קלינטאן אימיוניטי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: קלינטאן אימיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

קאנוויקטעד אין (סענאט) איז אימפיטשמענט, קיין שייכות צו קרימינאל לייעביליטי

דאס אז מען ברענגט נישט קיין קלאגעס קעגן א סיטינג פרעזידענט איז ניטאמאל מכח אימיוניטי, נאר פשוט א אינטערנאל זשאסטיס דעפארטמענט מעמא, אויפן זעלבן שטייגער וואס די דעפארטמענט איז זיך נוהג נישט צו אנהייבן א עפנטליכער אויספארשונג און ברענגען קלאגעס קעגן א קאנדידאט נאנט צו די וואלן. ממילא פאלגט נאך פון דעם אז ווי לאנג ער איז נאך אין אמט קלאגט מען אים נישט, אבער די מינוט וואס ער ווערט ארויס געווארפן פון אמט (= קאנוויקטעד אין סענאט) אדער זיין טערמין לויפט פשוט אפ, קען מען אים פיין אנקלאגן.

עניוועי, איך זעה אז דער שמועס איז דאמירן בעלמא, ראבערטס נוצט אייגנטלעך די טאלקינג פוינט צו ווייזן ווי שטארק די סופרים קארט'ס פסק איז מעכטיג און אומפארטייאיש, וויבאלד טראמפ'ס לאיער האט דאס פארגעשלאגן אבער זיי האבן דאס נישט אנגענומען.

איך ווייס אבער נישט וואס זייער פסק איז יא, פון די וועג וויאזוי די דיסענט לערנט אפ דעם פסק זעהט אויס ווי דאס איז ממש א הפיכת קערה על פיה, כאילו די אלע גערעדעכץ פון 250 יאר אז אין אמעריקע איז דער פרעזידענט נישט קיין קעניג און אבאוו די לאו איז אלעס געווען פיין און וואויל ווי לאנג מען האט זיך נישט גענומען דערצו, אבער די מינוט וואס מען ברענגט קלאגעס למעשה שטעלט זיך ארויס אז אלעס איז בעלאוני. ספעציפיש צייגט סאטאמאיער אן די קארופטירטע פארדאן'ס (וואס איז טאקע ממש א מחותן אין דעם אשכול, זינט קלינטאן איז טאקע אויסגעפארשט - און באשטראפט! - געווארן אויף אזא באשולדיגונג), אז לויט דעם פסק איז א פרעזידענט אימיונט דערקעגן.

איך וואלט זיך געפרייט צו הערן פון די קאנסערוועטיוון אז דאס איז נישט אמת, זייער פסק מיינט נישט דאס.

דערווייל אבער איז דער לעכערליכער ארגומענט וואס מען הערט פון זיי - און אויך געזען בשם ספיקער זשאנסאן - אז, עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן אז א פרעזידענט זאל באגיין קרימינאליטעטן!!!! עס איז ממש א גאר ווייטע זעלטענע הייפאטעסיס. דאס זאגן זיי אונז ווען פאר אונזערע אויגן שטייט טראמפ אנגעקלאגט אויף הארבע קלאגעס!!! אבער אפילו מען זאל האלטן אז די קלאגעס זענען פערצופאל פאליטיש מאטיווירט און טראמפ איז ממש א צדיק, איז אבער זייער קלאר פאר יעדן בר בי רב דחד יומא אז באופן כללי 'פאוער קאראפטס'.

איך ווייס נישט צי לאכן אדער וויינען, עס איז סתם אינטרעסאנט אז באופן כללי טענה'ן קאנסערוועטיוון אז זיי זענען ריאליסטן בעת ליבעראלן זענען מער אידיאליסטיש, לינקע ווילן פירן די וועלט לויט ווי זיי וואלטן געוואלט מענטשן זאלן זיך אויפפירן אבער קאנסערוואטיוון רעכענען זיך מיט די פאקטישע מציאות. חוץ ווען עס קומט צו שאלות פון שוחד און אביוז אוו פאוער, ביליאנער'סקע וואקאציעס א.א.וו. און געלט אין פאליטיק, דא פארשטייען נישט די געערטע שופטים דאס וואס יעדער רעכטדענקנדער מענטש פארשטייט, אז אויב מען לאזט צו זאכן געשעט עס טאקע. (פארשטייען זיי דען נישט? זיי ווילן אבער טאקע דאס).

וואט א שעים. און וואט א זשאוק.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: קלינטאן אימיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:49 pm
כאלעט'ל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 6:35 pm
בעריש'ל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 3:41 pm
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 3:40 pm
נישטא קיין טראפ אימינוטעט אנטקעגן איפטשמענט...

כ'זעה נישט פארוואס דו כאפסט דאס נישט אימינוט מיינט נישט אז ס'איז נישט קיין קריים ס'מיינט אז די דזשאסטעס דעפארטמענט און/אדער ציווילע קענען נישט קלאגן
מקקאנעל האט געזאגט אז ער וועט נישט וואוטן פאר רימאוועל פון טראמפ ווייל דאס איז די זשאב פונעם קאורט.
מיט מעקאנעל'ס שטימע איז דאס נאכאלץ א 5-4 רולינג,
אז עס געפעלט דיר נישט מעקאנעל'ס טענה קענסטו אנפירן א קאמפיין אנטקעגן אים אין קענטאקי און אים האלטן פאראנטווארטליך אויף זיינע שוידערליכע ליגנט'ס, די העכסטע געריכט קומט נישט קיין דין וחשבון פאר קיינעם,


@צל עובר אויב דאנאלד טראמפ טרעפט זיך מיט א גרופע טעראריסטן און וויל זיי אנצייגן די גענויע נוקעלעארע וואפן פאבריקן און וויאזוי דאס אויפצורייסן, און די איינציגסטע וועג אים אפצוהאלטן פון דאס טוהן איז אריינשיקן די טיעם זעקס סיעלס, דאן איז ביידען אבסעלוטלי באשיצט מיט פרעזידענטליכע אימיונעטי,
( אויב איז דאס געווען א טעות, וועט מען שרייבן אז מען קען אים נישט אנקלאגן וויבאלד ער איז א נאבעלער אלטער מאן מיט שוואכע זיכרון פונקציעס )
און אויך סתם אזוי נאך דעם פסק.

פארן פסק וואלט קיינער אויך נישט געקלאגט אבאמע פארן אומברענגען זארקאווי, ווייסט פארוואס? ווייל עס מאכט נישט קיין ברעקל סענס, עס פעלט נישט אויס קיין לעכערליכע פרישע אימיוניטי קלאוז פון די קאנסטיטוציע שבעל פה.
ריכטיג,
און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו קלאגן א געוועזענעם פרעזידענט פאר'ן אויספארשן קארופטירטע וואלן, לשיטתו,
און ניין, עס גיבט נישט די רעכט פאר א פרעזידענט צו הרג'נען מענטשן סתם ווייל ער וויל אזוי, אפילו דער ראצער פון עקס שרייבט אז יא.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קלינטאן אימיוניטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@אותות ומופתים , דו זאגסט אז לויט ראבערטס איז טאקע שייך אזא זאך היי קריים, נאר מען קען אויף דעם נישט קלאגן.

ראבערטס זאגט דאס אבער נישט.



בנוגע דיין זארג אז לינקע פרעזידענטן קענען יעצט ווערן דיקטאטורן, דאונט ווארי, כמובן לכל וואלט דער געריכט קיינמאל נישט געזאגט אז קארופציע פון א דעמאקראט גייט אריין אין אפיציעלע אקטן.

מען דארף זיך נישט זארגן.



ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:38 am



עס איז באמת די ערשטע מאל איר הערט אז א סיטינג פרעזידענט דארף ווערן קאנוויקטעד אין קאנגרעס?
די געריכט האט פשוט אויסגעקלארט וועגן נאכן טערמין וואס גייט אריין אין דעם.
אין קעיס אותות איז נישט גענוג קלאר.

ראבערטס האט נישטאנגענומען די לעכערליכע טענה פון דעם טראמפ אדוואקאט אז כדאי אנצוקלאגן פעלט אויס אימפיטשמענט און רעמאוול.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”