א פסוק אין פיסק
אונז גיימיר דא ברענגן א תגובה וואס ס'איז אונז בייגעפאלן א מליצה דערויף, מלשון הקרא, מאמר חז"ל וכדו'; און דער עולם איז מכובד ווייטער צו בויען אויף דעם גג על גג, מגדלות פורחות באויר וכו'.
עצה טובה כמאשמעלאו, ביטע ציטירן דער פריערדיגע תגובה אויף וואס איר ענפערט, אזוי אז אויב עס מאכט זיך עטליכע מהלכים (אדער אויב מ'בויעט אויף עטליכע תגובות אויפאמאל), זאל מען וויסן כלפי מה הדברים אמורים.
פארשטייט זיך, יעדער קען ברענגען תגובות און זיך צו'מליצ'ן אויף זיי כדבעי.