פון דיין קאקאש טייגל, ציפ אראפ, נעם אראפ! פרשת שלח,

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

פון דיין קאקאש טייגל, ציפ אראפ, נעם אראפ! פרשת שלח,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פון דיין קאקאש טייגל, ציפ אראפ, נעם אראפ!
פרשת שלח



ראשית עריסותיכם
לפני אלוקיכם
תרימו חלה לשם,

איך שטעל דיך פאר נסיון
זאלסט געבן פארן כהן
א טייגל א רויען
תרומה דער נעם פון דעם,

אנדערש ווי מעשר און תרומות
אן אויבן אן באקומ'עס
מאכט מען דיר פון צימעס
נאך די מעשה פון די מרגלים,

מ'האט געזעהן זייער מיסטעיק
לאמער זיי גראד מאכן דעם וועג
זיי באלייכטן זייער טעג
און די אמונה מער נישט דאגה'לען,

ווייל תרומה פון א פערטיג ווייצל
נישט אזוי שווער אצל
נישט געשוויצט, מ'האט גארנישט גענוצט
דערפאר קען ער געבן א כזית א כביצה'ל

אבער א טייגעל איינגעקנויטן
דערפון קאקאש בייגל ברויטן
דאך ציפ אראפ נעם אראפ
פארן באשעפער אזוי געבן,

פון די אייגענע מעשי ידיהם
דעם באשעפער דערפריי אים
א קרוין דערפון ניי אים
פון דיינע כוחות,

פארשטיי דעם געדאנק
דיינע כוחות איז א געשאנק
די שטייגסט דערפון אין ראנג
דיין אמונה אזוי הויעך איז

די געדאנק איז א פלאכן
מיט אלע אונזער זאכן
פארן באשעפער לאמער מאכן
דעם באשעפער פון דער וועלט

!א גוט שבת
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פון דיין קאקאש טייגל, ציפ אראפ, נעם אראפ! פרשת שלח,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

זייער שיין. גוט שבת.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פון דיין קאקאש טייגל, ציפ אראפ, נעם אראפ! פרשת שלח,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

# שוואכער_איז_אוט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”