ער מיינט נאר די טובה פון ישיבה!!
אין ישיבת 'מבקשי טוב' איז דער מנהל הישיבה א שיינער איד מיטן נאמען ר' טובי' שטיינבערגער, ר' טובי' איז א עכטע 'נייס גיי', רעדט אייביג אזוי איידל און שרייט קיינמאל נישט, אנדערש איז אבער די משגיח פון ישיבה ר' לייבל, ר' לייבל איז א צושויבערטער אידל, זיין הוט שטייט אים נישט גראד, ער שרייט און פארפירט שטענדיג, און קוים וואס ער רעדט ארויס א גראד ווארט פון מויל.
איבריג צו זאגן אז ר' טובי' און ר' לייבל האבן זיך גאר גוט פארשטאנען.. מילד גערעדט, אפילו צווישן די בחורים האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זיך קריגן, אבער איין טאג איז געשען די קלימאקס ווען א שרעקליכע פייער האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי, געווען איז דאס ווען מען האט חושד געווען ר' לייבל אין גנב'נען 5 דאלער פון קאסע פון ישיבה זיך צו קויפן א סענדוויטש, און פאר אונזער איידעלן מנהל איז דאס שוין געווען צופיל!.. ר' טובי' האט אנגעהויבן אויפצוהעצן די בחורים אנטקעגן ר' לייבל, די ישיבה האט זיך איבערגעקערט, די שטיצער פון ר' לייבל און די שטיצער פון ר' טובי' האבן זיך געריסן הענט און פיס, אזש די ישיבה האט אויסגעקוקט ווי א ריכטיגן שטאל פארן יצור פון דעם חיה רעה ודר בישיבה, איבעראל האט זיך געגאסן וואסער און זייף וכו', אן איבערגעדרייטע פלאץ.. די עלטערן פון די בחורים האבן עס נישט אויסגעהאלטן און אנגעהויבן אפירצוהאלטן ר' טובי' אויף וואס עס גייט פאר, ר' טובי' האט די גאנצע צייט נישט אויפגעהערט צו שרייען די קומענדיגע לאזונג ''קוקטס ווער עס מיינט די טובה פון ישיבה!'' - איך וויל נאר ראטעווען די ישיבה פון די הענט פון ר' לייבל דער ווילדער משגיח און גנב, און אזוי האבן אויך די בחורים שטיצערס פון ר' טובי' נישט אויפגעהערט צו נוצן די סלאגאן אז ר' טובי' מיינט דא אמת'דיג נאר די ישיבה וכו' וכו', איין גרינעם דינסטיג האבן זיך די עלטערן פון די בחורים געזעצט פאר א מיטינג בנוגע די מצב פון ישיבה, און זיך אמת'דיג געזעצט טראכטן ווער מיינט טאקע די טובה פון ישיבה, און וואס עס איז זיי אויסגעקומען איז געווען אז ר' טובי' וואס דרייט איבער א ישיבה און זעט אז די גאנצע ישיבה זאל פארן אויף רעדער צוליב א נארישקייט, ער, מיינט זיכער נישט די טובה פון ישיבה!!
כל זה מעשה שהיה ביי אונז אין לאנד, ווי דער נייס גיי פרעזידענט דזשאו ביידען מיינט גאר די טובה פון לאנד און צוליב דעם רודפט ער זיין פאליטישער אפאנענט, און דרייט איבער דאס לאנד אלס אונז צו ראטעווען פון דאנאלד טראמפ, און טויזנטער מענטשן זענען פרוסטירירט פון די יוסטיץ סיסטעם אין לאנד, און אזוי ווייטער פון נאך סיסטעמען אין לאנד, אבער ביידן, ער, מיינט דווקא די טובה פון לאנד!! א מין דעמאקראטישע ספין!

די ניק איז מער נישט אקטיוו