מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ה׳ - קהילת שמעיה ואבטליון **

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

היינט אין די נייעס, דער פרעזידענט האט געמאלדן אז טויזענטער אומשעדליכע ארעסטאנטן און מיטארבעטער פון די באנדעס גייען ווערן געטרענט צו ארויסהעלפן מיט די אויפבוי פונעם לאנד.


https://drive.google.com/file/d/1nX9kKp ... sp=sharing
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

@נסעה ונלכה
מיר ווארטען….
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ג**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

ווי אזוי קען מען טוישן דאס קעפעל?
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ג**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

חלק ג


אריין שפאצירענדיג אין ערפּארט מיט גלייכע רוקענעס זעמער שיינערהייט געשיקט געווארן זיך שלענגלען ווי אן עדר צאן אינעם געדרייטען ליניע, ווארטענדיג ביז׳ן דערגרייכן די באערטע כעוורע וואס האבן נישמערנישווייניגער ארויסגעזען פון יעדעם באזונדער, כל העובר על הפקדים, גאנצע צוועלף טאָלער מזומן, טענה׳ן טענה׳נן זיי דאס איז תשלומין פאר וואס זיי האבן א נאמען געגעבן ״וויזע״ [חזקי זאגט מיר אין אויער אריין.. שטעלטעך פאר, אמעריקאנע אגענטען שטייען ביים וואנט און פארלאנגען אפאר טאָלער פון יעדן פון זייעריגע וואס שפּרינגען דארט איבער… פון דעם אליין וואלט מען געקענט אויסגראדן די דעפעסיט...]
מיר גייען דורך אזא בחינה בע״פּ וואס איז מיטעלגאַרטיג שווער, און ביים סוף באקומט מען אן אויסצייכנוג-זיגעל אין פּאספּארט בשעת מיט א שמייכעלע ווערט מען אריינגעלאזט אין לאנד, אבער, ס׳פאסט דאָך נישט פאר א היימישע אידעלע צו בלייבן שולדיג, שאלה תחת שאלה, איז יעצט מיין רייע צו נעמען דעם אלטן גרעניץ אגענט אויפן פארהער, און איך הייב אן מיט פרעגן אזוי וויצעלדיג אויב… אויב… כ׳האב פון וואס צו פחדנ׳ן… זייענדיג אין לאנד? ער ריקט אראפ ס׳ברילן צום שפיץ נאז און שטעקט אַרויס די אויגן פון העכער דעם, בשעת וואס ער גיט א פרעג: פון ווי אין אַמעריקע קומט עטס?.. ברוקלין!! ענטפער איך מיט יענץ שטאָלץ, דער גיט א שיס אויס אין אזא געלעכטער אזש אז די קאפ פאלט אים אויף צוריק און ס׳זיך מתגלה צוויי שורות געלע ציינער… איר קומט פון שלאכטהויז זאנע, און זארגט זיך פאַר אייער זיכערקייט דא? פרעגט ער, איר וועט נאָך זיין צוויי מאל אזוי סעיף ווי אין ברוקלין… אונז האָבן עס בייפאאאארר… (אין ספאניש, כמיין דאס מיינט עס)…

אויף די וועג אַרויס פון ערפּארט באמערק איך א סעקציע ווי עס שטייט שיינערהייט אן אויסשטעל פון אזא סאַלוואַדאָרישע אוועל אפיס מיט שיינע בענקלעך און בילדער פונעם רעבע זז״ג און זיין… ס׳איז גאר מכובד׳יג און שיין, און ווייזט פּאטריאָטישקייט, אָבער איך בין נאָך נישט אזוי פאַרזיכערט אויב דאס קומט פון די פאלקס שטיצע און הרצה צום פּרעזידענט, אָדער אי׳דאס שוין דיקטאַטאָרישע פּראפּאגאנדע און אלע חסידים זאלן פלאצן.


בילד

ארויס קומענדיג פון טערמינאל האב איך ערוואַרטעט צו זען די געווענליכע מחזה ווי עס שטייען געציילטע מענטשען און גרופעס אפווארטנדיג זייערע אנקומענדיגע קרובים און באליבטע צו דער זייט פון פארשידענע פאראויס באשטעלטע טעקסי דרייווער וואָס האלטן טאוולעך (אורחים), אבער געווענדליך נישט מער ווי געציילטע מענטשען, אבער דא… ווי נאר מ׳גייען ארויס פונעם טויער, אנטפּלעקט זיך א מחזה נורא. עס שטייט א ציבור וואָס ציילט זיך אין די הויכע טויזענטער און שאַלען פאַר שמחה אויסשטאפירט מיט הונדערטער באלאנען טראמפייטער און קאנפערי שיסערס… סאיז ממש שווער פארן אויג צו כאפן וואס סטוט זיך אפ, און כ׳טראַכט צו מיר "כ׳האָב זיך גערעכנט אַז דערוילעם וועט זיין צופרידן צו זען אידעלעך… אָבער עכ״כ?.. אַזוי ווייט?.. אַזוי צו אנטפאנגען מיט אזא ברוך הבא, אויף דאָס האָב איך זיך שוין נישט גערעכנט" (אויפן קרעטשנוף׳ע נוסח) אָבער נאכן דורכגיין די ציבור און קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט, ניטאַמאָל אַ נייגעריגע בליק געטון, פרעג איך אן ביי איינעם פון די פארזאמעלטע, לשמחה מה זו עושה?? זאגט ער מיר אַזוי; בבואי… ווען אונזערע מענטשען קומען צו קריכן אין גאלדענע אמעריקע אריין.. (ער רופט עס אזוי, נישט איך), און זיי גייען אריבער א לעבן פון חיבוט הקבר… און זיי שרייען און בעטן זיך צו באקומען ליגאלע פאפירן… מיינט עס.. יאָרן פון זיין אפוועזנד פון נאנטע און באקאנטע ביז מ׳איז זיך מסדר די שריפטן און מ׳קען זיך צוריק זען, ממילא… יעדער וואס קומט צוריק פון אמעריקע שלעפּט אטעמאטיש צוזאם אן עולם פון בעקענדיגע באקאנטע..
נו.. נו.. זאל זיין אַזוי..

מיר שטעלן אונזער טריט צום בודזשעט קאַר רענטעל וועלעכע געפונט זיך אַרומגענומען מיט אנדערע אפ-ברענד סאלוועדארישע קאר רענטעל קאמפעניס, זייערע חברה דרייען זיך ארום ווי בינען, און לאקערן נאך קאסטעמערס, מיטן האנט פאכענען זיי פלייערס פול מיט בילדער פון שיינע גרויסע קאַרן\קארס (סאמעטאכע), איך אינטערעסיר מיך וויפיל די שיינע וואגאנען זענען, אבער פאַרשייט זיך אַז… פונקט!! היינט איז קיין איינס נישט אוועלעביל… אבער, אבער, זיי קענען מיר געבן עפעס אן אנדערע (אפּגעריסענע) רכב… (מיר דערמאנט פונעם וועטערער אין ארץ ישראל וואס אפערט שניצל או עוף? אָבער ווען איינער דערוואַגט זיך צו בעטן שניצל, קומט תיכף א "שניצל אין" ענטוואָרט)
אין בודזשעט רענטעל נאכן דורכגיין א ברייט פארצוויגטע קלוזינג פּראצעדור און נאכן חתמנען קרוב צו מאה ואחת פעמים, אלץ מיט א פעדער, און ווערט געקאפיט געסקענט און געסטעפלט מיט א מין פארצייטישע מהלך, זעמער ענדליך זוכה צו ערהאַלטן אונזער פארויס באשטעלטע וויעקעל, מיר באַקומען עפעס אן "טיאָטע איך ווייס נישט וואס" ס׳איז אזא אויווער-סייז׳ד SUV אין די גרענעצן פון א סובערבען און פארט אויף דיזעל, אשר לא ראיתי כהנה בכל ארץ אמעריקע (אפשר מעכי יא) אבער איך מיין עס וואלט קוואלעפעצירט צו בלאקירען די בי.קיא.אי.

אני הקטן איז נתכבד געווארן צו זיין בעל עגלה מנעמט די לייצעס משמייסט די גאז.. ויסעו… ווי נאר מציעט זיך ארויס פון שטח הערפּארט, פילט מען תיכף ווי מהאט געלאנדעט אין אן אנדערן פלאנעט. די מחזה קוקט אויס ווי דאס איך אימעדזשען אינדיע איז, ס׳גלייבט זיך שווער אז מיר געפונען זיך אין דעם זעלבן קאנטינענט ווי אונזער היימישע ניו יאָרק. אויף די הייוועי קומט פאר א מין צעמישעניש, קארן פליען אויף זיבעציג אין יעדן ריכטונג בשעת ס׳טוט זיך אַ מענטשען געלויפעניש אדורך די הויפט האוועי איבער שפרינגענדיג די דיוויידער און זענען ממשיך די צווייטע זייט כאילו לא היה (מענדיל זאגט ער לייגט אוועק די געדאַנק אינעם באקעט ליסטע צו אויספרובירן אויף די בי.קיו.אי.). גאנצע גרופעס מענטשען ווארטן אויף די צידי רה״ר אז איינער זאל זיך מרחם זיין און אפנעמען למחוז חפצם בשעת געוויסע גיבן שוין אויף און קלעטערען זיך שוין אויף די שאלדער צווישן די קאַרן און קוהן מיט שווערע זעק אויף די פלייצע מאכענדיג ס׳וועג צו זייער דעסטינאציע.


די ראוד איז איבערפול מיט גרויסע און קליינע פּיק-אפ טרעקלען, וואס די אונטערשטע חלק איז איבערגעפילט מיט... מענטשען!! יא, ממש מלא וגדוש עד אפס מקום!!, אזוי ווייט אז טייל כעוורע הענגען אויף ארויס. כ׳עפען די פענסטער גרייט צו הערן ווי עס באַמבערט די פּורים׳דיגע מוזיק און זען ווי דער עולם פאכעט מיט די הענט לויט די ניגון, ווי אויף בעדפערד עוועניו פּורים נאָכמיטאָג!!... אָבער אויסער א דיזעל גערויך האב איך גארנישט פארדינט. דער עולם קוקט נישט אויס צו זיין איבערגענומען פון זיצן אין בעק פון א פיק-אפ טראק, זעט אויס ס׳איז נארמאל ביי זיי...
בילד


מיר עפענען די פענסטער צו כאפן א שמועס מיט איינע פון די הולכי דרכים. מענדל שטעלט אפּ איינעם וואס שלעפט זיך מיט א זאק אויף די פלייצע און אן אַלטן קארב הענגט אים צו דער זייט. שטעלט זיך אַרויס אז דער איז אין די טיפע אכציגער יארן און פארמאגט אין זיין באזיס צוויי ציינער און איין העמד, אבער דאך פארציילט זיין צהלת פּנים אז ס׳פעלט אים גארנישט אין לעבן. ער גיסט אויס זיין הארץ און פארציילט אַז דורכאויס די יארן זיינע האָט ער שוין מיטגעלעבט גאר אַסאַך און נאכמער דורכאויס דעם סאַלוואַדאָרישן בירגערקריג (כ׳האָב קיין אַהנונג וואָס דאָס איז, אָבער חזקי שרייט פון אונטן אז מיר וועלן שוין שפעטער אנפרעגן ביי @נקדימון ), אבער היינט, זאגט מיר די אלטעשקע מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, איז דאס לאנד אין א פיינע שטאנד און אויף די ריכטיגע טרעק, (ס׳טעגעהערט אזאס!... ביי אונז אין אמעריקע, זאגט די לאנד אז די אלטיטשקע טויגט נישט, ביי זיי, זאגט די אלטיטשקע אז די לאנד טויגט יא... שוין, עולם הפוך ראיתי...).

בילד

בילד


ביידע זייטן הייוועי זעט מען הערליכע פּאנאראמישע צענעס פון הויכע בערג מיט קליינע שטעטעלעך אויף די שפיצן און קוקט אויס ווי דאס וואס שלומי זעהט שוין אין אינדיע פאר חדשים, אַרומגענומען די בערג פון אונטען איז אויסגעשפרייט אויגפארכאפענע שיינע פעלדער ווי עס שלענגלט זיך שורה נאך שורה טראפישע קוקענאט-ביימער אויף ווי ווייט די אויג קען זען, ווען מיטאמאל וואקסן ארויס א גרופע פעלד-ארבעטער וואס פאכענען מיט די הענט און בעטן אַז מען זאָל זיך אפּשטעלן. נו... אַז מען בעהט קען מען נישט אפזאגן. איך קום ארויס פון קאר און זעה א קליין ביידל צאמגעקלאטפ פון העלצעלעך, לולב בלעטער, און קעסטלעך. די בודקע איז אָנגעפולט מיט בערג פריש אפגעשניטענע קוקענאטס וואָס זיי פאַרקויפן פאַר 50 גראשען אַ שטיק. ערעב פינחס׳ן האט תיכף אנגהויבן מיט א שיעור איבער די געזונטהייט בענעפיטן וואס די משקה שבתוכו פארמאגט.
נו... פאר אזא פּרייז, ממש א נעוויירע נישט צו טועם זיין. נאכן באצאלען גיט דער מענטש דארט א ציה ארויס אזא סארט כלי וואס איז חצי א האק און חצי א מעסער. ס׳ווערט מיר שווארץ פאַר די אויגן... דאָס איז עס?! שטיי איך יעצט פנים אל פנים מיטן שרעקעדיגע גענג מעמבער?!... נאך א סקונדע כאפ איך מיין נשמה ווען איך זע אַז דאס איז גאר א חלק פון די סערוויס און ער נעמט זיך אפהאקען די אויבעשטער טייל פונעם קוקענאט אויף אַ קינסטלעכן וועג אז עס עפנט זיך בלויז א קליין נקב׳ל ווי ער שליידערט אַרײן א שטרוי און דערלאנגט מיר עס מיט א ברייטן שמייכל... נאך א שהכל בין איך טועם א האלבע רביעת... וואס זאלעך זאגן... נישט מײן טעיסט…

בילד

אזוי פארענדיג ווייטער, מאכן מיר א חשבון אז לויט ווי ס׳קוקט אויס, זענען די טראנספּאָרטאציע מיטלען אין לאנד איינס פון די צוויי: אדער הענגען אינדרויסן פון אַ טרעקעלע, אדער פליען אויף אן אלטן קראכעדיגע מאטארביציקל. מיטאמאל פארן מיר פארביי א ריזן שטח אנגעפילט מיט הונדערטער קאלירטע חדר-באַסעס און ס׳טוט זיך אַן אנלויפעניש פון מענטשן וואָס שטופן זיך ארויף אויף דער באסעס, כאילו ס׳עפעס די קעמפ מעידזשע״ר טריפ טאג, די כעוורע לאדענען זיך אן ביז מען קען קיין נודל שוין נישט אַרײנקוועטשן. און ווען א באס לאזט זיך ארויס, איז עס אַזוי פיל אז שטיקלעך מענטשן שטעקן זיך אַרויס פון פענסטער. די צענע אליינס איז געווען היפש אינטרעסאנט, אבער נאך אינטרעסאנטער איז וואס כהאב שפּעטער דערלערנט אז די באסעס פארמאגן גאר א הייליגע יוחס, און די מעשה איז אזוי: די באסעס זענען באקאנט אין גאנץ סענטרעל אמעריקע אלס טשיקן באסעס... און שטאמען פון אונז דא אין אמעריקע, יא אויב האט איר זיך אמאל געווינדערט ווי אהין איז געגאנגען די געלע חדר-באס מיט וואס ר׳ אייזיק לייב פלעגט אנקומען טעגלעך מיטן שמייכל אויפן געזיכט אונז פירן אין חדר ארײן, אין די פריע תש׳ נ׳ יאָרן? איז דא האבעך דערגאנגען די סודות פון חדר. די באסעס ווערן געפירט צו די ארעמע סענטראַל-אמעריקע לענדער, ווי עס ווערט איבערגעפארבט מיט סיי וועלכע קאליר די פּישקע פעינט פארמאגט פונקט יעצט אויפן מינוט, געווענדלעך פאַרשידענע אנדערע קאלירן, און איין מאָל געפארבט, ווערט עס איינגעשפּאנט אלס א חלק פון די פלאטע באסעס וואס דינען אלס דער עיקר טראנספערטאציע מיטל. פארן עולם וואָס איז גענוג פאַרמעגליך און קענען זיך ערלויבן אן אפצאל פון 10 קאפעקעס, קענען זיי דערמיט אנקומען פון איין עק לאַנד צום אנדערן, פארשטעקט ווי א סארדינען-פישל אין שאכטעל.
איצטער האבן מיר געהאַט די הייליגע זכיה צו זען און זיך צוריק פאַראייניגן מיט די באס פון די יוגנט! ״נאסטאַלגיע״.

בילד


די פערציג מינוט וועג פון ערפארט ביזן הויפט שטאט סאן סאלוועדאר האבן מיר אויסגענוצט זיך צו באקענען מיטן נייע מקום, און אויך געווען פארנומען זיך מעסעדש׳ן מיטן גאבי פונעם שול זעהן אויב ס׳פארהאן א מעגלעכקייט צו שאפן א מנין פאר שחרית ווען מקומט אן, אבער גיי לערן מיט א גר ברטנורא און פראביר מסבר׳ן אונזערע יסודת הדת אז די הכנה איז נאך גרעסער ווי די מצוה אליין, און זונטאג דאווענט זיך עפעס נישט אזוי פרי, ס׳ממש נישט געווען מיט וועם צו גיין צום טיש, די חברה זענען שוין אלע געווען געדאווענטער, אבער מיר האבן נאך אלץ פראבירט מסדר זיין איינער זאל קומען עפענען ס׳ביהמ״ד, זאלען כאטש די פיר ווענט באקומען פון די הויפענעס חיזוק וואס מיר האבן זיך פראבירט אליינס איינרעדן אז מיר שלעפען מיט, די גאבי טענה׳ט אז ער דארף פונקט נישט קיין חיזוק אויף די מינוט און איז זייער פארנומען היינט ער קען עס נישט מאכן אבער וועט פראבירן שאפן א צווייטען, מיר מאכן א שנעלע חשבון אז אויב די גאנצע שול איז א ספק, אידאך די קאווע פארן דאווענען א ספק ספיקא, און אויף דעם חצי לה׳ קען מען ח״ו נישט מוותר זיין, איך בין שנעל מעיין אינעם וועג ווייזערל וואס שטעלט זיך ארויס אלץ די ריכטיגע שליח מבשר זיין די אומגלויבליכע בשורה טובה אז נישט ווייט פון ביהמ״ד געפונט זיך א אונזערע׳ס היימישע סטארבאקס געשעפט, שנעלעהייט טוישט מען די דעסטענאציא אהין און מיר מאכן די וועג אין שטאט אריין.
בילד
]
בילד



אונקומענדיג אין שטאט אריין, טוט חזקי אנמערקען, אז ווי עס שיינט איז דאס פלאץ גאר געאייגענט צו אנהייבן א פרישן היימישע אידישע ישוב, פארמאגענדיג די נומער איינס קאליפיקאציע וואס מיר זוכן אין א שטאט, און דאס איז די שווערע געדעכטע טרעפיק וואס מיר האבן דא אריין געפאלן, די איינציגסט חילוק פונעם ניו יארקע טרעפיק איז, אז דא בשטייט עס נישט פון סיענע׳ס און יקאן׳ס נאר פון טאק-טאקס און טשיקען באסעס, מיר שלענגלען זיך אין די שמאלע גאסן ארומגענומען מיט אלטע בנינים פון אלע זייטען, ביז מיר קומען אן נענטער צום סטארבאקס ווי עס טוישט זיך די מחזה צו מער נייערע בנינים און מאדערענע געשעפטען, זייענדיג איינע פון די איבערגעמאכטע געגענטער און טוט אנווייזען אויף די פארשריט די שטאט און די לאנד מאכט צום ציל פון א עקענאמישע איבערפרישאונג מעשה ידיו להתפאר פונעם נייער פרעזידענט, דא אין פארקינג לאט ביי סטארבאקס און די געשעפטען ארום, זעהט מען שוין יא שענערע קארן, און די איינציגסע דערמאנאונג אז ׳מגעפינט זיך אין סאלוועדאר איז די וועכטער וואס דרייט זיך ארום מיט א ריזיגען ביקס באוואכטען די קארן און די געשעפט.

אויפן וועג פונעם קאווע הויז צום שול, פראבירט מען נאך מיט קאלט׳ס און ווארעם׳ס פועל׳ן ביים גבאי אז איינער זאל קומען גיין פתיחה, אבער שוין שטייענדיג פארענט פונם פעסט פארשלאסן טויער קומט אריין דאס ענדגילטגן און לעצטען אנטווארט אז ש׳טא וואס צו מאכן, קיינער האלט נישט ביים ארויס גיין פון וועג פאר די גרופע ניו יארקע וואנע-בי׳ס, בלית ברירה האבן מיר געדארפט איבער לאזן די האפענעס חיזוק אין חצר הביהמ״ד ווי מיר האבן אפגעראכטען א פייערדיגע שחרית אונטער די חופה דארט, וואס האט שוין געדונט צענדליגע פארפעלקער אלץ אן התחלה פון א לעבן כדת משה וישראל נאכן דורעך גיין גירות,


נאך שחרית האבן מיר זיך ארויס געלאזט צום קומעדיגע דעסטאנאציא: די צענטראלע מארק,

המשך יבוא
לעצט פארראכטן דורך נסעה ונלכה אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

@נסעה ונלכה דו נעמט מיר אהין לעבעדיג!!
איך שפיר ממש דעם דיזעל גערוך שניידן מיינע נאזלעכער!!

איי... אפשר אראנדזשירסטע א "אייוועלט" טור אהין??
ווער איז אין? ארויף מיט די האנט...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »



לייק ארבעט נישט.
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:35 pm
@נסעה ונלכה דו נעמט מיר אהין לעבעדיג!!
איך שפיר ממש דעם דיזעל גערוך שניידן מיינע נאזלעכער!!

איי... אפשר אראנדזשירסטע א "אייוועלט" טור אהין??
ווער איז אין? ארויף מיט די האנט...
האנט ארויף
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אויסגעטרונקען יעדעס ווארט מיטן שטורוי וואס דו האסט איבערגעלאזט אינעם קאקאנאד....
וואף איז דעיס זאפטיג באשריבן... איך ווארט שוין אויף די נעקסטע

בד"וו. לייג א בילד פונעם קאר (אויב די האסט) עס שמעקט פונעם היימישן סעקויע Sequoia
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

אן אייניקל האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:22 am
אויסגעטרונקען יעדעס ווארט מיטן שטורוי וואס דו האסט איבערגעלאזט אינעם קאקאנאד....
וואף איז דעיס זאפטיג באשריבן... איך ווארט שוין אויף די נעקסטע

בד"וו. לייג א בילד פונעם קאר (אויב די האסט) עס שמעקט פונעם היימישן סעקויע Sequoia

גלייב מיר אזעלעכע דברי ברכה פון @אן אייניקל איז סאך גישמאקער פון מי קוקענאט


דא האסטע א בילד פון די אונטערשטע טייל פונעם קאר וואס אגב הייסט FORTUNER
(די מעשה מיטן הונט אי״ה אין קומעדיגע פרק)

בילד
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »


זיס און ציענד!
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

נישט אנטוישט!!!

קיפ איט קאמיניג!!!
אוועטאר
גאלע
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2022 4:22 pm
לאקאציע:שבת ביים קידוש

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלע »

וואויו איז דעס זאפטיג באשריבען, געשלינגען מיט דורשט א יעדעס ווארט!
האסט א גיטען חוש ארויסציברענגען די געפיל און די אנטוזיאסטיקייט אינעם פעדער!

יישר כח! ווי וואנט מאאר!
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

שטארקע אור האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 11:44 am

זיס און ציענד!
איטס עי פלעזשור טא העיר פידבעק!
טענק יא!
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

@תלי במזל

א גרויסע שכח פאר די גאזעלין
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

דער בחור קומט אריין קורץ און צום פינטל לאור די נעכטיגע חד גדיא מיט טראמפ

יער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 3:49 am
על סאלוואדאר'ס פרעזידענט "נאאיב באקל":
IMG_8391.png
IMG_8391.png (53.24 KiB) געזען 1120 מאל
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

ר' אייזיק לייב'ס באס
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

קאנספיראציע האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 12:41 pm
ר' אייזיק לייב'ס באס
ווס׳איז פלעגסט זיצען אין מיין סעיט?
ווייסעך דען
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
לאקאציע:ווייסעך דען ?

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך דען »

משוגע גיט!!!
טראגט אינז אלע אויף על סאוואדאר !
תכלית הידיעה שלא נדע
אוועטאר
תינוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

איינער האט מיר צוגעוויזן אהער, און שלעכט האט ער געטון פארן נישט אויסווארטן ביזן פרייליכע ענדע פונעם באשרייבונג.

אמאל זעמיר געווען יונג, אבער בימינו אלה האמיר מער נישט די כוחות המעצר צו ווארטן פון איין קאפיטל צום צווייטן ווען ס'איז אזוי געפארפול אינטרעסאנט.

וואס איז מיר יא פארבליבן צו טאן איז אויסצושטאמלען א בקשה נמרצת פון די טיפענישן פון מיינע מארעך ביינער, נא ונא [מיט אלע פירושים, פליז, יעצט, און אפילו האלב געקאכט אויב נייטיג. אויך מיט די כוונה פון צווישן נטילת ידים און המוציא], לאז אונז נישט איבער אינעם פארקינג לאט צום גענאדע פון די לאנג-ביקסעדיג שומר, שטעל דיר פאר ווען דו בלייבסט ווען דארט א וואך צייט? מה דסני עלך לחברך דחברך לא תחסום! מאך עס געשיקט, זריזות'יג, זאפטיג און נשמה'דיג.

געגאנגען...
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

תינוק האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 2:21 pm
איינער האט מיר צוגעוויזן אהער, און שלעכט האט ער געטון פארן נישט אויסווארטן ביזן פרייליכע ענדע פונעם באשרייבונג.

אמאל זעמיר געווען יונג, אבער בימינו אלה האמיר מער נישט די כוחות המעצר צו ווארטן פון איין קאפיטל צום צווייטן ווען ס'איז אזוי געפארפול אינטרעסאנט.

וואס איז מיר יא פארבליבן צו טאן איז אויסצושטאמלען א בקשה נמרצת פון די טיפענישן פון מיינע מארעך ביינער, נא ונא [מיט אלע פירושים, פליז, יעצט, און אפילו האלב געקאכט אויב נייטיג. אויך מיט די כוונה פון צווישן נטילת ידים און המוציא], לאז אונז נישט איבער אינעם פארקינג לאט צום גענאדע פון די לאנג-ביקסעדיג שומר, שטעל דיר פאר ווען דו בלייבסט ווען דארט א וואך צייט? מה דסני עלך לחברך דחברך לא תחסום! מאך עס געשיקט, זריזות'יג, זאפטיג און נשמה'דיג.

געגאנגען...
גא"מ. הק' יחזקאל
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

תינוק האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 2:21 pm
איינער האט מיר צוגעוויזן אהער, און שלעכט האט ער געטון פארן נישט אויסווארטן ביזן פרייליכע ענדע פונעם באשרייבונג.

אמאל זעמיר געווען יונג, אבער בימינו אלה האמיר מער נישט די כוחות המעצר צו ווארטן פון איין קאפיטל צום צווייטן ווען ס'איז אזוי געפארפול אינטרעסאנט.

וואס איז מיר יא פארבליבן צו טאן איז אויסצושטאמלען א בקשה נמרצת פון די טיפענישן פון מיינע מארעך ביינער, נא ונא [מיט אלע פירושים, פליז, יעצט, און אפילו האלב געקאכט אויב נייטיג. אויך מיט די כוונה פון צווישן נטילת ידים און המוציא], לאז אונז נישט איבער אינעם פארקינג לאט צום גענאדע פון די לאנג-ביקסעדיג שומר, שטעל דיר פאר ווען דו בלייבסט ווען דארט א וואך צייט? מה דסני עלך לחברך דחברך לא תחסום! מאך עס געשיקט, זריזות'יג, זאפטיג און נשמה'דיג.

געגאנגען...
תינוק טייערע..
מיר געדענקען נאך דיין באשרייבונג פון דיין נסיעה, און מיר ווייסן וואס דו קענסט.

אפשר קומסטו צוריק אונז נאך מהנה זיין
אוועטאר
today not tomorrow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

pdf?
אוועטאר
שטופן מיט געוואלד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:10 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופן מיט געוואלד »

דער איז משוגע!!!!!!..........
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

נישט נארמאל הערליך באשריבן, אזאנס שוין לאנג נישט בייגעוואוינט.
געוואלט בעטן א בילד פונעם אויטא, אבער איינער האט מיך שוין מקדים געווען.

די מעשה פון יונה איז מיר נאכנישט אזוי קלאר, מעיקרא מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ג ארויף **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

@נסעה ונלכה דיין שריפט און אינהאלט איז הערליך! יישר כח!!

איין שורה מוז איך פארשטיין, דו שרייבסט "ווי דאס וואס שלומי זעהט שוין אין אינדיע פאר חדשים" הא??
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”