די 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווי קוקסטו אן די פסק?

די ליבעראלן האבן געפסק'נט פארטייאיש
68
38%
די קאנסערוואטיוון האבן געפסק'נט פארטייאיש
19
11%
ביידע האבן האבן געפסק'נט פארטייאיש
91
51%
סך הכל שטימען: 178

אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

די 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

די 6-3 פסק איז בעיסד אן פארטיי ליניעס.

די שאלה איז ווער איז די פארטייאישע העק, און ווער עס פסק'נט באמת ווי זיי פארשטייען די געזעץ?

דאס אז זיכער אז די מעריטס פון די קעיס האט גארנישט מיט ליבעראל ווס. קאנסערוואטיווע בליק אויף די קאנסטעטוציע...
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

דאס אז א פרעזידענט האב עפעס אימיוניטי איז לכאורה פשוט.
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4046
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

בעצם האט עס יעדער גע'פסק'ט אומפארטייאיש, עס איז פשוט א צופאל אז די 6 קאנזערוועטיווס האבן אלע גע'פסק'ט לטובת טראמפ, און די 3 ליבעראלע פארקערט...

לכאורה די נושא פון פרעזידענט'ס אימיוניטי איז נישט עפעס וואס איז בעצם א פארטייאישע טאלק, סא טאקע א וואונדער וויאזוי טיפע טראכטערס די קליגסטע פון לאנד טרעפן צו פונקט צו זייער פארטייאישע ווילן....
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:36 pm

גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:36 pm
בעצם האט עס יעדער גע'פסק'ט אומפארטייאיש, עס איז פשוט א צופאל אז די 6 קאנזערוועטיווס האבן אלע גע'פסק'ט לטובת טראמפ, און די 3 ליבעראלע פארקערט...

לכאורה די נושא פון פרעזידענט'ס אימיוניטי איז נישט עפעס וואס איז בעצם א פארטייאישע טאלק, סא טאקע א וואונדער וויאזוי טיפע טראכטערס די קליגסטע פון לאנד טרעפן צו פונקט צו זייער פארטייאישע ווילן....
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די עצם סיבה פון זייער גענויגקייט צו דעם פארטיי, קומט דאך אויך פון קלוגשאפט, נישט אזוי?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו די לאו איז א פונדאמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע

די סופרים קארט'ס יעצטיגע פסק איז לכל הדיעות א חידוש נפלא קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג

רעכן צו דער פאקט אז זיי האבן געווארט די שפעטסטע וואס איז מעגליך ארויס צו געבן דעם פסק (און אפגעווארפן סמיט'ס עמערזשענסי פארלאנג אויפצונעמען די קעיס)

עס איז זייער קלאר אז די קאנסערוועטיווע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די פראסעקיושאן און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר דאס צו שטערן, כאטש למעשה זענען זיי אליין מודה אז לעגאל קענען זיי נישט צופיל פון די קלאגעס מבטל זיין אפילו לויט זייער קרומקייטן

סאו יעצט בלייבט בלויז איבער צו געסן וועמענס מיינונג איז מער פארטייאיש...
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4046
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ביי בוש אין גאור איז מיר אויך געווען שווער די קשיא, צו די דימפל-טשעדס ווערן יא גערעכנט אדער נישט וכו' וכו' איז נישט א קאנזערוואטיווע אדער ליבעראלע, באט סאמהאו איז עס געגאנגען ביי 4/5 וואוט לויט פארטיי ליניעס.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7880
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מײן אפציע איז אז די אנקלעיגער זענען פארטייאיש
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7880
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו די לאו איז א פונדאמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע

די סופרים קארט'ס יעצטיגע פסק איז לכל הדיעות א חידוש נפלא קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג

רעכן צו דער פאקט אז זיי האבן געווארט די שפעטסטע וואס איז מעגליך ארויס צו געבן דעם פסק (און אפגעווארפן סמיט'ס עמערזשענסי פארלאנג אויפצונעמען די קעיס)

עס איז זייער קלאר אז די קאנסערוועטיווע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די פראסעקיושאן און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר דאס צו שטערן, כאטש למעשה זענען זיי אליין מודה אז לעגאל קענען זיי נישט צופיל פון די קלאגעס מבטל זיין אפילו לויט זייער קרומקייטן

סאו יעצט בלייבט בלויז איבער צו געסן וועמענס מיינונג איז מער פארטייאיש...
זײ האבן "אנגענימען" סמיט'ס עמערזשענסי פארלאנג אויפצונעמען די קעיס
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו די לאו איז א פונדאמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע

די סופרים קארט'ס יעצטיגע פסק איז לכל הדיעות א חידוש נפלא קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג

רעכן צו דער פאקט אז זיי האבן געווארט די שפעטסטע וואס איז מעגליך ארויס צו געבן דעם פסק (און אפגעווארפן סמיט'ס עמערזשענסי פארלאנג אויפצונעמען די קעיס)

עס איז זייער קלאר אז די קאנסערוועטיווע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די פראסעקיושאן און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר דאס צו שטערן, כאטש למעשה זענען זיי אליין מודה אז לעגאל קענען זיי נישט צופיל פון די קלאגעס מבטל זיין אפילו לויט זייער קרומקייטן

סאו יעצט בלייבט בלויז איבער צו געסן וועמענס מיינונג איז מער פארטייאיש...
נישט די ערשטע מאל וואס די סופרים קאורט אורטיילט אז א פרעזידענט האט אימיוניטי

וואס איז געווען די סיבה ביי קלינטאן
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

פארוואס איז נישטא א אפציע אז ס'איז נישט פארטייאיש? א חלק פון די סטופידיטי פון די רעכטע איז אז זיי גייען זייער אסאך מיט די אמת/קאנסטוטוציע, , א זאך וואס מ'זעט קיינמאל נישט ביי די לינקע וואס גייען דאון די ליין לויט זייער אגענדע. זיי דינען ווי געהעריגע אקטיוויסטן פאר זייער פארטיי. דאס קענסטו זען איבערן לאנד אין לאקאלע געריכטן און איבערהויפט ביים סופרים קאורט, די א.ג. מאגא קאורט האט שוין גענוג און נאך מאל גע'פסקנ'ט לטובת די לינקע, איבער גענוג מאל, די רעכטע ריכטער דארט קאוקעסן אסאך מיט די ליבעראלע מינאריטעט בעת וואס די ליבעראלן האבן נאך קיינמאל נישט געקאוקעסט מיט די רעכטע מעדזשאריטי, זיי געבן נישט נאך א אינטש, עכ"פ וואס איך האלט מיט, אויב איינער קען ברענגען דוגמאות אויף פארקערט, איז פארוואס איז עס פארטייאיש? לאז ארויס טראמפ א מינוט, לאמיר זאגן די בראזיליאנער העכסטע געריכט גיט ארויס א פסק אז באלסענארא האט געהאט אימיונוטי נאר אויף זאכן וואס האט געהאט מיט זיין דזשאב און נישט אין פרייוועט לייף, וואלסט עס אנגעקוקט פארטייאיש? ס'איז העכסט פארשטענדליך. עכ"פ אין מיינע אויגן.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:51 pm

סאו דו זאגסט אז די ליבעראלן האבן דא געפסק'נט פארטייאיש. די מציאות איז אז עס איז א 6-3 רולינג.
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:51 pm
פארוואס איז נישטא א אפציע אז ס'איז נישט פארטייאיש? א חלק פון די סטופידיטי פון די רעכטע איז אז זיי גייען זייער אסאך מיט די אמת/קאנסטוטוציע, , א זאך וואס מ'זעט קיינמאל נישט ביי די לינקע וואס גייען דאון די ליין לויט זייער אגענדע. זיי דינען ווי געהעריגע אקטיוויסטן פאר זייער פארטיי. דאס קענסטו זען איבערן לאנד אין לאקאלע געריכטן און איבערהויפט ביים סופרים קאורט, די א.ג. מאגא קאורט האט שוין גענוג און נאך מאל גע'פסקנ'ט לטובת די לינקע, איבער גענוג מאל, די רעכטע ריכטער דארט קאוקעסן אסאך מיט די ליבעראלע מינאריטעט בעת וואס די ליבעראלן האבן נאך קיינמאל נישט געקאוקעסט מיט די רעכטע מעדזשאריטי, זיי געבן נישט נאך א אינטש, עכ"פ וואס איך האלט מיט, אויב איינער קען ברענגען דוגמאות אויף פארקערט, איז פארוואס איז עס פארטייאיש? לאז ארויס טראמפ א מינוט, לאמיר זאגן די בראזיליאנער העכסטע געריכט גיט ארויס א פסק אז באלסענארא האט געהאט אימיונוטי נאר אויף זאכן וואס האט געהאט מיט זיין דזשאב און נישט אין פרייוועט לייף, וואלסט עס אנגעקוקט פארטייאיש? ס'איז העכסט פארשטענדליך. עכ"פ אין מיינע אויגן.
פונקט אזוי געטראכט.
די 6 זענען געווען אביאקטיוו און די 3 נישט.
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4046
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

חברונער האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:03 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:51 pm
פארוואס איז נישטא א אפציע אז ס'איז נישט פארטייאיש? א חלק פון די סטופידיטי פון די רעכטע איז אז זיי גייען זייער אסאך מיט די אמת/קאנסטוטוציע, , א זאך וואס מ'זעט קיינמאל נישט ביי די לינקע וואס גייען דאון די ליין לויט זייער אגענדע. זיי דינען ווי געהעריגע אקטיוויסטן פאר זייער פארטיי. דאס קענסטו זען איבערן לאנד אין לאקאלע געריכטן און איבערהויפט ביים סופרים קאורט, די א.ג. מאגא קאורט האט שוין גענוג און נאך מאל גע'פסקנ'ט לטובת די לינקע, איבער גענוג מאל, די רעכטע ריכטער דארט קאוקעסן אסאך מיט די ליבעראלע מינאריטעט בעת וואס די ליבעראלן האבן נאך קיינמאל נישט געקאוקעסט מיט די רעכטע מעדזשאריטי, זיי געבן נישט נאך א אינטש, עכ"פ וואס איך האלט מיט, אויב איינער קען ברענגען דוגמאות אויף פארקערט, איז פארוואס איז עס פארטייאיש? לאז ארויס טראמפ א מינוט, לאמיר זאגן די בראזיליאנער העכסטע געריכט גיט ארויס א פסק אז באלסענארא האט געהאט אימיונוטי נאר אויף זאכן וואס האט געהאט מיט זיין דזשאב און נישט אין פרייוועט לייף, וואלסט עס אנגעקוקט פארטייאיש? ס'איז העכסט פארשטענדליך. עכ"פ אין מיינע אויגן.
פונקט אזוי געטראכט.
די 6 זענען געווען אביאקטיוו און די 3 נישט.
דאס איז פארשטייט זיך דיין אביאקטיוו בליק...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

איך טריי נאר צו פארשטיין די 54% (אזוי איז עס געווען בשעתן שרייבן די תגובה) וואס האלטן אז ביידע זענען געווען פארטייאיש

די געזעץ איז אז די פרעזידענט איז אדער יא אדער נישט אימיונט סא איין זייט האט פשוט גענומען די זייט פון געזעץ

¿?¿?¿?¿?
לעצט פארראכטן דורך 2 אידן 3 מיינונגען! אום מאנטאג יולי 01, 2024 1:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו די לאו איז א פונדאמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע

די סופרים קארט'ס יעצטיגע פסק איז לכל הדיעות א חידוש נפלא קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג

רעכן צו דער פאקט אז זיי האבן געווארט די שפעטסטע וואס איז מעגליך ארויס צו געבן דעם פסק (און אפגעווארפן סמיט'ס עמערזשענסי פארלאנג אויפצונעמען די קעיס)

עס איז זייער קלאר אז די קאנסערוועטיווע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די פראסעקיושאן און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר דאס צו שטערן, כאטש למעשה זענען זיי אליין מודה אז לעגאל קענען זיי נישט צופיל פון די קלאגעס מבטל זיין אפילו לויט זייער קרומקייטן

סאו יעצט בלייבט בלויז איבער צו געסן וועמענס מיינונג איז מער פארטייאיש...
בשעת׳ן זיין פרעזידענט פארשטייסטו פארוואס א פרעזידענט מעג יא זיין העכער די געזעץ?
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צ/ק

יעדע ריכטער איז פארטייאיש און דאס איז וויאזוי זיי וועלן אלעמאל פסקענען. עס קען פארט זיין אז זיי וועלן ציווארפן א ביינדל אויף אומוויכטיגע קעיסעס אקעגן פארטייאישע ליניעס, בכדי אויסצוקוקן לעגיטים.
אני הוא הנער, נער המדבר
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

שטארקע אור האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:54 pm
דאס טוישן האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:53 pm
שטארקע אור האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:52 pm
דאס טוישן האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:44 pm
כפרה האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:44 pm

ווייל זיי טוהען עס...
דאס מיינט נישט דעמאקרעטיע
וואס מיינט טוהן וואס זיי ווילן? זיי פסקענען די קאנסטיטוציע.

וואס מיינט דעמאקראטיש?
איך ווייס נישט אבער פארוואס איז נישט דא א העכערע קארט?
ביז וואו? ביז די הימל? עס איז משוגעדיג הויעך, און א שטיקל סכנה. ונשמרתם איז עפעס א קלייניגקייט?
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך בין מסכים 100% מיט די מאיאריטעט!
דאס וואס סאטאמאיאר שרייבט פרעכערהייט אז דאס געבן פאר א פרעזידענט אזא מאכט טוט מאכן ליצנות פו "נאו וואן איז עבאוו די לאו" איז אבסורד און פארטייאיש!
זאגט נאר מיסיס: א יעדע ריכטער האט "אימיוניטי" פון קענען ווערן קרימינאל אנגעקלאגט (און פארדעם באגייען זיי קרימינאליטעטן טאג טעגליך..) דארט ביסטו אקעי דערמיט? סאו נוץ אלע הסברים אויך בייי א פרעזידענט!

לעצם הטענה אז ער קען ווערן א דיקטאטור/פוטין/קעניג איז אייביג דער תירוץ אז ער קען ווערן אימפיטשט דורך דעם לעגיסלאטיוון ברענטש דאס איז ביז היינט געווען גילטיג פאר די Judicial ברענטש און יעצט אויך פאר א פרעזידענט

זייער אן אויפריכטיגער פסק! אווערסייט דארף זיין ער זאל נישט קענען עביוזן זיין פאוער ווי א דיקטאטור אבער קלאגן קרימינאל נישט (פונקט ווי אייך מיסיס סאטאמאיאר)
לעצט פארראכטן דורך קהל עדתינו אום מאנטאג יולי 01, 2024 1:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בסדר גמור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

איך וואלט עס אנגעקוקט ענדערש קאממאן סענס ווס נאן-קאממאן סענס.

קאממאן סענס זאגט אז דער פרעזידענט דארף זיין אימיונט פאר אלע אפיציעלע גאווערמענט ארבעט וואס ער טוט בשעת'ן זיין פרעזידענט, אנדערש וועט ער גארנישט קענען אויספירן.

לדוגמא, אויב וועט ער שיקן טרופן צום גרעניץ און זיי וועלן דארט אומברענגען אינוואדירער, וועלן זיי דערנאך וואס ער איז שוין נישט פרעזידענט ברענגען קלאגעס אויף אים פארן שיקן איינעם הרג'נען איינעם וכדומה, און ער וועט דארפן זיין פארנומען זיין גאנץ לעבן זיך צו פארטיידיגן פון די גאנצע וועלט פאר אלעס וואס איז פארגעקומען אונטער זיין פרעזידענטשאפט.
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

שכולו טוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:59 pm
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:51 pm
פארוואס איז נישטא א אפציע אז ס'איז נישט פארטייאיש? א חלק פון די סטופידיטי פון די רעכטע איז אז זיי גייען זייער אסאך מיט די אמת/קאנסטוטוציע, , א זאך וואס מ'זעט קיינמאל נישט ביי די לינקע וואס גייען דאון די ליין לויט זייער אגענדע. זיי דינען ווי געהעריגע אקטיוויסטן פאר זייער פארטיי. דאס קענסטו זען איבערן לאנד אין לאקאלע געריכטן און איבערהויפט ביים סופרים קאורט, די א.ג. מאגא קאורט האט שוין גענוג און נאך מאל גע'פסקנ'ט לטובת די לינקע, איבער גענוג מאל, די רעכטע ריכטער דארט קאוקעסן אסאך מיט די ליבעראלע מינאריטעט בעת וואס די ליבעראלן האבן נאך קיינמאל נישט געקאוקעסט מיט די רעכטע מעדזשאריטי, זיי געבן נישט נאך א אינטש, עכ"פ וואס איך האלט מיט, אויב איינער קען ברענגען דוגמאות אויף פארקערט, איז פארוואס איז עס פארטייאיש? לאז ארויס טראמפ א מינוט, לאמיר זאגן די בראזיליאנער העכסטע געריכט גיט ארויס א פסק אז באלסענארא האט געהאט אימיונוטי נאר אויף זאכן וואס האט געהאט מיט זיין דזשאב און נישט אין פרייוועט לייף, וואלסט עס אנגעקוקט פארטייאיש? ס'איז העכסט פארשטענדליך. עכ"פ אין מיינע אויגן.
סאו דו זאגסט אז די ליבעראלן האבן דא געפסק'נט פארטייאיש. די מציאות איז אז עס איז א 6-3 רולינג.
איך זאג אז די רעכטע פסק'נען אסאך פאר די לינקע. א גרויס חלק פסקים זענען נישט קיין 6-3, מילא ווען זיי פסק'נען אויך פאר די רעכטע ווערן זיי נאכנישט פארטייאיש, די פסק היינט איז בכלל נישט ראדיקאל און ס'איז בכלל נישט אינגאנצן לטובת טראמפ, זיי האבן ארויסגעווארפן זיין איפיטשמענט טענה. און מיט א שנעלע בליק קוקט עס אויס ווי ס'איז געבויעט אויף געזונטע יסודות, עמער ווארטן צו זען וואס דערשאוויץ האט צו זאגן דערצו
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו די לאו איז א פונדאמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע

די סופרים קארט'ס יעצטיגע פסק איז לכל הדיעות א חידוש נפלא קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג
איי דיסעגרי
איך בין מסכים 100% מיט די מאיאריטעט!
דאס וואס סאטאמאיאר שרייבט פרעכערהייט אז דאס געבן פאר א פרעזידענט אזא מאכט טוט מאכן ליצנות פו "נאו וואן איז עבאוו די לאו" איז אבסורד און פארטייאיש!
זאגט נאר מיסיס: א יעדע ריכטער האט "אימיוניטי" פון קענען ווערן קרימינאל אנגעקלאגט (און פארדעם באגייען זיי קרימינאליטעטן טאג טעגליך..) דארט ביסטו אקעי דערמיט? סאו נוץ אלע הסברים אויך בייי א פרעזידענט!

לעצם הטענה אז ער קען ווערן א דיקטאטור/פוטין/קעניג איז אייביג דער תירוץ אז ער קען ווערן אימפיטשט דורך דעם לעגיסלאטיוון ברענטש דאס איז ביז היינט געווען גילטיג פאר די Judicial ברענטש און יעצט אויך פאר א פרעזידענט

זייער אן אויפריכטיגער פסק! אווערסייט דארף זיין ער זאל נישט קענען עביוזן זיין פאוער ווי א דיקטאטור אבער קלאגן קרימינאל נישט (פונקט ווי אייך מיסיס סאטאמאיאר)
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו די לאו איז א פונדאמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע

די סופרים קארט'ס יעצטיגע פסק איז לכל הדיעות א חידוש נפלא קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג

רעכן צו דער פאקט אז זיי האבן געווארט די שפעטסטע וואס איז מעגליך ארויס צו געבן דעם פסק (און אפגעווארפן סמיט'ס עמערזשענסי פארלאנג אויפצונעמען די קעיס)

עס איז זייער קלאר אז די קאנסערוועטיווע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די פראסעקיושאן און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר דאס צו שטערן, כאטש למעשה זענען זיי אליין מודה אז לעגאל קענען זיי נישט צופיל פון די קלאגעס מבטל זיין אפילו לויט זייער קרומקייטן

סאו יעצט בלייבט בלויז איבער צו געסן וועמענס מיינונג איז מער פארטייאיש...
דאס אז א פרעזידענט האט מער מאכט ווי דעם געווענליכן בירגער איז א פונדאמענט אין דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. דאס אז א פרעזידענט איז נישט אבאוו דע לאו - דע לאו וואס איז חל אויף א פרעזידענט - איז אויך עפעס וואס איז א פונדאמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע.

אויבן אויף איז מינאריטעט אפיניען א חידוש נפלא לכל הדעות קעגן די ביז איצטיגע אנגענומענע מיינונג.

עס איז זייער קלאר אז די ליבעראלע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די אנגעקלאגטע און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר אונטערצושטופן די אנקלעגער'ס פראסיקיושאן.
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
עס איז זייער קלאר אז די קאנסערוועטיווע העקס אויפן קאורט גלייכן נישט די פראסעקיושאן און טוען וואסערע ("אפיציעלע אקט"...) שטיק זיי קענען נאר דאס צו שטערן, כאטש למעשה זענען זיי אליין מודה אז לעגאל קענען זיי נישט צופיל פון די קלאגעס מבטל זיין אפילו לויט זייער קרומקייטן
פונקט פארקערט. די קאנסערוואטיוון אויפן געריכט זענען ארויס פון זייער וועג צו צייגן אז זיי זענען נישט גרייט צו גיין ביזן סוף צו אפהאלטן די קעיס פון פאראויסגיין, מיט דעם וואס זיי האבן ספעציעל אונטערגעיאגט דעם קעיס אנדערש ווי די שטייגער אויף קעיסעס וואס ווערן אנגענומען אין דעם צייט פון יאר. לויט די נארמאלע סדר וואלט די קעיס הערשט געדארפט ווערן אויסגעהערט אינעם קומענדיגן סעזאן, וואס וואלט אוועקגענומען יעדע קליינע מעגליכקייט פון ווייטער גיין מיט דעם קעיס פאר די וואלן.
יעדע זאך נעמט צייט
צינגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: די היינטיגע 6-3 סופרים קאורט פסק איבער פרעזידענטליכע אימיוניטי - פארטייאישע פסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

אויב וואלט עס געווען ממש אויף פארטייאישע ליניעס, ד''ה אז די רעכטע וואלטען געעוען אזוי פארטייאיש ווי די לינקע, וואלט ווען ארויסגעקומען אביסל א קלארערע פסק לטובת טראמפ, וואס יעצט כאטש די פסק איז לטובתו, איז עס נישט קיין חיתוך הדין לטובתו, סאיז נאר בעיקרון לטובתו, סדארף נאך צוריקגיין צום נידריגען קארט סגיבט אים ס''ה מער צייט און נעמט אביסל ארויס די ליפט פון סמיט, ווען סוואלט געען פארקערט וואלט עס געווען הונדערט פראצענט קעגן טראמפ אזוי ווי אייביג
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”