טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דינסטאג י״ח אדר תשנ״ד, מערץ 1 1994.

דער ליובאוויטשער רבי געפינט זיך אין שפיטאל אין מאנהעטן זיך גרייטנדיג אהיים צוגיין, א גרופע אינגע חסידים וואס ווארטן שוין בכליון עינים אויף דעם רבי׳נס אהיימקער ווארטן אינדרויסן פון שפיטאל, ארי האט די לעצטע מינוט מחליט געווען צו זיך באטייליגן אויף די נסיעה, און ער האט א כאפ געטון זיין תפילן און אריין אין די ווען, נישט וויסענדיג אז דאס איז פון זיינע לעצטע נסיעות, ווען דער רבי האט זיך באוויזן פאר א קורצע מינוט אריינגייענדיג אינעם אמבולאנס.

ארי האלבערשטאם.

בילד

דאס איז געווען אין די צייט וואס דער דעמאלטס'דיגער פרעמיער מיניסטער פון די ציונ'יסטישע מדינה, שמעון פרס, האט פרובירט אויפצושטעלן א לינקע רעגירונג אין מדנ״י צווישן די חרדים און די לינקע פארטייען, און נאך וואס דער לויבאוויטשער רבי האט פארפירט דערקעגן האבן צוויי חברי הכנסת פון אגודת ישראל זיך ארויסגעצויגן אין די לעצטע מינוט, וואס דאס האט פאראורזאכט אז די פלאן זאל צוזאמפאלן און א רעכטע רעגירונג איז אויפגעשטעלט געווארן אנשטאט, מיט יצחק שמיר.

די אראבער, וואס האבן זיך שוין געגרייט צו באקומען גרויסע שטיקער פון מדינת ישראל פון די לינקע רעגירונג, זענען געווארן גאר ווילד אויף יעדער וואס האט געהאט א יד אין דעם, און אין יענע תקופה איז געווען די פאסירונג פון ברוך גאלדשטיין ביים מערת המכפלה.

צוליב די אנגעצויגענע צייטן האט די פאליציי צוגעשטעלט וואַך פארן רבי'ן, ווי אויך האבן זיי געבעטן אז קיינער זאל נישט מיט פארן מיטן רבי'ן אז עס זאל נישט זיין אזא מצב ארום איהם.
און ווי נאר די רבי'ס אמבולאנס האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג האבן די גרופע בחורים אין די ווען אנגעפאנגען מאכן די וועג צוריק פארענדיג אביסל אפגערוקט פונעם רבי'ן. די רבי'ס אמבולאנס האט זיך אריינגעדרייט צום ריכטונג פון די בעטערי טונעל, און די ווען פון די בחורים איז געפארן ווייטער אין ריכטונג פון די ברוקלין ברידזש, בערך 10:30 אינדערפרי, די ווען האט געהאלטן אויפן וועג ארויף די רעמפ צום ברידזש ווען פליצלונג איז געקומען צו פליען א מבול פון קוילן אין זייער ריכטונג.

ראשיד באז, א לאבענעזער געבוירענער פון ניו דזשערסי, האט זיך גענומען שיסן מיט אן אויטאמאטישע גאן אויף די אינטערשטע חלק פון די ווען, שיסענדיג קרוב צו פערציג קוילן אין די ערשטע מינוט! ביז זיין גאן האט געדזשעמט. ווי נאר דאס איז געשען האט ער אויפגעהויבן פון דער ערד אינטער זיין זיץ א פרישע גאן, דאסמאל א גלאק 9mm סעמי-אויטאטאמישע פיסטעל און איז ארומגעפארן צו די צווייטע זייט פון די ווען בשעתן שרייען "הרג'ע די אידן!" שיסענדיג ווייטער אויף די פאדערשטע חלק פון די קאר, פון וואס פיר זענען פארוואונדעט געווארן אריינגערעכט צוויי - נחום ששונקין און ארי האלבערשטאם, אין א קריטישע צושטאנד.
די שיסער איז דאן אוועק געפארן פון די צענע.

די סצענע פון די אטאקע

בילד
בילד
בילד
בילד

ארי [אהרן יוסף] האלבערשטאם, דאן 16 יאר אלט האט געליטן פון א קול אין קאפ, און איז ליידער אוועק פון די וואונדען פינף טעג שפעטער, זונטאג כ״ג אדר. הי״ד.

ווען זיין טאטע האט געהערט פון די שיסעריי איז ער געגאנגען מזכיר זיין ביים רבי'ן בעטענדיג אז דער רבי זאל אנווינטשן, אבער דער רבי האט נישט געענטפערט. ווען ער האט געפרעגט דער רבי אויב מען זאל איהם צוגעבן א נאמען חיים, האט די רבי געשאקלט מיטן קאפ אויף ניין.

ביי זיין לוי פארענט פון 770 האבן זיך באטייליגט לויט די שאצונגען איבער 10,000 מענטשן, אריינגערעכענט דאן מעיאר רודי דזשוליאני, גאווערנאר קואמאו (דער ערשטער), דער אמבאסאדאר פון מדנ״י צו די יו. ען. גד יעקבי, און נאך.

די גרויסע לוי'

בילד
בילד

נחום שושונקין, דאן 18 יאר אלט האט אויך געכאפט א קויל אין קאפ און איז אריינגעפאלן אין א קאמע זייענדיג פארשלאפט איבער דריי וואכן, נאכן צוריק קומען אביסל צום באוויסטזיין איז ער נאך געלעגן אין שפיטאל פאראליזירט, און דאקטורים האבן נישט געהאלטן אז ער גייט עס מאכן, מיט ניסים איז ער באפרייט געווארן פון שפיטאל ווי נאר ער האט זיך אביסעל ערהוילט, און ער דרייט זיך עד היום הזה ארום מיט א קויל אין די מח, אלס זכר. ער האט זיך ליידער קיינמאל פולשטענדיג אויסגעהיילט, זאל איהם די אויבערשטער שיקן א גאנצע רפואה.

די אנדערע צוויי לוי ווילהעלם וואס האט געכאפט א קויל אין די בויך, און יעקב שפירא וואס האט געליטן מילדע וואונדען, זענען באפרייט געווארן פון שפיטאל אין די קומענדיגע טעג.

גלייך נאך די אטאקע האט די ניו יארקער פאליציי אין א פרעס קאנפרענס ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז זיי וועלן געבן 30,000 דאלער פאר ווער עס וועט העלפן קומען אויף די שפירן פון די שיסער. צען טויזענט האט די שטאט געגעבן, און נאך צוואנציג פון א אידישע ארגאניזאציע.

די ניו יארק פאסט פון יענעם טאג

בילד

צוויי טעג שפעטער איז דער טעראריסט געפארן צו א מעקעניק שאפ פון א חבר ווי ער האט געוואלט פאררעכטן זיין קאר פון די קוילן און אזוי פארווישן זיינע שפירן, אבער א צווייטע מעקעניק האט איהם דערקענט און גערופן די פאליציי וואס האבן אים ארעסטירט.
ווען די פאליציי האט אויסגעטשעקט זיין קאר האבן זיי געטראפן א פרישע שאט גאן און נאך א סעמי אויטאמאטישע גאון אין די טראנק, צוזאמען מיט א בולעט פראף וועסטעל און צוויי פולע קוילן מאגאזינען, ווי אויך אנטיסעמיטישע ליטעראטור, ווי אויך האבן עדות געזאגט אז ער האט זיך באטייליגט ביי א אנטיסעמיטישע רעדע ביי די איסלאמישע געזעלשאפט צענטער אין בעי רידזש.
ביים דורכפירן אן אבלאווע אויף זיין הויז האבן די פאליציי געטראפן נאך וואפן.

באז האט גע'טענה'ט אז עס איז געווען א טראפיק מיספארשטענדעניש וואס האט געפירט צו די שיסעריי און די שיסעריי איז געווען א ראוד רעידזש אינצידענט, די עף בי איי האט אויך דאן קלאסיפיצירט די אינצידענט אלס א ראוד רעידזש. באז האט זיך - אויף די ראט פון זיינע לויערס - דערקלערט נאט גילטי זאגענדיג אז ער איז נישט גייסטיש סטאביל, ווי אויך האבן זיינע לויערס גע'טענה'ט אז ער ליידט אויף א פאוסט טראמע דיסארדער צוליב דעם וואס ער איז אויפגעוואקסן בשעת די לאבענעזישע ציווילע קריג, און ער איז געטריגערט געווארן פון די אטאקע אין די מערת המכפלה וואס איז געווען גלייך פארדעם ווי דער רעכטע אקטעוויסט ברוך גאלדשטיין האט אומגעברענגט 29 אראבער, אז ער איז געווען צימישט וועגן די מצב אין מדינת ישראל, און דאס האט איהם געפירט צו דורכפירן די אקט.

די דזשורי האט נישט אנגענומען די צווי תירוצים, און באז איז באשולדיגט געווארן מיט צווייטע גראד מערדעריי, און נאך פערצן קלאגעס פון אטעמפטעד מערדער פאר יעדע פון די בחורים אין די ווען. ער האט באקומען צוגעטיילט פאר דעם 140 יאר אין תפיסה.

דער טעראריסט איז געשטארבן אין תפיסה צוויי יאר צוריק.

די ניו יארק טיימס באריכטעט וועגן די מעשה

בילד

די ניו יארק טיימס באריכטעט אז די דזשרי האט געריטש א ווערדיקט

בילד

צוזאמען מיט איהם איז אויך ארעסטירט געווארן זיין פעטער באסאם רייאטי, ער איז געווען דער אייגענטימער פון די קאר, ער איז באשולדיגט געווארן פארן פרובירן צו באהאלטן באווייזן, ער איז פאראורטיילט געווארן אויף פינף יאר פראבעישאן, און $1,000 קנס.

נאך א מיט ארבעטער הילאל עבד אל-אזיז מוכאמאד, די בעל הבית פון די מעקעניק שאפ איז באשולדיגט געווארן אויף באהאלטן באווייזן און שטערן די אויספארשונג, און איז פאראורטיילט געווארן אויף פינף יאר פראבעישאן.

אלבערט דזשעאניניטאן איז אויך אנגעקלאגט געווארן אויף קלאגעס פארן פארקויפן איינע פון די ביקסן פאר באז.

נאך די אורטייל איז די קעיס פארמאכט געווארן.

די מאמע פון ארי האט זיך געשלאגן פאר לאנגע יארן צו צוריק עפענען די קעיס און צו טוישן די שיסעריי פון א ראוד רעידזש אינצידענט צו א טעראר אטאקע, און אויך צו קלארשטעלן אויב באז האט געהאט פארבינדוגען מיט טעראר גרופעס. און יאר 1999 האט זי אויסגעפירט און די יוסטיץ דיפארטמענט האט געפענט די קעיס, די קעיס איז דאן געבליבן פארזיגעלט עד היום הזה, און איז קיינמאל געווארן די-קלאסיפייד, און די משפחה איז נישט געווארן אינפראמירט איבער ווייטערדיגע געפינסען, אבער זיי האבן יא מסכים געווען און אפציעל דערקלערט די אינצידענט אלס א טעראר אטאקע.

אין יאר 2013 האט די עף בי איי געבראכן א פאלעסטינע טעראר רינג אין ניו יארק, וואס צווישן אנדערע האבן זיי אויך געהאט א האנט אין די מארד פון ארי, ווי אויך זענען זיי דעמאלטס געוואר געווארן אז די טעראריסט האט בעצם געצילט די רבי, אלס נקמה פאר די אקט וואס גאלדשטיין האט דורכגעפירט אין די מערת המכפלה צוליב דעם וואס ער האט געליינט אז גאלדשטיינ'ס מאמע האט געהייסן שניאורסאהן. און דאס איז געווען די איינציגסטע שניאורסאהן וואס זיי האבן געקענט.

די מאמע האט אויך געפירט א שווערע קאמף אנטקעגן דאס פארקויפן אויטאמאטישע גאנס פאר יעדע שמויגער, און זי האט אויסגעפירט, און דורכגעפירט א געזעץ גערופן "די ארי׳ס לאו", וואס פארבאט די פארקויף פון אויטאמאטישע וואפן אן א לייסענס.

אין 2001 איז - נאך די שתלנות פון ארי׳ס מאמע - דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעץ פון קאנטער טעראריזם, וואס האט אריינגערעכנט די אפציע פון טויט שטראף פאר טעראריסטן.

א דאנק די אטאקע איז די מאמע פון ארי געווארן א שטארקע אקטיוויסטקע און די נושא פון טעראריזם, און זי פלעגט געבן דרשות פאר די פאליציי און עף בי איי קאנטער טעראריזם יוניטס.

יענע יאר האט אויך גאווערנאר פאטאקי דורכגעפירט א בילל צו טוישן די נאמען פון די רעמפ צו ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ.

בילד

און יאר תשס״ה איז געפענט געווארן די אידישע קינדער מוזעאום (Jewish Children's Museum) לזכר נשמתו.

בילד

אין 2009 איז די מאמע פון ארי באערט געווארן מיט א דירעקטער׳ס קאמיונעטי לידערשיפ אווערד דורך גאווערנער פאטאקי.

יוודע בגויים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך…

לזכר נשמת הבחור הקדוש אהרן יוסף הי"ד בן ר' חנניה סיני דוד תנצבה.

בילד
*****

דראמאטישע ווידיאוס פון די צענע, ווי מען זעט די הצלה לייט באהאנדלען די בחורים, באגלייט מיט די ארגענעלע טעלעפאן רוף צו הצלה, מיט די הצלה ראדיא ריקארדינגס.
https://drive.google.com/file/d/1rMRaih ... p=drivesdk
נ.פש.ה.

ארי אלץ קינד

בילד

ארי ביי זיין בר מצווה

בילד

ארי ביים רעבין

בילד

א באשרייבונג פון די מעשה, מיט בילדער פון די צענע און פון די לוי.

בילד
בילד
בילד
בילד

*****
ליגעל דיסקלעימער.
איך בין נישט קיין גרויסע ארטיקלען שרייבער און אוודאי נישט קיין היסטאריקער, זייט מיר מוחל פאר די ספעלינג און גרעמער מיסטעיקס, און איך נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט פון די פרטים, איך האב פראבירט נאכצוגיין ווי ווייט איך געקענט, אבער יא....
ווער עס וויל צולייגן טוישן אדער אראפנעמען שטיקלעך פון די מעשה קען עס טון אין דעם אשכול.
ווי אויך אויב איינער האט אייגענע זכרונות פון יענע צייט, איז מאר דען וועלקאם צו פארברייטערן דא.

ווי אויך וויל איך אין דיע געהויבענע צייט באדאנקען די ליינער שרייבער און דאנק'ערס וואס דרייען זיך דא אויפן וועלטעל, פארן מיר שאפן א געוואלדיגע הנאה זיך דרייענדיג אויפן וועלטל די לעצטע פאר יאר.

טענק יו אלל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

הוספה 1

נאך א ווידיאו פון די צענע, מען קען דער קענען אסאך היימישע פענימער.

@zugurnish קום אריין מיט די נעמען.

https://drive.google.com/file/d/14VHgLY ... sp=sharing

הספד ביי ארי׳ס לוי׳ דורך הרב שלום העכט.

https://drive.google.com/file/d/1YwhtAz ... sp=sharing

הערליכע פי די עף.

צוגעשטעלט דורך @צבי הערש

https://drive.google.com/file/d/1VktDWv ... sp=sharing

@nobody זאג מיר נישט אז די האסט שוין געלייענט די גאנצע ארטיקל...
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום מיטוואך יולי 03, 2024 4:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אויסגעלאשענע פען
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:44 pm

און אין יענע תקופה איז גע'הרג'ט געווארן ברוך גאלדשטיין ביים מערת המכפלה, הי״ד.

איז נישט ברוך גאלדשטיין געווען א וואנזיניגער מאסן מערדער?
nobody
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

מזל טוב @את פתח לו !!!!!!!

מזל טוב אייוועלט!

20,0000 תגובות א געשאצטע 57% פון דעם זענען ברעיקינג ניוס (אפילו נאך פאר שערמאן...)

ק.נ.א. ברעיקינג נייעס קארעספאנדענט

כה לחי!!

די לייק איז געווען פאר די הצלה רעקערדירונג די ארטיקל גייט מען יעצט ליינען.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:49 pm
את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:44 pm
און אין יענע תקופה איז גע'הרג'ט געווארן ברוך גאלדשטיין ביים מערת המכפלה, הי״ד.
איז נישט ברוך גאלדשטיין געווען א וואנזיניגער מאסן מערדער?
ער איז געווען איד וואס האט נקמה גענומען אין די אראבער.

איך מיין אז קיינער האלט נישט אז עס איז געווען גערעכט צו טון, אבער פון דארט ביזן שרייבן וואנזיניגער מאסן מערדער איז א מהלך..
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום דינסטאג יולי 02, 2024 9:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

nobody האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:51 pm
מזל טוב@את פתח לו!!!!!!!

מזל טוב אייוועלט!

20,0000 תגובות א געשאצטע 57% פון דעם זענען ברעיקינג ניוס (אפילו נאך פאר שערמאן...)

ק.נ.א. ברעיקינג נייעס קארעספאנדענט

כה לחי!!

די לייק איז געווען פאר די הצלה רעקערדירונג די ארטיקל גייט מען יעצט ליינען.
טענקיו.

די רעקארדירונג נעמט אויך צוויי מינוט...

איי געס דו האסט עס געהערט אויף 2×
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אויסגעלאשענע פען
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:52 pm
אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:49 pm
את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:44 pm
און אין יענע תקופה איז גע'הרג'ט געווארן ברוך גאלדשטיין ביים מערת המכפלה, הי״ד.
איז נישט ברוך גאלדשטיין געווען א וואנזיניגער מאסן מערדער?
ער איז געווען איד וואס האט נקמה גענומען אין די אראבער.

איך מיין אז קיינער האלט נישט אז עס איז געווען גערעכט צו טון.
איד צו א גוי, קומסט אריין אין א פלאץ ווי מענטשן דאווענען צו גאט אין די באספרינקלט די עולם מיט בולעטס ווייל נעכטן האט איינער פון די צוויי ביליאן אראבער געשטאכן א איד, ביסטו א רוצח! אין כזעה נישט וואס די ארטיגע אראבער האבן געטוהן שלעכט מיטן אים אפ'פארטיגן
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איהר האט געשריבן אז יענע צייט האט דער רבי אפגעהאלטן דער רעגירונג וואס שמעון פרס האט פרובירט מאכן.

דאס איז נישט ממש אזוי

דער רבי האט אגעהאלטן דער רעגירונג פון שמעון פרס ערב פסח תש"נ
און דער מעשה איז פיר יאר שפעטער חי אדר תשנ"ד
און דאס איז נאך צווי יאר וואס דער רבי איז געווען נאך א סטרוק און נישט גערעט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:55 pm

די אראבער פארשטייסטו, אבער דער איד נישט...

#נאטירט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז געווען באריכטעט אז דער ברוך גאלדשטיין האט געהאט משפחה קרובים שניאורסאן, און יענער מערדער האט צאמגעשטעלט אז דער ליובאוויטשער איז עפעס א קרוב און ער האט געצילט דעם רבי'ן.

נאך א נקודה, דער רוצח איז נאכגעפארן דעם רבי'ן, נאר ווען דער רבי איז אריין אינעם טונעל האט די פאליציי זיך גע'עקשנ'ט צו פארשפארן דעם גאנצן טונעל, און דער רוצח האט געמוזט גיין מיט'ן בריק. דארט האט ער געטראפן די ווען מיט די בחורים האט ער זיך גענומען באשיסן דעם ווען לענגאויס דעם גאנצן בריק ה"י.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:56 pm
איהר האט געשריבן אז יענע צייט האט דער רבי אפגעהאלטן דער רעגירונג וואס שמעון פרס האט פרובירט מאכן.

דאס איז נישט ממש אזוי

דער רבי האט אגעהאלטן דער רעגירונג פון שמעון פרס ערב פסח תש"נ
און דער מעשה איז פיר יאר שפעטער חי אדר תשנ"ד
און דאס איז נאך צווי יאר וואס דער רבי איז געווען נאך א סטרוק און נישט גערעט.
שכח פאר די הערה, איך האב געטראכט דיר צו מענטשענען אויף דיע ארטיקל, אבער איך זע אז דו בוסט ממילא אנגעקומען.

אויב איז דאס די איינציגסטע טעות, שטיי איך גוט...
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום דינסטאג יולי 02, 2024 10:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
קולי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 7:24 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי »

א גרויסן יישר כח פאר'ן באשרייבן דער גאנץ אומבאקאנטע שטיקל היסטאריע! איך געדענק עס גוט! איך געדענק זאגן תהלים פאר'ן בחור'ל הי"ד.
איך בין נישט לאנג צוריק דורכגעפארן דעם רעמפ, האב איך געפרעגט מיינע פאסעשזירן, היבש יונגער פון מיר, אויב זיי ווייסן וואס דאס מיינט, זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איינס, ערגעץ דא אויפן וועלטל איז דא ערשט האנטיגע אינפאו פונעם פאסירונג פון @zugurnish .

צוויי, דו האסט געמאכט א פאנטאסיטישע קאמפלעטע ארבעט, האלטזעך נישט קליין מיט לעגאלע דיסקלעימער’ס.

דריי, דער ערשטער מאל וואו דו רעדסט פון ברוך גאלדשטיין איז נישט אקוראט פארטרעיט, אבער דו ברענסט טאקע ביים סוף דעם עכטער מעשה.

שכוח פאר די ארבעט וואס דו האסט דא צוגעשטעלט, א ציפעדיגע מעשה אבער א וויכטיג שטיקל היסטאריע.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:57 pm
כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז געווען באריכטעט אז דער ברוך גאלדשטיין האט געהאט משפחה קרובים שניאורסאן, און יענער מערדער האט צאמגעשטעלט אז דער ליובאוויטשער איז עפעס א קרוב און ער האט געצילט דעם רבי'ן.

נאך א נקודה, דער רוצח איז נאכגעפארן דעם רבי'ן, נאר ווען דער רבי איז אריין אינעם טונעל האט די פאליציי זיך גע'עקשנ'ט צו פארשפארן דעם גאנצן טונעל, און דער רוצח האט געמוזט גיין מיט'ן בריק. דארט האט ער געטראפן די ווען מיט די בחורים האט ער זיך גענומען באשיסן דעם ווען לענגאויס דעם גאנצן בריק ה"י.
די ערשטע חלק האב איך געשריבן, זעץ זיך צוריק ליינען...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:59 pm
איינס, ערגעץ דא אויפן וועלטל איז דא ערשט האנטיגע אינפאו פונעם פאסירונג פון @zugurnish.

איך בין ארוף אויף דער ברוקלין ברידש א מינוט צוויי נאך דער וואן איז געפארן
גלייך ביים אראפקומען פון ברידש האבן מיר באמערקט אז עפעס טוט זאך און איך בין אנגעקומען פאר דער אמבאלונס איז אנגעקומען
viewtopic.php?t=4994&start=475
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום דינסטאג יולי 02, 2024 10:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:56 pm
איהר האט געשריבן אז יענע צייט האט דער רבי אפגעהאלטן דער רעגירונג וואס שמעון פרס האט פרובירט מאכן.

דאס איז נישט ממש אזוי

דער רבי האט אגעהאלטן דער רעגירונג פון שמעון פרס ערב פסח תש"נ
און דער מעשה איז פיר יאר שפעטער חי אדר תשנ"ד
און דאס איז נאך צווי יאר וואס דער רבי איז געווען נאך א סטרוק און נישט גערעט.
די חלק פון מזכיר זיין ביים רבי'ן און נישט צוגעבן א נאמען איז קראנט?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:57 pm
כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז געווען באריכטעט אז דער ברוך גאלדשטיין האט געהאט משפחה קרובים שניאורסאן, און יענער מערדער האט צאמגעשטעלט אז דער ליובאוויטשער איז עפעס א קרוב און ער האט געצילט דעם רבי'ן.

נאך א נקודה, דער רוצח איז נאכגעפארן דעם רבי'ן, נאר ווען דער רבי איז אריין אינעם טונעל האט די פאליציי זיך גע'עקשנ'ט צו פארשפארן דעם גאנצן טונעל, און דער רוצח האט געמוזט גיין מיט'ן בריק. דארט האט ער געטראפן די ווען מיט די בחורים האט ער זיך גענומען באשיסן דעם ווען לענגאויס דעם גאנצן בריק ה"י.
את ברענגט ביידע נקודות אינעם ארטיקל גופא, ער’ט געמאכט א גוטער דזאב...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:59 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:57 pm
כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז געווען באריכטעט אז דער ברוך גאלדשטיין האט געהאט משפחה קרובים שניאורסאן, און יענער מערדער האט צאמגעשטעלט אז דער ליובאוויטשער איז עפעס א קרוב און ער האט געצילט דעם רבי'ן.

נאך א נקודה, דער רוצח איז נאכגעפארן דעם רבי'ן, נאר ווען דער רבי איז אריין אינעם טונעל האט די פאליציי זיך גע'עקשנ'ט צו פארשפארן דעם גאנצן טונעל, און דער רוצח האט געמוזט גיין מיט'ן בריק. דארט האט ער געטראפן די ווען מיט די בחורים האט ער זיך גענומען באשיסן דעם ווען לענגאויס דעם גאנצן בריק ה"י.
די ערשטע חלק האב איך געשריבן, זעץ זיך צוריק ליינען...
חזקה על חבר שאינו מוציא מידו דבר שאינו מתוקן...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:00 pm
יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:59 pm
איינס, ערגעץ דא אויפן וועלטל איז דא ערשט האנטיגע אינפאו פונעם פאסירונג פון @zugurnish.

איך בין ארוף אויף דער ברוקלין ברידש א מינוט צוויי נאך דער וואן איז געפארן
גלייך ביים אראפקומען פון ברידש האבן מיר באמערקט אז עפעס טוט זאך און איך בין אנגעקומען פאר דער אמבאלונס איז אנגעקומען
viewtopic.php?t=4994&start=475
קענסט צוצייכענן א תגובה?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 18207
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קוקט אויס זייער שיין און א לייטישע ארבעט. נאכנישט געליינט אבער שטעל אויף די חזקה
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נקדימון האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:03 pm
קוקט אויס זייער שיין און א לייטישע ארבעט. נאכנישט געליינט אבער שטעל אויף די חזקה
הופאַ!

טענקיו
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:01 pm
zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:56 pm
איהר האט געשריבן אז יענע צייט האט דער רבי אפגעהאלטן דער רעגירונג וואס שמעון פרס האט פרובירט מאכן.

דאס איז נישט ממש אזוי

דער רבי האט אגעהאלטן דער רעגירונג פון שמעון פרס ערב פסח תש"נ
און דער מעשה איז פיר יאר שפעטער חי אדר תשנ"ד
און דאס איז נאך צווי יאר וואס דער רבי איז געווען נאך א סטרוק און נישט גערעט.
די חלק פון מזכיר זיין ביים רבי'ן און נישט צוגעבן א נאמען איז קראנט?
אז ער האט מזכיר געווען ביים רבין איז מסתמה קראנט.
זיין טאטע איז געווען א משב"ק .
וואס דער רבי האט רייאגירט ווייס איך נישט
דאס איז געווען גלייך נאך א שווערע אפאראציע, און א פאר טעג פאר דער רבי איז געפארן נאך אמאל אין שפיטאל און געהאט א צווייטע סטרוק.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:02 pm
את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:59 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:57 pm
כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז געווען באריכטעט אז דער ברוך גאלדשטיין האט געהאט משפחה קרובים שניאורסאן, און יענער מערדער האט צאמגעשטעלט אז דער ליובאוויטשער איז עפעס א קרוב און ער האט געצילט דעם רבי'ן.

נאך א נקודה, דער רוצח איז נאכגעפארן דעם רבי'ן, נאר ווען דער רבי איז אריין אינעם טונעל האט די פאליציי זיך גע'עקשנ'ט צו פארשפארן דעם גאנצן טונעל, און דער רוצח האט געמוזט גיין מיט'ן בריק. דארט האט ער געטראפן די ווען מיט די בחורים האט ער זיך גענומען באשיסן דעם ווען לענגאויס דעם גאנצן בריק ה"י.
די ערשטע חלק האב איך געשריבן, זעץ זיך צוריק ליינען...
חזקה על חבר שאינו מוציא מידו דבר שאינו מתוקן...
שכח פאר דיינע ברייטע קאמפלימענטן!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:03 pm
zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:00 pm
יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:59 pm
איינס, ערגעץ דא אויפן וועלטל איז דא ערשט האנטיגע אינפאו פונעם פאסירונג פון @zugurnish.

איך בין ארוף אויף דער ברוקלין ברידש א מינוט צוויי נאך דער וואן איז געפארן
גלייך ביים אראפקומען פון ברידש האבן מיר באמערקט אז עפעס טוט זאך און איך בין אנגעקומען פאר דער אמבאלונס איז אנגעקומען
viewtopic.php?t=4994&start=475
קענסט צוצייכענן א תגובה?
דאס האב איך געשריבן דארטן

קומט דינסטאג ח"י אדר תשנד
האט מען געהאט א אפראציע פאר דער רביס אויג
דער נאכט פארדעם האט ר' זאב כץ דער גבאי פון 770 מכריז געווען מען זאל ניט נאכפארן אבער מען האט ניט געטראכט פאלגן

פרעג איך הבחור שלום ווילהעלם וואס האט געקראגן א וואן צי ער האט פלאץ זאגט ער ניין
זע איך מיין חבר אריה לייב שפערלין ער האט א קאר גיי איך אריין און 6 פארטאג פארט דער רבי

מיר זיינן געווען דער ערשטע קאר נאך דער רבי

קומט מען אין מהנהטן צו די פלאץ מיר האבן געברענגט אונזער תפילין אבער מיר האבן געהערט אז דער רבי וועט צוריק פארן פריער
איז מערסטע האבן ניט געדאוונט אבער איך האב געזען אהרן יוסף הלברשטם ווי ער לייגט תפילין

10 אזייגער פארט דער רבי צוריק
איך גיי אריין אין שפערלינס קאר און מען פארט אויף די ברוקלין בריק
מיר גייען אריבען זען מיר פון זייט אז די וואן פון שלום וילהם איז אויף די זייט און בחורים לויפן פארן מיר צו זיי און זיי זאגן אז א ארבאר האט אויף זיי געשאסן
מיר האבן געפארן אויפן ברוקלין בריק סקונדעס נאך זיי...

מיר ווארטן מיט זיי

ליידער איז אהרן יוסף הלברשטם געשטארבן מוצאי שבת אור לכ"ג אדר
זונטאג איז געווען אגרויסע לויה ביי 770
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:04 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 10:01 pm
zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:56 pm
איהר האט געשריבן אז יענע צייט האט דער רבי אפגעהאלטן דער רעגירונג וואס שמעון פרס האט פרובירט מאכן.

דאס איז נישט ממש אזוי

דער רבי האט אגעהאלטן דער רעגירונג פון שמעון פרס ערב פסח תש"נ
און דער מעשה איז פיר יאר שפעטער חי אדר תשנ"ד
און דאס איז נאך צווי יאר וואס דער רבי איז געווען נאך א סטרוק און נישט גערעט.
די חלק פון מזכיר זיין ביים רבי'ן און נישט צוגעבן א נאמען איז קראנט?
אז ער האט מזכיר געווען ביים רבין איז מסתמה קראנט.
זיין טאטע איז געווען א משב"ק .
וואס דער רבי האט רייאגירט ווייס איך נישט
דאס איז געווען גלייך נאך א שווערע אפאראציע, און א פאר טעג פאר דער רבי איז געפארן נאך אמאל אין שפיטאל און געהאט א צווייטע סטרוק.
איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז ארי הלברשטאם האט געבעטן די רבי נאך די פטירה פון רביצין צו קומען עסן ביי זיי די סדר.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”