דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 8:48 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:01 pm

חלילה גויאיש? אידיש נעמט ארויס א בראשית חומיש לערענט דורך והיה לבשר אחד מיט די ראשונים אין דערנאך קומט מיר זאגען וואס איז קעגען די תורה.
לערענט חובת החבובות הקדמה זאג די מיר צו מקען צו קומען צו אהבת השם אן זיין אפען מיט געפילען.
איר ווילט איך זאל אייך ברענגען נאך מקורות.
גענוג געווען מיט די פארהאקטע געפולען וואס היטלער ימש האט גורם געווען.
דביקות אין אהבת השם קען מען נאר צוקומען מיט זיין אפען צו די אייגענע געפילען. צו יענעמס געפילען. אין דאן קען מען צו קומען צו והי לבשר אחד.

יא ליידער דארפן מיר צו קומען צו עווערניס פון מענטעל העלט. יארן האבען מיר אין מיר לעבען נאך אלס מיט פארהאקטע געפילען וואס איז קעגען דעם רצון השם.
האסט מיך נישט גוט פארשטאנען
נו איז אדראבא זייט אייך מסביר.
מושכל ראשון
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

king האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 6:51 pm
איבערדערציילן אין שטוב סתם צרות ישראל גיטין וכדו איז זייער נישט רעקאמענדירט. אין שטוב דארף זיין א פאזיטיווע שטימונג 
אינטערעסאנט צו זען וואס יעדער טראכט וועגן וואס מהאנדעלט וועגן רעדן אינדערהיים,
איינער וועגן טיקעטס דער וועגן גיטין....
יאיר לפיד צו ניקי העילי: די פארשטייסט נישט אמעריקא

"ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים ווייל מאתו לא תצא הרעות, אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן מיר ווילן זען מיט די אייגענע אויגן דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס"
מושכל ראשון
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:52 pm
חאטצקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:32 pm
קלארערהייט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:12 pm
ליינענדיג @Letshelpothers אשכול מיט זיינע תגובות דא איז די נושא פון שלום בית עפעס וואס אינז האבען נאך וואס צו ארבעטען? איז מיר דאס נולד געווארן.

שטעל איך דא די שאלה, דארף א מאן פארציילן אלעס פאר זיין ב"ב?
זאל ער מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב? [אנדערע שאלה, זאל-דארף]
ווען עפעס גייט שווער זאל ער עס דערציילן אינדערהיים?
דארף מען ביי אונז מער שערען?
האט מען ביי אונז דייקא נישט געשערט?
זיכער זיכער זיכער.
(ס'מיינט נישט אז אויב זענט איר איינמאל גוט פארשלאפן ברויכט מען עס מיטטיילן)
גראדע איז גוט צו וויסן אז געווענליך ווייסט א אשת חיל אסאך אסאך מער ווי איר מיינט אז זי ווייסט.

דארף א ווייב מיטטיילן פאר א מאן וואס זי ווייסט וועגן אים?
דעס דארף שוין א אשכול אויף די אייוועלט לנשים
יאיר לפיד צו ניקי העילי: די פארשטייסט נישט אמעריקא

"ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים ווייל מאתו לא תצא הרעות, אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן מיר ווילן זען מיט די אייגענע אויגן דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס"
קליין קינד
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2023 4:46 am

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליין קינד »

געבורטסטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:48 pm
אור האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:41 pm
אז איך באקום א העווי טיקעט למשל ספידינג אא"וו
זאל איך איר דערציילן און מאכן סתם עגמ"נ?
נאך אזויפיל יאר שרייען "פאר שטייטער" מעגסטו איר געבן די הנאה...
דעי ווארט דארף מען זעכער איבערדערציילען...
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:51 pm
יקל פעדער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:45 pm
דאס אז מ'שרייבט אויף אייוועלט אויך ?
זיכער אז יא
א זאך וואס די קענסט נישט פארציילען פאר דיין ווייב טי נישט
ווייזט איר דיינע תגובות אויך?

נישט אז עס עפעס ראנג איך פרעג נאר ווי ווייט די שעירס מיט איר
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:00 pm
איין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:51 pm
יקל פעדער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:45 pm
דאס אז מ'שרייבט אויף אייוועלט אויך ?
זיכער אז יא
א זאך וואס די קענסט נישט פארציילען פאר דיין ווייב טי נישט
ווייזט איר דיינע תגובות אויך?

נישט אז עס עפעס ראנג איך פרעג נאר ווי ווייט די שעירס מיט איר
ניין אבער אז זי וועט מיך בעטן וועל איך איר עס ווייזען
וזה הכלל דארפסט איר נישט אלעס פארציילען אבער דארפסט איר אלעס זיין גרייט צי פארציילען

אגב זי האט מיך שוין געבען צי שרייבן עפעס וואס זי האט געוואלט וויסען
PROJECT 2025
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15364
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
א ווייב דארף נישט מיינען אז איר מאן איז א מלאך וואס פאלט נישט דורך מיט גארנישט.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:40 pm

ראנג, א ווייב ווייסט אז איר מאן איז נישט קיין מלאך, אבער היות א ווייב איז קיינמאל קיין מאן נישט געווען, ממילא קען זי אויסטייטשן זאכן אסאך ערגער ווי די מציאות. זי קען מיינען אז נישט דאווענען תפילה בציבור איז נישט א פלעינע מענטש מיט נסיונות, נאר א גוי. בפרט אויב זי קומט פון אזא מקום.

מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'זאגט, וויאזוי און פאר וועמען.

צ/ק

פון מיין עקספיריענס, קען מען טאקע אלעס מיטטיילן, אבער איינער וואס האט שכל וועט זיין אין שטוב בלויז פאזיטיוו און פרובירן בלויז זיך צו האלטן פאזיטיוו, קיינמאל נישט אפרעדן, נישט קרעכצן, און נישט אויסקוקן אומסוקסעספול דאס איז די בעסטע וועג א מאן זאל זיין ארויפגעקוקט, און די בעסטע רעסיפי צו א געזונטע שטוב.

דאס מיינט נישט אז מ'דארף אויסנארן די ווייב, חס ושלום. אבער ווען די טאג איז נישט געגאנגען גוט, ס'פארט לינקס אין די ביזנעס, איז נישט קיין מצוה אהיימצוקומען קאמפלעינען. מקיים צו זיין דעם דאגה בלב איש, קען מען זיך אויסרעדן צו א גוטער חבר, אדער זיך אויסוויינען ביים ריבניצער אדער סתם ביים תהילימ'ל העלפט אויך.

נאר וואס דען, ס'דא זאכן וואס מ'מוז פארציילן אין שטוב, זי וועט סייווי אויסגעפונען שפעטער, איז דא א וועג זיך אויסצורעדן אויף א פאזיטיוון אופן, וואס איז זייער וויכטיג זיך דאס אויסצולערנען ווען מ'האט חתונה. מ'דארף זיך לערנען וויאזוי צו פארציילן צרות מיט א שמייכל, פאזיטיוו, אזוי נעמט מען אויף אסאך גרינגער די פראבלעם. ס'איז אן עצה טובה סיי פאר שלום בית, און סיי בכלליות וויאזוי צו רעדן צו חברים ווען מ'רעדט זיך אויס. דאגה בלב איש - מיינט נישט זיך אויסוויינען און זיך אפרעדן, נאר אויסרעדן, אויסשמועסן. מ'קען זיך אויסשמועסן די גרעסטע פראבלעם מיט א שמייכל.

נאך א נקודה, אלעס האט זיך זיין צייט. ס'מוז נישט זיין אויף די מינוט. האסט א שווערע טאג? לייג עס אוועק אויף שפעטער, קום אהיים מיט א ריזיגן שמייכל, רעד פאזיטיוו, זוך עפעס גוטע נייעס און פארצייל עס אין שטוב, און שפעטער ביינאכט וועסטו אלעס דערציילן.

כדי אז א מאן זאל זיין ארויפגעקוקט, די שטוב זאל זיין פרייליך און פאזיטיוו, דארף דער מאן זיין שטארק, וואס מיינט אז אויב ס'גייט אים שלעכט דארף ער זיך אויסלערנען צו שפילן אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז פאר קינדער טאר מען זיך נישט אפרעדן, דאס זעלבע דארף מען וויסן וויאזוי און ווען מען פארציילט שלעכטע נייעס פאר א ווייב.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:13 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:40 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
א ווייב דארף נישט מיינען אז איר מאן איז א מלאך וואס פאלט נישט דורך מיט גארנישט.
בפרט אויב זי קומט פון אזא מקום.

מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'זאגט, וויאזוי און פאר וועמען.
יעצט איז זי אין א נייע מקום, קען זי זיך אויסלערנען נייע זאכן
די ניק איז מער נישט אקטיוו
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ליטווישער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:21 pm

דארף מען וויסן וויאזוי, ווען און וויפיל. נישט אלעס איז א מצוה צו פארציילן אויף די מינוט. אלעס האט זיך זיין צייט. מענטשן האבן חרטה יארן לאנג פאר זאכן וואס זיי האבן דערציילט, בעיקר שנה ראשונה.

איך בין היינט זייער אפן מיט מיין ב"ב איבער יעדן דבר וענין, אבער ס'האט געדויערט צייט, געדולד און שכל.
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:22 pm

זייער גוט ארויסגעברענגט. אפען איינער מיטן צוויטען איז ווען מען איז נאנט איינער צום צווייטען אין דאס נעמט א לאנגע צייט.
נסיונות דארף מען וויסען ווי אזוי דאס מסביר זיין, אז די וועסט דאס מסביר זיין אזוי ווי די ביסט דאס מסביר פאר א חבר, גייט זיין חורבן אין זי וועט אייך אראפ קוקען.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:22 pm
ליטווישער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:21 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:13 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:40 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
א ווייב דארף נישט מיינען אז איר מאן איז א מלאך וואס פאלט נישט דורך מיט גארנישט.
בפרט אויב זי קומט פון אזא מקום.

מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'זאגט, וויאזוי און פאר וועמען.
יעצט איז זי אין א נייע מקום, קען זי זיך אויסלערנען נייע זאכן
דארף מען וויסן וויאזוי, ווען און וויפיל. נישט אלעס איז א מצוה צו פארציילן אויף די מינוט. אלעס האט זיך זיין צייט. מענטשן האבן חרטה יארן לאנג פאר זאכן וואס זיי האבן דערציילט, בעיקר שנה ראשונה.

איך בין היינט זייער אפן מיט מיין ב"ב איבער יעדן דבר וענין, אבער ס'האט געדויערט צייט, געדולד און שכל.
אוודאי אין שנה ראשונה ברויך מען אבאכט געבן וואס מען זאגט פאר די ווייב, און זיך נישט אראפברענגען.אבער מען בלייבט נישט שנה ראשונה פאר אייביג. א מענטש וואס איז שוין חתונה געהאט אפאר יאר, ברויך קענען זאגן אז מען האט פארפאסט תפילה בציבור אן קיין פחד פון וויאזוי זי גייט עס אנקוקן. עס איז נישט קיין מצוה צו זאגן אבער אויך נישט קיין פראבלעם.
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
אין ווען די טרעפט אריין אין א ספיידער דארפסטו איר זאגען?
קאם אן דאס איז נישט די שמועס דא. מען רעדט דא זאכען וואס זענען נוגעה פאר דיר אדער איר.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:13 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:40 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
א ווייב דארף נישט מיינען אז איר מאן איז א מלאך וואס פאלט נישט דורך מיט גארנישט.
ראנג, א ווייב ווייסט אז איר מאן איז נישט קיין מלאך, אבער היות א ווייב איז קיינמאל קיין מאן נישט געווען, ממילא קען זי אויסטייטשן זאכן אסאך ערגער ווי די מציאות. זי קען מיינען אז נישט דאווענען תפילה בציבור איז נישט א פלעינע מענטש מיט נסיונות, נאר א גוי. בפרט אויב זי קומט פון אזא מקום.

מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'זאגט, וויאזוי און פאר וועמען.
וואס דען מיינט א קשר צווישן צוויי מענטשן אויב נישט צוזאמברענגען צוויי פארקערטע סארט מענטשן אין א געמיינזאמען קשר? פון וואס דען באשטייט דער קשר צווישן א מאן און א ווייב אויב נישט פון א קעגנזייטיגע פארשטענדעניש און אהבה איינער צום צווייטן?
ארויף
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

אבות פרק א משנה ה' מברטנורה
אטעטשמענטס
Screenshot_20240626_231246.jpg
Screenshot_20240626_231246.jpg (213.36 KiB) געזען 500 מאל
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:06 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:13 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:40 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
א ווייב דארף נישט מיינען אז איר מאן איז א מלאך וואס פאלט נישט דורך מיט גארנישט.
ראנג, א ווייב ווייסט אז איר מאן איז נישט קיין מלאך, אבער היות א ווייב איז קיינמאל קיין מאן נישט געווען, ממילא קען זי אויסטייטשן זאכן אסאך ערגער ווי די מציאות. זי קען מיינען אז נישט דאווענען תפילה בציבור איז נישט א פלעינע מענטש מיט נסיונות, נאר א גוי. בפרט אויב זי קומט פון אזא מקום.

מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'זאגט, וויאזוי און פאר וועמען.
וואס דען מיינט א קשר צווישן צוויי מענטשן אויב נישט צוזאמברענגען צוויי פארקערטע סארט מענטשן אין א געמיינזאמען קשר? פון וואס דען באשטייט דער קשר צווישן א מאן און א ווייב אויב נישט פון א קעגנזייטיגע פארשטענדעניש און אהבה איינער צום צווייטן?
א קשר דארף מען בויען, און מ'דארף האבן שכל וויאזוי דאס צו בויען, נישט יעדע זאך וואס מ'דערציילט בויעט א קשר, געוויסע זאכן קענען האבן א פארקערטע אפעקט.

איינמאל די קשר איז געבויעט און די אהבה איז דא, איז מעגליך די צייט רייף אז מ'זאל "קענען" אלעס דערציילן, דאס מיינט אבער נאכאלץ נישט אז מען "דארף" אלעס דערציילן.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

פערזענדליכע זאכן לוינט זיך צו דערציילן , פשוט ווייל די ווייטאג
באליידיגונג און חורבן פון עפעס באהאלטן און זי זאל אויסגעפונען אליינס איז נישט ווערט כידוע לאוכלי חריין

וואס מטאר נישט מיטטיילן איז שרעקעדיגע נייעס (וואס ווערט נישט געמאלדן אויף די היימישע מידיא)
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

צ/ק
איך האב געהערט אן הגדרה פון מיין חתן רבי, די מעגסט באהאלטן זאכן פון דיין ווייב אבער דיין ווייב טאר נישט וויסן אז דו באהאלטס זאכן פון איר. ודו"ק
אוועטאר
פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

בייק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:44 am
צ/ק
איך האב געהערט אן הגדרה פון מיין חתן רבי, די מעגסט באהאלטן זאכן פון דיין ווייב אבער דיין ווייב טאר נישט וויסן אז דו באהאלטס זאכן פון איר. ודו"ק
דאס אז דו באהאלטסט זאכן פון איר קען מען נישט באהאלטן..
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:45 am
בייק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:44 am
צ/ק
איך האב געהערט אן הגדרה פון מיין חתן רבי, די מעגסט באהאלטן זאכן פון דיין ווייב אבער דיין ווייב טאר נישט וויסן אז דו באהאלטס זאכן פון איר. ודו"ק
דאס אז דו באהאלטסט זאכן פון איר קען מען נישט באהאלטן..
ווען איך האב געוואונען די לאטעריע, מיינסט אז איך האב אויסגעזאגט פאר מיין ווייב? עד היום הזה ווייסט זי נישט פון דעם...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אז איר פרעגט מיר, איז דאס א לאנגע שמועס, מיט אסאך צדדים לכאן און לכאן.

דער ערשטער כלל איז אז הכל לפי מה שהוא (אדער היא) אדם. פארהאן מענטשן (פון ביידע זייטן מחיצה) וואס זענען מער א אפענע טיפ, ווייניגער זשאדזשמענטעל, מאכט נישט קיין עסק פון אלעמען, צו אזעלכע קען מען רעדן און פארציילן מער אפן. אנדערע זענען לכאורה נישט גרייט צו הערן, א טיפ מענטש וואס לעבט מער טעכניקעל און נישט אזוי היימיש. ס'איז נישט קיין חסרון (אפשר יא) אבער אויב ביידע זענען די סארט מענטש, זאל זיין. לאמיר נישט עפענען דעם קען פון ווערים...

עס ווענדט זיך אויך אין די מדריגה פון נאנטקייט, וואס איז נישט עפעס וואס קען דא אויסגעשמועסט ווערן, ודי לחכימא.

צווייטע כלל - ביטע מיך נישט פארשטיינערן - פאר די וואס ברענגען ראיות פון די משנה אדער בכלל פארצייטישע ספרים, מען דארף וויסן אז די קאנצעפט פון א ווייב איז היינט פיל אנדערש ווי אמאל. פארפאלן, צו מיר ווילן צו נישט, די טבעים זענען נשתנה געווארן און זייער אסאך זאכן האבן זיך געטוישט. אמאל איז דער מאן געווען דער שטארקער אין שטוב און די פרוי איז געווען ווערד א רעטעך אנע מאן, זאגן אונז חז"ל, אויב דער מאן וועט מזלזל זיין אין זיין אויטאריטעט קען דאס אראפברענגען די רעספעקט אין שטוב. היינט איז מערידזש מער ווי א פרענדשיפ, עס איז א דור וואס פרויען זענען נישט אזוי אנגעוויזן אין מענער (אודאי טיף אין הארצן איז נאך אלץ דא די תשוקה, אבער מען רעדט אין זשענערעל), מען זעהט ליידער נישט די חז"ל "טב למיתן טן דו מלמיתב ארמלי", וויפיל פרויען ווילן נישט חתונה האבן לכתחילה, אדער א צווייטע מאל נאך א גט, וויפיל ווילן זיך ארויסזעהן פון זייער קאמיטמענט צום מאן. רוב פרויען וואס זענען נארמאל, האבן געהאט ברודערס וואס האבן געהאט פלאפס און געמאכט טעותים, און ווייסן זייער גוט אז מענער זענען נישט קיין מלאכים, און זיי האבן אויך געפילן, און פארשטייען אז זייער מאן קען אויך דורכפאלן, און עס איז גארנישט געשען (שמעון גרין האט אסאך שיינע שיעורים דערויף).

די תורה טוישט זיך קיינמאל נישט, אבער יעדע זאך דארף מען משער זיין לפי הזמן און לפי המצב. היינט איז (ליידער) נישט דא די אימה און רעספעקט פון פרויען לגבי די מענער. עס איז א איקוואל רייטס קולטור. א געטרייע פרוי קען זיין מער באליידיגט אז דער מאן פארציילט איר נישט אלעס. א געטרייע פרוי וויל קענען געבן סופפארט פאר'ן מאן ווען ער דארף עס.

און באמת, א פרוי וואס פארשעמט א מאן וואס גייט אדורך א שוועריגקייט איז א שלעכטע און חסר דעה... ווי עס שרייבט דער הייליגער פלא יועץ ביי ערך אהבת איש ואשה:
◄ ווייז ספוילער
יש נשים חסרות מדע, שעושות מריבה עם בעליהן על צרכי הבית שאינו מביא, והוא שטות גדולה. ממה נפשך: אם הבעל עני ואין ידו משגת, דיו צערו ודחקו ובשתו וכלימתו, שמתבייש לגלות לאשתו שאין ידו משגת. וצריכה האשה להיות בעלת שכלולא תוסיף צער על צערו, אלא אדרבה, תנחמהו בנועם שיח שפתותיהותאמר לו: אל תצטער על חסרון כיס, כי לא יזנח לעולם ה' ויבואו ימים אשר יש בהם חפץ, שנשבע לחם ונהיה טובים, או יהיה נחת שלחננו מלא דשן לעולם הבא, כי לא כל אדם זוכה לשתי שלחנות, והעולם הזה הבל וריק, יקום אבי אכל בשמחה לחמך, כי גם על הלחם לבדו יחיה האדם. וכהנה דברים טובים תדבר לו בחן וחסד, עד שיהא שמח ויתן הודאה על חלקו, גרמא טבא דנפל בחולקיה:
ווען דער רמב"ם שרייבט "וכן צוו על האשה שתהיה מכבדת את בעלה ביותר מדאי ויהיה עליה מורא ממנו ותעשה כל מעשיה על פיו, ויהיה בעיניה כמו שר או מלך, מהלכת בתאות לבו ומרחקת כל מה שישנא, וזה דרך בנות ישראל ובני ישראל הקדושים והטהורים בזיווגן, ובדרכים אלו יהיה ישובן נאה ומשובח", לייגט ער נישט במה דברים אמורים, נאר אויב דער מאן איז א מוצלח, אבער אויב דער מאן האט א שוואכקייט אדער א דורכפאל קען זי מזלזל זיין אין אים... אויך דער כסף משנה שרייבט עס נישט צו...

און לאמיר שוין צולייגן נאך א שטיקל שבט מוסר פרק כ"ד:
◄ ווייז ספוילער
לכן כראות האשה בעלה בדוחקתרבה עליו ברחמים לפני המקום ערב ובקר וצהרים שירחמו בזכותה או בזכותו או בזכות בניו בהצטרפות שלשתם יחד, ואדרבה בימי דוחקו תראה לו פנים צוחקות ויפייסהו בדברים ויחזיקהו בהבטחות,ובראות האיש אהבת אשתו עמו אף שהוא בחוסר כל, נכנס שמחה בלבו ומסיר דאגתו, ועי"כ יתעלה ומתרומם כוכב מערכתו בבני חיי ומזוני.

אם רואה האשה שאירע לבעלה איזה תקלהאו עלילת ממון שהעלילו עליו והוא עצב ודאוג,תדבר על לבו דברי תנחומים, ויקבל הדברים הקשים בעיניו בדברים המושכים לבו של אדם בדברי חן ופנים צוחקות, ותאמר לו אהבת עולם אהבתיךראיתי פניך כראות פני מלאכי אלקים וע"כ יצאתי לקראתך לשחר פניך ואמצאך, לכה דודי נרוה עד הבוקר נתעלסה באהבים... וכשמוע האיש דברי פיוסים כי נעמו, מסיר עצבותו מלבו...

תמיד האשה תצייר צורת בעלה כאילו הוא בפניה תמיד ודמות צורתו יחקוק בלבבה כאילו הוא מלך, וכשהוא עני לבוש בלבושים קרועין תדמה בדעתה שהוא כמלך ששינה בגדיוכדי שלא יכירו אותו, כדרך שהמלכים עושים, כמו שמצינו בשאול כשהלך לבעלת אוב, אשר זה יגרום להתגבר אהבתו עליה.
דארף מען נאך עפעס צולייגן צו די הייליגע ווערטער? א קלוגע ערליכע פרוי, אפילו זי זעהט דעם מאן בתכלית השפלות וועט זי אים ווייטער ליב האבן און כסדר מחזק זיין, נישט חלילה אראפקוקן און אים גיין בארעדן...

ויש להאריך עוד, ומפני איחור הזמן נסיים בזה.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:46 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:06 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:13 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:40 pm
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:28 pm
ווען איינער רופט מיר דארף איך רעדן אויף ספיקער?
אז איך פארפאס א מקוה אדער תפילה בציבור דארף איך איר לאזען וויסען?
א ווייב דארף נישט מיינען אז איר מאן איז א מלאך וואס פאלט נישט דורך מיט גארנישט.
ראנג, א ווייב ווייסט אז איר מאן איז נישט קיין מלאך, אבער היות א ווייב איז קיינמאל קיין מאן נישט געווען, ממילא קען זי אויסטייטשן זאכן אסאך ערגער ווי די מציאות. זי קען מיינען אז נישט דאווענען תפילה בציבור איז נישט א פלעינע מענטש מיט נסיונות, נאר א גוי. בפרט אויב זי קומט פון אזא מקום.

מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'זאגט, וויאזוי און פאר וועמען.
וואס דען מיינט א קשר צווישן צוויי מענטשן אויב נישט צוזאמברענגען צוויי פארקערטע סארט מענטשן אין א געמיינזאמען קשר? פון וואס דען באשטייט דער קשר צווישן א מאן און א ווייב אויב נישט פון א קעגנזייטיגע פארשטענדעניש און אהבה איינער צום צווייטן?
א קשר דארף מען בויען, און מ'דארף האבן שכל וויאזוי דאס צו בויען, נישט יעדע זאך וואס מ'דערציילט בויעט א קשר, געוויסע זאכן קענען האבן א פארקערטע אפעקט.

איינמאל די קשר איז געבויעט און די אהבה איז דא, איז מעגליך די צייט רייף אז מ'זאל "קענען" אלעס דערציילן, דאס מיינט אבער נאכאלץ נישט אז מען "דארף" אלעס דערציילן.
די רעדע איז נישט איבער א חיוב ענין. עס איז די פשוט'ע קאנסעקווענץ פון א געזונטע און אפענע רילעישאנשיפ וואס דו האסט א מיט א צווייטן, וועלכע באשטייט פון אן אנקאנדישינעל קשר צווישן די צוויי. א מענטש וואס שפירט זיך גענוג אפן מיט א צווייטן, ווי אויך שפירט ער נישט ביי זיך אז ער "טאר נישט" באגיין קיין גרייזן נאר נעמט זיך אן מיט זיינע שוואכקייטן, האט פשוט נישט קיין פראבלעם צו דערציילן שוואכקייטן פאר דעם נאנטסטן מענטש אין לעבן.

א קשר בויעט מען נישט מיט קיין שכל, נאר מיט שטארקייט און מיט ריינע און נאטירליכע געפיל.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:28 am
אז איר פרעגט מיר, איז דאס א לאנגע שמועס, מיט אסאך צדדים לכאן און לכאן.

דער ערשטער כלל איז אז הכל לפי מה שהוא (אדער היא) אדם. פארהאן מענטשן (פון ביידע זייטן מחיצה) וואס זענען מער א אפענע טיפ, ווייניגער זשאדזשמענטעל, מאכט נישט קיין עסק פון אלעמען, צו אזעלכע קען מען רעדן און פארציילן מער אפן. אנדערע זענען לכאורה נישט גרייט צו הערן, א טיפ מענטש וואס לעבט מער טעכניקעל און נישט אזוי היימיש. ס'איז נישט קיין חסרון (אפשר יא) אבער אויב ביידע זענען די סארט מענטש, זאל זיין. לאמיר נישט עפענען דעם קען פון ווערים...

עס ווענדט זיך אויך אין די מדריגה פון נאנטקייט, וואס איז נישט עפעס וואס קען דא אויסגעשמועסט ווערן, ודי לחכימא.

צווייטע כלל - ביטע מיך נישט פארשטיינערן - פאר די וואס ברענגען ראיות פון די משנה אדער בכלל פארצייטישע ספרים, מען דארף וויסן אז די קאנצעפט פון א ווייב איז היינט פיל אנדערש ווי אמאל. פארפאלן, צו מיר ווילן צו נישט, די טבעים זענען נשתנה געווארן און זייער אסאך זאכן האבן זיך געטוישט. אמאל איז דער מאן געווען דער שטארקער אין שטוב און די פרוי איז געווען ווערד א רעטעך אנע מאן, זאגן אונז חז"ל, אויב דער מאן וועט מזלזל זיין אין זיין אויטאריטעט קען דאס אראפברענגען די רעספעקט אין שטוב. היינט איז מערידזש מער ווי א פרענדשיפ, עס איז א דור וואס פרויען זענען נישט אזוי אנגעוויזן אין מענער (אודאי טיף אין הארצן איז נאך אלץ דא די תשוקה, אבער מען רעדט אין זשענערעל), מען זעהט ליידער נישט די חז"ל "טב למיתן טן דו מלמיתב ארמלי", וויפיל פרויען ווילן נישט חתונה האבן לכתחילה, אדער א צווייטע מאל נאך א גט, וויפיל ווילן זיך ארויסזעהן פון זייער קאמיטמענט צום מאן. רוב פרויען וואס זענען נארמאל, האבן געהאט ברודערס וואס האבן געהאט פלאפס און געמאכט טעותים, און ווייסן זייער גוט אז מענער זענען נישט קיין מלאכים, און זיי האבן אויך געפילן, און פארשטייען אז זייער מאן קען אויך דורכפאלן, און עס איז גארנישט געשען (שמעון גרין האט אסאך שיינע שיעורים דערויף).

די תורה טוישט זיך קיינמאל נישט, אבער יעדע זאך דארף מען משער זיין לפי הזמן און לפי המצב. היינט איז (ליידער) נישט דא די אימה און רעספעקט פון פרויען לגבי די מענער. עס איז א איקוואל רייטס קולטור. א געטרייע פרוי קען זיין מער באליידיגט אז דער מאן פארציילט איר נישט אלעס. א געטרייע פרוי וויל קענען געבן סופפארט פאר'ן מאן ווען ער דארף עס.

און באמת, א פרוי וואס פארשעמט א מאן וואס גייט אדורך א שוועריגקייט איז א שלעכטע און חסר דעה... ווי עס שרייבט דער הייליגער פלא יועץ ביי ערך אהבת איש ואשה:
◄ ווייז ספוילער
יש נשים חסרות מדע, שעושות מריבה עם בעליהן על צרכי הבית שאינו מביא, והוא שטות גדולה. ממה נפשך: אם הבעל עני ואין ידו משגת, דיו צערו ודחקו ובשתו וכלימתו, שמתבייש לגלות לאשתו שאין ידו משגת. וצריכה האשה להיות בעלת שכלולא תוסיף צער על צערו, אלא אדרבה, תנחמהו בנועם שיח שפתותיהותאמר לו: אל תצטער על חסרון כיס, כי לא יזנח לעולם ה' ויבואו ימים אשר יש בהם חפץ, שנשבע לחם ונהיה טובים, או יהיה נחת שלחננו מלא דשן לעולם הבא, כי לא כל אדם זוכה לשתי שלחנות, והעולם הזה הבל וריק, יקום אבי אכל בשמחה לחמך, כי גם על הלחם לבדו יחיה האדם. וכהנה דברים טובים תדבר לו בחן וחסד, עד שיהא שמח ויתן הודאה על חלקו, גרמא טבא דנפל בחולקיה:
ווען דער רמב"ם שרייבט "וכן צוו על האשה שתהיה מכבדת את בעלה ביותר מדאי ויהיה עליה מורא ממנו ותעשה כל מעשיה על פיו, ויהיה בעיניה כמו שר או מלך, מהלכת בתאות לבו ומרחקת כל מה שישנא, וזה דרך בנות ישראל ובני ישראל הקדושים והטהורים בזיווגן, ובדרכים אלו יהיה ישובן נאה ומשובח", לייגט ער נישט במה דברים אמורים, נאר אויב דער מאן איז א מוצלח, אבער אויב דער מאן האט א שוואכקייט אדער א דורכפאל קען זי מזלזל זיין אין אים... אויך דער כסף משנה שרייבט עס נישט צו...

און לאמיר שוין צולייגן נאך א שטיקל שבט מוסר פרק כ"ד:
◄ ווייז ספוילער
לכן כראות האשה בעלה בדוחקתרבה עליו ברחמים לפני המקום ערב ובקר וצהרים שירחמו בזכותה או בזכותו או בזכות בניו בהצטרפות שלשתם יחד, ואדרבה בימי דוחקו תראה לו פנים צוחקות ויפייסהו בדברים ויחזיקהו בהבטחות,ובראות האיש אהבת אשתו עמו אף שהוא בחוסר כל, נכנס שמחה בלבו ומסיר דאגתו, ועי"כ יתעלה ומתרומם כוכב מערכתו בבני חיי ומזוני.

אם רואה האשה שאירע לבעלה איזה תקלהאו עלילת ממון שהעלילו עליו והוא עצב ודאוג,תדבר על לבו דברי תנחומים, ויקבל הדברים הקשים בעיניו בדברים המושכים לבו של אדם בדברי חן ופנים צוחקות, ותאמר לו אהבת עולם אהבתיךראיתי פניך כראות פני מלאכי אלקים וע"כ יצאתי לקראתך לשחר פניך ואמצאך, לכה דודי נרוה עד הבוקר נתעלסה באהבים... וכשמוע האיש דברי פיוסים כי נעמו, מסיר עצבותו מלבו...

תמיד האשה תצייר צורת בעלה כאילו הוא בפניה תמיד ודמות צורתו יחקוק בלבבה כאילו הוא מלך, וכשהוא עני לבוש בלבושים קרועין תדמה בדעתה שהוא כמלך ששינה בגדיוכדי שלא יכירו אותו, כדרך שהמלכים עושים, כמו שמצינו בשאול כשהלך לבעלת אוב, אשר זה יגרום להתגבר אהבתו עליה.
דארף מען נאך עפעס צולייגן צו די הייליגע ווערטער? א קלוגע ערליכע פרוי, אפילו זי זעהט דעם מאן בתכלית השפלות וועט זי אים ווייטער ליב האבן און כסדר מחזק זיין, נישט חלילה אראפקוקן און אים גיין בארעדן...

ויש להאריך עוד, ומפני איחור הזמן נסיים בזה.
ברענגסט ארויס אסאך גוטע פונקטן בנוגע דעם חילוק פון אמאל און היינט, ספעציפיש דאס אז פרויען זוכן היינט ווייניגער חתונה צו האבן, ווייל זיי מיינען אז עס איז זיי גוט אזוי.

אבער דיין פוינט אז אמאל האט מען געדארפט היטן אויף די אויטאריטעט און וואטשן אז די רעספעקט זאל נישט פארשוואונדן ווערן, דאקעגן היינט איז אנדערש, איז נישט ריכטיג. אמאל, טאקע וויבאלד דער מאן האט מער געהאט די נאטירליכע אויטאריטעט, ער איז נאטירליך געווען שטארק, האט אים נישט געשטערט צו דערציילן זיינע שוואכקייטן, עס האט נישט אראפגענומען פון זיין רעספעקט, וויבאלד זיין רעספעקט איז געקומען פון אן אנדערע פלאץ אינגאנצן, פון א פלאץ וואו א מאן איז א מאן און א פרוי איז א פרוי. דער מאן האט זיך נאטירליך געשפירט אלס דער שטארקער מאן, און די פרוי האט נאטירליך געשפירט א רעספעקט צום עצם מאן.

היינט איז עס טאקע שווערער אין דעם הינזיכט, טאקע צוליב די סיבות וואס דו האסט ארויסגעברענגט. אבער נישט דאס איז די סיבה פארוואס עס איז גוט צו זיין אפן. פארקערט, די היינטיגע קולטור לאזט דייקא נישט מענער זיין אפן, וויבאלד מענער שפירן זיך שוואך היינט, זיי שפירן ווי זייער פאזיציע אלץ מאן איז נישט שטארק, און די פרויען'ס מאנגל אין צורך פאר א מאן היינט געבט בלויז צו צום פראבלעם.

נאר וואס דען? דער מאן דארף נאך אלץ טון זיין חלק און זיין אן אפענער און שטארקער (און שוואכער) מאן, און מיט דער צייט וועט ער שניידן די ריכטיגע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”