טאלאנטן???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אמת
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

טאלאנטן. א געשמאקע ווארט צו הערן און נאך געשמאקער צו האבן...
איך וויל דא אין דעם אשכול אריינגיין אביסל אין 2 טאלאנטן צו פארשטיין וואס זיי זענען, וויבאלד איך פארשטיי זיי נישט אינגאנצן, און איך וויל בעטן דעם ציבור זאל אביסל יא מסביר זיין די טאלאנט אין די 2 קאנצעפטן. עס זענען דא טאלאנטן וואס יעדער פארשטייט די טאלאנט שבו, ווי למשל מאלן, דער קען מאלן א שיינעם בילד און דער קען עס עפעס נישט טון, אבער אויף זינגען און שרייבן פארשטיי איך נישט די טאלאנט שבו, כמעט יעדער מענטש קען זינגען, וואס מיינט טאלאנט, א שיינע קול? איך ווייס אסאך זינגערס וואס זייער שטימע איז נישט מורא'דיג, און זיי האבן די 'טאלאנט' פון זינגען, און איך מיין די זעלבע זאך איז מיט שרייבן.
אדרבה זאל מיר די עולם מסביר זיין.
פיאקער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

זינגער:
האלטן א טאן
קענען גוט דרייען
וויסן וויאזוי צו נוצן די קול
האבן א שיינע קול
וויסן וואו צוצולייגן געפיל
וויאזוי צו הייבן אן עולם
צולייגן קנייטשן
וויסן וואו צו אטעמען
וויסן וואו צו דריקן
פיאקער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

שרייבער:
אויף וועלכע אופן צו ברענגען די אינפארמאציע פאר'ן ליינער
פון וועלכע ריכטונג צו דערציילן די מעשה
דארף האבן א גוטן שפראך
דארף זיך קענען גוט אויסדריקן
וויסן וועלכע לשונות צו נוצן
דארף קענען גראמאטיק און ספעלינג
אראפלייגן דראמאטיש
וואו צו מאריך זיין און וואו צו מקצר זיין
טראכטן וואס דער ליינער וועט הנאה האבן
מענדי קענדי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 17, 2024 12:19 pm

Re: טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי קענדי »

די טאלאנט פון זונגען ליגט און די נשמה פון דעים ניגון.

סתם וויסן וויאזוי צו האלטן א טאן איז א טאלאנט וואס רוב מענטשן האבן סא איך וואלט עס נישט אנגערופן א טאלאנט. די טאלאנט ליגט און פארשטיין צו די היכל און וואס דעי ניגון ברענגט דיך אריין און לויט דעים וויסן וואס פאר א ניגון צו זונגען ווען און ווי אזוי.
פיאקער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

מענדי קענדי האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:17 pm
די טאלאנט פון זונגען ליגט און די נשמה פון דעים ניגון.

סתם וויסן וויאזוי צו האלטן א טאן איז א טאלאנט וואס רוב מענטשן האבן סא איך וואלט עס נישט אנגערופן א טאלאנט. די טאלאנט ליגט און פארשטיין צו די היכל און וואס דעי ניגון ברענגט דיך אריין און לויט דעים וויסן וואס פאר א ניגון צו זונגען ווען און ווי אזוי.
אויך אמת.

מ'דארף אבער וויסן וועלכע טאן צו נוצן.
אויף וועלכע טאן אנצוהייבן א ניגון.
ווען צו טוישן טאן.
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

מענדי קענדי האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:17 pm
די טאלאנט פון זונגען ליגט און די נשמה פון דעים ניגון.

סתם וויסן וויאזוי צו האלטן א טאן איז א טאלאנט וואס רוב מענטשן האבן סא איך וואלט עס נישט אנגערופן א טאלאנט. די טאלאנט ליגט און פארשטיין צו די היכל און וואס דעי ניגון ברענגט דיך אריין און לויט דעים וויסן וואס פאר א ניגון צו זונגען ווען און ווי אזוי.
די וואס ליגן דערין ווייסן אז האלטן א טאן צו קענען זיין א זינגער איז נישט אזוי פשוט ווי דער דורכשניטליכער מענטש
א שפריכווארט מיט א סענס אף יומער

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין אמת'ע מהות און כאראקטער.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: טאלאנטן???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

ליגנער:
זיין קריעיטי"וו
גוטע שפראך
נישט רויט ווערן
קענען דרייען א מעשה 360* תוך כדי דיבור
מח שליט על הלב
גוט קענען אפלערנען די אנדערע מענטש
זיין דראמאטיש
"נישט מודה זיין ווען יענער כאפט דיר ווילאנג ער קען עס נישט מוכיח זיין..."
וכו' וכו' ...

*

#ליגנט_זאגן_דארף_מען_קענען
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”