בלאט 1פון 1

מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:09 pm
דורך fiena nieas
מאָמענט מאגאזין ראה תשפ״ב (1).jpeg
מאָמענט מאגאזין ראה תשפ״ב (1).jpeg (379.55 KiB) געזען 618 מאל

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:09 pm
דורך fiena nieas
טייערע הייליגע זיסע יודן עטס האטס געליינט די ארטיקל אין מאמענט דעמאלטס און רחמנות געהאט אויף הערשי און ארויפגעקיקט אויף זיין אמונה און ביטחון און שמחה !

יעצט איז די צייט בעיזר השם גייט הערשי אריבערגיין א פרעצודיר ווי מען גייט עים לייגן בעיזר השם פיס! ער וועט קענען גיין כאחד האדם און זיך נישט דארפן באניצן מיט א רעדער שטיל

טייערע יודן מען דארף אסאך געלט איך האב דא געפענט א עקסטערע לינק פאר אייוועלט יודן ביטע געבטס וואס עטס קענטס

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:10 pm
דורך fiena nieas
טאג טעגליך מוטשעט זיך אונזער ידיד ר׳ הערשי און איז צוגעבינדן צו א ווילטשעיר.
אבער ב״ה עס איז דא האפענונג, מיר קענען אים יעצט שטעלן אויף די פוס. אבער מיר דארפן אייער הילף. לאמיר נישט ערלויבן געלט צו זיין אן אפהאלט. שליסט אייך אן אינעם ׳מעמידו על רגליו׳ קאמפיין צו שטעלן א איד אויף די פוס


https://www.charidy.com/feet/76958

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:41 pm
דורך fiena nieas
נאך צוואנציג יאר פון יסורים איז יעצט דא האפענונג


עס איז א געשיכטע פון ווייטאג וואס פילע צווישן אונז געדענקן נאך. א שוידערליכע עקסידענט וואס האט זיך ליידער געענדיגט גאר טראגיש. אונזער ידיד ר׳ הערשי איז דאן געווען אין די שענסטע יארן פון זיין לעבן, דאקטוירים האבן באוויזן אים צו ראטעווען, אבער ליידער האט ער געצאלט א גאר טייערע פרייז - ער איז געבליבן אן זיינע ביידע פוס.



פאר איבער צוואנציג יאר פירט ר׳ הערשי אן זיין לעבן מיט א העלדישקייט און שטארקייט. טראץ די אויסטערלישע שוועריגקייטן פירט ער א הערליכע אידישע שטוב און לאזט זיך נישט פאלן. אבער יעדן טאג איז א פרישע מלחמה צו קענען אנגיין מיט׳ן זיין צוגעבינדן צום וויהלטשעיר - יעדע קלייניגקייט קומט אן שווער און עס איז אוממעגליך צו ברענגן פרנסה.



אבער יעצט איז ענדליך ב״ה דא א שטראל פון האפענונג. גרויסע דאקטוירים זאגן אז מיט נייע פאטענטן פונעם עולם הרפואה קען מען דורכפירן א גאר פארגעשריטענע פראצעדור וואס וועט ערמעגליכן צו שטעלן ר׳ הערשי אויף די אייגענע פוס. אבער אזא אפעראציע איז גאר טייער און קאסט נאנט צו פיר הונדערט טויזנט דאלער - א סכום וואס ער קען זיך נישט ערלויבן פון די אייגענע טאש.



דער פרייז איז גאר א קליינער נעמנדיג אין באטראכט אז עס קען אויפריכטן זיין לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה! מיר קענען נישט לאזן געלט זיין אן אפהאלט פון שטעלן אונזער ידיד אויף די פוס. נאך יארן פון יסורים און עגמת נפש איז ב״ה דא האפענונג. לאמיר שטעלן אונזער ידיד אויף די פוס, לאמיר העלפן אים און זיין משפחה צוריקבאקומען זייער געטרייער פאטער אויף די אייגענע פוס און אים העלפן פירן א געזונטע און זעלבסשטענדיגע לעבן.



והחזקת בו

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:38 am
דורך fiena nieas
IMG-20240627-WA0125.jpg
IMG-20240627-WA0125.jpg (163.61 KiB) געזען 430 מאל

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 5:56 pm
דורך fiena nieas
@קרעדיט קארד שכוח שכרך הרבה מאוד אסאך הצלחה

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:04 pm
דורך גאר.געשמאק
זיך יעצט משתתף געווען לכבוד @fiena nieas
18 טאלער

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:29 pm
דורך Willy
נאכ'ן הערן אויף קול מבשר זיין פעלזן פעסטן אמונה אין בטחון, האט זיך פין זיך אליינס געגעבן געלט.

Re: מעמידו על רגליו קאמפיין

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:38 pm
דורך fiena nieas
שכוח הרב גאר געשמאק

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: