אובער טיפס און טריקס UBER

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

אובער טיפס און טריקס UBER

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אלץ אן אפטער אובער באניצער וויל איך אפשרייבן פארשידענע טיפס און טריקס וויאזוי מען קען זיך שפארן געלט, און ווער עס קען זאל מוסיף זיין מדיליה.


-- עס איז גיט צו טשעקן די פרייז מיט ליפט ווייל אסאך מאל איז ליפט ביליגער, און אסאך מאל נישט, אבער מען קען שפארן געלט, בפרט אין צייטן ווי עס איז דא א פיעק סורטשארדש ווייל עס איז פארנימען ביי אובער מוז נישט זיין אזוי ביי ליפט.


-- ווען עס איז דא א סורטשארדש און מען יאגט זיך נישט לוינט זיך צו ווארטן אפאר מיניט עפ"י רוב פאלט די פרייז גאנץ שנעל, ווי אויך האבן זיי די אפציע אסאך מאל wait & save, אויסער דעם קען זיך מאכן וואס די פרייז איז ארויף פאר די אובער-X, אבער די אובער-בלעק אדער די אובער-XL איז געבליבן נידריג.


-- אסאך מאל איז טייער דאס פלאץ ווי די שטייסט, למשל דו ביסט ביי א חתונה אין קאנטינענטאל און עטליכע מענטשן רופן אובער'ס וועט די פרייז דארט ארויף גיין, און ווען די פרייז גייט ארויף גייט עס מיט פראצענט, סא אויב די פארסט קיין בארא פארק למשל, צאלסטו יעצט פאר די גאנצע טריפ 20% מער ווייל ביי דיין פיק-אפ איז געווען ביזי, די עצה איז צו גיין א שפאציר צוויי גאס ווייטער, לאמיר זאגן גיי צו ווייט עוועניו און וואלעבאוט, און רוף די אובער פון דארט, די זעלבע קען אמאל זיין טייער ווייל דו האסט ארייגעלייגט צו גיין צו קאנטינענטעל, קענסט זיך ארומשפילן מיט די דראפ-אףף פלאץ א גאס צוויי ווייטער.


-- אובער האט נישט די אפציע וואס גוגל מעפס האט אז דו ווילסט avoid tolls, וועלכע וועג זייער קאמפיוטער האט מחליט געווען דאס איז די וועג, אפי' די אנדערע וועג איז די זעלבע לאנג אדער נאר אביסל לענגער, למשל נעמען א אובער פון גרענד סענטראל סטעישן קיין וויליאמסבורג, וועט ער כמעט אלעמאל שיקן מיטן מיד-טאון טאננעל און צובעטן עקסטערע געלט פאר טאלס, אפילו אויב די וויליאמסבורג בריק איז די זעלבע צייט און קאסט נישט קיין געלט, די עצה איז צו לייגן אן אדרעס הארט ביים וויליאמסבורג בריק אויף ראובלינג סטריט, אזוי אז זיין סיסטעם זאל מוזן שיקן די וויליאמסבורג ברידש, און איינמאל מען איז שוין אויפן בריק, קען מען עדיטן די דעסטינעישן צו די ריכטיגע אדרעס ווי מען האט געוואלט גיין, די אובער עפפ גייט אין דעם פאל צולייגן עפעס געלט צו פארלענגערטן טריפ, אבער עס איז מער נישט אויף קיין טאלל ראוד, איך האב עס שוין געטוהן אסאך מאל, מען קען שפארן 7-8 דאלער אזוי.


-- אז מען וויל למשל גיין אין קאנטרי פון די שטאט, היות אין די שטאט איז טייערער די פרייז בעט ער די זעלבע טייערע פרייז אויף די מיילידש ביז די קאנטרי, אויב מען צוטיילט די טריפ אין צוויי אובערס למשל, קען עס אויסקומען האלב די געלט, למשל איך האב אויספראבירט פון ראדני שוהל ביז לפידות שוהל איז 416.95, ווען איך צוטייל די טריפ, איין אובער ביז דעלטא אויפן 4, און די צווייטע פון דעלטא ביז לפידות, איז אויסגעקומען אינאיינעם נאר 238.80, און געשפארט כמעט $180 טאלער.

דיסקלעימער: ווען מען טרעוולט מיטן ווייב און מיט די קינדער איז נישט געאייגנט צו מאכן די מיני דריידלעך...
אטעטשמענטס
RtL.jpg
RtL.jpg (137.81 KiB) געזען 3297 מאל
RtDtL.jpg
RtDtL.jpg (371.38 KiB) געזען 3297 מאל
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1929
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אובער טיפס און טריקס UBER

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

א דאנק פאר דיין אינפארמאציע.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: אובער טיפס און טריקס UBER

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

גוטע עצות. א דאנק
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: אובער טיפס און טריקס UBER

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

איין וויכטיגע נקודה לגבי עדיטן א טריפ, אובער וועט זיך געווענליך האלטן צו די פרייז וואס זיי האבן דיר געגעבן בעפאר'ן טריפ, אפילו אויב עס איז געווארן טרעפיק אינמיטן און עס האט גענומען לענגער ווי געפלאנט, אבער ווען מען עדיט א טריפ קענען זיי איבער-רעכענען די גאנצע טריפ, אויב איז געווען טרעפיק קען אויסקומען עס זאל ווערן טייערער ווי געפלאנט.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”