קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 9:27 am
קלוגער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:53 am
צום ענין, דער קעפל איז גאנץ מאדנע

די גאנצע סאבזעקט איז נישט "וואן סייז פיטס אלל",

סתם פאר Kנאלעזש פורפוסעס, מיין פאטער האט געקויפט א דירה ווען ער איז געוועזען באלמוטשעט מיט א שטוב מיט קינדער, זיין חבר האט אים אפגערעדט, אבער זיינע עלטערען האבען אים צוגעשטופט, איך געדענק נאך ווען ער פלעטג קרעכצען אז ער דארף צאלען 600 מארגעזש יעדע איינציגסטע חודש!

נאר צוויי יאר נאכען קויפען, איז די רענט פאר אזא דירה געוועזען אפאר הונדערט דאלער מער ווי ער האט געצאלט, היינט ווען די מארגעזש איז שוין פון לאנג אפגעצאלט, און ער האט שוין 2 מאל גענומען האום עקוויטי און מיט דעם זיך געקויפט אינוועסטמענט, היינט לעבט ער פון די פראפערטיס, און די דירה קאסט אים פרוטות אויפצוהאלטען, זיין חברותא וואס האט אים אפגערעדט וואוינט נאך אין א 2 בעדרום רענטעל אויף א הויעכע שטאק, [ער איז פון די גליקליכע וואס וואוינט אין א אפארטמענט בילדינג וואס די לענדלאר דארף נישט די דירה, און חוץ העכערען די רענט יעדע פאר יאר קען ער בלייבען דארטען ביז די טשאפעל נעמט אים איבער], און באוויינט זיינע יארען, אז ער האלט אז די דחקות האט חרוב געמאכט זיין שטוב [נישט ממש חרוב], און יעצט דארף ער טרעפען א נידעריגע דירה און ס'איז נישט דא, דערווייל דארף ער שוויצען צו צאלען די רענט פאר די קליינע דירה אויף א הויכע שטאק
און מיין טאטע האט קיינמאל נישט געקויפט קיין הויז און ער וואוינט היינט אין א ריזיגע 2 שטאק'יגע הערליכע דירה אין הארץ פון מאנסי וואס רוב רענט ווערט געדעקט פון סעקשאן 8.
אזוי ווי דו זאגסט. נישט וואן סייז פיטס עט אלל
ער גייט אי"ה חתונה מאכן אלע קינדער און געוואר ווערן אז סעקשן אכט צאלט מער נישט אזוי סאך
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

Thank you האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:36 am
כ'קען א שטוב וואס איז חרוב געגאנגען צוליב א הויז!

די מאן האט פארלוירן זיין דזשאב, פון דארט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א בארג פון פראבלעמען...
כ’קען א איד וואס האט געהאט א עקסידענט און געטאטעלד זיין אויטא. זינט דאן דרייווט ער נישט.
דערנאך קענעך טויזענטער מענטשן וואס האבן אויטא’ס און האבן נישט געהאט קיין עקסידענט און לעבן און לאכן... סיריעסלי? גייסט בויען בנינים אויף א ספעציפישע מעשה?
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:22 am
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:54 am
דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:53 am


גערעכט. אויב האנדלט זיך פון פיפציג אויף פינף יאר. רוב קויפערס בארגן 250k plus. און מען מוז דאס באצאלן איבער צוויי יאר. ( ווייל אויף לענגער וויל קיינער נישט).
הער אויף צו שיסן לאטקעס דא...

אויב רוב מענטשען וואס קויפן הייזער בארגן 250, מיינט אז זיי האבן נישט קיין פעני מיט וואס אנצוהייבן. קארעקט?
ניין. צו קענען קויפן אין ב"פ און וויליאמסבורג מוז מען האבן מינימום 500k.
און צו קענען קויפן א הויז אין ווילי/ב.פ. ברויך מען קענען.
נישט יעדער קען, און ס’איז דא אנדערע געגענטער ווי ס’קאסט א דריטל די פרייז און ס’איז גרעסערע הייזער. שטייט נישט אין ערגעץ אז מ’קען נאר קויפן דא. ווער ס’האט נישט די 500k העט קויפן ערגעץ אנדערש אדער דינגען און צאלן די זעלבע 500k פארן לענדלארד במשך פון קארגע 7 יאר
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:20 am
סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:09 am
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:05 am
וואיזוי קענען צו קוקן די עגמת נפש פון א טענטענט וואס שטייט פארן חתונה מאכן זיין פערדע קינד און באקומט א פאון קאל פון זיין לענדלער ”איןמ3 חדשים ארום דארף מיין הויז זיין ליידיג”....
האו עבאוט די יונגעלייט וואס דרייען זיך ארום יעדע סוף חודש אן א קאפ ווייל זייער הויז גייט אויף פארקלאודזשער?
דיע וואס האבן געקויפט א הויז דריי יאר צוריק, צאלן היינט 50% בילגער פאר זייער מארגיטש ווי זייערע חברים צאלן פאר רענט!

#פאקט
כ’האלט די זעלבע ווי דיר
אבער ברענגען א ראי’ פון 3 יאר צוריק ווען רעיטס זענען געווען 2.75 איז נישט קיין ראי’ אויף להבא.

אבער אין אלגעמיין האבן אלע וואס האבן געקויפט דירות אייביג געצאלט מער ווי רענט אבער ביז אפאר יאר איז אייביג געווארן אייניג און די וואס האט געקויפט האט נישט אויפגעהערט דאנקען השם יתברך פארן מאכן דעם באשלוס. אחוץ פון 2020 און 2021 ווען רעיטס זענען געווען אונטער 3 פראצענט, יענע מענטשן צאלן היינט מארטגעדש האלב פון די רענט פאר די זעלבע סייז דירה אחוץ אויב ער האט שיין גענומען א האום עקוויטי ליין און קרעדיט...
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:31 pm
דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:22 am
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:54 am
דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:53 am


גערעכט. אויב האנדלט זיך פון פיפציג אויף פינף יאר. רוב קויפערס בארגן 250k plus. און מען מוז דאס באצאלן איבער צוויי יאר. ( ווייל אויף לענגער וויל קיינער נישט).
הער אויף צו שיסן לאטקעס דא...

אויב רוב מענטשען וואס קויפן הייזער בארגן 250, מיינט אז זיי האבן נישט קיין פעני מיט וואס אנצוהייבן. קארעקט?
ניין. צו קענען קויפן אין ב"פ און וויליאמסבורג מוז מען האבן מינימום 500k.
און צו קענען קויפן א הויז אין ווילי/ב.פ. ברויך מען קענען.
נישט יעדער קען, און ס’איז דא אנדערע געגענטער ווי ס’קאסט א דריטל די פרייז און ס’איז גרעסערע הייזער. שטייט נישט אין ערגעץ אז מ’קען נאר קויפן דא. ווער ס’האט נישט די 500k העט קויפן ערגעץ אנדערש אדער דינגען און צאלן די זעלבע 500k פארן לענדלארד במשך פון קארגע 7 יאר
הדא היא דכתיב הא לן והא להו ולא פליגי
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: קויפן א הויז. לוינט עס טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:16 am
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:13 am
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:11 am
סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:50 am
רבי יענקב האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:44 am


אפשר זאגסטע דיינע בעיסיק סיבות פארוואס נישט צו קויפן...

חוץ אויב ביזטע עלאן מאסק אין די האסט פראפערטי אויף מארס....
קודם זאג דו פארוואס ס'לוינט יא און איך העל דיר ענטפערן דערויף...
כ'האב פשוט נישט קיין נערווען צו טייפן גאנצעטע דרשות פאר כ'ווייס בכלל אויף וואס כ'גיי מיך דארפן באציען
די סיבה פארוואס איינער זאל זיך אנשטרענגען צו קויפן א הויז איז אז ווען מווערט 50 זאל מען נישט ווערן ארויס געווארפן פון די דירה און נאכדעם נאכאמאל דארפן מופן יעדע פאר יאר. מופן אין די עלטערע יאר איז זייער זייער שווער. א חוץ אויב מען קען וואוינען אין די פראדזשעקס ווי קיינער ווארפט דיך ארויס.
געהערט א זיידע שטופען די אייניקלעך צו קויפען הייזער מחמת סיבה הנ"ל.
דער זיידע הנ"ל גייט צושטייער צום דאון פעימענט?
אז מען לייגט ערליך אויפן s and p יעדע חודש איז הנ"ל נישט קיין טענה.
וואס האט די s and p מיט נישט דארפן מופן יעדע שטיק צייט? די נושא איז נישט צו מ'זאל אינוועסטען אין ריעל עסטעיט אדער אין סטאקס, נאר צו מ'זאל זיך אנשטרענגען צו קויפען אן אייגענע הויז, און דא האב איך געהערט בשם אן עלטערע איד וואס כפי הנראה האט ער די פראבלעם, ממילא עצה'עט ער אז מ'זאל קויפען.
און כ'גלייב אז ער גיבט נישט צושטייער, ווייל אויב יא וואלט ער אליינס געקויפט...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”