אויף א באזוך אין פרעזידענט ביידען'ס מוח

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

אויף א באזוך אין פרעזידענט ביידען'ס מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

.מיט עטליכע חדשים צוריק, האט פרעזידענט ביידען געזאגט ביי א דרשה, ווען מען האט אים געפרעגט וועגן שטיצן מדינת ישראל, אז שוין אלס סענעטאר, איז ער געווען א פאטריאט פאר די מדינה, זייענדיג דער וואס האט געברענגט שלום אין לאנד.

איך אלס קארלסבורגער, טוה נישט אין אלטע פארשטויבטע פאליטיק, נאר איך זיך כסדר חדשות.
אבער זייענדיג א אנטי ביידען שטיצער, (פארוואס זאג איך אנטי ביידען? ווייל מיינטס נישט אז איך בין יא א טראמפ שטיצער...) איז מיר די סענטענס אריין אין קאפ.

מי יודע?! אפשר האט יא ביידען עפעס אויפגעטוהן אין זיין לעבן.... עפעס זאגט ער אז ער האט שלום געמאכט, נו אפשר....

שוין, היינט צופרי איז מיר אריינגעפאלן אין האנט אן אלטע אויסגאבע, וואס באשרייבט די יום כיפור מלחמה אין ארץ ישראל, איך זעה דארט, אז ביידען האט גענומען א רייזע קיין ארץ ישראל, אין די זעלבע יאר אביסל פריער, און געהאט א מיטינג מיט'ן איזראעלי פריים מיניסטער גאלדע מאיר.

מיין דערשראקענקייט אז ביידען איז געווען ניצליך אמאל, איז גלייך אנטרינען געווארן, אזש איך האב מיר געשעמט, אז אזא געדאנק איז מיר אפילו אין קאפ ארויף געקומען.

איך האב אביסל נאכגעקוקט דעם נושא, און מיינע קוועלער האבן מיר געוויסט צו דערציילן, אז ביידען האט מיאוס און שווער אנגעזעצט ביי יענע מיטינג.. מאנכע האבן אפילו געטענהט, אז א שלום אפמאך איז געווען אויפ'ן וועג, אבער ביידען האט אלע פלענער גוט אין ד'רערד געלייגט.

איז מיר בייגעפאלן א שטארקע קשיא, וואס איז ענק לכאורה אויך שווער.

פארוואס האלט זיך ביידען גרויס, מיט אזא באבעלדיגע אנזעץ?...

איך האב אריין גערופן די חברה, פרעגן צו איך קען צו די העכערע פענסטער אנקומען, אבער קיינער האט נישט געוואלט אדער געקענט מסדר זיין עפעס זאכליך.

דאס מערסטע, האב איך געקענט גיין צום נייעס פארציילער אין מקוה, אבער עטס ווייסט די היינטיגע מקוה זיצער, רעדן שוין נישט אזויווי אמאל, נאכן שווער אנגעזאגט ווערן דורך די שישקעס ביי די פראנט בענק, אז זיי זאלן נישט רעדן אזוי פיל...

אויפ'ן וועג צום ארבעט, איז מיר בייגעפאלן אזא זאך.
איך האב אייביג געוואלט זיין אן היפנאטייזער.
קענען אריין קריכן אין א צווייטנס מוח, זעהן וואס יענער טראכט און זעהט.

איך האב מיר דעם פאך אביסל צוגעלערנט אין די אינגע יארן, האבעך אפגעמאכט, אז איך נעם אין מיין מוח א טריפ צום אוועל אפיס, און איך וועל אריין קריכן אינעם חכם מכל העולם'ס דשעלי, זעהן מיט וואספארא געדאנקען ער האט גענומען די הויפענעס קוראדש, צו רעדן פון אזא דורכפאל אין פאבליק, און נאך זיך בארימען.

אט בין איך צום פרעזידענט'ס מוח אנגעקומען, און געכאפט א שפאציר דארט, זוכנדיג אין די אלטע קעמערלעך די סיבה.

כמעט וואס איך האב אויפגעגעבן מיט'ן זוכן, זעה איך א קליינע קעמערל, מיט'ן 'סיבה פארן זיך אויפטוהן, מיט'ן רייזע צו די מדינה, בעפארן יום כיפור מלחמה' פאר דעם האב איך דאך געמאכט דעם לאנגן רייזע......
איך כאפ מיט ביידע הענט אן פארזיכטיג דעם דשעלי, איך עפן איר אויף.

אט האב איך געזעהן די גאנצע סיבה...


און איך האב מיך צולאכט.
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: אויף א באזוך אין פרעזידענט ביידען'ס מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

נעקסטיים די ביסט אין זיין מח זאג מיר, כ'האב אפאר זאכן וואס איך וויל אים פרעגן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”