וועלכע עסן געבן מיר פאר אינזערע קינדער? אויפוואכונג!
די FDA איז קארופטירט פון קאפ ביז פיס. מ'שטאפט אינז אן מיט קעמיקאלן וואס ליגן אין די שיין גלאנציגע עסן אין די געשעפטן, ואין פוצה פה ומצפצף. אין די EU זענען רוב פון די קעמיקאלן פארבאטן, אבער אין די US דארף מען ניטאמאל מאכן א דיסקלעימער אז די קעמיקאלן זענען שעדליך.
ר' יונתן שווארץ האט לעצטנ'ס געמאכט א מהפיכה בנוגע זיך היטן אויפן געזינט, און אפהיטן אויף וואס מ'נעמט אריין אין מויל. דאס איז גאר א וויכטיגע נושא אויף וואס אינז זעמיר מזניח און מ'כאפט נישט וואס מ'טוט מיט די גוף, ווען מ'לייגט ווען אריין אין א קאר אזאלכע קעמיקאלן וואלט עס נאך עטליכע טעג צובראכן די מאטאר, אבער אינזער גוף שטאפט מען אן מיט די ערגסטע.
איך וויל זייער שטארק זיך אריינלייגן און אפהיטן וועלעכ עסן מ'נעמט אריין ביי מיר אין שטוב, אבער אלץ נאוויס אין די ענינים האב איך נישט קיין אנונג אויף וואס מ'דארף קוקן ביי די נוטרישען פעקט'ס און ביי די אינגרידיענט'ס, איין זאך יא ווען איך זעה א מאכל וואס האט 30 אינגרידיענט'ס ווייס איך אז לכאורה דארף מען שטיין ווייט דערפון.
ווער ס'קען אביסל מסביר זיין וואס די אלע נוטרישען פעקט'ס און אינגרידיענט'ס מיינען, און וואס ס'איז שעדליך און וואס נישט זאל זיך ביטע לאזן הערן.
ווי אויך לאמיר שערן איינער מיטן אנדערע געזינטע אלטערנאטיוון וואס מ'קען קויפן אין די געשעפטן וואס פארמאגען נישט די שעדליכע קעמיקאלן.