פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

מיין טאכטער איז א קעמפער אין איינע פון די גרויסע קעמפס, און זיי בעטן בערך די זעלבע פרייז ווי מ'בעט פאר מיין בחור אין א קליינע ישיבה קטנה. און די חילוקים זענען פילפאכיג.

1. פאר יעדע 20-30 בחורים דארף מען האבן א פראפעסיאנאלע שטאב פון 3 מגי"ש / שו"מ / משגיח וואס (דארפן) ווערן גוט באצאלט. משא"כ ביי די מיידלעך, פאר יעדע הונדערט מיידלעך דארפסטו א שיעור זאגער און א קאונסלער צי העלפן שטיפען די צייט.

2. די בחורים באקומען צוגעשטעלט ווי א האטעל. אפאר בחורים פער שטוב אין א הערליכע באנק, א הערליך ביהמ"ד, הערליכע גראונדס, פרידזש פריזער פאר יעדן בריוח, גוטע פעסטע עיר קאנדישען איבעראל. והכל חילופיהן בבנות.

און יעט, די מיידל קעמפ וויינט אז זיי בלייבן מיט 2 מיליאן דאלאר חובות, וואס איך הער נישט פון די בחורים. וטעמא בעי??

איך טראכט פון 2 ענטפערס.

1. עקסעסיוו ספענדינג. די מיידל קעמפ האט אהן א שיעור איינגעשטעלטע אויף יעדע קליינע פונקציע וואס באקומען פולע אויסגעצאלטע קעסט "אלעס" צוגעשטעלט, איך הער אפילו בעביסיטינג און אפשר אפילו קלינינג (כאפ מיך נישט אויפן ווארט, די פרט איז נישט משנה). און דאס איז חוץ א שיינע סעלערי. דאס איז א ווערט פון 20-30 טויזענט דאלאר פאר יעדע אונטער-שלאפער-און-אויבער-שלאפער-לייגער, פאר יעדע צניעות לעדי וכו'. די איבריגע ספענדינג אויף עסן בין איך נישט זיכער, כ'ווייס נאר אז דארט קארגט מען נישט אויף עסן...

2. אזוי ווי ס'איז מער א פובליק מוסד, גלייב איך אז ס'זענען דא אסאך מעוטי יכולת וואס קענען נישט באצאלן, און דאס פאלט אויפן איבריגע ציבור.

א סעלוציע פאר די ביידע פראבלעמען:

1. קאט ספענדינג
. נעם מיידלעך פאר פאזיציעס וואס שייך.
נעם קאפלס אנשטאט גרויסע משפחות וואס קאסטן מער.
די שלאפן לייגער קען אויך זיין צניעות לעדי.
און how about טון די זעלבע וואס אלע ארבעט מענטשן טוען? מ'קומט נאר פאר די וואך (אויב ס'איז נישט קיין שבת דזשאב).
מענטשן חלש'ן צי גיין אין קאנטרי, און אן אויסגעצאלטע באנגעלאו מיט עסן איז ווערט 15 אלפים מינומום. פארוואס דארף מען נאך באצאלן א געהעריגע וועידזש אן טאפ?
אז די מיידלעך וואס צאלן 3 אלפים א זומער קריגן נישט קיין סעלמאן פיש, דארף די סטעף אויך נישט באקומען (זיי קענען קויפן אויב ווילן זיי דוקא).

צווייטע פראבלעם פון נישט צאלערס. ס'איז געקומען די צייט אז מ'זאל פשוט אויפוואקסן. אנהייב איז געווען א קליין ציבור, און די פאר וואס האבן נישט געקענט באצאלן האט מען דורכגעשטיפט. מער נישט. ס'איז געקומען די צייט אז טאטע/מאמע/מיידל זאלן פארשטיין (עפעס וואס מ'האט אלע דורות פארשטאנען, און רוב מענטשן אין וועלט פארשטייען היינט אויך), אז טאמער קענסטו עס נישט באצאלן האסט עס נישט! אנשטאט די מיידל זאל שטיפן צייט אויפן ציבור'ס קאסטן, זאל זי נעמען א דזשאב ערגעץ און העלפן די טאטע מיט פרנסה, אדער כאטש בלייבן אין קאנטרי. איך רעד נישט פון גיין אקערן אין פעלדער, איך רעד פון זיין א קאונסלער, עסיסטענט וכו' זאכן וואס מיידלעך פון העכער 12-13 קענען שוין טון.

נייגעריג צי הערן וואס דער ציבור האלט.
Zoho Books - CRM - Forms and many more tools.
שנייד צייט און געלט מיט אלע ביזנעס טאלס אויף איין פלאטפארמע! פאר מער אין אישי.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

איין אפציע אויסגעלאזט...
מען זאל אפיציעל בטל מאכן קעמפ פאר מיידלעך אוןצישטעלן געהעריג סקול מיט אקטיווטיס אין שטאט...
ווער ס'וויל גיין זאל זיך אליינס באכלעפטשען, אזוי ווי אלע קאנטרי געברויכן באכלעפטשעט מען זיך אליינס

קהילה ציבור דארף דאס בכלל נישט צישטעלן (לייען ארויף צווינגען) פארן ציבור
קעמפ פאר מיידלעך איז נישט קיין מאסט

עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה
אדרבא מאכט א רעפערענדום פונם גאנצן ציבור.. מען זאל פרעגן דעת הקהל, כ'זאג דיר מ'וועט גערן מסכים זיין...
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום מיטוואך יוני 26, 2024 10:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

!!Good morning America, Welcome to the club
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:10 am
!!Good morning America, Welcome to the club
יא יא די club וואס וויל זייער שטארק נאר מיר העלפן....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

די איינציגסטע סאלושען צו די קעמפ פראבלעם אז די גאנצע קעטסקילס זאל ווערן חרוב ונחרב מדן ועד באר שבע, עס זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון תוהו ובהו, אויסער דעם דרייט מען זיך סתם אין צירקלן.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

כפרה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:14 am
די איינציגסטע סאלושען צו די קעמפ פראבלעם אז די גאנצע קעטסקילס זאל ווערן חרוב ונחרב מדן ועד באר שבע, עס זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון תוהו ובהו, אויסער דעם דרייט מען זיך סתם אין צירקלן.
ס'מוז נישט חרוב ווערן
מען קען אלעס פארוואנדלען אין גאנץ יעריגע ישובים...
אויפגעבן די דירות אין די סיטי .. און שוין
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

דער עולם דא האקט עצות וואס זענען גוט פאר חלומות. די אפציעס וואס איך האב געגעבן זענען זייער ריאליסטיש און קענען שוין איינגעפירט ווערן, פאר נעקסטע יאר.
Zoho Books - CRM - Forms and many more tools.
שנייד צייט און געלט מיט אלע ביזנעס טאלס אויף איין פלאטפארמע! פאר מער אין אישי.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ערשטנס, דער צושטעל צו א ישיבה קטנה (וועלכע ביידיוועי טשארדשן היינט אקוראט וואס א מיידל קעמפ טשארדש פער חודש) איז צווייפאכיג ראנג.

א. אסאך פון זייערע קאסטן איז צוטיילט אויף צוועלעוו פעימענטס (בנינים, אינשארענס, אפיס א.ד.ג.) משא”כ א קעמפ דארף דאס קאסירן אין בלויז צוויי חדשים, און
ב. דיין ערשטע סעלושן איז אין קאנטראסט מיט דיין ערשטן צושטעל, נעמליך מען האלט יא אויף אסאך סטעף אין קעמפ (דאן איז דאך פעיראלל יא הויעך) אדער דריי סטעף פאר הונדערט מיידלעך (דאן איז דאך נישט דא וואס צו שניידן)

צווייטנס, דיין סעלוציע פון אויפהערן שיקן מיידלעך פון אומפארמעגליכע פאמיליעס איז דאך נישט עפעס וואס די קעמפ קען/מעג טון. אדרבה, טויש דעם ווינט און דערנאך קום צום קעמפ מיט א פרייז רעדוקציע פארשלאג.

דריטנס, סטעף אין קעמפ ארבעט אויסטערליש שווער און אן די פערקס האסטו נישט קיין באזעסענע עקספיריענס איינגעשטעלטע. און ניין, עלטערן ווילן נישט שיקן זייערע קינדער אויפן אחריות פון צוועלעפטע קלאס צולאזטע מוידן.

יעצט א ווארט פון יאנאש דער מנהל;
ביטע נישט נוצן דעם אשכול סתם צו העצן אויף אישי הציבור און מוסדות התורה, שלא תמות כדרך שמת פלוני. עס ליגט אסאך ארבעט פונעם פותה”א און עס איז נישט יושר עס צו באמיסטיגן.

האבן א סובסטאנסיוו שמועס איבער אונזערע געוואוינהייטן און סטאטוס קווא איז האקל, אבער קען פיל צוגעבן אויב עס איז געפירט מיט מח און מחשבה און נישט מיט האס און כעס.

הצלחה
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

יונתן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:32 am
דער עולם דא האקט עצות וואס זענען גוט פאר חלומות. די אפציעס וואס איך האב געגעבן זענען זייער ריאליסטיש און קענען שוין איינגעפירט ווערן, פאר נעקסטע יאר.
עס קען נישט ארבעטן, ערשטענס, יעדעס מאל מען פראבירט מאכן שינויים ווערט נאר ערגער, די פרייזן ווערן טייערער, און די סערוויס ווערט ווייניגער, צווייטענס, מעוטי יכולת זענען אלץ געווען די ציבור'ס לאסט, און אזוי האט די רבוש"ע אויסגעשטעלט די וועלט, די פסוק כי לא יחדל אביון מקרב הארץ, די צווייטע העלפט פון די פסוק איז "על כן אנכי מצוך לאמר פתח תפתח את ידך לאחיך לעניך ולאבינך בארצך".

דאס איז אמת אז נישט אזוי לאנג צוריק איז די 11טע קלאס געווען די קאנצלערס און נישט קעמפערס, און עס מאכט נישט קיין סענס אז דאס האט זיך געטוישט.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

איך ווייס נישט פון וועלכע מיידל קעמפ איר רעדט, איך ווייס פון צוויי מיידל קעמפס וואס מוטשענען זיך בכלל נישט אין געלט, זיי קאווערן זיך שיין, און איינס באצאלט אפילו דערפון א חלק פון די עקספענסעס פון די גאנץ יעריגע מוסדות.

והשנית רוב פון אייערע סעלושענס טוט מען שוין עז איז.


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

דאס אז מיידלעך זאלן טוהן ארבייט אין קעמפ איז נישט קיין חידוש. ביז 10-15 יאר צוריק האט אין די סאטמאר מיידל קעמפ נישט געקאסט קיין געלט פאר די עלטערע מיידלעך און זיי האבן געטוהן די ארבייט אין קעמפ. די לעצטע יארן האט מען דאס געטוישט צוליב געוויסע סיבות.
king
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

ב" ה אז עס איז לעיטלי געווארען א נייע סטייל אז די מיידלעך ווילן נאר גיין פאר א האלבע זוממער אדער בכלל נישט אין קעמפ, און אסאך ברענגען נאך אריין אפאר דאלער אין שטוב פון ארבעטן אלץ קאונסלער וכדו 
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

צ"ק
עס איז געמאכט צו דערמאנען אנצוהייבן אוועקצולייגן געלט פאר די חתונה
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

king האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:31 pm
ב" ה אז עס איז לעיטלי געווארען א נייע סטייל אז די מיידלעך ווילן נאר גיין פאר א האלבע זוממער אדער בכלל נישט אין קעמפ, און אסאך ברענגען נאך אריין אפאר דאלער אין שטוב פון ארבעטן אלץ קאונסלער וכדו 
נו מאכט מען קעמפ נאר פאר האלבע זוממער
און די צווייטע האלב שליסט מען און מען פארדינגט מען דעם קעמפ און מען גייט ארויס מיט ריווח...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:35 pm
צ"ק
עס איז געמאכט צו דערמאנען אנצוהייבן אוועקצולייגן געלט פאר די חתונה
על אלה אני בוכיה
דאס גאנצע קניפל גייט אוועק פאר קעמפ הבלים...

ווען נישט די קעמפס קאנטשריס המכלה ממונם של ישראל, וואלטן וויפיל אידן געקענט חתונה מאכן בכבוד
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום מיטוואך יוני 26, 2024 12:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יונתן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:32 am
דער עולם דא האקט עצות וואס זענען גוט פאר חלומות. די אפציעס וואס איך האב געגעבן זענען זייער ריאליסטיש און קענען שוין איינגעפירט ווערן, פאר נעקסטע יאר.
יא יא
דער פאניוועדזשער רב האט דאך שוין געזאגט
איך חלום אבער איך שלאף נישט
דער עולם פאפט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יונתן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:46 am
אי ווילן זיי דוקא).

צווייטע פראבלעם פון נישט צאלערס. ס'איז געקומען די צייט אז מ'זאל פשוט אויפוואקסן. אנהייב איז געווען א קליין ציבור, און די פאר וואס האבן נישט געקענט באצאלן האט מען דורכגעשטיפט. מער נישט. ס'איז געקומען די צייט אז טאטע/מאמע/מיידל זאלן פארשטיין (עפעס וואס מ'האט אלע דורות פארשטאנען, און רוב מענטשן אין וועלט פארשטייען היינט אויך), אז טאמער קענסטו עס נישט באצאלן האסט עס נישט! אנשטאט די מיידל זאל שטיפן צייט אויפן ציבור'ס קאסטן, זאל זי נעמען א דזשאב ערגעץ און העלפן די טאטע מיט פרנסה, אדער כאטש בלייבן אין קאנטרי. איך רעד נישט פון גיין אקערן אין פעלדער, איך רעד פון זיין א קאונסלער, עסיסטענט וכו' זאכן וואס מיידלעך פון העכער 12-13 קענען שוין טון.

נייגעריג צי הערן וואס דער ציבור האלט.
כ'פארשטיי נישט די טענה...
פארוואס זאל זי זוכן א דזשאב?
מען באצאלט שכר לימוד פאר די קאנטרי חדשים פאר די מוסד אין שטאט
סאו ווער ס'קען נישט צאלן קיין קעמפ איז דער מוסד מחויב צישטעלן סקול אין שטאט געהעריג ווי א גאנץ יאר
אז נישט, נעם נישט קיין שכר למוד
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

אביונה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:07 pm
יונתן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:46 am
אי ווילן זיי דוקא).

צווייטע פראבלעם פון נישט צאלערס. ס'איז געקומען די צייט אז מ'זאל פשוט אויפוואקסן. אנהייב איז געווען א קליין ציבור, און די פאר וואס האבן נישט געקענט באצאלן האט מען דורכגעשטיפט. מער נישט. ס'איז געקומען די צייט אז טאטע/מאמע/מיידל זאלן פארשטיין (עפעס וואס מ'האט אלע דורות פארשטאנען, און רוב מענטשן אין וועלט פארשטייען היינט אויך), אז טאמער קענסטו עס נישט באצאלן האסט עס נישט! אנשטאט די מיידל זאל שטיפן צייט אויפן ציבור'ס קאסטן, זאל זי נעמען א דזשאב ערגעץ און העלפן די טאטע מיט פרנסה, אדער כאטש בלייבן אין קאנטרי. איך רעד נישט פון גיין אקערן אין פעלדער, איך רעד פון זיין א קאונסלער, עסיסטענט וכו' זאכן וואס מיידלעך פון העכער 12-13 קענען שוין טון.

נייגעריג צי הערן וואס דער ציבור האלט.
כ'פארשטיי נישט די טענה...
פארוואס זאל זי זוכן א דזשאב?
מען באצאלט שכר לימוד פאר די קאנטרי חדשים פאר די מוסד אין שטאט
סאו ווער ס'קען נישט צאלן קיין קעמפ איז דער מוסד מחויב צישטעלן סקול אין שטאט געהעריג ווי א גאנץ יאר
אז נישט, נעם נישט קיין שכר למוד
זעהט אויס אז 10 חדשים איז גענוג צייט צי לערנען וואס ס'פעלט אויס. די 2 חדשים קען מען טון עפעס פראדוקטיוו
Zoho Books - CRM - Forms and many more tools.
שנייד צייט און געלט מיט אלע ביזנעס טאלס אויף איין פלאטפארמע! פאר מער אין אישי.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס קאסט מיידל קעמפ אזוי סאך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

האסט גארנישט געענטפערט
מען באצאלט פאר די צוויי חדשים געהעריג פול פרייז!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”