וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4163
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

לאמיר דא מטכס עצה זיין וואס צו טון פאר אינזער עתיד!

די וואך איז פארגעקומען אויסטערליש וויכטיגע וואלן אין וויליאמסבורג, און די רעזולטאטן פון אינזער מעכטיגע בלאק-וואוט האט געשאסן כוואליעס ביז אלבעני. אזוי וואלט ווען גאדארפט זיין אבער ניין! כ'ווייס נישט צו וויליאמסבורג האט דעליווערט גאנצע 300 שטומען!

תושבי וויליאמסבורג וואוינען דא אין 3 מיליאן דאללער הייזער און וועלן נישט אוועקגעבן קיין 15 מינוט פאר עפעס וואס וועט זיי אפעקטירן יעדן טאג אין לעבן.

מיר גייען בלייבן סטאק אין א ליבעראלער גיהנם אנלעסס מען מאכט א 360 טורן. מיר קענען האבן אן אייגענעם קאנסיל מעמבער, אסעמבלי און מער אויב מיר וועלן נאר אביסל קערן איבער זיך. מיר וואלטן געקענט זיין קעניג אין די געגנט, אבער מיר געבן עס בידים איבער פאר די לינקסטע עלעמענטן צו באלבאטעווען אויף אונזערע גאסן אין וואס אונזערע קינדער וואקן אויף ברוחניות און גשמיות.

אז תושבי מאנסי האבן דאס געקענט באווייזן קענען מיר אויך, אז תושבי קעסקעיד האבן דאס באוויזן קענען מיר אויך. עס פעלט אינז נאר די רצון.

ווען וועלט איז ווען וועלט, וואלט וויליאמסבורג געקענט דעליווערן א סמעשינג 50,000 שטומען ביי די וואלן, אבער אין מציאות קומען ארויס שטומען אפשר %0.5 פון אינזער וואל כח!

וויאזוי האט נאר אבאמע געזאגט: אלעקשאן'ס האבן קאנסעקווענצן! ליידער האב מיר שוין געזעהן די קאנסעקווענצן פון אינזער פארנאכליסגקייט אין די לעצטערע יארן.

רויבער'ס און ראטן דרייען זיך אויף די גאסן ווי אין די 80'ער יארן, מאפעדס טערארעזירן אינזערע גאסן אין שטעלן איין די לעבן פון אונזערע קינדער. מ'שפארט אפ גאר וויכטיגע גאסן ארום אינז אז הינט אין בייקער'ס זאלן האבן ווי צו פארברענגן. באס לעינ'ס מיט בייק לעינ'ס זענען שוין באלד דא מער ווי קארס, פאר קארס האט מען נאך נישט געבויט דא קיין שום פרישע פראיעקט אין די לעצטע 50 יאר, מ'האט נאר פארמאכט גאר וויכטיגע גאסן, אוועקגענומען א לעין פון די BQE, פארמאכט די פראספעקט פארק פאר קארס, יעצט וויל מען מאכן די מעקגינעס בולעווארד פאר א סינגעל לעין גאס, מ'גייט דארפן צאלן טייער געלט אריבערצופארן די וויליאמסבורג בריק וכד'ו היימישע לענדלארדס שטייען אויס רדיפות דורך אינזער אייגענע פאליטישענס וואס רייסן אינז אפן אראפ אלץ סלאמלארדס, און מ'פרובירט אוועקצונעמען די ביסעלע וואס מ'קען נאך ארויסקוועטשן אין די ניו יארק סיטי ריעל עסטעיט (אינזער גרעסטע מקור למחיה) מיט רענט סטעיבעלעזעישען גוד קאז וכל שם וחניכיה דאית ליה. די ליסטע קען גיין ווייטער און ווייטער און מ'וועט קיינמאל נישט ענדיגן.

ביי די וואלן די וואך איז געלאפן א קאנדידאט וואס האט זיך ספעציעל אריינגעלייגט צו פארשטיין די זארגן פון די אידישע געמיינדע אין וויליאמסבורג, און זי איז אפען ארויסגעקומען פארדאמען די אלע ליבעראלע אנשויאינגען. זי האט געלאזט הענגן צעטליך אויף די וויליאמסבורגע גאסן אין אידיש מסביר צו זיין וואספארע חורבן אינזער יעצטיגע פארטרעטער'ס מאכן אינז אן, זי איז געווען זיכער אז אינז וועל מיר זיך אננעמען פאר אונזערע רעכטן, און ארויסקומען אין די מאסן שטומען, אבער והינו ללעג וקלס בגוים, ניטאמאל פארן אינקאמבענט איז מען ארויסגעקומען שטומען, גארנישט! כמעט וואס קיין איד האט זיך נישט באוויזן אין די שטום בודקע'ס. די קאמפיין האט געשטעלט מענטשן צו פארטיילן צעטלעך אין די אידישע שפראך פאר די מאסן וויליאמסבורגע איינוואונער וואס גייען ארויסקומען זיך אננעמען פאר זייערע רעכטן, אבער זיי זענען ערשטוינט געווארן צו זעהן אז קיינער באווייזט זיך נישט. איך האב גערעדט מיט א אינגערמאן וואס איז געווען אין קאנטאקט מיט יענע קאמפיין, זיי האבן געהאלטן און איין רופן דורכאויס'ן טאג פרעגן ווי איז די עולם? ניטאמאל פארן אינקאמבענט שטומט מען? גארנישט? ער האט זיי פרובירט מסביר צו זיין אז אינזער עולם קומט ארויס מער אין די אווענט שטונדען, אבער ליידער ניין קיינער האט זיך נישט באוויזן! מיר האבן געשיקט די מעסעדזש קיין אלבעני אז אינז קען מען באגראבן, מ'מעג טשעפענען מיט אינזער חינוך, מיט אינזער פרנסה'ס, מיט אינזער פראפערטי טעקס, מיט אינזערע גאסן, און אינז גיימיר סייווי נישט גיין שטומען!

דאס מיז זיך טוישן! אפילו ווען נאר בלויז %20 פון אינזערע וויילער וועלן ארויסקומען שטומען וואלטן מיר געהאט א מעכטיגן בלאק-וואוט, אבער ליידער קומט קיינער נישט ארויס! מיר זענען זיך מבזה בעיני הגוים און מיר לאזן זיך אומזיסט טרעטן!

לאמיר אויפקומען מיט א געדאנק וויאזוי מיר קענען זיכער מאכן אז פון היינט און ווייטער וועט ''יעדע וויליאמסבורגער איינוואונער'' גיין שטומען. יעדע משפחה וועט ארויסגיין מאן און ווייב מיט די עלטערע קינדער 1-2 מאל א יאר פאר 15 מינוט צו גיין שטומען פאר אינזער עתיד!

איין געדאנק וואס איך טראכט איז, אז אפשר דארפן די מוסדות התורה זיך צוזאמנעמען, און אינפארסירן דאס גיין שטומען. כדי צו קענען ארויסנעמען די רעגיסטראציע קארטל וכד'ו וועלן ביידע עלטערן מיזן האבן געווען שטומען, ישיבות זאלן רעגיסטרירן אלע 18 יעריגע בחורים און זיי אפטראגן מיט באס'עס צו די שטום בודקע'ס, כוללים זאלן פארלאנגן פון די אינגעלייט צו שטומען בכדי צו באקומען כולל געלט וכד'ו.

זאל זיך די עולם דא לאזן הערן געדאנקען, און לאמיר עס אויספירן, למען עתידותינו!

אייוועלט האט שוין באוויזן גרויסע זאכן אין די פארגאנגענהייט לאמיר דאס אויך באווייזן! כי בידינו הדבר!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך האב נישט געזעהן קיין שום צעטליך אדער עפעס א אויכוואכונג יעצט וועגן וואטן, אז מען רעדט נישט דערפון דעמאלטס גייט מען נישט

איך זאג עס נישט אלץ תירוץ אבער דאס איז ליידער די מציעות
אוועטאר
דאס טוישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:15 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס טוישן »

עס האט א סיבה וד"ל... אמאל פלעגן מענטשן שטימען.
א געזונטן ווינטער!
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

איך האב געוואויט עבסענטי
אזוי אויך עטליכע וואס איך ווייס

האט מען שוין די עבסענטי דאטא?
הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

די שרייבסט אז די פרובלעם איז אז מיר גייען נישט שטימען.
נאמבער 2 אז די ליבערעלס ציפירן זיך די הענט.
אבער די גרעסטע פראבלעם איז אז ווען וויליאמסבורג פלעגט יא גיין שטימען איז עס אייביג געווען פאר אט די ליבעראלע בהמת! אינז האמיר אסאך פון זיי אריין געוואויט. סא איז בעסער אז אינז גייען נישט שטימען!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אפשר וועגן טעגלאש סיבות? מי בראש?
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

איך גיי זאגען מיין מיינוג ווייל די פרעגסט, אבּער פארשׁטיינער מיר נישׁט,
איך ליג נישׁט און פּאליטיק אבּער אלטץ א מיטעלע / הויכע פארדינער זעי איך נישׁט גארנישׁט וואס די עסקנים העלפן / ארבּעטן לטובתי.
אויבּ עפּעס פארקערט.. זענען נאר דא צי בּרענגען נאך און נאך פאר די נידריגע פארדינער אדער פאר די גרויסע קנאקערס / מוסדות.
בּ"ה איך פארדין און שׁטופּ דורך און וויין ווי מיין געלט ווערט פארוואסערט, און שׁוין!!!
יעצט שׁריי נעגעטיוו וכדּּּּ֝
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קיין איין צעטל נישט געזעהן פאר די אויגן
אויך קיין איין פאון קאלל נישט ערהאלטן
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 08, 2016 3:17 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך »

VZQ האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:30 pm
איך גיי זאגען מיין מיינוג ווייל די פרעגסט, אבּער פארשׁטיינער מיר נישׁט,
איך ליג נישׁט און פּאליטיק אבּער אלטץ א מיטעלע / הויכע פארדינער זעי איך נישׁט גארנישׁט וואס די עסקנים העלפן / ארבּעטן לטובתי.
אויבּ עפּעס פארקערט.. זענען נאר דא צי בּרענגען נאך און נאך פאר די נידריגע פארדינער אדער פאר די גרויסע קנאקערס / מוסדות.
בּ"ה איך פארדין און שׁטופּ דורך און וויין ווי מיין געלט ווערט פארוואסערט, און שׁוין!!!
יעצט שׁריי נעגעטיוו וכדּּּּ֝
גא"מ אלעס וועגן פאנדינג און פראגרעמס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4163
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:31 pm
קיין איין צעטל נישט געזעהן פאר די אויגן
אויך קיין איין פאון קאלל נישט ערהאלטן
צו די אלע וואס פרעגן די קשיא: אסאך מאל קענען נישט די עסקנים ארויסקומען קעגן אמטירענדע קאנדידאטן, און אזא פאל דארף מען ניצן אליין די 5'טע שולחן ערוך און מאכן ריסערטש ווער פון די קאנדידאטן זענען בעסער פאר אינזערע אינטערעסן!

אבער אפילו מ'ווייסט נישט פאר וועם צו שטומען, אדער מ'האלט נישט ביים שטומען וויבאלד מ'האלט אז די עסקנים האבן אייגענע אינטערעסן, איז נאך אלץ קריטיש וויכטיג צו גיין שטומען פאר סיי וועם, אז די פאליטישאנ'ס זאלן וויסן אז אינזער עולם האט א וואל כח, אויף ווען מ'קען מער נישט טרעטן!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16573
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אז דו ווילסט אז מענטשן זאלן ארויסקומען אין די מאסן דארפסטו מאניופעקטשורן א קאנטראווערסיע, א פייט, עפעס א סטעיטמענט, א קריוודע, א דיסקרימינאציע, עפעס וואס עמך איינוואוינער זאלן מיטהאלטן אין די וואכן/חדשים פאר די וואלן.
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024

רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר

וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5227
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מען האט עס אביוזד. מען שפילט פאליקטיק מיט די מענטשהייט. און מען שלעפט ארויס אויך ווען עס איז נישט וויכטיג מען שרייט וואלף צופיל מאל. מענטשן זענען נמאס פון די גאנצע געים און דאס זענען די תוצאות.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

@פאסט טרעגער הייב שוין אן צו זוכן א פאסיגן קאנדידאט פאר די דזשענעראל עלעקשאנס, ביי די דזשענעראל קען מען יא שטימען פאר א רייט-אין.
שטימט ניין אויף פראפאזישאן 1.
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

ווען אידן פון וויליאמסבורג וואלטן געמאכט א חשבון הנפש וואלטן אסאך שוין נישט געוואוינט דארטן… עולם גולם טראכט נישט צופיל
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

דאס טוישן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:18 pm
עס האט א סיבה ודי... אמאל פלעגן מענטשן שטימען.
אין מאנסי/ק"י און אפילו אין ב"פ איז דא ריזיגע טורן אוטס,
און מאנסי האט מען לעצטענס אנגעהויבן א קאמפיין טאקע צילוב דעם וד"ל סיבה אז מען זאל וואוטען נישט קיין חילוק פאר וועם אבער "וואוט" ווייז אז אינז האמיר א כח, פאר א סיבה איז שוין דער ספיקער פין קאנגרעס געקומען 2 מאל צי ראקלענד זינט אינז האבן אריינגעשטעלט מייק לאולער, פארוואס? ווייל מיר האבן א כח פינטעל
די סיבה פין די וויליאמסבורגע נישט וואוטען האט מיט ענקער מענטעליטי גארנישט מער #YOU DON'T CARE

האקט
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
יעדע מענטש/חסידות/קרייז האט זיך זיין "מאיר'קע" און זיין "ציונות"
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:38 pm
אז דו ווילסט אז מענטשן זאלן ארויסקומען אין די מאסן דארפסטו מאניופעקטשורן א קאנטראווערסיע, א פייט, עפעס א סטעיטמענט, א קריוודע, א דיסקרימינאציע, עפעס וואס עמך איינוואוינער זאלן מיטהאלטן אין די וואכן/חדשים פאר די וואלן.
האט מען נישט געטרייט אביסל? תגובות זענען געפלויגן, אשכולות פארמאכט...
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:38 pm
אז דו ווילסט אז מענטשן זאלן ארויסקומען אין די מאסן דארפסטו מאניופעקטשורן א קאנטראווערסיע, א פייט, עפעס א סטעיטמענט, א קריוודע, א דיסקרימינאציע, עפעס וואס עמך איינוואוינער זאלן מיטהאלטן אין די וואכן/חדשים פאר די וואלן.
דאס איז וואס די פותח האשכול שרייט, מען האלט מיט טאג נאך טאג וווי אונזער געגונט ווערט א דיזעסטער, אבער קיינער גייט נישט וואוטן.
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

ויקשב וישמע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:59 pm
דאס טוישן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:18 pm
עס האט א סיבה ודי... אמאל פלעגן מענטשן שטימען.
אין מאנסי/ק"י און אפילו אין ב"פ איז דא ריזיגע טורן אוטס,
און מאנסי האט מען לעצטענס אנגעהויבן א קאמפיין טאקע צילוב דעם ודי סיבה אז מען זאל וואוטען נישט קיין חילוק פאר וועם אבער "וואוט" ווייז אז אינז האמיר א כח, פאר א סיבה איז שוין דער ספיקער פין קאנגרעס געקומען 2 מאל צי ראקלענד זינט אינז האבן אריינגעשטעלט מייק לאולער, פארוואס? ווייל מיר האבן א כח פינטעל
די סיבה פין די וויליאמסבורגע נישט וואוטען האט מיט ענקער מענטעליטי גארנישט מער #YOU DON'T CARE

האקט
פארוואס צוטיילסטו וויליאמסבורג מיט ב"פ? ס'איז א סיטי פראבלעם ב"פ איז נישט בעסער.

יא, אפסטעיט איז פיל בעסער און קען טאקע זיין אז די סיבה איז אז אפילו ס'נישטא איין קאנדידאט וואס מען איז פאראייניגט אונטער וועלן אבער אייביג זיין עסקנים וואסן וועלן שטופן אנדערע אפציעס ווי די מעין סטריעם עסקנים וואס דעיס קריע"ט א טארן אוט אזוי ווי @שלמה הילדעסהיימער האט געשריבען.
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:50 pm
וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!



איין געדאנק וואס איך טראכט איז, אז אפשר דארפן די מוסדות התורה זיך צוזאמנעמען, און אינפארסירן דאס גיין שטומען. כדי צו קענען ארויסנעמען די רעגיסטראציע קארטל וכד'ו וועלן ביידע עלטערן מיזן האבן געווען שטומען, ישיבות זאלן רעגיסטרירן אלע 18 יעריגע בחורים און זיי אפטראגן מיט באס'עס צו די שטום בודקע'ס, כוללים זאלן פארלאנגן פון די אינגעלייט צו שטומען בכדי צו באקומען כולל געלט וכד'ו.

זאל זיך די עולם דא לאזן הערן געדאנקען, און לאמיר עס אויספירן, למען עתידותינו!

אייוועלט האט שוין באוויזן גרויסע זאכן אין די פארגאנגענהייט לאמיר דאס אויך באווייזן! כי בידינו הדבר!
מ'דארף ניטאמאל זיין אזוי אגרעסיוו, יעדע אינגל/מיידי וואס קומט צוריק מיט א I voted סטיקער באקומט א פרייז אין א נאש... זיי וועלן מאכן א דזשאב מיט די עלטערען שוין....
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

הולך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:22 pm
די שרייבסט אז די פרובלעם איז אז מיר גייען נישט שטימען.
נאמבער 2 אז די ליבערעלס ציפירן זיך די הענט.
אבער די גרעסטע פראבלעם איז אז ווען וויליאמסבורג פלעגט יא גיין שטימען איז עס אייביג געווען פאר אט די ליבעראלע בהמת! אינז האמיר אסאך פון זיי אריין געוואויט. סא איז בעסער אז אינז גייען נישט שטימען!
נומער איינס: מיר וואוינען אין ניו יארק סיטי וואו רעכטע געזעצגעבער האבן נישט צופיל מאכט סיי וויי, זייערע בילס קענען נישט דורכגיין און זיי זענען בדרך כלל נישט קיין מכריע ביים שטימען אויף געזעצן ווייל רוב געגנטער אין ניו יארק סיטי ווערן רעפעזענטירט דורך לינקע געזעצגעבער.

אבער אפ׳ פון די דעמאקראטן זענען פארהאן געפערליכע לינקע וואס דאס האט מען געקענט צומאל אויסמיידן. דזשאו לענטאל וואלט רואיג געקענט געווינען קעגן עמעלי געלעגער, וואלטן מיר געהאט איין לינקע קאנדידאט ווייניגער אין אלבאני. די לינקע באוועגונג מוז האבן יעדע איינציגסטע שטימע אויף געוויסע בילס צו שטערן אדער דורכצופירן.
ישראל אשר בך אתפאר
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

מ'האט נעכטן געוואוט? פון ווי האב איך געדארפט וויסן?
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:42 pm
מ'האט נעכטן געוואוט? פון ווי האב איך געדארפט וויסן?
כא'נישט געוויסט מען דיעלט מיט דעי מין סיטאציעס....
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:36 pm
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:31 pm
קיין איין צעטל נישט געזעהן פאר די אויגן
אויך קיין איין פאון קאלל נישט ערהאלטן
צו די אלע וואס פרעגן די קשיא: אסאך מאל קענען נישט די עסקנים ארויסקומען קעגן אמטירענדע קאנדידאטן, און אזא פאל דארף מען ניצן אליין די 5'טע שולחן ערוך און מאכן ריסערטש ווער פון די קאנדידאטן זענען בעסער פאר אינזערע אינטערעסן!

אבער אפילו מ'ווייסט נישט פאר וועם צו שטומען, אדער מ'האלט נישט ביים שטומען וויבאלד מ'האלט אז די עסקנים האבן אייגענע אינטערעסן, איז נאך אלץ קריטיש וויכטיג צו גיין שטומען פאר סיי וועם, אז די פאליטישאנ'ס זאלן וויסן אז אינזער עולם האט א וואל כח, אויף ווען מ'קען מער נישט טרעטן!
אסאך מענטשן האבן מיטאמאל געוויסט אז עס איז דא אילעקשענס
ווייטער נישט אז עס איז א תירוץ אבער דאס איז די מציאות
לעצט פארראכטן דורך Haklal אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4816
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

די זעלבע סיבה פארוואס מענטשן וואוינען נאך דא צאלנדיג שווערע געלטער פאר קאנטרי וכו' אן טראכטן פון ארויס מאפן, זאל עס קאסטן געלט, שלום בית, חינוך וכו',
פאר די זעלבע סיבה גייען זיי נישט שטימען.
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וויליאמסבורג דארף א חשבון הנפש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:51 pm
די זעלבע סיבה פארוואס מענטשן וואוינען נאך דא צאלנדיג שווערע געלטער פאר קאנטרי וכו' אן טראכטן פון ארויס מאפן, זאל עס קאסטן געלט, שלום בית, חינוך וכו',
פאר די זעלבע סיבה גייען זיי נישט שטימען.
און פאר די זעלבע סיבה פארוואס סיז דא אזויפיל ראטן און זעקס פיסיגע דאגיס, און יעדער איז אויף פילן
...
אויטש

דאס אז נעכטן האט מען זיך געבראטן אין 96גער דערמנאט נישט קיינער....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”