דיין טאטע ווייסט בעסער!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פראפעסאר
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

ר' צבי איז א שיינע ביזנעסמאן מיט א ברייט פארצווייגטע ביזנעס ארום די וועלט, און געניסט פון א שטארקע הצלחה ב''ה.
זיין עלסטע זון אפרים האט חתונה געהאט מיט 2 יאר צוריק און גרייט זיך יעצט אריינצוגיין אין טאטנ'ס ביזנעס, ר' צבי האט גאר שטארק געוואלט אבער לערנען פאר זיין זוהן ביזנעס טאקטיקן, ער זאל קענען אליינס אויספיגערן די זאך, האט ר' צבי, אנשטאטס אים געבן א הויכע פאסטן אין די ביזנעס, אים געגעבן א פשוט'ע אפיס ארבעט, זייענדיג מסביר פאר אפרים אז ער וויל אים אויסלערנען וויאזוי מען מאכט געלט פון אוועקלייגן יעדע חודש א סכום הגון אין א 'היי יילד' סעיווינגס אקאונט, און אזוי נאך אפאר יאר וואס די געלט האלט אין איין וואקסן, און מען איז שוין עטליכע יאר אין די ליין, איז מען גרייט עס צו אינוועסטן אין א ביזנעס.
אפרים אבער האט נאר אויפגעכאפט איין פוינט, אז זיין טאטע וויל אז ער זאל זיין א ביזנעסמאן! ער האט גלייך די ערשטע חודש גענומען האלב פון זיין פעי טשעק, געלאפן צו א טשייניז, א אינוועסטאר וואס איז ברייט באקאנט מיט זיינע גראנדיעזע הבטחות.. און אזוי האט ער געטון יעדן חודש זייענדיג משקיע ביים טשייניז, האפנדיג צו אויפבויען דערנאך א ביזנעס דערמיט.
אזוי איז אריבערגעגאנגען 5 יאר,אין א גרינעם פרייטיג צופרי (נישט ווען מ'פארט אין קאנטרי..) האט אפרים, וועלנדיג זען וואס די געלט מאכט, אנגעקאלט צום טשייניז זיך אינטרעסירן, אבער שווארץ איז אים געווארן פאר די אויגן, בעסער געזאגט פאר די אויערן, הערנדיג די באקאנטע פייף פון א ראנג נאמבער.. ער האט פראבירט נאכאמאל און א דריטע מאל, פרובירט נאכאמאל מאנטיג, אבער אין קול ואין עונה..
אפרים איז שנעל אריבערגעלאפן צו זיין טאטנ'ס אפיס, פארסאפעטערהייט פאלט ער אריין אינעם ברייטן אפיס בענקל אויספלאצנדיג אין א געוויין, פארציילנדיג פאר זיין טאטע די פאסירונג, ר' צבי, מיט א פאטערליכן ליבשאפט, האט אנגעהויבן צו ערקלערן פאר זיין זון זיינע יסודות'דיגע טעותים, און בעיקר די איין טעות וואס פון דעם האט זיך אלעס גענומען, אז ער האט נישט געפאלגט זיין טאטע וואס קען די ביזנעס וועלט אביסל בעסער ווי אים, און האט פראבירט אליינס צו פארשטיין בעסער, און ליידער איז ער דורך דעם אנגעקומען דארט ווי ער איז אנגעקומען.

עס איז ברייט באקאנט מפי ספרים וסופרים די טעות פון די מרגלים, דאס אז זיי האבן געהאלטן אז אידן גייען קענען דינען בעסער דעם אויבערשטן אין מדבר, ליגנדיג אין רוחניות, נישט דארפנדיג זיין פארנומען מיט פלאנצן און אקערן און זיך באזעצן אין א נייע לאנד, וואס איז צו גשמיות'דיג.
און לכאורה דארף מען פארשטיין, אז זיי האבן דאך טאקע געמיינט דאס, טא וואס איז זייער עבירה אויב אזוי?
נאר די הסבר איז פשוט, דער הייליגער באשעפער וויל טאקע אונז זאלן אים דינען, אבער ער ווייסט די בעסטע וועג וויאזוי אים צו דינען, און אז ער הייסט אריינגיין קיין ארץ ישראל, און זיין פארנומען מיט גשמיות, איז דאס די בעסטע וועג און מטרה אנצוקומען צו דינעם דעם אויבערשטן, נישט זיין קלוגער און אליינס טראכטן די וועג, אז ער געבט דיר די וועג אים צו דינען, נעם עס מיט ביידע הענט, און אזוי וועסטו אים דינעם אויפן בעסטן און שענסטן וועג.
אוועטאר
FDR
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

wow! אזוי יונג אזוי העלדיש?!
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

זייער שטארק!!!


#אינספעראציע
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
מאיר מאניש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:34 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר מאניש »

Wow wow זייער גוט!!
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חזק חזק
מיט'ן פולן קנאק
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ישר כח פראפעסאר. הערליך געשריבן און פיינע נקודה למחשבה.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

שטארק געשריבן @פראפעסאר !!!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

גוט ארויסגעברענגט.
עמער זיין צוריק זונטאג בעז״ה
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
מאדערן ארט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 2:41 pm

Re: דיין טאטע ווייסט בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדערן ארט »

הייליג
בערשטלעך-קנעפלעך-פעדערן-ווערטער-פאעזיע-און וואס נישט = מאדערן ארט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”