היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ, קעכערינ'ס לאו דוקא

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ, קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

געדענקט עטס וויאזוי א קידוש אין ביהמ''ד האט אויסגעקוקט פאר ביז עטליכע יאר צוריק?

נאכדעם וואס אלע קעיק איז שוין געווען אויסגעלייגט אויף די טישן, די על כן ברך אידן זענען שוין געזיצן אויף די פלעצער, גרייט מיט די גלעזעלע אין די הענט, איז דער משמש געקומען צולויפן מיט צוויי באטעלעך אין זיין הענט, אין די רעכטע האנט האט ער געהאלטן א באטעלע שליבויץ, (אנטשולדיג איך ווייס נישט פונקט ווי מען שרייבט דאס ארויס), אין די צווייטע האנט האט ער געהאלטן א באטעלע אלטע וויליאמסבורג, (ווי זאגט יענער? כוחו של אותו זקן), איין זאך איז געווען אנדערש די מציאות פון די דעלמאטס'דיגע ברוינפן און די היינטיגע (פארשטייט זיך חוץ די הונדערטדאלער פרייז חילוק), די ברוינפן האט די משמש אריינגעברענגט די לעצטע זאך, פארוואס?

ווייל דער משמש האט ערב שבת זארגפעליג אריינגעלייגט סיי דעם שליבויץ, און אזוי אויך דעם וויליאמסבורגע זיידע ווי? אין פריזער...נו... מוז מען
דאך דאס ברענגען דאס לעצטע זאך, ווייל אויב נישט וועט דאך די ברוינפן זיך אנווארעמען, און ווער קען דען בכלל פארטראגן ווארעמע ברוינפן? עטס געדענקסט?

וואס איז די פשוט'ע הסבר הדבר? וואו קומט ברוינפן אין פריזער?

נאך א קשיא וואס באדערט מיר שוין פאר אסאך יארן, קום איך מיר אלס שנה ראשונה צו מיין שוויגער אויף נאכטמאל, גאנץ הונגעריג בין איך געווען, (אויב ס'נישט פונקט געווען א שלישי למילה יענעם טאג אין כולל), און... ס'הייבט זיך אן דאס ווארטן, רבש''ע, פרעג איך מיין אידענע אויף וואס ווארט מען דא? נאכן מברר זיין ביי די הויעכע אינסטאנצן, (יא יא איך מיין מיין שוויגער), איז געקומען א תי', אז יעצט ווארט מען די זופ זאל ווערן הייס.

אקעי איך בין א וואוילע איידעם רעדט מען אביסל צום שווער איבער וואס מ'האט היינט געלערנט אין כולל, (די נייעס וואס מ'האט געשמועסט ביי
לאנטש און סוף סדר, זאג איך אים נישט, ווייל דאס אינטערעסירט אים היפש מער און ס'דא א שיעור ווי לאנג איך וויל דא זיצן), פיינעלי נאך אכט
מינוט קומט אריין די הייסע זופ, אבער הייס איז נישט דאס ווארט, סטעפאנסקי וואלט געקענט נוצן די זופ צו מסביר זיין א קאלך אויוון.

יעצט הייבט זיך מעמד הבלאזן (די איינציגסטע מהלך צו בלאזן ביים שוויגער אן דעם וואס זי זאל צוריק בלאזן), שוין מ'בלאזט פון די נאז, פון די מויל, אהער און אהין, א קליינע ברי אדער צוויי אויפן צונג (לתקן עוון לשון הרע-ולהזכרת יום המיתה וגחלי רתמים), און... מ'קען שוין עסן דאס זופ.

וואס איך פארשטיי נישט איז אזוי, פארוואס דארף איך ווארטן אכט מינוט אז די זופ זאל הייס ווערן, און נאך פינף עס צו אויסבלאזן, גיב עס גלייך
ווען איך קום אריין, איך גיי דאך עס סייווי עסן אזויווי די טעמפרעאטור וואס עס איז געווען ווען איך בין צום ערשט אריינגעקומען?

חברה האלטסט אייך אן אויף אייערע זיצן ס'קומט א באמבע!!!!!!!!!!!!

אבער פאר די באמבע לאמיר פארענטפערן די ערשטע קשיא איבער די ברוינפן, (איך בין נישט זיכער אויב עס איז בגדר שאלה אדער קשיא וועל מיר לאזן פאר די מדייקים),

די תי' איז אזוי ווען סיי וואספארא מאכל איז רום טעמפוטשער פילט מען די טעם פונעם מאכל, די וועטשטעבעל טעם, די פרוכט טעם, בקיצור די טיפקייט פון די באשטאנטיילן, משא''כ ווען א זאך איז קאלט אדער הייס, קומט נישט אן צום צונג די גאנצע טעם ווייל די צונג ווערט אביסעלע ווי פארשלאפט (נא''ם בלעז) דורך די היץ אדער די קעלט.

לענינינו האסט טאקע געמיינט אז קוים איין דור צוריק זענען באמת געווען אידן וואס זיי האבן געקענט פארטראגן שליבויץ אדער אלט וויליאמסבורג?

אודאי אז נישט, נו אבער א איד גיבט זיך אן עצה,

אריין אין פריזער,נישט ארויסנעמען ביז א מינוט פארן טרינקען, און שלום על ישראל קיינער האט נישט געדארפט שפירן דעם טעם, די עיקר אז מען האט
געטרינקען, און אנגעוואונטשן אלע יארצייטן, פארענדיגט די מערכה איבער מפטיר זעקס וואכן ארום, על המחי', און גוט שבת.

און יעצט קומט די באמבע... גרייט?
אונז זענען אלע אויפגעוואקסן אז אונזערע אונגארישע באבעס, כאטש וואס קיין גרויסע חכמים זענען זיי
קיינמאל נישט געווען, אבער קאכן און באקן, אוי האבן זיי געקענט, איא?

הויבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, זיי זענען געווען אסאך קלוגער ווי די מיינסט אבער...קאכן לאו דוקא אז זיי האבן זיך אויסגעצייכנט אין דעם, אויף וואס בוי איך מיין יסוד?

טראכט אריין די המצאה פון עשן הכבשן זופ איז א דאפעלטע,

א' אויסגעברענט דיין מויל ביזן גרונד, זי קען דיר שוין יעצט סערווירן איר אומגעלונגענע פלייש און צוהאקטע ראקאד קראמפלי, און דו וועסט בכלל נישט מרגיש זיין וואו אומגעלונגען און פארברענט אירע מאכלים זענען, מיט אזא אויסגעברענטע מויל פילט מען שוין נישט קיין שום טעם.

די צווייטע אויפטוה, איז לגבי די זופ אליינס, אזוי ווי פריער געשמועסט, אז אין א הייס אדער קאלטע מאכל פילט מען נישט אזוי שטארק די טעם פון
די עצם באשטאנדטיילן, סאו זי האט רואיג געקענט אריינלייגן דארטן, איר פארדארבענע סקוואש, אונטערגעשלאגן מיט א צוזעצטן צוויקל, והכל על
מקומו בא בשלום, נישט געווען קיינער וואס זאל מרגיש אפי' אפס קצהו פון די טעם פון די ירקות, ובזה מתורץ כל קושיות הנ''ל.

יעצט דארף מען נאר זעהן וואס די ציבור האט צו זאגן צו מיינע הנחות, איך גיב יעדעם די רעכט זיך צו קריגן, אבער בתנאי קודם למעשה, אז מען
מוז פארענטפערן ביידע אויבענדערמאנטע קשיות מיט א צופרידשטעלנדע תי' הצלחה ברכה
לעצט פארראכטן דורך ווייטאג אום זונטאג יוני 30, 2024 5:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10625
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פיין געשריבן.
אבער אפשר גראדסטו אויס די שורות אז מ'זאל עס קענען ליינען
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:48 pm
פיין געשריבן.
אבער אפשר גראדסטו אויס די שורות אז מ'זאל עס קענען ליינען
גא״מ.
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:50 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:48 pm
פיין געשריבן.
אבער אפשר גראדסטו אויס די שורות אז מ'זאל עס קענען ליינען
גא״מ.
איך בין נאכנישט אינגאנצן קלאר וויאזוי דער עולם גלייכט דאס מערסטע צו ליינען אן ארטיקל איך האב פארשטאנען אז דער עולם זוכט דוקא מער אוויסגעשפרייט ניין ?

ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:53 pm

נישט אבער אז די סענטענס זאל זיך נישט ענדיגן סוף פון די שורות.
אוועטאר
יא וואס
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:58 am

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא וואס »

זאפטיג!

אגב דערמאנסט מיר וואס מען דערציילט אויפן טאהשער רעבין זצוקל ווען מ'האט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די געשמאקע אייז קרים וואס מ'האט סערווירט ביי א פאמיליע שבע ברכות: גאנץ כמעשה אבער וואס ברויך עס זיין אזוי קאלט?
אוועטאר
mmm
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmm »

יא וואס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:55 pm
זאפטיג!

אגב דערמאנסט מיר וואס מען דערציילט אויפן טאהשער רעבין זצוקל ווען מ'האט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די געשמאקע אייז קרים וואס מ'האט סערווירט ביי א פאמיליע שבע ברכות: גאנץ כמעשה אבער וואס ברויך עס זיין אזוי קאלט?
די מעשה איז נישט געשטויגן
די רבי האט זייער מקפיד געווען וואס עס גייט אריין אין זיין הייליגער מויל
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:55 pm
ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:53 pm
יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:50 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:48 pm
פיין געשריבן.
אבער אפשר גראדסטו אויס די שורות אז מ'זאל עס קענען ליינען
גא״מ.
איך בין נאכנישט אינגאנצן קלאר וויאזוי דער עולם גלייכט דאס מערסטע צו ליינען אן ארטיקל איך האב פארשטאנען אז דער עולם זוכט דוקא מער אוויסגעשפרייט ניין ?
נישט אבער אז די סענטענס זאל זיך נישט ענדיגן סוף פון די שורות.
בעסער ?
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:01 pm
יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:55 pm
ווייטאג האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:53 pm
יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:50 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:48 pm
פיין געשריבן.
אבער אפשר גראדסטו אויס די שורות אז מ'זאל עס קענען ליינען
גא״מ.
איך בין נאכנישט אינגאנצן קלאר וויאזוי דער עולם גלייכט דאס מערסטע צו ליינען אן ארטיקל איך האב פארשטאנען אז דער עולם זוכט דוקא מער אוויסגעשפרייט ניין ?
נישט אבער אז די סענטענס זאל זיך נישט ענדיגן סוף פון די שורות.
בעסער ?
יאפ, טענקס
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

גוטע קשיות גוט געשריבן

אבער דו קענסט נישט פארלייקענען די פאקט אז די אונגארישע קענען גוט קאכן

וויאזוי דו זאלסט עס דרייען
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום זונטאג יוני 30, 2024 9:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

גא"מ להרב @תרמב וועל איך זיך דינגען מיט די עסן חלק, די אונגארישע באבעס האבן גאר פיין געקאכט און געבאקן.

אויף די ברוינפן איז פשוט אז דאס איז די תירוץ.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

פיינע נייעס, הגם אז מקען זיך קריגן אויפן יסוד
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פיינע ווארע!

סטעפאנסקי וואלט געקענט נוצן די זופ צו מסביר זיין א קאלך אויוון...
דאס איז דער ליין-אוו-דע-דעי
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6133
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

mmm האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:59 pm
יא וואס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:55 pm
זאפטיג!

אגב דערמאנסט מיר וואס מען דערציילט אויפן טאהשער רעבין זצוקל ווען מ'האט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די געשמאקע אייז קרים וואס מ'האט סערווירט ביי א פאמיליע שבע ברכות: גאנץ כמעשה אבער וואס ברויך עס זיין אזוי קאלט?
די מעשה איז נישט געשטויגן
די רבי האט זייער מקפיד געווען וואס עס גייט אריין אין זיין הייליגער מויל
מיטן טאהש'ע רבי זצ"ל איז דאס נישט געווען.

געהערט אמאל די מעשה איז געווען מיטן נאסוידער רב זצ"ל, ווען נאך א מאגן אפעראציע האט מען אים געגיבן אייז קרעים וואס דאס איז געווען די גרינגסטע זיין מאגען זאל פארדייען. ווען אן אייניקל האט אים געפרעגט אויב עס איז גוט געווען האט ער געענטפערט: זאג באבי'ן עס איז געווען פיין, אביסל ווארעמער וואלט נישט געשאדט...

האב' ך געהערט אן הוספה דערצו, אז אמאל נאך א פראצעדור ביים רבין זי"ע האט מען אויך געגיבן האט ער נישט געוואלט עס עסן ווייל זיין טאטע האט דאס קיינמאל געגעסן. האט מען אים געזאגט אז נאסוידער רב האט דאס אויך געגעסן נאך א מאגען פראצעדור.. דערויף האט דער רבי געפרעגט וואס ליגט אלס דערינען, ווען מען האט אים געענטפערט האט ער געפרעגט וואס וואלט געווען שלעכט אויב מען גיבט אלעס עקסטער...
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

עירמאנט'ער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:07 pm
פיינע ווארע!

סטעפאנסקי וואלט געקענט נוצן די זופ צו מסביר זיין א קאלך אויוון...
דאס איז דער ליין-אוו-דע-דעי
גא"מ
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

לייק!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
גריק יאגורט
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

ניקישי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:45 pm
לייק!
גא"מ @ווייטאג קיפ איט קאמינג
רעד מיר נישט איין אז שמירת עינים און ברוקלין איז גרינג אבער אפי' סנישט גרינג קען איך נאך אלץ מיטן אייבערשטענס הילף
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

דער טראכט ארויס פון באקס...
וואף!!! קרעיז"י טעלענ"ט!!!
keep 'em coming...
שכויעך!!!
why drink and drive when you can smoke and fly
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

מ'קען עפענען א אשכול דן צו זיין אויב בלאזן הייסע זופ מאכט עס טאקע קילער....
אבדק''ק פראג והגלילות
מפתח - כל כתבי
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

וואס איין דזשעלי קען אלץ בייפאלן!
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:26 pm
מ'קען עפענען א אשכול דן צו זיין אויב בלאזן הייסע זופ מאכט עס טאקע קילער....
אפשר נאך מאכן א שמועס אויף דעם אויך
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

לייק👍🏻
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:19 pm

דער טראכט ארויס פון באקס...
וואף!!! קרעיז"י טעלענ"ט!!!
keep 'em coming...
שכויעך!!!
שכח פאר דיין חיזוק אזא תגובה ווי דיינס איז געז צו אנגיין (גלייב מיר אז ווען איך באקום ווייניג לייקס וויל איך יעדע מאל עקסטער ענדיגן דא) כה לחי הלואי אויף אלע מיינע ליינערס צו זיין אזוי געטריי ווי דיר
אוועטאר
אדידעס
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:01 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ, קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדידעס »

זייער פיין!!!!!
אבער קאכן קען מען גוט....
א לייק איז נישט פאר די נייעס סאיז פאר די ריפארטינג 👍
מענדלאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: היסטארישע אויפדעקונג: אונזערע באבעס גאונישע קעפ, קעכערינ'ס לאו דוקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

אדידעס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:26 pm

זייער פיין!!!!!
אבער קאכן קען מען גוט....
אבער די דארפסט פארענטפערן ביידע שאלות פאר די קריגסט דיר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”