וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שוין לאנג וואס עס ווירבלען מיר אין מח אזאנע מחשבות זרות, ווער זאגט אז חסיד'ישע אידן מוזן ארומדרייען מיט אזא ווארעמקייט צו זיך?? טשיל אביסל!! בארואיג דיר אביסל!

כלפי מה הדברים אמורים, אונז היימישע אידן גייען דאך אלץ... מ'גייט אין בית מדרש, אהיים פון כולל, מ'סטאפט אין גראסערי (טון א "חסד" מיטן ב"ב... כאילו אונז זענען נישט נהנה פון די פראדוקטן...) און פיל האבן נישט קיין אויטא. דרייוון א בייק?! כ'וויל דאך נאך טרעפן שידוכים פאר מיינע קינדער... א עלעקטעראנישער סקוטער?! כ'וויל נאך טרעפון א חדר פאר מיין זון... שבת איז דאך אפגערעדט... קידושים און אויפרופ'ן... (איינער ווייסט פארוואס פונקט שבת דארף זיין אזויפיל שמחות?!).
בלייבן מיר איבער קלעטערן גאנצעטע בלאק'ס טעגליך, און די זון טוט זיך אירס און גליעט פיין אויס אונזערע רוקנס און איז משפיע זאפטיגע טראפענס שווייס אויף אונזערע גלידער... ביי דע טיים מען ערהוילט זיך פונעם וועג אין ביהמ"ד דארף מען זיך שוין ארויסלאזן צוריק אויפן וועג אהיים... וחוזר חלילה...

וואס קען זיין די עצה?!? יא, די עירקאנדישאן ארבעט פעסט, אבער דאך נעמט עס צייט, (כרעד שוין נישט אויב דיין וועש איז נאס... קענסט פארגעסן... פאר זיין אידרויסן 5 מינוט וועסטיך מוטשען פאר 2 שעה מיט די קאנסעקווענצן...)

.
טייערע אידן אין אמעריקא, איך האב אן עצה בדוק ומנוסה: פאר איר גייט ארויס שפאצירט צו צום אייזקאסטן (פרידזשדער בלע"ז) און גיסט אייך אן א קאלטן גלאז וואסער און נאך איינס... אהה... יעצט קענט איר רואיג גיין אין גאס און ווערן צו שנעל אווערהיטע"ד... איר קומט אן אין ביהמ"ד אודך א צוויי גלאז קאטע וואסער... איר וועט האבן א אנדערן זוממער.

די הגיון איז פשוט, די עיקר שוויצעריי נעמט פון דעם וואס אייערע אינערליכע גלידער זענען אווערהיטע"ד פון זיך ראנגלען מיט די שמערצליכע היצן, און די אפעקט דערפון איז שווייס... אויב וועסטו ווארטן ביז די עיר קאנדישאן ברעכט דורך די נאסע ווארימע קליידונג אריין אינעם גוף, וועסטו טאקע ווארטן...
אבער אויב באגיסטו זיי מיט קילע וואסער סיי פארן ארויסגיין-זיי צו האלטן קיל, און סיי נאכדעם-צוריק צו אפקילן, דאן ארבעט עס פיל מער אפעקטיוו ווי די בעסטע עיר קאנדישאן יוניט... און אויך ביליגער...
נו לייג שוין אריין א וואסער אין פרידזש...
אאאההה... א קילער איד... א פרישער איד.... יעצט קענסטו טשילן....

{און צו אייך געטרייע שמשים אין ביהמ"ד: ביטע לייגט אריין מער קאלטע וואסער מאשינען, אויך אויף די אויבערשטע שטאק אין ביהמ"ד, (נאר אין היכל התורה איז מען הייס?!?!). און אויב שייך, א מאשין וואס מען מעג נוצן שבת קודש, (אדער שרייבט קלאר אז עס איז נישט ערלויבט צו נוצן אויף שבת)}
להשקות צמאי חסדיך.
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

גוטע געדאנק...

צו ס'וועט ארבעטן צו נישט ביניכניש זיכער, שבת פ''ו עמוד ב'

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

פאר די קעפל.
👌פאר די געדאנק.
👍פאר די שריפט.
🌻 🌻 🌻
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

איך ווייס נישט אויב די סגולה ארבעט אדער נישט, אבער צו אפקילן די קערפער איז אלץ בעסער ווארימע וואסער ווי איידער קאלטע וואסער, אזוי זאגן די מבינים
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיקל אום מיטוואך יוני 26, 2024 10:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:09 pm
איך ווייס נישט אויב די סגולה ארבעט אדער נישט, אבער צו אנווארימען די קערפער איז אלץ בעסער ווארימע וואסער ווי איידער קאלטע וואסער, אזוי זאגן די מבינים
ני? ער רעדט פון אפקילן.
🌻 🌻 🌻
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

א מין געדאנק דעס..
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

Sunflower האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:25 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:09 pm
איך ווייס נישט אויב די סגולה ארבעט אדער נישט, אבער צו אנווארימען די קערפער איז אלץ בעסער ווארימע וואסער ווי איידער קאלטע וואסער, אזוי זאגן די מבינים
ני? ער רעדט פון אפקילן.
איך אויך, געווען א טעות. ווארימע וואסער קילט שנעלער אפ די קערפער ווי קאלטע וואסער
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:34 pm
Sunflower האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:25 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:09 pm
איך ווייס נישט אויב די סגולה ארבעט אדער נישט, אבער צו אנווארימען די קערפער איז אלץ בעסער ווארימע וואסער ווי איידער קאלטע וואסער, אזוי זאגן די מבינים
ני? ער רעדט פון אפקילן.
איך אויך, געווען א טעות. ווארימע וואסער קילט שנעלער אפ די קערפער ווי קאלטע וואסער
וואס הייסט? וואס איז די לאגיק שבו?
🌻 🌻 🌻
חברונער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

וואס טוט איינער וואס טרינקט נאר סינק וואסער ?
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

😉פארן קעפל
פארן שריפט
.
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חברונער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:44 pm

וואס טוט איינער וואס טרינקט נאר סינק וואסער ?
אזא מין לומדישע קשיא פאסט פאר @ליטווישער ...
וואס הייסט וואס?! ער הערט אויף די רגע!!
אדער גיסט ער אריין פון קראן אין א ליידיגע מים חיים פלאש און אריין אין פרידזש...
דארפסט נאך עיצות?

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:42 pm
גוטע געדאנק...

צו ס'וועט ארבעטן צו נישט ביניכניש זיכער, שבת פ''ו עמוד ב'
שם איירי בחמימות הבא מחמת מצוות וזה שייך אף בימות החורף
אונז רעדן פון די ספעציעלע זוממער היצן ודו"ק
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

דער קעפל איז בריליאנט

די איידיע גיימער שויןפראבירן

א יישר כח אויב ס'ארבעט
חברונער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:08 pm
חברונער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:44 pm

וואס טוט איינער וואס טרינקט נאר סינק וואסער ?
אזא מין לומדישע קשיא פאסט פאר @ליטווישער ...
וואס הייסט וואס?! ער הערט אויף די רגע!!
אדער גיסט ער אריין פון קראן אין א ליידיגע מים חיים פלאש און אריין אין פרידזש...
דארפסט נאך עיצות?
די פראבלעם איז אז די באטל וואסער האט א חשש פון ווערים, אזוי אויך אויב די וואסער איז צו קאלט דאן קען מען נישט טרינקן א שיעור ברכה און זיכער נישט א שיעור נאך ברכה
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:08 am
דער קעפל איז בריליאנט

די איידיע גיימער שויןפראבירן

א יישר כח אויב ס'ארבעט
מוזט נישט "די רגע ארוילויפן"... קענסט ווארטן אויף מארגן ס'העט זיין הייסער...
בד"וו טרינק שטייט... קענסטעך נאך פארקילן...
דשאסט קידדינג. אבער ס'נישט אזוי גרינג צו שלונגען צוויי כוסות קאלטע וואסער ברציפות...
אבדק''ק פראג והגלילות
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:10 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:08 pm
חברונער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:44 pm

וואס טוט איינער וואס טרינקט נאר סינק וואסער ?
אזא מין לומדישע קשיא פאסט פאר @ליטווישער ...
וואס הייסט וואס?! ער הערט אויף די רגע!!
אדער גיסט ער אריין פון קראן אין א ליידיגע מים חיים פלאש און אריין אין פרידזש...
דארפסט נאך עיצות?
די פראבלעם איז אז די באטל וואסער האט א חשש פון ווערים, אזוי אויך אויב די וואסער איז צו קאלט דאן קען מען נישט טרינקן א שיעור ברכה און זיכער נישט א שיעור נאך ברכה
שווער צו וויסן ווען דו ביסטו סארקאסטיש...
אבדק''ק פראג והגלילות
חברונער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:16 am
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:10 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:08 pm
חברונער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:44 pm

וואס טוט איינער וואס טרינקט נאר סינק וואסער ?
אזא מין לומדישע קשיא פאסט פאר @ליטווישער ...
וואס הייסט וואס?! ער הערט אויף די רגע!!
אדער גיסט ער אריין פון קראן אין א ליידיגע מים חיים פלאש און אריין אין פרידזש...
דארפסט נאך עיצות?
די פראבלעם איז אז די באטל וואסער האט א חשש פון ווערים, אזוי אויך אויב די וואסער איז צו קאלט דאן קען מען נישט טרינקן א שיעור ברכה און זיכער נישט א שיעור נאך ברכה
שווער צו וויסן ווען דו ביסטו סארקאסטיש...
א כלל, אייביג.
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

דער אשכול קעפל האט מיר דערמאנט פין א מימרא וואס מיין מגי"ש האט אמאל געזאגט, ער איז געזיצן אין קאר אין זיך אנגעשטויסן אין א באמפער סטיקער אין פארנט פין אים שיין ארויפגעקלעפט אויף א קריספי ברענד ניו קעדילעק און די סטיקער האט זיך געליינט ווי פאלגנד: "איך בין א פשוטע איד" האט מיין מגי"ש א גלייכע יעקישע מיטן בענדאון אראפ זיך זייער געווינדערט אין געפרעגט מיט שטוינונג, "אויב זענט איר א פשוטע איד פארוואס דרייווט איר נישט א פשוטע קאר"????????????????????????????????????
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

צ"ק

ס'שטייט טאקע נישט אין ערגעץ אז מ'דארף זיין א ווארימע איד וכן נוהגין בהרבה מקומות...

בנוגע די וואסער איז עס טאקע א גוטע געדאנק איך וועל איבערגעבן פאר די שמש פון מיין שוהל.

שכוח רב לנדא פאר די גוטע עצות און ארטיקלען
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

@יצחק אייזיקל איז גערעכט אז צו נישט זיין אויסגעטרוקנט איז אסאך בעסער רום טעמפ וואסער, קאלטע וואסער זאפט זיך נישט איין אין די גוף נאר לויפט ארויס, @יחזקאל סגל לנדא רעדט פון זיך אפקילן וואס האט גארנישט מיט היידרעישן.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ישר כח פאר די עצה, און פראקטיש גערעדט: אסאך יודן וואלטן געהאט א רואיגערע זומער ווען מ'נוצט ווען סקוטער'ס. אפי' נישט עלעקטראנישע.
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

אויף'ן קעפעל האב איך געהאלטן אז מ'רייסט זיך אויף כוחות דא.
עניוועי שיין געשריבן, איך טי עס ארבעט א מחי.
ס'דא נאך א געדאנק פאר די גייסט ארויס פין שויער אינדערפרי מאך אים קאלט.
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 am
@יצחק אייזיקל איז גערעכט אז צו נישט זיין אויסגעטרוקנט איז אסאך בעסער רום טעמפ וואסער, קאלטע וואסער זאפט זיך נישט איין אין די גוף נאר לויפט ארויס, @יחזקאל סגל לנדא רעדט פון זיך אפקילן וואס האט גארנישט מיט היידרעישן.
@ליבי ובשרי קומסט אריין קלאר
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: וואו שטייט מ'דארף זיין א ווארימע איד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

שכויעך!!!
@יחזקאל סגל לנדא האסט מיר גענומען אויף א רייד פון דער קעפל ביז די תוכן...
אבער אזויווי אייביג האסטו אונז נישט אנטוישט!!! קי"פ אי"ט קאמינ"ג!!!
בד"וו אונז ווארטן אויף נאך ארץ ישראלדיגע ארטיקלען...
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”