ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

למעשה, לאזט ער איבער דעם קאמפיין אדער נישט? איינער קען אויסקלארן?
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

מה נשמע האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:52 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:15 pm
וועלכע פון די צוויי וואלסטו אויפגענימען אלס מענעזשער אין דיין ביזנעס וכו'
איך וואלט גענומען א רויטע האסטלער.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

א לייק פאר די שפראך, און יעצט, די פוינט איז נישט אז ער איז הייזעריג, א זאך וואס דו פארשטייסט אליינס, די פוינט איז זיין פארשלאפנקייט און אלטקייט וואס א מענטש אין אזא מצב קען נישט שטיין אין שפיץ פון אמעריקע, ותו לא מידי.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:15 pm
.

ווי נאר די ערשטע ווארט האט זיך ארויסגעלאזט פון ביידנ'ס מויל, האבן זיך די רעפאבליקאנערזיך גענומען הוליען און טאנצן!

יעי!!! ביידן איז הייזעריג!!!

יעי!!!!! ביידן האט געקעקעצט פאר א גאנצע 15 סעקונדעס!!!

יעי!!!!!!!!!! ביידן רעדט צו שנעל און אומקלאר.....

און צו די גרויסע כלימה האבן זיך די דעמאקראטישע פארטיימיטגעכאפט און בקולות נהי ובכי האבן זיי אנגעהויבן צו טענה'ן אז עס איז העכסט צייט צו אויסוועלן א פרישע קאנדידאט.

איר ווייסט אז עס איז געווען פונקט קאפויער ?
נאך וואס "אלע" דעמאקראטן האבן זיך געדרייט ווי אין קבר אויף די הילכיגע דורכפאל פון ביידן האבן זיך די רעפאליקענס הערשט ארויף געכאפט אויפן באן
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אסון מיט א 'ס' מיינט אומגליק
אתון מיט א 'ת' מיינט אייזל
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

Biden is OLD (he doesn't want to recognize it and he decided to go to the debate)
some people who needed control over this position made him for president.
at this point it's already too obvious and embarrassing to the USA, maybe we can vote for his dog

#dinial
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

בסד האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:53 pm
מה נשמע האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:52 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:15 pm
וועלכע פון די צוויי וואלסטו אויפגענימען אלס מענעזשער אין דיין ביזנעס וכו'
איך וואלט גענומען א רויטע האסטלער.
נעעעע ער וואלט א האלב יאר שפעטער געהאט די זעלבע ביזנעס אליין מיט אלע דיינע קונדן טראנספארירט צו דיך.... אזוי ווי פוטין האט געטוהן צו טראמפ.....

הרב נייע ניק איר זענט 2 מיליון פראצענט גערעכט, זייט ווען דארף א פרעזידענט קענען האלטן אביסל קאפ און שווערע מצבים הא???????? ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע וואס פירט דאס לאנד!!!!! איי העסטו פרעגן ווער פירט די קאנסטוטוציע זעלבסט???? וואס הייסט די דיעפ סטעיט פירט איר ביים נאניע.............
די ביידען פרעזידענטשאפט איז שוין פאר יעדעם קלאר אז דאס איז געפירט געווארן דוקא נישט דורכ'ן פרעזידענט, ביידען קאלעכט? ער וועפט? שלאפט? קייט פאפיטעס? קוועטשט טרויבן? איי דאנט קעיר, איך קען אזעלכע אידן נעבעך, וואס האבן ענדליכע סימפטעמס צום פרעזידענט און די לעצטע יארן און כ'וואלט נישט געטראסט זיי מיט א פינאנציעלע דאקומענט און ווייל די זיווג שני האט זיך איהם אויסגעארבעט און פאר זיין געזונט ארבעט זי ער זאל בלייבן דאמי און די ווייט האוז איז ער נעבעך אזוי פאראומגליקליך צומאלן געווארן אויפן דעבאטע פלאטפארמע....

און ביי די וועי באזעסענע פאליטישאן??? איך האב געהערט די טייערע פערל ווערטער פונעם בעזעסענעם, ווי חכמינו ז"ל שרייבן כל זמן שמזקינים...., און געס וואט געהעריג דיסקרימינאציע דאס אקעגן די רויטע, איך קען רויטע באזעסענע גאלף שפילער, פאריגע וואך האט איינער אויפגעטרעטן פאר די מידיע און זיין אימפרעשאן איז געווען הערליך פרעזידענטליך און טאקטיש, א קלארקייט צו נושא וואס זיינע וויילער (און אויך אנדערע אמעריקאנע ווילן הערן) בעת וואס דער מושיע של דעמאקראטיע איז געזען געווארן ווי אן אומסטאבילע זידטשובע לבנה....
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

דער מענעדזשער האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:15 am
אסון מיט א 'ס' מיינט אומגליק
אתון מיט א 'ת' מיינט אייזל
אזוי?
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

תגובה דורך רבי יענקב »

נו, איז דען ביידען נישט קיין אסון פארן פאלק?
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען

רבי יענקב האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:53 pm

אויב איז דער באדייט פון א פרעזידענט צו זיין א מגיד מישרים - דאן איז ביידן טאקע אן אסון.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

עפעס א ניק האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 11:51 am
רבי יענקב האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:53 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:15 am
אסון מיט א 'ס' מיינט אומגליק
אתון מיט א 'ת' מיינט אייזל
נו, איז דען ביידען נישט קיין אסון פארן פאלק?
אויב איז דער באדייט פון א פרעזידענט צו זיין א מגיד מישרים - דאן איז ביידן טאקע אן אסון.
ניין די באדייט פון א פרעזידענט איז צו זיין אן אלטער מענשט אין א נערסינג היים!
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

American Dream האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:58 pm
קודם א לייק פאר די אשכול אין די שפראך

די פראבלעם וואס דעמאקראטן האבן מיט ביידען יעצט איז אז טראמפ האט א מעסעזש צום פאלק אמעריקע פירסט מעיק אמעריקע גרעיט עיגען בארדער סיקיורעטי פרא ביזנעס פרא מענטשהייט וואס פרעזידענט ביידען האט נישט באוויזן צו מאכן די פארקערטע קעיס ביי די דיבאטע

די דעמאקראטן פון זייער זייט האלטן אז טראמפ איז א דיקטאטור דעמאגאג וואס זיי ווילן זייער וויכטיג אים באזיגן אין פרעזידענט ביידען האט געוויזן ביי די דיבאטע אז ער קען נישט באזיגן טראמפ וואס די אנקעטעס צייגן די זעלבע

די מידיע דינט שוין די אנטי טראמפ מאוומענט געטריי די לעצטע 8 יאר אין זענען נישט גרייט צו אויפגעבן בלויז ווייל ביידענס איגא איז העכער די לאנד
דער איינציגער וואס רעדט צום זאך דא, ביזדערווייל. ביידן'ס פראבלעם איז נישט זיין הייזעריגקייט, נישט זיין צעמישעניש - א זאך פון וואס ער האט שוין געליטן 4 יאר צוריק אויך און 20 יאר צוריק אויך, נאר אז ער האט פשוט נישט דעבאטירט!

ביידן איז געקומען צוגעגרייט אריינצופליקן טראמפ ווי ס'וואלט געווען א טוויטער קאמף, ער האט גענוצט טראמפ'ס מהלך פון אראפרייסן, און איז נישט געווען צוגעגרייט מיט קיין זאכליכע קאמפיין הבטחות. טראמפ איז געקומען צוגעגרייט צו דעבאטירן ביידן, פרעזידענטשעל און אריסטאקראטיש, בנוסף צו דעם האט ער אוועקגעדרייט יעדע נושא אויף וואס ער האט געטון און וואס ער פלאנט צו טון. אין קורצן, ביידן האט גערעדט צו טראמפ, און טראמפ האט גערעדט צום פאלק.

די תוצאה איז געווען, אז בנוסף וואס ביידן איז הייזעריג, אלט, שוואך, און ווערט צעמישט אפט ביים רעדן, האט ער גארנישט געוויזן אז ער פלאנט צו דעליווערן עפעס אין זיין פרעזידענטשאפט. טראמפ האט דעליווערט א פיינע קאמפיין רעדע, און ביידן איז נאר געווען פארנומען זיך צו פארטיידיגן און אראפרייסן טראמפ.
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:15 pm

אין די ריספאנס פון די מידיע - די רעכטע און לינקע צוגלייך - האט קלאר אויסגעזעהן אז דאס איז נישט געוועהן זייער שאק. זיי האבן אלע קלאר געזאגט די ווארט "אנפיט" אז דער איז אלט און קאלעכט.
ע"ע מיין תגובה אין פריערדיגן בלאט.

אין ערגעץ האט מען נישט געזעהן איינעם האבן א פראבלעם מיט דעם אז ביידן האט נישט פארגעשטעלט קיין פאלעסי, אפילו וואס יעצט אז דו האסט עס געמענשינד, זעה איך אז יש דברים בגוי. די איינציגסטע זאך וואס מ'האט געקייעט איבער און איבער איז געוועהן די אימפעקט וואס זיין וועזן האט געלאזט אויף די צוקוקער.
און דאס איז: אלט און אומסטאביל.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

רבי יענקב האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:22 pm
אין די ריספאנס פון די מידיע - די רעכטע און לינקע צוגלייך - האט קלאר אויסגעזעהן אז דאס איז נישט געוועהן זייער שאק. זיי האבן אלע קלאר געזאגט די ווארט "אנפיט" אז דער איז אלט און קאלעכט.
ע"ע מיין תגובה אין פריערדיגן בלאט.

אין ערגעץ האט מען נישט געזעהן איינעם האבן א פראבלעם מיט דעם אז ביידן האט נישט פארגעשטעלט קיין פאלעסי, אפילו וואס יעצט אז דו האסט עס געמענשינד, זעה איך אז יש דברים בגוי. די איינציגסטע זאך וואס מ'האט געקייעט איבער און איבער איז געוועהן די אימפעקט וואס זיין וועזן האט געלאזט אויף די צוקוקער.
און דאס איז: אלט און אומסטאביל.
דאס אז די מידיע האט נאר גערעדט פון די אלט און שוואכקייט איז נישט קיין ראיה, מעגליך אז זיי טרייען עס אוועקצוספינען ווייל דאס איז א זאך וואס מ'קען מארגן אויפווייזן אז ער איז יא ביי זיך. און אפילו ביים דעבאטע, וואו ער האט זיך פארלוירן עטליכע מאל, האט ער אבער ווייטער געהאלטן קאפ און געפירט ווייטער דעם שמועס.

און אגב, נאכ'ן ענדיגן שרייבן מיין תגובה הנ"ל האב איך געטראפן א באריכט פון @הכל הבל גענוי ווי איך האב געשריבן, אז ער האט זיך בעיקר פארטיידיגט און נישט פארגעלייגט קיין וויזיע. viewtopic.php?p=5209208#p5209208
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6947
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:15 pm
American Dream האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:58 pm
קודם א לייק פאר די אשכול אין די שפראך

די פראבלעם וואס דעמאקראטן האבן מיט ביידען יעצט איז אז טראמפ האט א מעסעזש צום פאלק אמעריקע פירסט מעיק אמעריקע גרעיט עיגען בארדער סיקיורעטי פרא ביזנעס פרא מענטשהייט וואס פרעזידענט ביידען האט נישט באוויזן צו מאכן די פארקערטע קעיס ביי די דיבאטע

די דעמאקראטן פון זייער זייט האלטן אז טראמפ איז א דיקטאטור דעמאגאג וואס זיי ווילן זייער וויכטיג אים באזיגן אין פרעזידענט ביידען האט געוויזן ביי די דיבאטע אז ער קען נישט באזיגן טראמפ וואס די אנקעטעס צייגן די זעלבע

די מידיע דינט שוין די אנטי טראמפ מאוומענט געטריי די לעצטע 8 יאר אין זענען נישט גרייט צו אויפגעבן בלויז ווייל ביידענס איגא איז העכער די לאנד
דער איינציגער וואס רעדט צום זאך דא, ביזדערווייל. ביידן'ס פראבלעם איז נישט זיין הייזעריגקייט, נישט זיין צעמישעניש - א זאך פון וואס ער האט שוין געליטן 4 יאר צוריק אויך און 20 יאר צוריק אויך, נאר אז ער האט פשוט נישט דעבאטירט!

ביידן איז געקומען צוגעגרייט אריינצופליקן טראמפ ווי ס'וואלט געווען א טוויטער קאמף, ער האט גענוצט טראמפ'ס מהלך פון אראפרייסן, און איז נישט געווען צוגעגרייט מיט קיין זאכליכע קאמפיין הבטחות. טראמפ איז געקומען צוגעגרייט צו דעבאטירן ביידן, פרעזידענטשעל און אריסטאקראטיש, בנוסף צו דעם האט ער אוועקגעדרייט יעדע נושא אויף וואס ער האט געטון און וואס ער פלאנט צו טון. אין קורצן, ביידן האט גערעדט צו טראמפ, און טראמפ האט גערעדט צום פאלק.

די תוצאה איז געווען, אז בנוסף וואס ביידן איז הייזעריג, אלט, שוואך, און ווערט צעמישט אפט ביים רעדן, האט ער גארנישט געוויזן אז ער פלאנט צו דעליווערן עפעס אין זיין פרעזידענטשאפט. טראמפ האט דעליווערט א פיינע קאמפיין רעדע, און ביידן איז נאר געווען פארנומען זיך צו פארטיידיגן און אראפרייסן טראמפ.
צל זאגט היבש ענדליך ווי דיר
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 3:03 pm
@א צווייטע מיך .

טראמפ האט פארקויפט זיינע זאכן און ביידן האט אים נישט באוויזן אפצופרעגן.

דאס האט וויי געטאן פאר זיינע שונאים, מיר אויך.

און דאס הייסט פארלוירן דעם דעבאטע.

און דאס איז די פאניק דא, מען וויל האבן איינעם וואס קען עס יא, און די דעמאקראטן אנדערעסטימעטן טראמפ אז עניוואן דאהי וואלט עס געקענט באווייזן, א טעות מוחלט לפי עניית דעתי.
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

איך בין נישט געווען אין שטיצע פון אוועקשלעפן ביידן פון די פרעזידענטליכע פארמעסט, אבער את הנעשה אין להשיב און מען ברויך מיט גיין מיט די יעצטיגע קאנדידאט.

נעכטן - נאך לאנגע וואכן פון הוילע באשולדיגונגען פון די רעכטע זייט אז העריס האלט זיך צוריק פון ענטפערן פראגעס - יצא המרצע מן השק, די פרוי איז ארויסגעקומען און מיטן פולסטן רואיגקייט געגעבן צו פארשטיין אז עס איז נאך פאראן פירער אין אמעריקע, די נארמאלע באזעסענע וועלט האט נאך פארטרעטער, אמעריקע האט נאך אן עתיד, און זי האט גערעדט.

די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געהאט א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך צו באקענען פון דער נאנט זייער גאנץ מעגליכע צוקנופטיגער פרעזידענט אריין קומענדיק שטארק און קלאר שטייענדיג זה לעומת זה אקעגן די אלטע דור פון פאליטיקאנטן און קארופטירטע פרעזידענט קאנדידאטן.

מרת העריס האט געזיגט נעכטן צוליב א פשוטער סיבה.

זי איז די פיוטשער און טראמפ איז די פעסט.

זי האט א הארץ און געפילן און ער איז איינגעזינקען אין קאנספיראציע און עגא.

זי האט געלאכט ווען זי האט געשפירט אז די אמעריקאנע פאלק לאכט און די זעלבע האט זי געקרעכצט אין די נאמען פון אלע אמעריקאנער וואס קרעכצן.

העריס האט נעכטן געהאט א שמועס מיטן פאלק.

טראמפ האט בלויז דעבאטירט העריס.

טראמפ האט גערעדט צו העריס און געצילט זיין בענקל.

העריס האט גערעדט צום וואנט און געצילט די פאלקס וואוילזיין.

טראמפ איז געווען פארנומען צו אטאקירן העריס מיט די אייגענע קושיות אויף זיך אליינס, העריס האט אים געגעבן צו פארשטיין אז זי לאזט נישט די עבר צו חרוב מאכן נאר זי זוכט א פארבעסערטע עתיד און א פארראכטענע אדמיניסטראציע.

טראמפ האט נישט פארשטאנען אז א זאך וואס א ווייס פרעזידענט האט נישט אויסגעפירט איז אסאך ערגער ווען א פרעזידענט פירט נישט אויס.

אז דו האסט קושיות אויף העריס - ווי איז טראמפ געווען???

העריס איז גלייך ביים אנפאנג צוגעגאנגען צו טראמפ און העפליך געגעבן די האנט - אבער טראמפ וועט איר באשולדיגן אז זי וויל אים איינזעצן אדער גאר 'הארגענען'...

די פאלק איז געזעצן און אויסגעהערט די ביידע זייטן, די זייט וואס איז אנגעקומען גרייט און קלאר מיט אגענדעס און פאליסיס און די צווייטע זייט וואס איז געקומען צוגעגרייט זיך צו פארענטפערן און צוריק פליקן אויף א קאנדידאט וואס האט שוין לאנג צוריק פארלאזט די פארמעסט...

די טראמפיסטן זענען געווען זיכער אז טראמפ וועט מאפן די פלאר מיט העריס, אבער העריס האט זיך נישט געלאזט, זי האט בלויז געדארפט אויפדעקן די שמוץ וואס טראמפ האט אנגעמאכט און טראמפ איז געווארן פארנומען דאס צו רייניגן.

ווער עס גייט למעשה אויספירן און באקריגן די פרעזידענטשאפט - דאס איז פארהוילן פון מיינע אויגן.

אבער איך האף אז די אמעריקאנער באפעלקערונג וועט האָבן די שכל הישר צו שטימען פארן עתיד און זיך נישט לאזן פון די טונקעלע עבר.
לעצט פארראכטן דורך עפעס א ניק אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דאני
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איך האב מיך צולאכט זעענדיג ''פי האסון'' אנשטאט פי האתון. די מויל פון די אומגליק... יא יא.
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7118
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אזוי עמאצינאל
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ויפתח את פי האסון... (פרעזידענטליכע דעבאטע June 2024)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6986
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

עפעס א ניק האט געשריבן:
די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געהאט א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט זייער צוקונפטיגע פרעזידענט.
זי איז די פיוטשעראון טראמפ איז די פעסט.
עפעס א ניק האט געשריבן:
ווער עס גייט למעשה אויספירן און באקריגן די פרעזידענטשאפט - דאס איז פארהוילן פון מיינע אויגן.
איך בין אביסל צומישט. עניוואן אויסצוקלארן?
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:13 pm
עפעס א ניק האט געשריבן:
די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געהאט א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך צו באקענען פון דער נאנט זייער צוקונפטיגער פרעזידענט.
זי איז די פיוטשעראון טראמפ איז די פעסט.

עפעס א ניק האט געשריבן:
ווער עס גייט למעשה אויספירן און באקריגן די פרעזידענטשאפט - דאס איז פארהוילן פון מיינע אויגן.
איך בין אביסל צומישט. עניוואן צו מאכן סדר?
ביי זיי איז זי די צוקנופטיגער פרעזידענט.

ביי מיר איז עס נאך פארהוילן.

טראמפ איז אויך די צוקנופטיגער פרעזידענט ביי די רעפאבליקאנער, נישט אזוי?
שיך און זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 11:00 pm
לאקאציע:למטה מעשרה טפחים

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך און זאקן »

JOY
אוועטאר
פורים קטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

עפעס א ניק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:14 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:13 pm
עפעס א ניק האט געשריבן:
די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געהאט א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך צו באקענען פון דער נאנט זייער צוקונפטיגער פרעזידענט.
זי איז די פיוטשעראון טראמפ איז די פעסט.

עפעס א ניק האט געשריבן:
ווער עס גייט למעשה אויספירן און באקריגן די פרעזידענטשאפט - דאס איז פארהוילן פון מיינע אויגן.
איך בין אביסל צומישט. עניוואן צו מאכן סדר?
ביי זיי איז זי די צוקנופטיגער פרעזידענט.

ביי מיר איז עס נאך פארהוילן.

טראמפ איז אויך די צוקנופטיגער פרעזידענט ביי די רעפאבליקאנער, נישט אזוי?
#NotMyPresident
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: ויפתח את פי האסון #2 - פרעזידענטליכע דעבאטע סעפטעמבער 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

וויאזוי קען מען זאגען אז העריס וויל איינזעצן טראמפ, אמער סי האט דיך אים געגעבן די האנט?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”