ר' נחום האט באשלאסן, אז אלעס האט א שיעור.
זיינע טייערע כתה ח' תלמידימ'לעך זענען שוין פאר דריי וואכן פארנומען נאר מיט איין נושא, די סוגיא פון בעטן אין קעמפ. יענקי קען נאר שלאפן אונטן, ווייל ביי זיין באבע אינדערהיים איז א באנק בעט אמאל אראפגעפאלן, (איי אויף וואס איז עס געפאלן אויב נישט אויף א אונטערשטע בעט?) חיים מוז שלאפן אויבן, ווייל פאריאר האט איינער זיך אראפגעזעצט אויף זיין בעט, און צוקנייטשט זיין פריש געמאכטע דאכענע,בעריש קען נישט שלאפן נעבן ברוך, (עפעס איז ער אלערגיש צו אים, זיכער נישט וועגן שנאת חנם). און שמעון מיז שלאפן שיף פון אלחנן,(גיי ווייס פארוואס).
ר' נחום האט באשלאסן, אז גענוג איז גענוג, און געמאלדן אז יעדער איינער זאל אריינגעבן א צעטל, און אריינשרייבן צו ער וויל שלאפן אויבן אדער אונטן, אזוי אויך קען מען שרייבן איין אינגל נעבן וועם ער וויל דווקא יא שלאפן. און איין קינד נעבן וועם ער וויל נישט שלאפן,(ליידער).
זיצט זיך נטע'לע אין די זייט, און קען קוים איינהאלטן זיינע טרערן, ער קען נישט פארשטיין פארוואס, פון די גאנצע כיתה האבן רוב קינדער געשריבן אין זייערע צעטלעך אז זיי ווילן נישט שלאפן נעבן אים? נטע איז גראדע געווען גאנץ א פאפולער געשמאקע אינגל, אבער פאר עפעס א סיבה, וויל קיינער נישט שלאפן נעבן אים.
************************************
נטע איז שוין אין ישיבה קטנה,ווי ב''ה ער הארעוועט אריין, גאנץ א לעבעדיגע געשמאקע בחור, הגם אסאך מאל שפירט ער יא עפעס אביסל...עפעס... אנדערש פון יעדעם, אדער אביסל אויסגעשלאסן, אבער בדרך כלל איז אלעס פיין, איין טאג אין קעמפ נטע קומט אריין אין לאנטש רום, די טישן זענען שוין אנגעגרייט פאר לאנטש, די ווייסע פיטשערס, וואס איז אנגעשפריצט מיט בלויע ספרעי פעינט (מילכיג ניין?) אנגעפילט מיט רויטע קאלעי וואסער, ליגן שוין שיין אויסגעלייגט, נטע האט שנעל אויפגערוימט זיין פלאץ פון די פארהארטעווטע לאקשעלע, שיריים פונעם נעכטיגן נאכטמאל, און נאך איידער ער זעצט זיך אראפ, זעהט ווי ראובן מורמעלט עפעס אריין צו זיין חבר חיים, און זיי האבן ביידע געגעבן אשמייכל, וואס אויב מ'זאל קוקן אויף ראובן'ס מויל פון א צפונ'דיגע קוק ווינקל, קען מען זאגן אז די שמייכל איז געווען געוואנדן, צו די זעלבע זייט ווינטע איז געזיצן. נטע האלט עס נישט אויס, וואס האבן זיי גערעדט פון מיר?
נטע מיינט אז ער קראכט, וואס האב איך יעצט געטון נישט ריכטיג אז זיי האבן וואס מיר צו בארעדן און אויסלאכן? די איינציגסטע זאך וואס ער קען טראכטן, איז אז ער האט מן הסתם צופיל געשוויצט, און ער האט אן אומבא'טעמ'טע ריח, נטע לויפט אריין אין באנק, און טוישט אלע בגדים, צוריקקומענדיג האט ער שוין נאר געטראפן די אפגערוימטע טישן, איז נטע געבליבן הונגעריג, פארט בעסער ווי זיין צו שאנד און צושפאט.
************************************
נטע איז שוין א ישיבה גדולה בחור, א אמת'דיגע כלי מפואר, ער זיצט און הארעוועט אריין ער האט א אויסגערופענע גוטע נאמען, מ'האלט היינט די ערשטע טאג פון זמן, און נטע האט זיך אוועקגעזצט אויף א טיש, מיט זיין חברותא, צוביסלעך איז דער עולם אנגעקומען, און זיך געזעצט אויף די פלעצער, צוויי חברותות פער טיש.
נטע'ס טיש איז אבער געבליבן ליידיג, הערשל קומט אריין אין ביהמ''ד, די פרישקייט פון בין הזמנים, איז נאך אויסגעגאסן אויף זיין פנים, משה קומט אריין מיט א סחורה'נע אמעיזינג סעווינגס בעג אנגעפילט מיט ספרים (די ערשטע טאג לערנט דאך יעדער),נחום קומט אריין פאלי סטאקט מיט פיר קארטענס ציגארעטלעך, גרייט פאר די ערשטע צוויי וואכן פון זמן.
נטע קוקט אויף יעדעם איינעם פון זיי מיט א בליק אנגעפילט מיט האפענונג, אפשר פארט וועט איינער פון זיי זיך דערבארעמען אויף אים, און קומען זיצן נעבן אים, זאל ער נישט זיין ווי זיין גאנץ לעבן, דער...איך ווייס נישט וואס...
אינטערעסאנט איז אבער אז אין די צייט וואס פנחס -נטע'ס חברותא- איז געווען פרייליך צו זיצן אויף א ליידיגע טיש, האט נטע כמעט געוויינט, ווייל ער ווייסט יא די סיבה פארוואס קיינער איז נישט געקומען אויף די טיש, ווייל ווער וויל אפי' זיצן נעבן נטע'נען.
**************************************
נטע האט שוין חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת, די וואך נאך זיין שבע ברכות, איז ער געגאנגען דאווענען אין די גרויסע שול פון זיין קהילה,פארן גבאי איז עפעס זייער געפאלן דעם נייעם אינגערמאן מיט די ווייסע זאקן, און געבויט אויף דעם ווייסע זאקן יסוד, אז מן הסתם וואלט ער געווען א גוטע שחרית בעל תפילה, נטע האט געהאט א פיינעם שטומע, און די כיבוד האט אים פיין געשמעקט, האט ער עס אנגענומען.
נטע האט אראפגעלייגט א פעסטן שוכן עד מיט'ן גאנצן געשמאק, יא ביי נקדישך האט זיין קול אביסעלע געקראצט, אבער נאך אלץ געווען גאנץכמעשה, בעצם איז נטע געווען צופרידן, אבער פארט נישט געווען זיכער אויב ער האט געטון ריכטיג מיט'ן צוגיין, ווייל די גאנצע ביהמ''ד קוקט אים יעצט זיכער אן ווי סתם אן אינטענשאן סיקער, וועלכע נארמאלע אינגערמאן גייט צו צום עמוד א וואך נאך די שבע ברכות? און אפי' די גבאי ווען ער האט אים צוגעשיקט, האט ער זיכער נישט געחלומ'ט אז דער טראטשאק וועט טאקע מסכים זיין צוצוגיין, ער האט אים סתם געוואלט מאכן פילן גוט.
אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה, נטע האט געהאפט אז די ערד אונטער די עמוד, זאל זיך עפענען און אים איינשלינגען, (פארשטייט זיך אן די ספר תורה).
ווען נטע האט אראפגעוואקט דעם ביהמ''ד, מיטן ספר תורה אין די האנט, און דער עולם האט אים באזינגען מיט שכח'ס, האט נטע געזען פאר זיך א ביהמ''ד אנגעפילט מיט ליגענערס, וואס זענען גרייט צו טוהן א טובה און אים מאכן גוט פילן, ווייל בעצם איז די גאנצע דאווענען געווען א שטיק דורכפאל, איז פארוואס דען זאגן זיי אים שכח?
***************************************
אינעם לאקאלן טעגליכע בלעטל וואס קומט ארויס און די שטאט ווי נטע האט געוואוינט, איז געווען עפעס א איד וואס האט זיך ארויפגעכאפט אויף א אינטערעסאנטע מצוה, ער האט יעדן טאג אריינגעלייגט א מעלדונג אין די פאפיר וואס האט געשריבן דאס פאלגענדע: האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?
נטע האט געכאפט אן התעוררות אז אפשר טאקע וואלט געווען א גוטע עצה צו רופן זייע עלטערן מער אפט, נטע פוילט זיך נישט און רופט אן די מאמע, די מאמע באגריסט אים שיין מיט'ן געשמאקן, וואס טוט זיך נטע'לע? אלעס גוט? די ווילסט עפעס ספעשל? ניין? סתם באגריסן? וואוו סאו נייס, אקעי איך קען נישט יעצט רעדן, שכח פארן רופן ביי.
די נעקסטע טאג ווען נטע האט נאכאמאל זיך אנגעטראפן מיט דעם אנאנס, האט נטע געטראכט מיט ווייטאג, יא זייער גוט אז אויפן צעטל שטייט נישט ''רופט אייערע עלטערן'' נאר עס שטייט ''האט איר שוין גערופן'', ווייל ווי עס קוקט אים אויס איז ער מקיים כיבוד אב ואם דוקא דורך נישט רופן, זעסט דאך ווי ווייניג נערוון זיין מאמע האט צו אים.
********************************************
וואס גייט טאקע פאר מיט נטע'לע, נטע, און ר' נטע?
ער האט א פראבלעם וואס ווערט אנגערופן...נא...איך מיין יעדער ווייסט: קאמפלעקס.
דער קאמפלעקס מענטש קען זיין א געלונגענע מענטש, א סוקסעספול מענטש, און אפי' א גאר פאפולערע מענטש, ער קען אפי' זיין ביי זיך איבערצייגט אז ער איז קלוג, געלונגען, זינגט שיין, שמועסט געשמאק, וכן הלאה, אפי' אזוי ציטערט ער אז למעשה קען זיין אז די ציבור ארום אים האלט נישט אזוי, און אז דאס מאכט אים ללעג ולקלס ביי אלע זיינע ארומיגע, וואס לאכן פון אים און פון אלע זיינע פעולות וואס ער טוט, און פון זיינע מעלות וואס ער רעדט זיך נעבעך איין אז ער האט.
דער קאמפלעקס מענטש איז א שרעקליכע נצרך, ווייל ער פאר זיך קען זיך קיינמאל נישט אליינס איבערצייגן צו ער טוט יעצט א ריכטיגע זאך, און ער דארף צוקומען צו אנדערע אים צו פארזיכערן אז ער איז נישט סתם א נער, א בעיבי, א אינטענשאן סיקער וכו'.
אבער רעדט דיך נישט איין אז אנדערע מענטשן קענען אים יא גרינג העלפן, בכלל נישט קיין עבודה קלה, פארוואס? ווייל דער קאמפלעקס וועט אלעמאל אבער אלעמאל טרעפן ראיות און הוכחות, אז יענער איז סתם א ליגענער און דרייט אים סתם א קאפ כדי אים צו מאכן פילן גוט, ער וועט אפירזוכן די קאמפליצירסטע מהלך אבי צו קענען זיך אליינס איבערצייגן אז יענער איז א ליגענער, לדוגמא לעצטע וואך האט ער געזען וויאזוי יענער האט באדאנקט די בעל תפילה אפי' ער ווייסט קלאר אז יענער האט נישט עכט הנאה געהאט, אלא מאי ער איז סתם א ליגענער, אויב אזוי איז שוין נישט דא קיין שום וועג אים צו גלייבן מיט סיי וואספארא קאמפלימענט,אדער אז די גבאי זוכט א בעל תפילה און גייט אדורך זיין פלאץ און ער איז
אים נישט מכבד, אלא מאי אז ער קיינמאל אין די עבר נישט הנאה געהאט וויאזוי ער דאווענט,(און עס קען גיין אסאך טיפערע חשבונות פון דעם).
זאת ועוד ער לעבט אין א דמיון אז יעדער בארעדט אים נאך אונטער זיין רוקן, און ווי ער קען נאר טרעפן א געלעגנהייט צו זיך איינרעדן אז איינער האט אים בארעדט וועט ער זיך צוכאפן צו דעם ווי צו הייסע ווארע.
קומט אויס אזוי, דער קאמפלעקס מענטש שטייט און ווארט אויף דעם צווייטנס קאמפלימענט, ער גייט אויס פאר יענעמ'ס אנערקענונג און רעקאגנאציע, אבער ווען ס'קומט יא אן איז ער עס בדרך כלל נישט מקבל, אדער צום ווייניגסטנס נאר למחצה לשליש ולרביע.
עטליכע אויסנאמען איז יא דא, ווען ער וועט הערן וויאזוי צוויי מענטשן רעדן בשבחו און ער איז טויזענט פראצענט זיכער אז זיי ווייסן נישט אז ער האט געהערט, אדער ווען ער הערט נאך אז מען האט משיחים לפי תומם גערעדט בשבחו, דאס קען זיין פאר אים א לייף סעיווער במלוא מובן המילה.
אדער א קאמפלימענט וואס האט און זיך אויך אביסל קריטיק, א בחינה פון מודה במקצת, קען גאנץ פיין ארבעטן ווייל אויב האט יענער קריטיקירט אויף איין נושא, אבער קאמפלימענטירט אויף א צווייטע, ווייזט דאך דאס אויף אביסל אמת, ווייל ווען יענער איז ווען א ליגענער וואלט ער דאך געגעבן נאר די קאמפלימענט.
דאס יא, בדרך כלל איז עס נישט א זאך, וואס עס שטערט אים צו אסאך צו אנגיין מיטן לעבן ווי סיי וואספארא אנדערע מענטש, און אפילו ער איז אומזיכער מיט זיך וויל ער נאך אלץ ארויסגעבן זיינע טאלאנטען, אזויווי יעדע אנדערע מענטש וואס האט טאלאנטען, און אודאי איז דא דרגות און דעם אזויווי יעדע אנדערע זאך אויף די וועלט.
איז וואס וויל איך מיט מיין היינטיגע ארטיקל?(חוץ פון א לייק),
(דרך אגב זייער אסאך צייט און כח איז אריין און דעם,און אזוי אויך איז דאס שוין מיין צווייטע ווערסיע פון דעם ארטיקל, אויף וואס@ערד עפל קען מעיד זיין), קודם כל וואלט איך הנאה געהאט צו ליינען פון אידן וואס זיי מאכן מיט בערך אזא פראבלעם וואס זיי קענען פארציילן פון זייער עקספיריענס, און צו קאמענטירן מיט מער קלארקייטן אין די נושא.
והשנית והוא העיקר, שרייבן אויף אייוועלט און באקומען א לייק איז מאסיווע טעראפי פאר קאמפלעקס, ווייל צווישן עטליכע הונדערט לייקס און צענדליגע באדאנקונגען איז זיכער דא היפש אמת, סאו שרייבט ענקערע הערות, זאגטס אויב עטס האטס הנאה געהאט, און באשפרענקל מיט לייקס,(אויב די מיינסט עס אמת'דיג), און וויסן זאלסטו אז מיט געבן א לייק פאר אן ארטיקל וואס דו האסט הנאה געהאט, חוץ פון די חיזוק וואס די גיבסט, איז מעגליך אז דו העלפסט א איד מיט א פראבלעם וואס נאר דו קענסט אים העלפן.
עני שאלה אין אישי איז וועלקאם, הצלחה ברכה.
נ.ב. עס איז דא נאך כמה פון משלים פון נטע'ס מיטמאכענישן, אויב דער עולם איז אינטערעסירט לאזטס וויסן.