זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אנציקלאפעדיסט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 9:07 pm

זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנציקלאפעדיסט »

דאנקען גא-ט אז איך האב אין מיין לעבן דעם קדיש יתום נישט פארגעזאגט.
אבער אין די יעצטיגע טעג שפעקוליר איך, אויב איך קען אריינגיין אין אזא עמאציאנאלע קאטעגאריע.
שנירלעך טרערן רינען אויף מיינע ציפעדיגע באקן וואס פלאמען פונעם הילכיגן פאטש וואס איך אינאיינעם מיט יעדעס אידיש זעל האט געכאפט, מיטן אוועקרייסונג פונעם זעלטענעם פארכטיגן געשטאלט פון רבי שרגא פייבוש האגער, וואס איז גערופן געווארן קאסוב'ער רבי.

איך בין נישט קיין קאסוב'ער חסיד - אין די אויסערליכע באצייכענונגען זיכער. איך האב קיינמאל געדאווענט אין זיין געגנווארט שבת און יו''ט [אוי, פארוואס טאקע נישט?...]. און איך האב ליידער נישט געווינען די געלעגנהייט צו אריינגיין אין זיין הייליגע שטוב און זיך דורכשמועסן מיט דעם קלוגן פערזענליכקייט, און ווערן געבענטשט פון זיין הייליג מויל [אוי... וואספארא פארלוסט].
מיין איינציגע פארבינדונג מיט דעם איד איז געווען אז איך האב מיטגעלעבט עטליכע געהויבענע טישן וואס ער האט געפירט, און א פארגאפטער בייגעוואוינט זיין אבנארמאלע עבודה.
אבער אצינד ווען איך האב איינגעזען אינעם שוידערליכן רעאליטעט אז עס איז ליידער א פארגאנגענהייט, שפיר איך באשיינפערליך אן אומערקלערבארע יתמות געפיל. און עס רייסט זיך ארויס א פארווייטאגטע קלאג ווי פון אן איינזאם קינד וואס האט פארלוירן זיין טאטע און טרעפט נישט קיין טרייסט צו זיין אומגליק.

וויפיל מאל עס איז שוין ווידערהאלט געווארן, און ווי אויסגעדראשן עס הערט זיך, איז אבער דאך ריכטיג דער אויסדרוק: 'עס גלייבט זיך נישט'. עס וויל זיך נישט גלייבן און עס לאזט זיך נישט פארדייען דעם קאלטן פאקט אז מיר שטייען ביים זון אונטערגאנג פון אזא אור וואס יעדע איד האט געקוואלן פון זיינע באלייכטנדע ווארעמע שטראלן.
די שאק איז אזוי גרויס, און די וואונד אזוי טיף, אז ווען מען הערט נאר דעם 'זכר צדיק לברכה' טיטל באקרוינען זיין הייליג נאמען, וויל זיך פון פריש אויספלאצן אין א יאמערליכן געוויין, און אויסשרייען פון טיפן צובראכן הארץ 'רבי, רבי אויף וועמען האסטו אונז פארלאזט???'

זיין וואונדערליכע דמות איז אזא וואס קען שטודירט און אפגעלערנט ווערן אן א עק. די פילפארביגקייט וואס ער האט פארקערפערט און די הימלישע לעבנסשטייגער וואס ער האט געפראוועט, באצויבערט יעדער וואס פארטיפט זיך אין דעם אומערזעצבארן כאראקטער. אבער וואס שטארט ארויס איבערהויפט איז – זיין ווארעם הארץ, ווען עס דערמאנט זיך זיין קאכעדיג אידיש הארץ צו גא-ט און צו אידישע קינדער, באנעמט א שניידנדע בענקעניש און אן אומגעהויערע גלוסטעניש פון וואס מען קען צושמאלצן ווערן.

זיך דערגרינטעווענדיג אין זיין גלאררייכע ביאגראפיע, שטעלט מען זיך אפ ערשטוינט צום פענאמען אז אן אמעריקאנער אויפגעצויגענער האט דערגרייכט אזעלכע גיגאנטישע מדריגות, עס איז שווער צו פארשטיין וואו ער האט געשעפט אזאנע אויסטערלישע השגות, און ווי ער האט דאס אלעס פראקטיצירט אין דעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ. זיין רוחניות'דיגער פייער האט פארלענדט יעדע מאטעריאליזם אין וואס ער האט זיך אנגעקלאפט, און איר צוגעלייגט צו די ברענענדיגע הימלישע צינגען פון באהעפטונג מיטן איין איינציגסטן.
ווער עס איז געשטאנען אינעם ארום פון דעם פאקל איז אפגעברענט געווארן פון היץ, און איינגעשפריצט געווארן מיט א דאזע פון יראת שמים און ערליכקייט. זיין בלויזע געזיכט האט אנאנסירט אז עס איז דא אן אלמעכטיגער באשעפער און מיר זענען אויסשליסליך זיינע דינער וואס פארכטן זיך פון אים.
די אינעווייניגסטע ברען האט דורכגעבראכן די קערפערליכע מויערן, און האט פאראורזאכט זיינע פיזישע גלידער צו טרייסלען און רודערן אומערמידליך. די אבסאלוטע ריינקייט פון יעדע מאדנע באוועגונג זיינע, האט פאראוממעגליכט פארן סקעפטישסטן ביישויער צו אפשפעטן דערפון, עס האט געשריגן לויטערקייט און ווארהייט אויף א פארנעם וואס עס איז נישטא צו געפינען אין אונזער פאלשע וועלטל.

זיין דורכגעזיפטע ציכטיגקייט האט אים נישט ערלויבט צו זיך פירן מיט קעניגליכע נארישקייטן, רבי'ס וואס זייער שטארבן ווערט קוים באוויינט דורך אן ענגער מנין, שפאנען אין די גאס מיט קאראוואנען פון באגלייטער. אבער ער איז שטענדיג ארומגעגאנגען איינער אליין, און עס איז ניטאמאל געווען מערקווירדיג, עס האט נישט ערוועקט וואונדער און געווען אן אנגענומענע זעלבסטפארשטענדליכע פאקט אז קאסוב'ער רבי פירט אן איינפאכע ציווילע לעבן, זינט בלויז דער תכלית האט פארנומען זיין וועזן.
אבער זיין אמת'דיגקייט און אפגעריסנקייט פון דעם גרוילהאפטיגן עולם השפל האט נישט אויסגעקלאפט אויף אנדערע מענטשליכע באשעפענישן, ווי אויסגעצייכנט ער איז געווען אינעם בלויזן אמת האט ער זיך אראפגעלאזט ווי א ליבליכער פאסטוך, זיין הימלישע אומגעווענליכע גרויסקייט האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון קומען אין נאבעלע בארירונג מיט פיל נידריגע פון אים, און ריכטיג ארויסהאבן זייער צושטאנד פארשטייענדיג דורכאויס זייערע געברויכן.

דער וואס האט צוגעזען זיין משונה'דיגע ווירטשאפט וואלט אויף קיין פאל דאס געקענט פארבינדן מיט זיין גראדע נארמאלע קלוגשאפט וואס ער האט באזיסט, א זעלטענעם שכל הישר וואס צווינגט צו צושטימען און באוואונדערן אויפאמאל. אפגעזען פון וועלכע העכערע וועלטן ער האט נאר געשוועבט, און וואספארא גייסטיגע געדאנקען האבן פארנומען זיין הייליגן קאפ, האט דאס נישט אוועקגענומען זיין לויטערע קלארקייט אין טאגטעגליכן לעבן און אירע סיטואציעס, זיין סאלידע איידעלע שטימע האט נישט געצויגן א שטריך צו זיינע האסטיגע מאנעוורעס. די ביידע קאנטראסטן פון רוהיגע געזעסנקייט און שטורמישע פלאקער האבן געוואוינט פרידליך אינאיינעם, מיטן איינציגן ציל צו דינען גא-ט איז איינגעשפאנט געווארן די פארשידנארטיגסטע קעגנזייטיגע זיטן.
זיין אומברעכבארע נאטור האט ער אויסגענוצט אין יעדן אספעקט פון לעבן, צי ביים לערנען מיט איבערמענטשליכע קרעפטן אויף א פארנעם וואס עס קען זיך נישט באגרייפן, אדער ביי די מלאכ'ישע עבודה וואס א פלייש-און-בלוט האט נישט געקענט באווייזן, און אויך זייענדיג זיך מקריב אין אלע אומשטענדן, צו אויפנעמען יעדעס צובראכן הארץ ווי אן אייגן קינד.
אבער דאס מסירות-נפש אייגנשאפט האט ער נאר גענוצט ביי זיך, און זיין פעלזן פעסטקייט איז געווען דעזיגנירט בלויז צו דינען דערמיט גא-ט, דאס האט נישט אפעקטירט זיין פוטער-ווייכן צוגאנג צו סיי וועלכן עלעמענט. ער האט נישט געמאנט און געטאדלט, נאר מיטגעשפירט און סימפאטיזירט אקוראט ווי ער וואלט זיך דארט געפינען. זיינע פערזענליכע שמערצן האבן אים גענצליך נישט געקימערט, און ער האט זיי קוים אויפגעכאפט, ווידעראום א צווייטנ'ס קרעכץ האט דורכגעדרינגען ביזן זיבעטן ריפ זיינע.

און דאס אלעס איז נאר די שפיץ פונעם אייזבארג, מערסטנסטייל פון זיינע אקטיוועטעטן זענען געווען פארהוילן אונטערן ראדאר, און ער נעמט זיי מיט זיך אונטערן שטיין. די דעליקאטע און סענסעטיווע פראגעס, פערזענליכע פראבלעמען וואס האבן געלאנדעט אויף זיין טיש דורך זיין שטענדיג ברייט-אפענע טיר, זענען געהיימניסן וואס וועלן קיינמאל אנטפלעקט ווערן.
נישט אומזיסט איז כלל ישראל אויפגעציטערט געווארן און אריינגעפאלן אין א היסטארישע פאניק ווען זיין שרעקליכע דיאגנאז איז באקאנט געווארן, אז א רבי'לע פון א קליין שול'כל זאל ארויסנעמען א גאנצע פאלק פון גלייכגעוויכט איז אומפארשטענדליך. און אז אן איינצעלנע פארלוסט ברענגט אזויפיל שיכטן און פראקציעס צו פארלוירן ווערן מיט היסטעריע און זיך פארברעכן די הענט מיט אויסנאמליכע פיין איז א שטארקע רעטעניש, אבער באקענענדיג טיפער דעם גייסטרייכן פערזענליכקייט און זיינע אויסערגעווענליכע שטריכן איז דאס גאר איינפאך צו ענטשיידן.

די טיפע הוילקייט וואס בלייבט איבער נאך אים איז אומבאשרייבליך, און וועט נאך באגריפן ווערן ווי שפעטער עס וועט פארביילויפן די צייט מיט זיין אפוועזנהייט. די אומאויפהערליכע שטראם פון טרערן פארנעפלט אונזער קלארע וויזיע וויאזוי צו אנגיין ווייטער אן דעם פעסטן רוקנביין און זיין מוטיגנדע גייסט, אוי ווי עס פעלט אונז אויס אין דעם נידריגן צושטאנד אינעם טונקעלן גלות אזא אויסגעארבעטער פיגור. מיר האבן געהאט אן אינזל פון אמת און ליכטיגקייט און אזוי פריצייטיג און טראגיש פארלוירן.
וויינט אידן! כליפעט אויף דעם פארלוסט, ווייל אונזער בראך איז ריזן ווי דעם אקעאן, ווער וועט אונז היילן?
אבער פון א פאזיטיוון פערספעקטיוו דארף מען לויבן און דאנקען גא-ט פאר זיין גענאדע וואס ער האט מיט אונז געטון, אז ער האט אונז באלאכטן מיט אזא אויסערגעווענליכע געשאנק וואס איז גענצליך נישט געווען אויף אונזער שטאפל און פארנעם. און ווער ווייסט אויב מיר האבן ווירקליך נישט געפאסט צו פארמאגן אזא בריליאנט.
זיין געבענטשטער איינדרוק וועט בלייבן איינגעקריצט אין אונזער געוויסן, און זיין ווייטגרייכנדע השפעה וואס האט געשלאגן ווארצלען אין די טיפענישן פון אידישע הערצער וועט נישט פארגעסן ווערן. פון זיין רו-ארט דארט אויבן וועט ער געוויס געדענקען זיין ערשיטערטע סטאדע וואס איז געבליבן אן א פאסטוך, און זייענדיג אזוי נאנט באהאוונט מיט אונזערע אינערליכע פארשטעקטע מאטערנישן וועט ער אונז זיכער דערמאנען צום גוטן, און האפנטליך גאר אין נאנטן וועלן מיר דערלעבן צו זען זיין לויטערע צורה, אמן.
יוסיף דעת יוסיף מכאוב - אבער עס לוינט... (קאצק)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5958
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איז דאס א יצירה, אומגלויבליך.

איינרעדן א צווייטן זאלסטו אז ס'איז פון דיין ערשטע תגובות דא, שלעק קומסט זיך דיר אויב יא.

ווען שריפט ווערט א פעינטינג איז א טיפע הנאה וואס מ'קען נישט מסביר זיין.

דיין ארטיקל קען זיכער צוברענגען אז אנדערע זאלן צינדן א לעכטל, לערנען א משנה אדער סיי וואס פאר די נשמה פון דעם רבין און דו אליין אויב האסטו געהאט סיי וועלכע שייכות מיט אים בחייו איז שייך זאלסטו מדבק זיין בדרכיו דורך זיינע ספרים און דרשות, משמי מעל וועט ער דיר אנטקעגן קומען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5777
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Wow דו בוסט א מייסטער!! אוי זאגסטו גוט סאיז א שרעקליכע פארלוסט!

דעי פענע דערמאנט מיר פון יואל אשר לאבין דו האסט טאלאנט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25541
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך... מורא'דיגע...



יא יא זיפצן אין קרעכצן איז נישט גענוג נאר וויינען אין שטורמען אין ליארמען אין נאך מער...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4762
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

הערליך שיין געשריבן!

זכותו יגן עלינו.
אנציקלאפעדיסט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 9:07 pm

Re: זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנציקלאפעדיסט »

דאנקע שיין פאר די קאמפלימענטירער און 'לייק'ענער. עס רייסט זיך בלויז ארויס פונעם געשפאלטענעם גייסט דעם וואונטש 'המקום ינחם אותנו בתוך שאר אבלי ישראל', און אז אינגיכן זאלן מיר דערלעבן צום 'קאסו''ב לחיים בירושלים' אמן.
יוסיף דעת יוסיף מכאוב - אבער עס לוינט... (קאצק)
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: זיפצן נאכן פארלאשענעם פאקל - האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

WOW! WOW! WOW!
א שרייבער צום באוואונדערן!!!
יישר כח פאר נאכאמאל אויפשטורמען מיין שוין צושטורעמטע געפילן!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”