ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אין ישיבת 'מבקשי טוב' איז דער מנהל הישיבה א שיינער איד מיטן נאמען ר' טובי' שטיינבערגער, ר' טובי' איז א עכטע 'נייס גיי', רעדט אייביג אזוי איידל און שרייט קיינמאל נישט, אנדערש איז אבער די משגיח פון ישיבה ר' לייבל, ר' לייבל איז א צושויבערטער אידל, זיין הוט שטייט אים נישט גראד, ער שרייט און פארפירט שטענדיג, און קוים וואס ער רעדט ארויס א גראד ווארט פון מויל.
איבריג צו זאגן אז ר' טובי' און ר' לייבל האבן זיך גאר גוט פארשטאנען.. מילד גערעדט, אפילו צווישן די בחורים האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיך קריגן, אבער איין טאג איז געשען די קלימאקס ווען א שרעקליכע פייער האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי, געווען איז דאס ווען מען האט חושד געווען ר' לייבל אין גנב'נען 5 דאלער פון קאסע פון ישיבה זיך צו קויפן א סענדוויטש, און פאר אונזער איידעלן מנהל איז דאס שוין געווען צופיל!.. ר' טובי' האט אנגעהויבן אויפצוהעצן די בחורים אנטקעגן ר' לייבל, די ישיבה האט זיך איבערגעקערט, די שטיצער פון ר' לייבל און די שטיצער פון ר' טובי' האבן זיך געריסן הענט און פיס, אזש די ישיבה האט אויסגעקוקט ווי א ריכטיגן שטאל פארן יצור פון דעם חיה רעה ודר בישיבה, איבעראל האט זיך געגאסן וואסער און זייף וכו', אן איבערגעדרייטע פלאץ.. די עלטערן פון די בחורים האבן עס נישט אויסגעהאלטן און אנגעהויבן אפירצוהאלטן ר' טובי' אויף וואס עס גייט פאר, ר' טובי' האט די גאנצע צייט נישט אויפגעהערט צו שרייען די קומענדיגע לאזונג ''קוקטס ווער עס מיינט די טובה פון ישיבה!'' - איך וויל נאר ראטעווען די ישיבה פון די הענט פון ר' לייבל דער ווילדער משגיח און גנב, און אזוי האבן אויך די בחורים שטיצערס פון ר' טובי' נישט אויפגעהערט צו נוצן די סלאגאן אז ר' טובי' מיינט דא אמת'דיג נאר די ישיבה וכו' וכו', איין גרינעם דינסטיג האבן זיך די עלטערן פון די בחורים געזעצט פאר א מיטינג בנוגע די מצב פון ישיבה, און זיך אמת'דיג געזעצט טראכטן ווער מיינט טאקע די טובה פון ישיבה, און וואס עס איז זיי אויסגעקומען איז געווען אז ר' טובי' וואס דרייט איבער א ישיבה און זעט אז די גאנצע ישיבה זאל פארן אויף רעדער צוליב א נארישקייט, ער, מיינט זיכער נישט די טובה פון ישיבה!!
כל זה מעשה שהיה ביי אונז אין לאנד, ווי דער נייס גיי פרעזידענט דזשאו ביידען מיינט גאר די טובה פון לאנד און צוליב דעם רודפט ער זיין פאליטישער אפאנענט, און דרייט איבער דאס לאנד אלס אונז צו ראטעווען פון דאנאלד טראמפ, און טויזנטער מענטשן זענען פרוסטירירט פון די יוסטיץ סיסטעם אין לאנד, און אזוי ווייטער פון נאך סיסטעמען אין לאנד, אבער ביידן, ער, מיינט דווקא די טובה פון לאנד!! א מין דעמאקראטישע ספין!
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4029
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ווואאאףףף א שפראך!!
מיט א זיסע מיסיס האסקעל...
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

א קלארע משל מיט א שטארקע נמשל!
געוואלדיג!!!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

סארא צאמשטעלן.
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

ליטווישער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:53 am
אין ישיבת 'מבקשי טוב' איז דער מנהל הישיבה א שיינער איד מיטן נאמען ר' טובי' שטיינבערגער, ר' טובי' איז א עכטע 'נייס גיי', רעדט אייביג אזוי איידל און שרייט קיינמאל נישט, אנדערש איז אבער די משגיח פון ישיבה ר' לייבל, ר' לייבל איז א צושויבערטער אידל, זיין הוט שטייט אים נישט גראד, ער שרייט און פארפירט שטענדיג, און קוים וואס ער רעדט ארויס א גראד ווארט פון מויל.
איבריג צו זאגן אז ר' טובי' און ר' לייבל האבן זיך גאר גוט פארשטאנען.. מילד גערעדט, אפילו צווישן די בחורים האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיך קריגן, אבער איין טאג איז געשען די קלימאקס ווען א שרעקליכע פייער האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי, געווען איז דאס ווען מען האט חושד געווען ר' לייבל אין גנב'נען 5 דאלער פון קאסע פון ישיבה זיך צו קויפן א סענדוויטש, און פאר אונזער איידעלן מנהל איז דאס שוין געווען צופיל!.. ר' טובי' האט אנגעהויבן אויפצוהעצן די בחורים אנטקעגן ר' לייבל, די ישיבה האט זיך איבערגעקערט, די שטיצער פון ר' לייבל און די שטיצער פון ר' טובי' האבן זיך געריסן הענט און פיס, אזש די ישיבה האט אויסגעקוקט ווי א ריכטיגן שטאל פארן יצור פון דעם חיה רעה ודר בישיבה, איבעראל האט זיך געגאסן וואסער און זייף וכו', אן איבערגעדרייטע פלאץ.. די עלטערן פון די בחורים האבן עס נישט אויסגעהאלטן און אנגעהויבן אפירצוהאלטן ר' טובי' אויף וואס עס גייט פאר, ר' טובי' האט די גאנצע צייט נישט אויפגעהערט צו שרייען די קומענדיגע לאזונג ''קוקטס ווער עס מיינט די טובה פון ישיבה!'' - איך וויל נאר ראטעווען די ישיבה פון די הענט פון ר' לייבל דער ווילדער משגיח און גנב, און אזוי האבן אויך די בחורים שטיצערס פון ר' טובי' נישט אויפגעהערט צו נוצן די סלאגאן אז ר' טובי' מיינט דא אמת'דיג נאר די ישיבה וכו' וכו', איין גרינעם דינסטיג האבן זיך די עלטערן פון די בחורים געזעצט פאר א מיטינג בנוגע די מצב פון ישיבה, און זיך אמת'דיג געזעצט טראכטן ווער מיינט טאקע די טובה פון ישיבה, און וואס עס איז זיי אויסגעקומען איז געווען אז ר' טובי' וואס דרייט איבער א ישיבה און זעט אז די גאנצע ישיבה זאל פארן אויף רעדער צוליב א נארישקייט, ער, מיינט זיכער נישט די טובה פון ישיבה!!
כל זה מעשה שהיה ביי אונז אין לאנד, ווי דער נייס גיי פרעזידענט דזשאו ביידען מיינט גאר די טובה פון לאנד און צוליב דעם רודפט ער זיין פאליטישער אפאנענט, און דרייט איבער דאס לאנד אלס אונז צו ראטעווען פון דאנאלד טראמפ, און טויזנטער מענטשן זענען פרוסטירירט פון די יוסטיץ סיסטעם אין לאנד, און אזוי ווייטער פון נאך סיסטעמען אין לאנד, אבער ביידן, ער, מיינט דווקא די טובה פון לאנד!! א מין דעמאקראטישע ספין!
יא יא, די זעלבע געשעט אין מדינת ישראל צווישט יאיר לפיד אין ביבי נתניהו,
אין אין כמעט יעדע פלאץ אין די וועלט ווי די לינקע מידיא איז בעל הבית, אין האט א לינקע פירער וואס ארבער מיט מיט זיי.............
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

@ליטווישער נאו וועי!!

דעס איז נישט נערמאל,

"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איך גיי נישט לייקן, ווייל די ווארט דשאו האט מיך אויפגערעגט!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:20 pm

די קענסט דאס נישט טאן, @ליטווישער גייט נישט קענען שלאפן ביינאכט...

לחם לאכול האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:25 pm

זיין ווען ארבעטסטו פאר די @ליטווישער כ'האב געמיינט דו ביסט פאר @סאטמערע שוואנץ ?
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:32 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:25 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:20 pm
איך גיי נישט לייקן, ווייל די ווארט דשאו האט מיך אויפגערעגט!
די קענסט דאס נישט טאן, @ליטווישער גייט נישט קענען שלאפן ביינאכט...
זיין ווען ארבעטסטו פאר די @ליטווישער כ'האב געמיינט דו ביסט פאר @סאטמערע שוואנץ?
איך ארבייט בכלל נישט פאר אים,

אין ביסטו נישט א ד.... שוואנץ?
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”