דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:35 pm
די עיקר נקודה אויף וואספארא אופן מיט וואספארא עטיטוד מיט וואספארא ניגון מיט וואספארא פערספעקטיוו זאכן ווערן געזאגט. אויב איז עס אויף די אופן וואס מ'האט גערעדט פריער אז מ'טיילט מיט נאטורליך ווייל ס'איז דיין נאנטע מענטש און נאטורליך דערציילסטו איר דיינע ענינים און פון א הארציגע פלאץ מקירוב הלב ווי דו רעדסט מיט איינעם וואס איז צו דיר נאנט, דעמאלטס אשריך.

אבער אויב ווערט זאכן געזאגט אויף א אופן פון סתם פארציילן נייעס וואסערע שלעכטע זאכן דו האסט געטון און וואסערע פוסטע זאכן דו האסט געזאגט, און ס'קומט פון א ריחוק'דיגע פלאץ נישט פון א נאנטקייט נאר סתם טרוקן דערציילן זאכן, דעמאלטס איז עס ווי אזוי ס'שטייט און ס'איז פשוט אזוי אז זי גייט אים אראפקוקן און באקומען א ווידערווילן.

מ'קען נישט "סתם" פארציילן זאכן, ס'דארף זיין א פועל יוצא פון א טיפע נאנטע ועל כל פשעים תכסה אהבה'דיגע קשר.

איך כאפ נאכאלץ נישט פארוואס דו טענה'סט אז דו זאגסט עפעס אנדערש ווי וואס איך זאג.

ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:56 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:45 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:41 pm
אריינקומען אינדערהיים ווען מען איז צעבראכן, און זיך ארויסלאזן אין א טענצל כדי צו באהאלטן אז מען זאל נישט וויסן וואס טוט זיך אינעווייניג, קומט פון א געפיל וואס לאזט נישט דעם מענטש ארויסגעבן זיין פנימיות, נישט פון דעם מח.

דאס איז ביסיידס די פוינט אז מח שליט על הלב מיינט נישט באהאלטן געפילן בכלל. ס'איז א פאלשער פשט אין די ווערטער.
מה??

איך האב אמאל געהאלטן אין א שווערע תקופה, כ'האב באקומען זייער א שווערע בשורה, מיין שטוב האט עס גראדע מיטגעהאלטן. וואס האב איך געטון? זיך ארויסגעלאזט אין א טענצל מיט אלע קינדער און געטאנצן אהללה ה'. מ'האט פארשטייט זיך געלאזט אפאר טרערן, אבער געדאנקט גאט אויף אלע איבריגע חסדים אז מיר זענען אלע געזונט און שטארק.
א. זייער גוט האסטו געטון מיט דיין אהללה. אבער האסטו געדארפט באהאלטן דיינע טרערן און ווייטאג פון די ווייב און קינדער, אדער האסטו נישט קיין פראבלעם אז זיי זעען? אויב די ערשטע, דאן איז דאס אונזער דיסעגרימענט.
א מענטש, א טאטע פון קינדער און א מאן פון א ווייב מוז קענען האבן דעם שטארקייט פון באהאלטן טרויעריגע און ווייטאגליכע געפילן. מען געט דאס אויס ביים דאווענען, ביים תהילים, ביים ריבניצער אדער אין קערעסטיר אויב ער קען זיך עפארדן. מיר האבן א באשעפער, און אלע ווייטאג גייט סטרעיט צו אים. אבער אין שטוב, בשעת מען זיצט ביים רעדל, דארף מען לאזן די שכל באהערשן די געפילן. [איך רעד נישט אין א פאל וואס די ווייטאג נעמט אריין די קינדער און די ווייב, נאר אין א פאל וואס בלויז דער טאטע אדער בלויז די עלטערן האבן ווייטאג].
ב. א מענטש, א טאטע פון קינדער און א מאן פון א ווייב מעג קענען האבן שוואכע מינוטן, מינוטן פון שווערע הרגשים. א שטארקער מאן דארף נישט באהאלטן ווייטאגליכע הרגשים. א שטארקער מאן מעג האבן שוואכקייטן.

דער שטערקסטער מענטש איז דער וועלכער האט די שטארקייט איינצוזען אז ער האט שוואכקייטן און זיך אננעמען אינאיינעם מיט זיי.
מח שליט על הלב באדייט קענען באהערשן א סיטואציע מיט שכל, נישט מיט געפיל.
ג. באהערשן א געפילישע סיטואציע מיינט אז טראצדעם וואס דאס געפיל איז קאי וקיימי, דאך אבער ווען עס קומט צו פאסן א ריכטיגן באשלוס איז מיין שכל גענוג שטארק צו קענען באשליסן לויט וויאזוי עס איז באמת ריכטיג, און נישט וויאזוי דאס געפיל טרייבט. באהערשן מיינט אויסדריקליך דערשטיקן דעם געפיל פון עקזיסטירן.

כ'מיין אז מיר גייען שוין אין רינגען דא. אונזער דיסעגרימענט איז קלאר...
א. כ'האב בכלל נישט מיטגעטיילט פון מיינע קינדער אז איך האב יעצט א שוועריגקייט אין לעבן, ס'האט בכלל נישט אויסגעפעלט אז זיי זאלן עס וויסן. מיין ווייב האט גראדע יא מיטגעהאלטן, אבער האט נישט געהאט קיין שום ווייטאג דערצו, ס'איז געווען עפעס מיט מיר פערזענליך וואס פון דעם רעדט די אשכול.

לגבי די טרערן, כ'האב עס בכלל נישט באהאלטן, ווייל ס'איז געווען טרערן פון שמחה, נישט פון ווייטאג, און ס'איז באמת אזוי געווען. געפילן ברענגט טרערן, כ'האב געטוישט דעם געפיל פון ווייטאג צו שמחה, אזוי האב איך ארויסגעברענגט מיינע געפילן. ס'איז נישט געווען פאלש, ווייל כ'האב באמת אויסגעדרייט דעם יגון לשמחה, עד היום הזה האב איך נישט קיין ווייטאג צו יענע סיטואציע הגם ס'שטערט מיך נאך אין לעבן ביז היינט, ווייל כ'האב ארויסגעגעבן אלע געפילן כדבעי.

ב. זיכער מעג מען האבן שוואכע מינוטן, אבער איך רעד פון א נושא וואס איך האב בכלל נישט מיטגעטיילט מיט זיי, ווייל ס'איז געווען עפעס פריוואט צו מיר. משא"כ ביים מירון טראגעדיע וואס זיי האבן יא מיטגעהאלטן האב איך געוויינט צוזאמען מיט זיי, ארויסגעברענגט אלע געפילן און אינאיינעם געזאגט תהילים.

ג. ריכטיג יעדעס ווארט. כ'האב נאך קיינמאל נישט דערשטיקט קיין געפילן. מ'נעמט א תהילים און מ'געט עס דארט אויס, ווי אידן האבן געטון אין אלע דורות. ס'מוז נישט זיין פונקט פארנט פון די ווייב און פארנט פון די קינדער.
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

איך שפיר ווי ס'איז דא א שטיקל דור הפלגה דא... והבן
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

שכולו טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:18 pm
קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:15 pm
הצעה.
האט איינער געהאט א זיידע באבע [אדער גאר עלטערן] וואס האבן זיך גוט געלעבט?
האבן זיי געשערט אלעס?
די ערשטע ווייסעך נישט.

די צווייטע, זיכער אמאל פלעגט זיכער זיין מער אפען (נישט בכלליות נאר א געוויסע "יא איך בין עס" שווער צו מסביר'ן...)_
זיכער האבן זיי געקענט זיין מער אפן אמאל, ווייל די פרויען האבן מער רעספעקטירט די מענער, אפגעזען זייער מצב.

וויפיל פראצענט האבן זיך גע'גט אמאל און וויפיל היינט? וויפיל האבן אמאל זיך אפגערעדט אויף די מענער און וויפיל היינט? ס'איז אן אנדערע מציאות לגמרי.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:15 pm
הצעה.
האט איינער געהאט א זיידע באבע [אדער גאר עלטערן] וואס האבן זיך גוט געלעבט?
האבן זיי געשערט אלעס?
ס'איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט, יעדער מאן איז אנדערש און יעדע ווייב איז אנדערש. געוויסע פרויען עקסעפטן זאכן שנעלער און געוויסע נישט, געוויסע רעספעקטן מער און געוויסע ווייניגער, געוויסע האבן שלום בית בכלליות און געוויסע נישט. מ'קען נישט ברענגען א ראיה אז ווייל יענער איז געווען אפן מעג איך אויך זיין, יענעמ'ס ווייב האט אלעס אנגענומען גרינגער און דיין ווייב נישט.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:08 pm
קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:15 pm
הצעה.
האט איינער געהאט א זיידע באבע [אדער גאר עלטערן] וואס האבן זיך גוט געלעבט?
האבן זיי געשערט אלעס?
ס'איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט, יעדער מאן איז אנדערש און יעדע ווייב איז אנדערש. געוויסע פרויען עקסעפטן זאכן שנעלער און געוויסע נישט, געוויסע רעספעקטן מער און געוויסע ווייניגער, געוויסע האבן שלום בית בכלליות און געוויסע נישט. מ'קען נישט ברענגען א ראיה אז ווייל יענער איז געווען אפן מעג איך אויך זיין, יענעמ'ס ווייב האט אלעס אנגענומען גרינגער און דיין ווייב נישט.
די חילוק איז, אז דו רעדסט די מציאות עכ"פ ביי אסאך, און די אנדעע רעדן אין טעאריע מעגליך נוגע פאר געוויסע.
נאו דאק לאונס פאר 6.95% אימעיל [email protected]
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:53 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:35 pm
די עיקר נקודה אויף וואספארא אופן מיט וואספארא עטיטוד מיט וואספארא ניגון מיט וואספארא פערספעקטיוו זאכן ווערן געזאגט. אויב איז עס אויף די אופן וואס מ'האט גערעדט פריער אז מ'טיילט מיט נאטורליך ווייל ס'איז דיין נאנטע מענטש און נאטורליך דערציילסטו איר דיינע ענינים און פון א הארציגע פלאץ מקירוב הלב ווי דו רעדסט מיט איינעם וואס איז צו דיר נאנט, דעמאלטס אשריך.

אבער אויב ווערט זאכן געזאגט אויף א אופן פון סתם פארציילן נייעס וואסערע שלעכטע זאכן דו האסט געטון און וואסערע פוסטע זאכן דו האסט געזאגט, און ס'קומט פון א ריחוק'דיגע פלאץ נישט פון א נאנטקייט נאר סתם טרוקן דערציילן זאכן, דעמאלטס איז עס ווי אזוי ס'שטייט און ס'איז פשוט אזוי אז זי גייט אים אראפקוקן און באקומען א ווידערווילן.

מ'קען נישט "סתם" פארציילן זאכן, ס'דארף זיין א פועל יוצא פון א טיפע נאנטע ועל כל פשעים תכסה אהבה'דיגע קשר.

איך כאפ נאכאלץ נישט פארוואס דו טענה'סט אז דו זאגסט עפעס אנדערש ווי וואס איך זאג.
איך טענה נישט אזוי.

די עיקר זאך ווי איך קען נישט אגריען איז מיט דעי "זיך מאכן" מהלך. א מענטש קען נאר מאכן פאזעטיוו אנדערע אויב ער איז אליין פאזעטיוו, און דעיס קען נישט געשען אויב ער איז נישט פאזעטיוו און עקסעפטיוו אויך צו זיינע שלעכטע חלקים, אויב טרייט ער צו שפילן און אויסשפילן זיינע שלעכטע חלקים וועט ער אויף אן אמת נישט זיין פאזעטיוו און פרייליך, ממילא וועט ער נישט קענען עכט אריינברענגען אנדערע אין א פאזעטיווע געשמאקע שטימונג. א מענטש קען נישט געבן פאר אנדערע עפעס וואס ער אליינס פארמאגט נישט.

באט - ווי קען עגרי טו דיסעגרי.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:38 pm
איך טענה נישט אזוי.

די עיקר זאך ווי איך קען נישט אגריען איז מיט דעי "זיך מאכן" מהלך. א מענטש קען נאר מאכן פאזעטיוו אנדערע אויב ער איז אליין פאזעטיוו, און דעיס קען נישט געשען אויב ער איז נישט פאזעטיוו און עקסעפטיוו אויך צו זיינע שלעכטע חלקים, אויב טרייט ער צו שפילן און אויסשפילן זיינע שלעכטע חלקים וועט ער אויף אן אמת נישט זיין פאזעטיוו און פרייליך, ממילא וועט ער נישט קענען עכט אריינברענגען אנדערע אין א פאזעטיווע געשמאקע שטימונג. א מענטש קען נישט געבן פאר אנדערע עפעס וואס ער אליינס פארמאגט נישט.

באט - ווי קען עגרי טו דיסעגרי.
זאגסט דברים של טעם.

דו רעדסט ווען איינער האט א לאנגטערמיניגע שלעכטע חלק צו זיך, דאס קען מען טאקע נישט פאפן, הגם מ'קען עס אננעמען לייכטער און שווערער. און איך רעד ווען איינער האט געהאט א שלעכטע טאג און ער ווייסט אז דאס איז א דורכגאנג.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: דארף/זאל א מאן מיטטיילן אלעס מיט זיין ב"ב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

ראשעשיווע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:00 pm
איך שפיר ווי ס'איז דא א שטיקל דור הפלגה דא... והבן
געפערליכע דור הפלגה. מ'קריגט זיך נאך אהין און צוריק..
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”