כבוד המת און כבוד החי ביי רבי'שע לוויות - עכצשל"ת
צו דיר געטרייע הצלה/חברים/שומרים מעמבער, א גרויסן יישר כח פארן אוועקגעבן פאר כלל ישראל פון דיין צייט און כח א גאנץ יאר און ספעציעל ביי אזעלכע מעמדים ווי עס פעלט זיך אויס קאאפאראציע וכו'
אבער למען השם, פארוואס קענסטו נישט קומען רעספעקטפול אנגעטוהן, מיט א הוט און רעקל, ווי עס פאסט פאר כבוד הצדיק כבוד המקום און כבוד הזמן, פארוואס מוסטו קומען מיט א פלעינע ווייסע העמד און דזשעקעט (אין בעסטן פאל...), אויב ס'איז דיר צו שווער, (אויפשטיין פארטאגס בוסטן א קאר איז נישט שווער?! לויפן אויף קאללס שפעט ביינאכט איז נישט שווער?!) דאן לאז די דזשאב פאר א צווייטע מעמבער, אונז זענען דיר מוחל בלב שלם.
און אויך אויב קען איינער מסדר ביי די Police Department אז זיי זאלן למען השם נישט שיקן קיין נשים אפיצירן, וואו זענען אלע געטרייע עסקנים וואס פאוז"ן מיט די פאלי"ס טשיעפ"ס יעדע שני וחמישי...
די מחשבות זענען מיר אריין אין קאפ, ביים מסע הלויה פון הרה"ג רבי משה וואלפסון זצ"ל, און ליידער האבן מיר שוין די געלעגנהייט עס צו מפרסם צו זיין