מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן ** חלק ה׳ - קהילת שמעיה ואבטליון **

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע ווערטער פונעם עולם, בפרט פון די קאלירטע ישובים ראשונה במלכות,
עס גיבט חיזוק אויף ווייטער.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

הערליך שיין
ווארט מיר מיט שפאנונג אויף ווייטער..

דיינע מליצות זענען העכער ווי עקספעקטעד....

האקט.

איך בין נישט קאלירפול, און נישט יושב ראשונה. אבער דאך האף איך אז כגעב אויך א שטופ פון הינטן....
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

אן אייניקל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:40 am
הערליך שיין
ווארט מיר מיט שפאנונג אויף ווייטער..

דיינע מליצות זענען העכער ווי עקספעקטעד....

האקט.

איך בין נישט קאלירפול, און נישט יושב ראשונה. אבער דאך האף איך אז כגעב אויך א שטופ פון הינטן....
אַל תֹּאמַר נַעַר אָנֹכִי
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

דו ביסט אייזענע נייעס.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

א שאד א שאד...

א שאד אז מקען נישט לייקן אזא 57 מאל אויף איין תגובה...

אומגלויבליך וואס א בר נש קען באווייזן.... בלויזע שורה'לעך אויפן טרוקענעם סקרין האבן מיך געהעריג אריבערגעשלעפט קיין סאלוועדאר...

WOW WOW
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

וואו נסעה איך גיי ניסלעך
דיין פעדער האט אפילו נישט איינמאל געקעקעצט
אזא שארפע פעדער
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

וואף!!

זייער אינטערעסאנט!
אוועטאר
מאדערן ארט
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 2:41 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדערן ארט »

הערליכן שריפט!
בערשטלעך-קנעפלעך-פעדערן-ווערטער-פאעזיע-און וואס נישט = מאדערן ארט
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

א געוואלדיגן שפראך!

יישר כח! ווארט מיר אויפן קומענדיגן
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17791
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וואף!!

אזא לשון! איינס אין די וועלט..

וויאזוי זאגט דער אבן עזרא (בראשית לג, יב) אויף @נסעה ונלכה .. יש אומרים שהוא "לשון"..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

די דראג קארטעלן הויפטקווארטירן וואס דו רעדסט פון, באציעסטו זיך צו על סאלוואדאר אדער 80 טווין...?
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

שטארקע אור האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:02 pm
די דראג קארטעלן הויפטקווארטירן וואס דו רעדסט פון, באציעסטו זיך צו על סאלוואדאר אדער 80 טווין...?

אונז גיימער נאך די גראך ווי אימער עס פירט
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

מיר האפען אז עס קומט אזאנס אויך אויף קיובא
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

איך פארשטייט נישט וויאזוי די ארטיגע גרים קענען עסן די פאפאסא פון וואו האבן זיי טשיז?
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
אברך כולל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 11:52 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך כולל »

וואאף!! דעי שפראך!!
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

געב מיר צוריק מיין אטעם!! אבער שוין!!
יויש שרייבסטו גוט... מיט די מליצות...
איך ווארט אויף נאמבער 3
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

wow איז דא גוט.
רייכע שפראך. זאפטיגע מליצות. און וואס נישט.
keep it up.
כ'קען קוים ווארט פאר די נעקסטע פארזעצונג.
(אויב שייך, לייג אריין מער בילדער פון דאס מקום, ביים קומענדיגע פארזעצונג. שכח.)
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
פשוט און גראד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

זייער אינטערסאנט, גייייט געשריבען.. א גרויסע יישר כח!!
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:09 pm
איך פארשטייט נישט וויאזוי די ארטיגע גרים קענען עסן די פאפאסא פון וואו האבן זיי טשיז?
כאשר עיניכם תחזינה מישרים, ווען דער בורא וועט כח גיבן צו ממשכ׳ן, האבן די חברה דארט ביים גירות מקבל געווהן מנהגי הספרדים, און נעמען אן די פסקים פונעם מחבר, במילא -דררררייי מיטן פינגער- היות זיי האבן פארשטאנען אז אונז זעמער היימישע קאטשעניא אשכנזים וועלען מיר נישט עסנען פון זייערע סחורה, אבער זייייי האבן זיי פיינע פרישע טשיס
ודי בזה
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

נסעה ונלכה האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:05 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:09 pm
איך פארשטייט נישט וויאזוי די ארטיגע גרים קענען עסן די פאפאסא פון וואו האבן זיי טשיז?
כאשר עיניכם תחזינה מישרים, ווען דער בורא וועט כח גיבן צו ממשכ׳ן, האבן די חברה דארט ביים גירות מקבל געווהן מנהגי הספרדים, און נעמען אן די פסקים פונעם מחבר, במילא -דררררייי מיטן פינגער- היות זיי האבן פארשטאנען אז אונז זעמער היימישע קאטשעניא אשכנזים וועלען מיר נישט עסנען פון זייערע סחורה, אבער זייייי האבן זיי פיינע פרישע טשיס
ודי בזה
מיינסט צו זאגן אז זיי האבן מקבל גירות געווען ע"ד צו ווערן ספרדישע אידן?! אינטרעסאנט פארוואס! קען זיין ווייל זיי רעדן ממילא שפאניש\ספרדיש...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 am
די פאלגענדע איז אן ארטיקל (טאגבוך) איבער מיין בליץ באזוך קיין על סאלוואדאר. אויב זענט איר געקומען אהער זוכן סחורה, קענט איר שוין פארלאזן די זאל,

חלק א

געווען איז עס א קאלטע (קאלטע!?.. פריזינג…) ווינטערדיגע פרימארגען דא אין הייליגע וויליאמסבורג. די הימל אנגעלייגט מיט פילע שיכטען גרויע וואלקענעס וואס פאר א שווארץ יאר האבען זיי קיין זון שטראלען נישט אריבערגעלאזט שוין א גוטע פאר טעג. די גאסען באדעקט מיט אייז, שניי, און זאלץ, די פאטהולס אנגעפילט מיט אזא חרוסת געמאכט פון זאלציגע סלאש וואס שטייט גרייט צו באשפריצען די פיסגייער אחת למטה ושבע למעלה גענוג פארציעס פאר אלע שמונה בגדים... מ'ווארט נאר אז די סיענע וואס זאל א טינק טון דעראינען.

איך לאזעך אזוי ארויס לעבודת הבורא נאך א לאנג פארצויגענע יתגבר כארי וואס פארשטייט זיך אז צום סוף איז געווען א מעמד דידן נצח… די צד הקדושה האט גובר געווען (כמיין… מקען דאך נישט שלאפען אויף אייביג). אזוי קלעטערנדיג זיך אויפן פארשנייטע וועגען מיט פארפרוירענע טויזיס און פארהויכטע גלעזער, האט א מחשבה׳לע זיך אריינגעכאפט ביי מיר אין קעפעלע (שא.. זאג נישט פאר קיינעם.. איך האב אים אריינגעלאזט), און ווי נאר ער האט א לישב געמאכט נעמט ער זיך נאגען… (נאגען = עז עי לייף אינשורענס אגנט) ג׳טענה׳נט האט ער אז ס'איז שוין העכסט צייט פאר א ברעיק. מ'דארף זיך ארויסטשעקען פון דא, מ'דארף אפ יאפעצען פון די פארד׳שאבעטען אטמעספערע עי.עס.עי.פי.

און וואס?? און יא!! און וואס יא?! קים אריין קלאר?? און יא!! אז מ'דארף גיין אויף א וואקאציע (שא… רוף עס נישט א טריפ… ס'הויכע בושות).

איי העסטע פרעגען… ס'מאכסטע אזא מצב וואס איז די ביג דעיל? מ'האט שוין געהערט אזאנס ס״ה איינער טראכט ער דארף א וועקעשן…נו. נאר וואשע׳דען… די רעדע דא איז נישט פון אזא אויפגעסעטע זאך… אזאנס וואס יעדע בעסערע אינגערמאן טוט אפרעכטען יערליך (וואס דאס איז שוין געווען געבאקט אויף אפאר וואכען ארים) נאר מ'רעדט דא פון צאמקלאפען א כאטקע פון דריי פיר אינגעלייט און גיין טרעפען עפעס א פארקראכען פלאץ צו בחור׳ן פאר א טאג צוויי.

איי העסטע פרעגען… (יעצט האלט מען ביים צווייטען וא״ת און בעצם איז עס א נייע תוס׳… מ׳קען זיך פון פריש מיטכאפען...) פארוואס צו דיר כאפט זיך נישט אריין זעלעכע מחשבה׳לעך און ס׳פאלט דיך נישט איין צו גיין טון אזא זאך?! איז דו תירץ איז… (ניין.. איך דריי נישט מיטן פינגער.. אויב עפעס אביסל פאררויט׳לט פאר בושה) אז יודע צדיק נפש בהמתו׳לע און דער ווייסט אז ס'דא וואס צו מאכען מיט דעם בחור… און יא איך בין דער אינגערמאן וואס (נערווירט דיר און) שטייט נישט קיין מינוט אויף איין פלאץ אגאנץ דאווענען (אוי.. גילי?!) און איז אייביג אפען פאר פרישע אדווענטשערס וואס מיין נפש׳ל האט א שטארקע משכיה און נייגער דערצו, און אזוי ניש׳מיר ניש׳דיר קומט מיר אויס אז פון צייט צו צייט טרעפט מען זיך זיצן איינגעקנייטשטערהייט אויפן פליגער זיץ צו גיין באטרעטען דאס ערד און באטראכטען פון דער נאנט דאס שיינקייט יעדעס מאל פון אן אנדערען ווינקעל אין די באשעפערס הערליכע וועלטעלע. און אויב קען מען דארט באזוכען עפעס א פארשטיפטע אידישע קהילה איז קיין בעסערס פון דעם נישט פארהאן. און אזוי מיט א נסיעה'לע פון א טאג צוויי פארשטילט מען דאס גענאגעניש פונעם נפש הבהמי וואס פארלאנגט זיך זיין חלק (אויספרעבירען ביי אייך אינדערהיים אויפן אייגענעם אחרית).

שוין, מחשבה מיביא לידי מעשה. די מחשבה׳לה האט מיך שוין גענומען אויף א רייד צי אן אנדערן פלאנעט ווי די פאנטאזיעס האבען אנגעהויבען פארלייגען אן אנדערע וועלט, א וועלט ווי די זון שיינט, די ביימער גרין, און די וועטער א מחי׳… און אזוי מיט א ווירבלדיגען קאפ האט מען זיך גענומען צום דעלי סקעטשוואל ג׳מקוה׳ט ג׳קאפי׳ט געדאווענט און בשעת מעשה לויפט דו גדאנקען אהער און אהין אווי ס'וואלט געווען ס'בעסטע דעסטינאציע. אזוי אז ביי הודו איז מען געווען אין טעקסעס, ישתבח אין אריזונע, יוצר אור אין מעקסיקו גאר, סלח לנו.. קענסט קלאפען, דער בחור איז ניש׳דא, אלה ברכב…. נא!!!! האלטס דאך אינמיטען בשם ה׳… נזכיר… אקיצור ביים צאמלייגען די תפילין האב איך זעך שוין ממש גיאגט ווייל באלד רופט מען שוין מיין נאמען צי בארדען די פלייט, געכאפט נאך א קאפי און געלאפען אין אפיס ווי מען האט זיך גענומען צום חלק המעשה אנגעהויבען סירטשען פאר א דעסטינאציע.

אויפן וועג צום ארבעט האב איך שוין מחליט געווען אז דאס מאל דארף עס זיין עפעס גאר יוניק, א טיפעקל אריזונע, מעקסיקו וכדו׳ וואס הייסט שוין נארמאל ביי אנ״ש וועט נישט מאכען די דשאב, אבער היות אז צו ווייט ארויס פין אמעריקע קען מען זיך אויך נישט ארלויבען צוליב וואס עס נעמט אוועק צו פיל צייט פון ארבעט און משפחה, איז די געדאנק געלאפען אויף די טראפישע אומבאקאנטע סענטרעל אמעריקע לענדער וואס געפינט זיך נישט ווייט פון אונז צו דער דרום זייט, יא.. כ'רעד פון די לענדער וואס שפייען אויס אלע די נידריגע אמיגיו׳ס וואס קומען לויפען אין גאנצעטע מחנות מיט פלענער צו איבער קריכען דו הויכע שיינע ביטעפול טראמפ וואנט וואס איז נאכקיינמאל געבויט געווארען און כאפען א באס קיין נ״י.. לאכול מפריה ולשבוע מטובה…

איי… זעהסט דאך… דערוילעם קומט אין די מאסען אהער…און איך זאל גיין זיך ליפטערען דארט פון ווי דערוילעם אנטלויפט?! נא! וואס קען מען טון, דו גראז איז דאך גרינער דו אנדערע זייט וואנט! נאכדערצו אז ביי מיר העלעך פאר א שווארץ יאר קיין ברעקעל גראז נישט טרעפען…

אריין קלאפענדיג איין לאנד נאכן אנדערן אין גוגל פלייטס באקום איך די בילד אז ס'עפעס נישט אזוי פשוט, יעדען מקום האט זיך זיין פראבלעם… פאנאמא איז צו טייער איצטער, קאסטעריקא דארף מען כאטש א משבת לשבת, האנדארעס און ניקאראגווא איז נישט דא געהעריג קיין פליגער, און גוואטימאלע… נו.. אפשר… נע.. שוין אויך טיפיקעל… די איינציגען מקום וואס האט זיך אנגערופען ווארעם אלץ היפש א פאסיגע אפציעס איז געווען דאס קליין לענדעל על סאלוואדאר…

איז אזוי. איך האב פון דעם מקום קיין סאך נישט געהערט און געוויסט. דאס ביסל וואס יא איז אז דאס לאנד האט דער עהרע צו זיין באקרוינט און טראגט דאס הויכגעשעצטע טיטעל ״די וועלט'ס מערדערישע קאפיטאל״ צוליב וואס דאס לאנד האט געכאפט דאס ערשטע זיץ אין צאל מערדערייען פער יאר. די רעבישע מספר הרוגים איז א תוצאה פון די פילצאליגע מערדערישע פארברעכערישע באנדעס\גענגס, אין שפיץ פון די באקאנטע שרעקעדיגע MS-13, וואס זענען קוואטירט דארט און דרייען זיך פראנק און פריי אומגעשטערט און נוצען דאס לאנד אלץ א הויפטקווארטיר פאר זייערע אלוועלטליכע "מעשים טובים". און וויפיל די רעגירונג פראבירט צו מסדר זיין דער ענין, האבן זיי נישט די מעגליכקייט צוליב וואס די חברת יראים האבן די ריכטיגע קשרים אין די הויעך שטאקיגע פענסטער און זענען אזוי איינגעגעסן אין די הלוך ילך אין לאנד ועל פיהם ישק כל דבר, און ווער ס'שטעלט זיך אנקעגן זיי איז אחת דתו ער לערענט זיך תיכף א לעקציע אין די סוגיא פון חצי שיעור נעבען די קאפ.

דאס איז געווען פונקט גענוג אינפארמאציע פאר מיר צו אנווארפן אזא פחד אז כ'זאל ניטאמאל אנהייבן טראכטן אין דעם ריכטונג, אבער נאכן איבערקוקן אלע אפציעס נאכאמאל און נאכאמאל און איינזעהן אז קיין בעסערע אפציע פון דעם איז נישט פארהאן, האב איך מחליט געווען צו אנפרעגן דעת בעה"ב ביי מיין חבר מעכי וואס זיין אפיס געפונט זיך טיר צו טיר מיט מיר.

מיין חבר מעכי איז דער אזויגערופענע ידען וואס שטייט אין קאווע שטיבל מיטן גרודען ריקן און רעדט מיט אזא ברייטע ידענות אויף יעדן טאפיק וואס דער פשוטע עמך איד איז נישט עפעס צופיל אויסגעקאכט. ער פארשטייט צו ביטקון, ער פארמאגט איין צוויי טא-יונעט׳ס אין נוי ד׳ערזי, ער ווייסט צו מסברין די מחלוקת ציווישן קאסאווא און סערביע. און ער קען געבען אינסטראקציעס ווי צו פלייש׳ן אויפען גריל (באמת ווייסט ער קיין חילוק פון דשערקי און טערקי).און שבת זיצענדיג ביים קידוש דערמאנט ער מיט אזא ארויפגעצויגענע נאסטאלגישע געזיכט נעמען פון געוויסע טייערע וויסקיס.. וכו וכו (יא געט די פיקטשער),
האב איך געטראַכט אפשר מיט זיינע ברייטע פלייצעס קען ער מיר זאגן אויב ס'טאקע אזוי מסוכן.

כ'שטורעם אריין צו מעכ'לן אין אפיס און אזוי נישמיר נישדיר גיב איך א פרעג: האלוי?! וואס האלטסטו וועגן א מסע הקודש קיין על סאלוואדאר?!??.... וואס?? גיט ער זיפץ ארויס מיט א בלאסען ווינדער, ביסט אינגאנצן משוגע? על סאלוואדאר!!? אויב האסטו מזל וועט מען נאך שיקן דיין של ראש! נישט די בתים, די מקום הנחתן אין רענצעל.. קומט ער אריין מיט א פארציע ידענות. איך הייב אים אן מסביר'ן אז כ'דארף א ברעיק פון דעם לאנגן ווינטער… און די פארכמארטע וועטער איז נישט פאר מיינע נערוון, און אז….! אההה… האקט ער מיר איבער מיט א צינישע שמייכל. אויב וועט שנייען נאך אפאר אינטשעס גייסטו אויף נארט קארעא, אהה??

צוריק ביי מיר אין אפיס האב איך מחליט געווען אז פאר כ'זאג א קדיש'ל אויף דעם פלאן, דארף איך כאטש איינמאל א בליק טון אויף די געוועב אויב ס'איז טאקע אזוי… אומר ועושה, מקלאפט אריין. און נאך א קורצע סערטש בין איך ערשטוינט געוואָרן צו אויספונען פון גאר אן אינטרעסאנטע דעוועלאפינג סטארי וואס אונז נאיווא אמעריקאנא יענקיס זענען אומוויסנד.

די נאמען פון די מעשה איז יושב בסתר (פארוואס נישט) און רעדט זיך פון א כריזמאטישע בחור, א בחור כהלכה חיכו ממתקים וכולו מחמדים מיטן נאמען נאיב באקילי. דער באקילי, בארן און רייזד אין על סאלוואדאר האט מיט זיינע שטארקע פי.אר. סקילס שוין אין די יונגע יארן אויפגעבויט א מארקעטינג קאמפאני וואס האט גאר שטארק מצליח געווען, און צווישן די ליסטע פרעסטידזשפול קליענטען האט זיך געציילט איינע פון די צוויי הויפט פליטישע פארטייען אין לאנד. און אזוי, זייענדיג פארמישט אין פליטישע אקטיוויטעטן, האט ער זיך באליבט אין דעם ליין, און עווענטואַל געלאָפן און געוואונען דאס מעיארשאפט פון דעם שטעטל ….. (ווייס איך נישט ווי אזוי מ'זאגט עס), און דערנאך דער מעיארשאפט פונעם הויפטשטאט סאן סאלוואדאר.
בילד
באקילי

אין 2019, זייענדיג בלויז 36 יאר אלט, האט ער געלאזט אין גאנג א פרעזעדענטליכע קאמפיין מיט א שטארקע פארשפרעכונג צו אויסראטן די ברוטאלע גענגס. די קאמפיין האט געשלאגן ווארצלען און ווי בחורים צו א פייער געצויגן דעם פארמאטערטן עולם וואס האט געלאכעטצט פאר פרישע בלוט וואס זאל טוישן די מצב אין לאנד. די קאמפיין האט דערליווערט א הילכיגן זיג און דער יונגער אנטי-עסטעבלישמענט איז איינגעשוואירן געוואָרן אלס פרעזידענט. תיכף ומיד האט ער זיך גענומען צו דער פארשפראכענער ארבעט און פארגעשלאגן א זעקס שטאפעלדיגע פלאן וואס וועט פירן צו די עלימינאציע פון די קרימינאלע באנדעס. אנגעהויבן האט ער מיט שטארקע זיכערהייט קרעפטן ביי די צענטראלע מקומות ווי די חברה פירן זייער מעשים טובים כדי צו פארטריקענען זייערע מעינות השפע. דערנאך א מאסיווע אינוועסטמענט אין דאס אויפבוי פון א שטאנדהאפטיגע אינפראסטרוקטור פאר די יונגווארג ווי אדוקאציע און ספארטס.

ביים דריטן שלב פונעם פלאן, וואס האט געזאלט זיין אן אינוועסטמענט אין די פאליציי און מיליטער, האט ער געברויכט צוקומען צו פאנדינג פונעם פארלעמענט, און דא האט ער זיך באגעגנט מיט א שטאנדהאפטיגע קעגנערשאפט פונעם עסטעבלישמענט וואס האט בשום אופן נישט געוואָלט דאס אפרעווען. מתחילה האט ער פראבירט פארשידענע בליציגע געדאנקען אריינגערעכנט דאס צאַמערופן טוזנטער שטיצער ארום דאס פארלעמענט און זיך אנריקן צום פארהאנדלונג ארום גענומען מיט צענליגער מיליטערלייט. אבער איינמאל ער האט איינגעזעהן אז טראץ אלע באמיהונגען באקומט ער נאכאלץ נישט וואס ער דארף, האט ער מחליט געווען צו שלאגן כפרות מיטן עסטעבלישמענט.

ער האט געעפנט א פארטיי וואס האט ביים קומענדיגן עלעקשענס געלאפן און באקומען א רוב אין פארלעמענט, וואס האט אים געשאנקן א ברייטע מאכט זיך באמת צו נעמען ארבעטן. און נאכ'ן איבערפרישן די מיליטער האט מען זיך גענומען ארעסטירן קרימינאלן אויף א ברייטע פארנעם. די גענגעס האבן ווילד געוואָרן און זיך ארויסגעלאזט אויף א כוחי ועוצם ידי קאמפיין, און אין א היסטארישע בלוטיגע טאג האבן זיי דערמארדעט 67 מענטשן בעיצומו של יום.

באקילי האט מחליט געווען אז איצטער איז זיין רייע צו ווייזן מיט די פינגער, און צייגען וואס ער יכול׳ט. ער האט שנעלעהייט געלאזט אין גאנג א ותבנהו במהרה קאמפיין און אויפגעבויט גאנגאנטישע בתי עיר חומה אזעלכע תפיסות וואס סאיז נישט פארהאן זיינס גלייכען אין גאנצען ערד קוגעל סיי אין גרויסקייט און סיי סעקירעטי.

בילד
באקילי ביים חנוכת הבית

נאכן מעמד חנוכת הבית, האט ער דערקלערט די העכסטע שטאפל סטעיט אוו עמרדזשענסי וואס די ביכער פארמאגן. מיט די מאכט אין האנט האט ער געטון דאס וואס טראמפס קעלבענע יוצר משרתים ואשר משרתיו האבען אים נישט געלאזט טון, ער האט אהין געשיקט לעזאזל די עטערני דזשענעראל און אלע סופרים קאורט ריכטער, אוועק גענומען אלע רעכטען פון ארעסטירטע (כדוגמת דאס וואס די געזעץ לויטערט אז מדארף קענען האבען צוטריט צו א מליץ יושר בתוך שיעור ר״ת) און צוזאם גענומען אלע הויז בחורים בבית רבינו אזא חמישים אלף במנין, כלם אחזי חרב מלמדי מלחמה איש חרבו על ירכו, און זיי געשיקט אויף א בדיקת חמץ מסיע, די חברה האבען געכאפט מכל הבא לידם יעדער וואס האט א שמעק פון די באנדעס איז ארעסטירט געווארען, אין ביז א קארגע צוויי וואכען זענען צענדליגע טוזינטער!!!! יא צענדליגע טויזינטער קרימינאלען געווארען אריינגעשליידערט אין די פריש געבויטע צעלען ווי מהאט זיך גענומען לערנען מיט זיי טאנצען אויף א פיינע פארנעם IMG_8277.jpeg

בילד
מאסן ארעסטירטע

פאר נאכשפייז האט ער ארויס געשטעלט בילדער פון די פייוו סטאר בהאנדלונג וואס די חברה בקומען דארט לקיים מה שנאמר והנשארים ישמעו ויראו ולא יספו לעשות! און יא דאס איבריגע האבען אנטרינען צו די מייזען לעכער. ותשקוט הארץ!
ע״כ המעשה!!!

וואף!!!
טראכט איך צו מיר נאכן ענדיגען דעם סיפור, כהאב אנדעקט אמעריקע!
פאר מיינע נייגעריגע קישקעס (וואס האט נייגער מיט קישקעס?) אידאס געווען די והותר צו פאסען א פעסטע החלטה אז אונז גיימער אויסטשעקען דאס מקום פירסט הענד, איך מיז הערען פון די נאמט וואס דער עולם זאגט דערצו, די נעקסטע דעסטענאציא איז אל סאלוועדאר,

מעכי (וואס איצטער ווייסעך שוין דער איז א קנאפער ידען און קומט נישט לקרסלי רגליו פונעם אמתע @קנאפער ידען ) קען בלייבען דא אין פארנעפעלטע נוי יארק אבער איך גיי…

המשך יבוא? אפשר, (מנהג המקום)
האב איך דאס יעצט געטראפן און די ארכיוון

ארעסטירנדיג צענדליגע מענטשן מיט שייכות צו דראג קארטלען

https://photos.app.goo.gl/ZU9ZQP1Lnh3VTB2k6
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

מיין באליבטע דראון האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 12:02 pm

יא יא דאס איז ביי אונז אין סאלוועדאר
איך האב נישט געוויסט אויב דאס הייסט כשר
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 12:11 pm

איינער האט געלייגט דא נישט לאנג צוריק
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אין מילים !!
נישט אקטיוו
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יעצט אריינגעבלאנדזשעט דא אין על סעלוואדאר דו ביסטאך מעכטיג

Keep on

טענקיו
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”