זאגט אזוי, עס זענען געווען הונדערטע ריזיגע אימפעריעס און אלע זענען אונטערגעגאנגן, אמעריקע איז אויף דעם וועג.
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

כתר מלוכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:01 pm
ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:01 pm
נו גיימער צוריק קיין פוילן און אונגארן? 2 עקסטרעם רעכטע קאנטריס
היות זיי זענען רעכט, נעמען זיי דאך נישט אריין...
זיי נעמען גראדע פעסט אריין, זייער לעגאלע אימיגראציע סיסטעם איז בכלל נישט ווער ווייסעך וואס סטריקטעט.
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע:אין אפיס

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

ס'איז באקאנט די מעשה פונעם הייליגן דברי חיים מ'צאנז זי"ע.
אז ער האט אמאל געזאגט, אז יעדע 150 יאר הייבט זיך אן א נייע גלות און יעצט הייבט זיך אן גלות אמעריקא, און פון דארט וועט משיח קומען.
(ער האט עס געזאגט בערך תר"ל)
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

נישט מעגליך צו וויסן.

אסאך מאל מיינט מען אז דאס איז די ענדע און דערנאך געט זיך עס א דריי ארום.


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

רעב איד אפשר מופט איר ארויס פין ניו יארק?

דאס פאלט אייך נישט ביי...
ישתבח שמו!
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

זארג נישט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:26 pm
איך קען עס נישט זעהן ממשיך זיין נאך פאר צו לאנג, עס איז שוין נישט דא מער ווי צו גיין. נאר די גאולה דארפן מיר האבן.

ווען אידן וועלן איין זעהן אז אין לנו על מי להשען אלא אבינו שבשמים, דעמאלט וועט קומען דער גאולה.
אִם־תָּעִירוּ ׀ וְאִם־תְּעוֹרֲרוּ אֶת־הָאַהֲבָה עַד שֶׁתֶּחְפָּץ: ס (שיר השירים פרק ב פסוק ז)
נקיי הדעת
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 03, 2023 1:35 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקיי הדעת »

"ובהר ציון תהיה פליטה והיה קדש וירשו בית יעקב את מורשיהם" (עובדיה א יז)


"ובהר ציון" - כל הגוים יהיו כלא היו ואין פליט להם, אבל בהר ציון תהיה פליטה. אמר יפת: זה לעתיד (אבן עזרא)

"ובהר ציון" אחר שכמה אומות שהיו ממחריבי הארץ יכלו ויאבד זכרם אז "תהיה פליטה בהר ציון" ונדחי ישראל יתקבצו שם מעט מעט, (כמ"ש בפי' ישעיה סס"ה על בטרם תחיל ילדה).(מלבי"ם)
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

נקיי הדעת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:15 pm
"ובהר ציון תהיה פליטה והיה קדש וירשו בית יעקב את מורשיהם" (עובדיה א יז)
דאס זיכער, די שאלה איז צו אמעריקא וועט איין טאג אויסשפייען רח''ל די אידן וואס וואונען דארטן.
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

בר חכמה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:03 pm
רעב איד אפשר מופט איר ארויס פין ניו יארק?
קיין?


לאס אנזשעלעס, וואס זענען פארגעקומען ריאטן פאריגע וואך? פלארידא, וואס גייט אויסקוקן אין אפאר יאר ווי ניו יארק?
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: גלות אמעריקא. נאך ווי לאנג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אונטן, אבער צו מיר קוקט אויס ווי מיר גייען זיך טרעפן אין אזיע אין די נישט ווייטע צוקונפט. אזאנע לענדער ווי דרום קארעא, וויעטנאם, קאמבאדיע, סינגאפור, יאפאן, גייען האבן א גרויסע אויפשטייג פון א אידישע קאמיוניטי.

חסידישע אידן וועלן אנקומען צום לעצט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”