ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

די פארגאנגענע דאנערשטאג האט די וועלט גערודערט.
די מעכטיגע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט געקעקעצט אביסל, ער איז געווען הייזעריג און אביסל פארשלאפן.
ווי האט די עולם מיטגאהאלטן דאס? ער האט פונקט דעמאלטס געהאט א אפענע דעבאטע מיט א רויטער קרימינאל, אן אנגעקלאגטער פארשוין וואס האט אין א שוואכע מינוט באוויזן צו אינוואדירן די ווייסע הויז פאר א צייט אפשניט פון 4 שנות זעם.

די אמעריקאנער פאלק האט גלייך נאך די 4 שנות הרעב פארשטאנען וואספארא טעות זיי זענען באגאנגען און צוריק אריינגעוועלט א נארמאלע באזעסענער פרעזידענט וואס זאל פירן דאס לאנד על מי מנוחות.

דא עקא, די 4 שנות שובע דערנענטערן זיך צו א ספק ענדע, מ'ברויך אויסוועלן נאכאמאל א פירער, און מנהג המקום איז צו אפהאלטן די טראדיציאנאלע דעבאטע צווישן די צוויי פרעזידענט קאנדידאטן, און דאס האבן מיר מיטגעהאלטן די פארגאנגענע דאנערשטאג נאכט.

פרעזידענט ביידן האט אפגעהאלטן א דעבאטע מיט די פריערדיגע פרעזידענט טראמפ.

ווי נאר די ערשטע ווארט האט זיך ארויסגעלאזט פון ביידנ'ס מויל, האבן זיך די רעפאבליקאנער זיך גענומען הוליען און טאנצן!

יעי!!! ביידן איז הייזעריג!!!

יעי!!!!! ביידן האט געקעקעצט פאר א גאנצע 15 סעקונדעס!!!

יעי!!!!!!!!!! ביידן רעדט צו שנעל און אומקלאר.....

און צו די גרויסע כלימה האבן זיך די דעמאקראטישע פארטיי מיטגעכאפט און בקולות נהי ובכי האבן זיי אנגעהויבן צו טענה'ן אז עס איז העכסט צייט צו אויסוועלן א פרישע קאנדידאט.

און איך שטיי און שטוין מיט וואונדער, דאס איז עס? דאס איז א פרעזידענט? א גוטער בעל דרשן ותו לא?!

דאס ווערט פארלאנגט פון א פרעזידענט? צו קענען פליקן און דעליווערן שיינע דרשות?

יארן עקספיריענס איז גאר א חסרון? ביידנ'ס רייכע יארן זקן בא בימים ער איז געווען די יונגסטע פאליטיקאנט אין די אמעריקאנער היסטאריע - דאס אלעס זענען די דעמאקראטן גרייט אוועק ווארפן בעבור בצע עטליכע געשליפענע ווערטער?!

א בעל דרשן מגיד מישרים ברויכן די אמעריקאנער בירגער??

אמעריקע דארף א פרעזידענט! אן עקספיריענסד מאן וואס פארשטייט א פרק צווי אין הלכות הנהגת מדינה.

אמעריקע דארף נישט קיין רויטע קיוט בדחן וואס האט אביסל מער ענערדזשי פון די יעצטיגע פרעזידענט וואס איז פארנומען די טעג מיט פארשידענע מלחמות און אפעראציעס איבערן וועלט.

דער רויטער בר פלוגתא איז אנגעקומען פריש און אנגעפאשעט נאכן שפילן צענדליגער גאלף געימס און די פאלק פאלט פאר אים! אוי לאותה בושה אז צו זיין א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן דארף מען קענען שפילן גאלף און מאכן גוטע פאקסן און וויצן אויף די טעלעוויזיע דעבאַטע.

מיין טרוניה איז נישט אויף די טראמפיסטישע מאג''איסטן, מיין טענה איז אויף די רעציאנאלע דעמאקראטן וואס זענען יעצט גרייט אויפצוטוישן זייער געלונגענע לאנג יעריגער עקספיריענסד פרעזידענט מיט עפעס א רויטער תבנית שור אוכל עשב...

די פיוטשער פון אמעריקע ווענדט זיך יעצט אין א 90 מינוטיגע טעלעוויזיע שוי?! אר יו סיריעס?!

זייט ווען דארף א פרעזידענט רעדן הויך און קלאר? זיין מח ארבעט עפעס שוואכער ווייל ער האט געכאפט א פארקילאכץ?

אמעריקע גייט פארלירן מלחמות צוליב דעם וואס זייער פרעזידענט איז שוין נישט אין די יארן וואס מ'שפילט גאלף?

דאס איז עס

דיר רויטער אתון האט געעפנט דאס מויל, ער האט באוויזן צו דערשטיקן די יעצטיגע פרעזידענט און די וואס גלייכן די אמרי פי האתון זיי זאלן זיך שפעטער ספראווען מיט די אסון וואס וועט באטרעפן אמעריקע.
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע:גלילות

Re: ויפתח את פי האסון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
נודניק
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

הינדער פראצענט עמאשענס / דריעם לענד
זירא פראצענט ריאלעטעט לול
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ויפתח את פי האסון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

פליקען איז געווען ביידען׳ס שטארקייט ביי די דעבאטע

סוקער לוזער

און נאך וואס מען קען נישט שרייבן אויף א סייט פאר אידן..

זיך אויפגעפירט געמיין ..


קוקט ניטש אויס ווי די האסט מיטגעהאלטן די דעבאטע. וואס יא איז די ווילסט גיין אויף א דעבאטע דא מיטן ציבור ווער עס איז געווען א בעסערע פרעזידענט אלזא הייב אן מיט דעים .


רעכן אויס ביידן 10 אקאמלישמענט אויף די מעין זאכן וואס עס שטערט אמעריקאנער

בורדער סעקיורעטי
עקאמעמי
אויסרען פאליסי..

יאלא הייב אן מיט דעים
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

דער איז ביזי מיט רויטן רויטען רויט....

ליסען: טראמפ איז שוין לאנג נישט רויט, סוא ער קען פיין זיין פרעזידענט פון אמעריקע.
אידן אין אמעריקע:(ווי אויך אידן אין מאנסי...) דרייווט מיט א רוהיגקייט וועט אייך גיט זיין!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איך וועל דיר פארציילן א סיקרעט שטיל, ווען מען זאל מאכן די זעלבע דיבעיט אין 2020, וואלט די "נארמאלע" פרעזידענט קיינמאל נישט אנגעקומען, פארוואס? ווייל ער איז א "נארמאלע" דעמענטשיע פאציענט!, מען האט איחהם נאר באהאלטן מיטן פאלשן קאוויד ליגענט!
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

צום פותח האשכול

סארקאסטיש געוויס?
Building
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 2:02 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Building »

איך שטיי אין שטוין ווען מענטשן וואס קומען פון א עם חכם ונבון זאלן נעבעך זיין אזוי בייעס אין נישט פעיסען ריעלעטי וואס דא גייט פאר פשוט ווייל עס פאסט אים מודה ציזיין אז ער האט נעבעך געמאכט א טעות דער גוי זעהט שוין זיין חורבן אין איז גרייט מודה צוזיין אין זיין טעות אין בעט פאר טשענדש אין דווקא דער איד נעבעך
איך וואלט געזאגט אז דער וואס רעדט אזוי דרייווט נישט גייט נישט אין גראסערי אין אזוי ווייטער
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

עצי היער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:23 pm
צום פותח האשכול

סארקאסטיש געוויס?
פארוואס סארקאסטיש?
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

אנטשולדיגטס מיר, אבער דער זקן קאלעכט שוין פאר יארן, נאר סך הכל האט מען עס יעצט געזען לייוו, האבן די דעמאקראטן געמוזט ארויסקומען זאגן אז ס'איז צייט אים צו ריפלעיסן.

און לגבי דיין טענה אז ער האט יארן עקספיריענס, קיינער טענה'ט זיך נישט דערמיט, אבער ווען א מענטש קאלעכט, זאל ער זיין די קלוגסטע מענטש אויפן וועלט איז ווערט אויף כפרות. און דאס איז טאקע אונזער ביידן.

און נאך א נקודה,
קיינער דארף נישט די דעבאטע צו פראָווען אז די זקן קאלעכט, דעיס קענסטו דיך אליין איבערצייגן פון אומצאליגע ווידעאס וואס איז דא ווי די בחור וואנדערט ארום, סא וואס פונקטליך ווילסטו דא קומען זאגן?
ס'האט נישט צו טון צו ער איז א גוטע רעדנער צו נישט, נאר ביי אונז מענטשן איז די וועג וויאזוי צו זעהן צו א מענטש איז ביים זינען אז מען גייט הערן וויאזוי ער רעדט און נאך א מינוט קענסטו בערך ארויסהאבן מיט וועם מ'האט דא צוטון. וזה פשוט

און לגבי טראמפ, לענ''ד איז ער בכלל נישט געווען אזוי גוט ביים דעבאטע (שטייצעך קעגן א קאלעכיגע זיידע איז ער גאר גוט געווען) נאר פשוט זיינע פאליסיס און זיין 4 יאר וואס ער איז געווען פרעזידענט דאס איז וואס האט אים געמאכט געווינען.

און פליז האק נישט אין קאפ קיין שטותים לגבי די פיר יאר פון טראמפ אז ס'איז ממש געווען שנות הזעם, און יעצט איז ממש געווען שנות השבע.
וועלכע זאטקייט האסטו געהאט די לעצטע פיר יאר ?
און וועלכע שנות הזעם האסטו געהאט אונטער טראמפ'ס פרעזידענט שאפט?

ליגנט קען איך אויך שרייבן, און נישט ווייל דו האסט עס אראפגעלייגט מיט אזא געשמאקע אויפגעריסטעטע שפראך מיינט נאכנישט אז דא איז געשטאנען א ברעקל אמת. במחילת כבדך.
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:38 pm
עצי היער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:23 pm
צום פותח האשכול

סארקאסטיש געוויס?
פארוואס סארקאסטיש?
האלסט באמת אז ביידן איז 100% קעפעביל צו פירן דאס לאנד, און בלויז געבן שיינע דרשות קאן ער נישט?!
אקטיווע מעמבער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2024 3:14 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיווע מעמבער »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:15 pm
די פארגאנגענע דאנערשטאג האט די וועלט גערודערט.
די מעכטיגע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט געקעקעצט אביסל, ער איז געווען הייזעריג און אביסל פארשלאפן.
ווי האט די עולם מיטגאהאלטן דאס? ער האט פונקט דעמאלטס געהאט א אפענע דעבאטע מיט א רויטער קרימינאל, אן אנגעקלאגטער פארשוין וואס האט אין א שוואכע מינוט באוויזן צו אינוואדירן די ווייסע הויז פאר א צייט אפשניט פון 4 שנות זעם.

די אמעריקאנער פאלק האט גלייך נאך די 4 שנות הרעב פארשטאנען וואספארא טעות זיי זענען באגאנגען און צוריק אריינגעוועלט א נארמאלע באזעסענער פרעזידענט וואס זאל פירן דאס לאנד על מי מנוחות.

דא עקא, די 4 שנות שובע דערנענטערן זיך צו א ספק ענדע, מ'ברויך אויסוועלן נאכאמאל א פירער, און מנהג המקום איז צו אפהאלטן די טראדיציאנאלע דעבאטע צווישן די צוויי פרעזידענט קאנדידאטן, און דאס האבן מיר מיטגעהאלטן די פארגאנגענע דאנערשטאג נאכט.

פרעזידענט ביידן האט אפגעהאלטן א דעבאטע מיט די פריערדיגע פרעזידענט טראמפ.

ווי נאר די ערשטע ווארט האט זיך ארויסגעלאזט פון ביידנ'ס מויל, האבן זיך די רעפאבליקאנער זיך גענומען הוליען און טאנצן!

יעי!!! ביידן איז הייזעריג!!!

יעי!!!!! ביידן האט געקעקעצט פאר א גאנצע 15 סעקונדעס!!!

יעי!!!!!!!!!! ביידן רעדט צו שנעל און אומקלאר.....

און צו די גרויסע כלימה האבן זיך די דעמאקראטישע פארטיי מיטגעכאפט און בקולות נהי ובכי האבן זיי אנגעהויבן צו טענה'ן אז עס איז העכסט צייט צו אויסוועלן א פרישע קאנדידאט.

און איך שטיי און שטוין מיט וואונדער, דאס איז עס? דאס איז א פרעזידענט? א גוטער בעל דרשן ותו לא?!

דאס ווערט פארלאנגט פון א פרעזידענט? צו קענען פליקן און דעליווערן שיינע דרשות?

יארן עקספיריענס איז גאר א חסרון? ביידנ'ס רייכע יארן זקן בא בימים ער איז געווען די יונגסטע פאליטיקאנט אין די אמעריקאנער היסטאריע - דאס אלעס זענען די דעמאקראטן גרייט אוועק ווארפן בעבור בצע עטליכע געשליפענע ווערטער?!

א בעל דרשן מגיד מישרים ברויכן די אמעריקאנער בירגער??

אמעריקע דארף א פרעזידענט! אן עקספיריענסד מאן וואס פארשטייט א פרק צווי אין הלכות הנהגת מדינה.

אמעריקע דארף נישט קיין רויטע קיוט בדחן וואס האט אביסל מער ענערדזשי פון די יעצטיגע פרעזידענט וואס איז פארנומען די טעג מיט פארשידענע מלחמות און אפעראציעס איבערן וועלט.

דער רויטער בר פלוגתא איז אנגעקומען פריש און אנגעפאשעט נאכן שפילן צענדליגער גאלף געימס און די פאלק פאלט פאר אים! אוי לאותה בושה אז צו זיין א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן דארף מען קענען שפילן גאלף און מאכן גוטע פאקסן און וויצן אויף די טעלעוויזיע דעבאַטע.

מיין טרוניה איז נישט אויף די טראמפיסטישע מאג''איסטן, מיין טענה איז אויף די רעציאנאלע דעמאקראטן וואס זענען יעצט גרייט אויפצוטוישן זייער געלונגענע לאנג יעריגער עקספיריענסד פרעזידענט מיט עפעס א רויטער תבנית שור אוכל עשב...

די פיוטשער פון אמעריקע ווענדט זיך יעצט אין א 90 מינוטיגע טעלעוויזיע שוי?! אר יו סיריעס?!

זייט ווען דארף א פרעזידענט רעדן הויך און קלאר? זיין מח ארבעט עפעס שוואכער ווייל ער האט געכאפט א פארקילאכץ?

אמעריקע גייט פארלירן מלחמות צוליב דעם וואס זייער פרעזידענט איז שוין נישט אין די יארן וואס מ'שפילט גאלף?

דאס איז עס

דיר רויטער אתון האט געעפנט דאס מויל, ער האט באוויזן צו דערשטיקן די יעצטיגע פרעזידענט און די וואס גלייכן די אמרי פי האתון זיי זאלן זיך שפעטער ספראווען מיט די אסון וואס וועט באטרעפן אמעריקע.
גיי ביטע איבער די ׳פעקט טשעק׳ פון ביידען און דערנאך שרייבט איבער דיין תגובה,
ביזט דאך באלד ווי ׳פעלאסי׳ וואס האט היינט געמאלדן אז טראמפ האט ׳דעמענשיע׳….
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3753
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

clicl bait
ער פאנגט אן פון אנפאנג מיט א פענסי נאמען פארן אשכול
גוד לאק...

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:15 pm
דיר רויטער אתון האט געעפנט דאס מויל, ער האט באוויזן צו דערשטיקן די יעצטיגע פרעזידענט און די וואס גלייכן די אמרי פי האתון זיי זאלן זיך שפעטער ספראווען מיט די אסון וואס וועט באטרעפן אמעריקע.
דו מיינסט דעם זעלבן אסון וואס האט באטראפן אמעריקע צווישן די יארן פון 2017 ביז 2021?
יעדע זאך נעמט צייט
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

עצי היער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:42 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:38 pm
עצי היער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:23 pm
צום פותח האשכול

סארקאסטיש געוויס?
פארוואס סארקאסטיש?
האלסט באמת אז ביידן איז 100% קעפעביל צו פירן דאס לאנד, און בלויז געבן שיינע דרשות קאן ער נישט?!
גיב נאר א קוק נאך זיינע תגובות און ס'וועט דער שוין אלעס קלאר ווערן.

א שאד יעדע איבריגע ווארט מיט אזאנע מענטשן!
חברונער
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »



@עפעס א ניק איי לייק יו (איך קען דיך נישט מענשענען כידוע)

זאגסט אז די דעמאקראטן האבן יעצט געוויינט א בכיה של חינם וועלן זיי וויינען א בכיה לדורות.....
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



שמות
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות »

דארף איך דא אנעמען דברים תוכחה פון א פארטיי וואס האט אריינגעוועלט באראק חוסעין אבאמא ווייל טשעינדש ווי קען בעליוו אין...און ווער ברויך דען עקספיריענס...
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

אויב נישט סארקאסטיש;
א טיפיקעל נאכבלאבלער פון די לינקע מידיע. מ'לייגט זיך אריין אין א נערעטיוו, און נאכער פרעגט מען שוין קשיות.

איז צום עצם נקודה, אן צוגיין צו די אלע זייטיגע כזבים און דעבארטירבארע נקודות, ווי זאטע יאר און הונגער יאר, וכו וכו.

דעי דעבאטע איז ביי יעדן אנגעקוקט געווארן ווי א בחינה, א טעסט. די ריפובליקאנע טענה'ן שוין זינט 2019 אז דער גוי איז אן אלטער זעצער, און ער איז נישט אומשטאנד צו פירן דאס לאנד.
פונקט ווי דו פארשטייסט (האפענטליך) אז ווען אאיד פארעלטערט זיך דארף קומען די צייט ווען ער לייגט אוועק די שליסלעך צו די קאר, און ווען די משפחה און ער פארשטייען אז ס'איז נישט לטובתו אז ער זאל גיין אויפן גאס אליין. און אז ער קען שוין נישט בויען די סוכה אליין. איז די זעלבע זאך אן אור אייניקל פון א קל וחומר אז ווען ס'קומט צו פירן דאס לאנד דארף זיין איינער וואס איז מענטאלי דאהי און פארמאגט די כוחות צו זיין אין קאנטראל.

אין קאנטראל פון זיך, אין קאנטראל פון דאס לאנד, און אין קאנטראל פון די וועלט. אינקלאדינג זיין אין קאנטראל פון פוטין, קים יאנג אן, דזשימפינג, און איראן.

די טענה פון די רעפובליקאנער איז געוועהן אז ער האט שוין געריטשט זיין מעקס, און ס'איז שוין צייט פאר אים צו גיין באטראכטן בלומען און וואסערפאלן במנוחה. און ליידיגמאכן ס'ארט פאר איינער וואס האט נאך יא יארן פארבליבן
איעדע שטיק צייט איז געוועהן גרעסערע באווייז דערויף, ווי זיין פארלירן באלאנס עטליכע מאל, אדער זיין לעצטענסדיגע ארומגעליצן אומבאלימפערט. אבער אפילו בעפארדעם האט מען עס שוין געזעהן, זיין מהות, זיין אויפפירונג, און יא, זיין רעדן. אלעס שרייט פה אחד אז דער איז שוין אפגעוועטשט און אלט.

פארשטייט זיך, אז די מידיע איז געשטאנען אגאנצע צייט און דיפענדעט דעי טענה מיט יעדע סארט ספין מעגליך.

אין אנהייב איז אלעס געוועהן קאנספיראציעס און מיסאינפארמאציע, און צוביסלעך נאכן ווערן צו אפט האט עס אנגעהויבן זיין געקאטע קליפס און צוזאמגעשטעלטע ווידיאוס, ווען באמת איז אלעס כהוגן, און זיידי איז יונג ווי א בלום.

ווען עס איז געקומען די סטעיט אף די יוניען, און ביידן האט דעליווערט א רעדע מיט אש און פארעך, געשאלט און געשריגן באשולדיגט און פארענטפערט. איז די מידיע געשפרינגען אויף די אונטערשטע פיס. קוקט נאר אן אייער זיידע, אייער אפשפעט ציל, קוק ווי פריש דער איז, ער קען נאך אזוי גיין פאר א גוטע פופציג יאר.

און אזוי איז עס אנגעגאנגן מיט א ווידערפרישונג די לעצטע עטליכע חדשים, ווען נאך יעדע ווידיאו ווי ביידן צייגט זקנה, זענען זיינע פארטיידיגער אלל אווער געוועהן פארנומען איבערצוקייען און איבערזאגן ווי געלונגען די מעכטיגע סטעיט אוו די יוניען איז געוועהן, און וואס אלס דאס מיינט פארן אמעריקאנעם פאל וואס זעהט זייער פרעזידענט בתפארתו ממש.

און פאר נויט ווען מ'האט געטענה'ט אז דעי SOU איז געוועהן ס"ה א גוט פארגעשריבענע אונטערגעזאגטע דרשה, ווי ער האט ארויסגעהאט יעדעס ווארט דורכגרינטליך נאכן עס איבערחזרן אומצאליגע מאל, האט מען געענטפערט, נו לאמיר ווארטן אויפן דעבאטע, לאמיר זעהן וואס דא וועט פאסירן.

און וואס ס'איז געשעהן, מיינעך אז מ'דארף נישט פארציילן.

אין כאן לא תפארת, לא נצח, ולא כלום. בלויז א פארעלטערטער גוי וואס קען ניטאמאל קומען צום ווארט, נאך פירן דאס לאנד זאל איך אים טראסטן....

און טאקע דעיס איז געוועהן די שאק פון די מידיע, די מאסקע איז אראפגעפאלן, די נערעטיו איז אויס. די גאנצע בנין איז געועהן א זייפן באבל..
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5982
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

קודם א לייק פאר די אשכול אין די שפראך

די פראבלעם וואס דעמאקראטן האבן מיט ביידען יעצט איז אז טראמפ האט א מעסעזש צום פאלק אמעריקע פירסט מעיק אמעריקע גרעיט עיגען בארדער סיקיורעטי פרא ביזנעס פרא מענטשהייט וואס פרעזידענט ביידען האט נישט באוויזן צו מאכן די פארקערטע קעיס ביי די דיבאטע

די דעמאקראטן פון זייער זייט האלטן אז טראמפ איז א דיקטאטור דעמאגאג וואס זיי ווילן זייער וויכטיג אים באזיגן אין פרעזידענט ביידען האט געוויזן ביי די דיבאטע אז ער קען נישט באזיגן טראמפ וואס די אנקעטעס צייגן די זעלבע

די מידיע דינט שוין די אנטי טראמפ מאוומענט געטריי די לעצטע 8 יאר אין זענען נישט גרייט צו אויפגעבן בלויז ווייל ביידענס איגא איז העכער די לאנד
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5982
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

אין פאקט איז טראמפ געווען די אדעלט אין די רום אן קיין פערזענלעכע אטאקעס בעת וואס ביידען האט זיך אויפגעפירט ויי טראמפ
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

איך האב דיר געלייקט פאר דיין שפראך און דיין תמימות ס'יז זיס....

ווען א אנדערע פארטיי מענטש וועט אזוי רעדן נאך אזא דיבאטע ווערט יענער אנגערפן געכאפט אין א קולט...
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

אינגערמאן דו האקסט ווי א האקנקרייץ דו קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט דא?! דו בלאזט אריין לופט אין א באלאן וואס האט צופלאצט געווארן בקול רעש גדול פאר די גאנצע וועלט, דער אלטער קייכער קען זיך נישט עפענען דאס פי האסון זיינע,ער פעינט אריין, ער האט אויסגעקוקט ווי א טויטער קומסטו רעדן דא נערנות אז וואס? עקספיריענס? ער וועפט מעעען! ער איז נישט דא. ווי א שוואנץ גייסטו אים ווייטער פארענטפערן, ס'איז געים אווער! די פיר יעריגע שפיל איז פארטיג, אנשטאטס עפענען אסון אשכולות הער אויף מיט די נאנסענס אנערקען אז דיין קאנדידאט האט געהאט א קלינגענדע דורכפאל און גיי ווייטער. אין קעיס דו ביסט טאקע אזוי תמימות'דיג...ניין ביידען'ס פראבלעם איז נישט געווען אז ער איז געווען הייזעריג...קיינער הייסט נישט קענעדי זאל פארלאזן די רעיס ווייל ער איז הייזעריג...
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

רויטער בדחן....ארענדזשע עגל...דאס גרעניצט זיך מיט ראסיזם...פאר א פארטיי וואס האט די זכי' צו האבן א שווארצע פרוי אלץ ווייס פרעזידענט וואלט געפאסט צו נוצן מער א לשון פון: מען אףף קאלער....
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

נאך א מזל טראמפ איז רויט..
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:15 pm
וועלכע פון די צוויי וואלסטו אויפגענימען אלס מענעזשער אין דיין ביזנעס וכו'
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”